moshav zekeinim האט געשריבן:איך הייב לעצטנס אן צו שעצן דעם היפי ליפא שמעלצער. ער הייבט אן רעדן אינטעליגענט, מלא וגדוש מיט קענטעניס, קונסט און ארגענאזירטע היסטאריע, שוין יארן נאכאנאנד וואס ער איז מקיים דעם אל יבוש מפני המלעיגים, און פראבירט דורך צו ברעכן דעם חמת האש, ער טוישט נישט מיינונג לויט זיין גיסטע, און ועל כולם, ער ניצט סטראטעגיע אין זיין מלחמת החירות. ער איז לדעתי פון די איינציגסטע וואס פארשטייען וויאזוי אויפצוטון אין די חרדים פראבלעם. ער איז מצליח אריין צובלענדן די גרויסע וועלט אין די היימשע קרייזן, אלעס אויף דע היימישסטע אידיש. פון אים מאכט מען חוזק, אבער אנדערע וועלן אים נאכמאכן אויף "א נארמאלער וועג".
עס איז נאך דא א סך צו טון. ליפא איז בלויז א קליינער טייל פון די מערכה, אבער עס קומט זיך ליפא'ן אן אות הוקרה פארן זיין פון די ערשטע און דערווייל איינציגסטע וואס פירן דער פרייהייט מלחמה נאן סטאפ, טראץ די בושות, און מיט סטראטעגיע.
איך האב אמאל נישט געקענט דערליידן דעם ליפא ער איז מיר געקראכן אויף די נערוון אזוי ווי א פליג אין נאז, אבער לעצטנס אזוי ווי [tag]moshav zekeinim[/tag] מיז איך מסכים זיין אז זיין אקטיוויזם איז מוראדיג, די סיבה פארוואס איך זאג מוראדיג איז, ווייל די פאקט איז צי מיר ווילן יא צי מיר ווילן נישט איז ליפא פון אונזערע איינציגסטע אקטיוויסטן, און מיין כלל אויף אן אקטיוויסט איז, אז ער וועט נישט זיין די נארמאלסטע און קלוגסטע מענטש... וואס טראכטן מיר אז אז עפעס א רב אדער א געשאצטע מענטש אין אונזער קאמיוניטי וועט אנפאנגען מאכן קליפס? למשל ראש חודש מיט באבוב 45??? די פאקט איז אז אונז קוק מיר צירוק למשל אויפן משוגענעם נחום ראזענבערג וועט איינער זאגן אז ער איז א נארמאלע מענטש? דער מיטן קאוט אויפן חאלאט איז נישט צירודערט? נאר? אין א קאמיוניטי ווי אקטיוויזם איז רחוק מן המציאות וועט אלעמאל אויפשטיין א מענטש וואס איז פאני און די חכמה פון מענטשן אין די קאמיוניטי איז צי קוקן אויף וואס יענער זאגט ריכטיג!
און צירוק צי ליפא, ער אינטערוויוירט אסאך מענטשן טראץ וואס ער פרעגט נישט ציפול גוטע תוכנ'דיגע קשיות טרעט ער אויף א גוטע נערוו ער האט אינטערוויורט רוכי פרייער האב איך גאנץ גוט הנאה געהאט זיין קאמפיין אויף עדוקעטשיון איז גאנץ גוט, ער פארט און א גוטע דירעקשאן אסאך מענטשן זענען שטילערהייט מסכים מיט עם
לעב אין לאז לעבן.