דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. רוב אידען אין דער וועלט האבען דער סטעיט אוו איזרא׳על אינדערערד. פון רעפארמער ביז חרדים, אחוץ די מאדערנע אינדערמיט.

ב. ביבי איז נישט קיין באליבטער פארטרעטער פאר אידען. לינקע האבען איהם געוויס פיינט, אין אן אופן וואס מ׳האט פיינט טראמפ. ער פארטרעט זיי נישט. און אפילו צענטריסטען שעמען זיך פון זיין זיך שטופען פאראויס, זיין גאווה און זיין דורכזיכטיגע שקר׳דיגע מהלך פון דעמאגאגיע. נאר רעכטער וואס שער שיטה"ק איז וויכטיגער ווי אלעם האלטען איהם פאר זייער פיהרער.

ג. פארבס אהין פארבס אהער, ער איז נישט דער פיהרער פון מיליאנער מענטשען וואס האט פיהל פארצווייגטער חשבונות אויף זיין קאפ אזויווי א פרעזידענט פון אמעריקא. סך הכל (איך האב עס געזאגט, שלום ביסט מיר מוחל?), א קליינער מדינה, ווי אויך א מדינה וואס טוט נישט קיין סאך אחוץ דעפענס. זיי זענען נישט קיין מדינה וואס קוקט פאראויס און ארבעט אויף אלע פראנטען.

ד. צו אנדערע, מער פאפולארע שבעה׳ס, גייט ער נישט. הרב וואזנער האט א גרעסערע לויה געהאט ווי דער בעלזער גייט האבען. נאר וויבאלד פאר׳ן רב מיט זיין יוצר משרתיו איז שטארק אנגעגאנגען דער וויזיט, ומי יבא בסוד קדושים, האט מען עס ערלעדיגט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk



ביסטו דאך יא משלנו אפשר דארף מען טוישן צו "מתנגד פון וויליפעסט"
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס׳איז דא א חילוק צווישען נישט ציונים און אנטי ציונים.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טאמער א חסידישער רבי א גרויסע וואלט געזעצען שבעה אין אמריקה, און פאר ער מיט זיין שווענץ וואלט אנגעגאנגען בנפשם אז דער גאווערנער זאל קומען מנחם אבל זיין, וואלט עס דא אויך געשען. עי׳ ערך חב"ד

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ליטוואק פון בודאפעסט: נישט נאר ס'וואלט געשעהן. ס'איז טאקע ווירקליך געשעהן. ווען דער מעיאר פון נ.י. סיטי דזשאן וואגנער, און נאך איהם דער מעיאר קאנדידאט דזשאן לינדזי זענען אין אנדערע געלעגנהייטן געקומען באזוכן די סאטמאר'ע רבי הה"צ ר' יואל טייטלבוים זצ"ל...!
און להבדיל, פון די ארנטליכע גויים, ווען דער מנוול ומוכה שחין עד קאטש דער האמא הידוע, איז געווען אויף א באזוך ביי דעם בעלזא' רב. נאר נאכדעם האט ער ,דער עוכר ישראל געמאכט ליצי ליצנות פון אלע ערליכע אידן, אין א ביכל וואס ער האט געשריבן...שר"י ימ"ש עפ"ל ארענדז"ש... :lol: :roll:
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א. רוב אידען אין דער וועלט האבען דער סטעיט אוו איזרא׳על אינדערערד. פון רעפארמער ביז חרדים, אחוץ די מאדערנע אינדערמיט.

ב. ביבי איז נישט קיין באליבטער פארטרעטער פאר אידען. לינקע האבען איהם געוויס פיינט, אין אן אופן וואס מ׳האט פיינט טראמפ. ער פארטרעט זיי נישט. און אפילו צענטריסטען שעמען זיך פון זיין זיך שטופען פאראויס, זיין גאווה און זיין דורכזיכטיגע שקר׳דיגע מהלך פון דעמאגאגיע. נאר רעכטער וואס שער שיטה"ק איז וויכטיגער ווי אלעם האלטען איהם פאר זייער פיהרער.

ג. פארבס אהין פארבס אהער, ער איז נישט דער פיהרער פון מיליאנער מענטשען וואס האט פיהל פארצווייגטער חשבונות אויף זיין קאפ אזויווי א פרעזידענט פון אמעריקא. סך הכל (איך האב עס געזאגט, שלום ביסט מיר מוחל?), א קליינער מדינה, ווי אויך א מדינה וואס טוט נישט קיין סאך אחוץ דעפענס. זיי זענען נישט קיין מדינה וואס קוקט פאראויס און ארבעט אויף אלע פראנטען.

ד. צו אנדערע, מער פאפולארע שבעה׳ס, גייט ער נישט. הרב וואזנער האט א גרעסערע לויה געהאט ווי דער בעלזער גייט האבען. נאר וויבאלד פאר׳ן רב מיט זיין יוצר משרתיו איז שטארק אנגעגאנגען דער וויזיט, ומי יבא בסוד קדושים, האט מען עס ערלעדיגט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


שיסט סטעיטמענטס אן קיין שום בעיקונג מיין פריינד, דו האסט נישט קיין שום הארטע באווייזן און דאטא צו וויסן וויפל אידן אויף די וועלט געבן א ש*ט פאר די מדינה, און דעס אז די ליבעראלע אידן דיסאגריען מיט די אקיופאציע מיינט נאכנישט אז זיי שטיצן נישט די איינציגסטע דעמקראטישע לאנד אין די מיטעל-איסט.

דו ביסט דאך צוקער זיס מיט דיין סטעיטמענט פארבס אהער פארבס אהין, איך ליטוואק אין מיין בעסמענט אין לעיקוואד ווייסט דאך בעסער ווי פארבס! וואס ווייסן זיי ? זיי דרייען זיך אויף קאווע שטיבל? אין פאקט ווען פארבס מאגזין שרייבט אז ער איז 26׳סטער מערסטע פאוערפול מענטשען אויף די וועלט האבן זיי נישט געמאכט אלע דיינע חשבונות? זיי שיסן סתם נעמען? אדער זיי טוהן זייער due diligence?.


מיין פוינט איז זייער קלאר, די ראש ממשלה פון מדינת ישראל איז א חשובער העכערע פיגור ווי די מעיאר אדער גאווענער פון ניו יארק! , וועגן אלע אנדערע פאליטיק-פארוואס ער האט מנחם אבל געוועהן דעם בעלזער און צי סאיז יא אדער נישט קיין כבוד, און ווער סהאט מעהר פארדינט פון דעם , נתניהו אדער בעלזא ווייס איך נישט, אבער די איין פוינט איז זיכער, נתניהו שטייט אין אסאך העכערע פלאץ ווי דיבלאזיא, ק׳מאן!-און נאר צו די איין נקודה איז געוועהן געוואנדען מיין פריערדיגע תגובה.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:37 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מנוחה ושלוה »

נתניהו איז פאוער-פול ווייל ער איז די איינציגסטע אין מיטל מזרח וועם אמעריקא דארף אזוי וויכטיג צו זיין מיט איר אויף איין פעידזש, דאס איז אלס אין אויסערן פאליטיק
אבער לאקאל אויפן ארט איז ער א קליינער פארנעם
בכלל אין ארץ ישראל טראגט ווייניגער וועליו א מענטש מיט א פאזיציע
דער כנסת קיקט אויס אפט ווי א קינדער playroom
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס׳איז פארהאנען א מציאות וואס רופט זיך אויף ענגליש reading comprehension, דאס מיינט פארשטאנד פון וואס מ׳ליינט. ווען דו וואלטסט אביסל געהאט דערפון, וואלטסטו ווייניגער געשימפט און מער געוואוסט.

א פרעזידענט פון אמעריקא, צו רוסלאנד, צו סיי וועלכע גרויסע מדינה, דארף אין זין האבען ריזיגע חשבונות. יעדער החלטה וואס ער מאכט, קען אפעקטירען מיליאנע מענטשען. זיין קאפ מוז בלייבען פארנומען מיט די גאר וויכטיגע נושאים פון דער וועלט. ווען ער וועט זיך פארען מיט א נערישע חסידישע רבי׳ס בויכווייטאג, הייסט׳ס א גרינגשעצונג פון זיין אמט. און דאס איז טאקע די טענה אויף די היינטיגע פרעזידענט וואס דרייט זיך אין דער ווייסע הויז ווי א קינד אין א קענדי סטאר.

ביבי נתניהו, ווי וויכטיג דער וועלט האלט איהם, פארעט זיך מיט א קליינער מדינה. ער דארף נישט האלטען חשבון מיט ריזיגע אינטעליגענץ חשבונות, און עקאנאמישע מיט לאקאלער חשבונות, ער האט נאר א קליינער מדינה מיט וואס זיך צו רעכענען, און דאס זיך פארען מיט א איד ווי דער בעלזער רבי איז קיין סתירה נישט דערצו. פארבס און איהר שעצונג מאכען גארנישט אויס אין דער טעמע.
קאפיש?

און דער ביבי פארטרעט נישט יעדער וואס שטיצט דער מדינה. רוב אידען קוקען נישט צו צו דער מדינה אלס זייער מדינה, נאר אלס א פלאץ ווי אסאך פון זייער ברודער אידען האבען אן אינטערעסע. און דאס איז בפרט דער ביבי וואס זוכט ניטאמאל צו פארטרעטען די לינקע. זיי האבען ווייניגער מיט איהם ווי דזשאן לואיס האט מיט טראמפ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס׳איז פארהאנען א מציאות וואס רופט זיך אויף ענגליש reading comprehension, דאס מיינט פארשטאנד פון וואס מ׳ליינט. ווען דו וואלטסט אביסל געהאט דערפון, וואלטסטו ווייניגער געשימפט און מער געוואוסט.

א פרעזידענט פון אמעריקא, צו רוסלאנד, צו סיי וועלכע גרויסע מדינה, דארף אין זין האבען ריזיגע חשבונות. יעדער החלטה וואס ער מאכט, קען אפעקטירען מיליאנע מענטשען. זיין קאפ מוז בלייבען פארנומען מיט די גאר וויכטיגע נושאים פון דער וועלט. ווען ער וועט זיך פארען מיט א נערישע חסידישע רבי׳ס בויכווייטאג, הייסט׳ס א גרינגשעצונג פון זיין אמט. און דאס איז טאקע די טענה אויף די היינטיגע פרעזידענט וואס דרייט זיך אין דער ווייסע הויז ווי א קינד אין א קענדי סטאר.

ביבי נתניהו, ווי וויכטיג דער וועלט האלט איהם, פארעט זיך מיט א קליינער מדינה. ער דארף נישט האלטען חשבון מיט ריזיגע אינטעליגענץ חשבונות, און עקאנאמישע מיט לאקאלער חשבונות, ער האט נאר א קליינער מדינה מיט וואס זיך צו רעכענען, און דאס זיך פארען מיט א איד ווי דער בעלזער רבי איז קיין סתירה נישט דערצו. פארבס און איהר שעצונג מאכען גארנישט אויס אין דער טעמע.
קאפיש?

און דער ביבי פארטרעט נישט יעדער וואס שטיצט דער מדינה. רוב אידען קוקען נישט צו צו דער מדינה אלס זייער מדינה, נאר אלס א פלאץ ווי אסאך פון זייער ברודער אידען האבען אן אינטערעסע. און דאס איז בפרט דער ביבי וואס זוכט ניטאמאל צו פארטרעטען די לינקע. זיי האבען ווייניגער מיט איהם ווי דזשאן לואיס האט מיט טראמפ.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

ווי זעהסטו מיך שימפן?, מיט דיינע אלע ליטווישע פשעטלעך איז נאכאלץ ביבי נישט קיין פארגלייך צו דיבלאזיא, און דער פרעסטישפולע 'פארבס מאגאזין' פארשטייט נאך אזוי גיט ווי א ליטוואק פון בודהאפעסט מיט זיינע גרויסע reading comprehensions.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

פארבס פארשטייט בעסער, דו פארשטייסט נישט קיין פארבס און נישט מיר.

אגב, ווי האב איך עפעס געזאגט וועגען דעבלאזיא?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארבס פארשטייט בעסער, דו פארשטייסט נישט קיין פארבס און נישט מיר.

אגב, ווי האב איך עפעס געזאגט וועגען דעבלאזיא?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk



אה! הייסט עס אז דו האלטס בכלל נישט מיט די שמועס?, און דו האקסט אין טשייניק מיט דיינע לאגיקל פאליסיס, און די ביסט נאך דער גרויסער 'ריעדינ״ג קאמפעהענדא״ר?׳. איין מאל פאר אלעמאל הער וואס מ׳רעדט צו דיר פאר דו שימפסט, איז ביבי נתניהו דו זעלבע פארגלייך ווי א מעיאר אדער א גאווענאר פון א סטעיט? יא אדער ניין? אן קיין פשעטלעך, איך זאג אז ער איז אסאך העכער ווי א מעיאר פון ניו יארק אדער עני אנדערע שטאט אין אמעריקע, נישט אינערליך אין מדינת ישראל נאר גלאובעלי איז די פרעמעיר מיניסטער פון ישראל אין אסאך העכערע פאזיציע ווי א מעיאר אדער א גאווענאר פון אמעריקא, בעלזא קומט נישט אריין דא, ציונית קומט נישט אריין דא, דיינע בויך פשעטלעך וויפל אידן האבן ליב ביבי קומט אויך נישט אריין דא. איז ביבי אויף די זעלבע שעילף ווי דיבלאזיא אדער נישט?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

שליחה דורך דעת תורה »

דער אשכול רעדט זיך וועגן ביבי כלפי בעלז. נישט בעלז אין די וועלט, און נישט ביבי אין די וועלט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

החוקר האט געשריבן:
סמבטיון האט געשריבן:איי געס ער איז נישט סתם 'עפעס א חסידישע רבי'

אויב איז ער א "גרויסע" חסידישע רבי, שטימט יא? די האלטס אן אמעריקאנער פרעזידענט וואלט באזוכט עני חסידישע רבי.

אזעלכע עמי הארצים דא, קיינער דא געדענקט נישט ווען דער אמעריקאנער פרעזידענט (געדענק נישט וועלכע) האט אינמיטן זיין אמט געפארן באזוכן דעם חב"ד'סקער רבי זצ"ל?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ניין, רעיגען האט איהם געליידענט צום ווייסער הויז, האט ער גע׳ענטפערט ׳ניין, דו קום דא׳, ובזה נסתיים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

[tag]שבת אחים[/tag] גראדע איז ניו יארק פון די שפיץ וועלטס שטעט וואס האט אן עקאנאמישער און קולטורעזער השפעה אויף דער וועלט, א מעיער פון ניו יארק דארף אויך צו זיין א וועלט פיגור. כלפי גאווערנערס פון סתם שטאטן ביסטו גערעכט אז מען קען זיי נישט צושטעלן צו א פרעימיניסטער פון ישראל וואס איז פון די עיני העולם.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

moshav zekeinim האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag] גראדע איז ניו יארק פון די שפיץ וועלטס שטעט וואס האט אן עקאנאמישער און קולטורעזער השפעה אויף דער וועלט, א מעיער פון ניו יארק דארף אויך צו זיין א וועלט פיגור. כלפי גאווערנערס פון סתם שטאטן ביסטו גערעכט אז מען קען זיי נישט צושטעלן צו א פרעימיניסטער פון ישראל וואס איז פון די עיני העולם.


א מעיאר פון ניו יארק איז א גרויסע זאך, איך דיסעגרי אז א מעיאר פון ניו יארק איז א אינטרנאצינאלע פיגור, און ס׳קומט נאכאלץ ווייט נישט צו א פרעימער מינסטאר פון ישראל, די פרעימער מינסטאר פון ישראל ווערט באטראכט אין דער וועלט ווי די פארטרעטער פון די אידן וואס זענען זייער פאוערפול אין די וועלט. די פארבס מאגזין האט אים געלייגט אויף די ליסט פאר פרעימער מינסטארן און פרעזידענטן פון ריזיגע לענדער מיט אסאך אסאך גרעסערע פאפיולציע׳ס ווי אין ישראל, רוב פירערס פון לענדער אויף די וועלט האבן בכלל נישט געמאכט די ליסט. און די סיבה איז קלאר.

וועגן צי סאיז א גרויסע זאך פאר בעלזא ווייס איך נישט, אבער נישט קיין פארגלייך צו קיין מעיאר פון ניו יארק, בלומבערג איז אויך אויף די ליסטע אבער צוליב זייין געלט נישט אלץ זיין געוועזענע פאזיציע, קאטש, דיבלאזיא אדער זשוליאני וואלט קיינמאל נישט געמאכט די ליסטע פון די הונדרעט מערסטע פאוערפול מענטשען אויף די וועלט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך האב נאר געזאגט א סברה. טאמער איז דער פאקט אנדערש ווערט מיין השערה בטל.
אז מען רעדט שוין, אפשר ברענגסטו די ליסט פון די ערשטע דרייסיג. (ביטע נישט קיין לינק)
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פאריאר אין 2016 איז ער נומבער 20!

2016 מערסטע פאוערפול מענטשען אויף די וועלט לויט די פערסטישפולע ׳פארבס מאגזין׳.

#1 Vladimir Putin
President, Russia

#2 Donald Trump
President-elect, United States

#3 Angela Merkel
Chancellor, Germany

#4 Xi Jinping
General Secretary, Communist Party, China

#5 Pope Francis
Bishop of Rome, Roman Catholic Church

#6 Janet Yellen
Chair, Federal Reserve, United States

#7 Bill Gates
Cofounder, Bill & Melinda Gates Foundation

#8 Larry Page
CEO, Alphabet

#9 Narendra Modi
Prime Minister, India

#10 Mark Zuckerberg
Cofounder, Chairman and CEO, Facebook

#11 Mario Draghi
President, European Central Bank

#12 Li Keqiang
Premier, China

#13 Theresa May
Prime Minister, United Kingdom

#14 Jeff Bezos
CEO and Founder, Amazon.com

#15 Warren Buffett
CEO, Berkshire Hathaway

#16 Salman bin Abdulaziz Al Saud
King, Saudi Arabia

#17 Carlos Slim Helu & family
Honorary Chairman, América Móvil

#18 Ali Hoseini-Khamenei
Grand Ayatollah, Iran

#19 Jamie Dimon
CEO, JPMorgan Chase

#20 Benjamin Netanyahu
Prime Minister, Israel

#21 Elon Musk
Founder, CEO, Space Exploration Technologies Corp.

#22 Jeffrey Immelt
CEO, General Electric

#23 Francois Hollande
President, France

#24 Rex Tillerson
CEO, Exxon/Mob

#25 Christine Lagarde
Managing director, International Monetary Fund

#26 Lloyd Blankfein
CEO, Goldman Sachs Group

#27 Doug McMillon
CEO, Wal-Mart Stores

#28 Jack Ma
Founder and Executive Chairman, Alibaba Group

#29 Akio Toyoda
CEO, Toyota Motor

#30 Sergey Brin
President, Alphabet

#31 Charles Koch
CEO, Koch Industries

#32 Tim Cook
CEO, Apple

#33 Li Ka-shing
Chairman, CK Hutchison Holdings

#34 Larry Fink
Cofounder, CEO, BlackRock

#35 Rupert Murdoch & family
Chairman and CEO, News Corp

#36 Antonio Guterres
Secretary-General, United Nations

#37 Shinzo Abe
Prime Minister, Japan

#38 Mukesh Ambani
Chairman, Reliance Industries


#39 Khalifa bin Zayed Al-Nahyan
President, United Arab Emirates

#40 Jay Y. Lee
Vice Chairman, Samsung Electronics

#41 Ding Xuedong
Chairman, China Investment Corp, China

#42 Jim Yong Kim
President, World Bank

#43 Kim Jong-un
Supreme Leader, North Korea

#44 Abdel el-Sisi
President, Egypt

#45 Ma Huateng
Chairman and CEO, Tencent Holdings

#46 Michael Dell
Chairman and CEO, Dell

#47 Kuroda Haruhiko
Governor, Bank of Japan, Japan

#48 Barack Obama
President, United States

#49 Khalid Al-Falih
Minister of Energy, Industry and Mineral Resources, Saudi Arabia

#50 John Roberts
Chief Justice, U.S. Supreme Court, United States

#51 Satya Nadella
CEO, Microsoft

#52 Stephen Schwarzman
Chairman and CEO, Blackstone Group
Age

#53 Masayoshi Son
CEO, Softbank

#54 Enrique Pena Nieto
President, Mexico

#55 Michael Bloomberg
CEO, Bloomberg

#56 Recep Erdogan
President, Turkey

#57 Abu Bakr al-Baghdadi
Self-proclaimed caliph, Islamic State

#58 Alisher Usmanov
Founder, Metalloinvest
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
היסטאריקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1029
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2012 1:00 pm
האט שוין געלייקט: 1704 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 310 מאל

Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

שליחה דורך היסטאריקער »

דזאסט פאר אינפארמעישן, ווען די 2 סאטמארער רבי׳ס זענן געזעצן שבעה נאך זייער טאטע איז סענעטאר קלינטאן געקומען צו מהר"א (געווען ביי די רעבעצין) און גאווערנער קלינטאן גיווען ביי רז"ל

Sent from my LG-K120 using Tapatalk
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען..
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת עני הסבר? נתניהו איז דער צוואנציגסטער אויפן ליסטע, און באראק אבאמא דער 48'סטער?

לויט דעם חשבון וואלט ראפי די קינג געדארפט זיין עטליעסט נומער 19... נישט דא ווער זאל לאכן.

עקטשעלי ס'יא דא ווער...
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'איז געמאכט צו ליינען פון אונטן ארויף
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דער געוואגטער יונגעל האט געשריבן:שבת עני הסבר? נתניהו איז דער צוואנציגסטער אויפן ליסטע, און באראק אבאמא דער 48'סטער?

לויט דעם חשבון וואלט ראפי די קינג געדארפט זיין עטליעסט נומער 19... נישט דא ווער זאל לאכן.

עקטשעלי ס'יא דא ווער...


כפארשטיי באמת נישט דיין גרויס געלעכטער און גרויס וואונדער, דו טראכסט בכלל פאר דו שרייבסט?.

אבאמא איז געוועהן נומבער 1 אויף די ליסט ביז 2016, כבין נישט זיכער צו דו האסט געהערט די נייעס אבער ער איז שוין נישט פרעזידענט אף די יונטייטד סטעיטס און טראמפ האט איבערגענומען די מלוכה אלזא איז טראמפ נומבער צוויי אויף די ליסטע און אבאמא 48.

אינטערעסאנט בוש, קארטער, קלינטאן זענען בכלל נישט אויף די ליסטע, און סאיז נישטא ווער סזאל לאכן :? .

נ״ב סאיז נאכנישט די זמן ווי איך בין יעצט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:37 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מנוחה ושלוה »

חוץ לארץ רבנים האבן געשריבן איבערדעם? אזוי האט מען גערעדט היינט אין כולל דא אין מאנסי.
יואלי וואלפסאן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 09, 2016 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 67 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך יואלי וואלפסאן »

IMG-20170302-WA0236.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

זייער אינטערסאנט
מער קאלירפולע רבנים האבן אינטערגעשריבן קעגן בעלז, ווי דער קו"ק קעגן ר שטינמן וואס איז נישט לאנג צוריק ערשינען.
פארשפארט