ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טאמער א חסידישער רבי א גרויסע וואלט געזעצען שבעה אין אמריקה, און פאר ער מיט זיין שווענץ וואלט אנגעגאנגען בנפשם אז דער גאווערנער זאל קומען מנחם אבל זיין, וואלט עס דא אויך געשען. עי׳ ערך חב"ד
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט: נישט נאר ס'וואלט געשעהן. ס'איז טאקע ווירקליך געשעהן. ווען דער מעיאר פון נ.י. סיטי דזשאן וואגנער, און נאך איהם דער מעיאר קאנדידאט דזשאן לינדזי זענען אין אנדערע געלעגנהייטן געקומען באזוכן די סאטמאר'ע רבי הה"צ ר' יואל טייטלבוים זצ"ל...! און להבדיל, פון די ארנטליכע גויים, ווען דער מנוול ומוכה שחין עד קאטש דער האמא הידוע, איז געווען אויף א באזוך ביי דעם בעלזא' רב. נאר נאכדעם האט ער ,דער עוכר ישראל געמאכט ליצי ליצנות פון אלע ערליכע אידן, אין א ביכל וואס ער האט געשריבן...שר"י ימ"ש עפ"ל ארענדז"ש...
שיסט סטעיטמענטס אן קיין שום בעיקונג מיין פריינד, דו האסט נישט קיין שום הארטע באווייזן און דאטא צו וויסן וויפל אידן אויף די וועלט געבן א ש*ט פאר די מדינה, און דעס אז די ליבעראלע אידן דיסאגריען מיט די אקיופאציע מיינט נאכנישט אז זיי שטיצן נישט די איינציגסטע דעמקראטישע לאנד אין די מיטעל-איסט.
דו ביסט דאך צוקער זיס מיט דיין סטעיטמענט פארבס אהער פארבס אהין, איך ליטוואק אין מיין בעסמענט אין לעיקוואד ווייסט דאך בעסער ווי פארבס! וואס ווייסן זיי ? זיי דרייען זיך אויף קאווע שטיבל? אין פאקט ווען פארבס מאגזין שרייבט אז ער איז 26׳סטער מערסטע פאוערפול מענטשען אויף די וועלט האבן זיי נישט געמאכט אלע דיינע חשבונות? זיי שיסן סתם נעמען? אדער זיי טוהן זייער due diligence?.
מיין פוינט איז זייער קלאר, די ראש ממשלה פון מדינת ישראל איז א חשובער העכערע פיגור ווי די מעיאר אדער גאווענער פון ניו יארק! , וועגן אלע אנדערע פאליטיק-פארוואס ער האט מנחם אבל געוועהן דעם בעלזער און צי סאיז יא אדער נישט קיין כבוד, און ווער סהאט מעהר פארדינט פון דעם , נתניהו אדער בעלזא ווייס איך נישט, אבער די איין פוינט איז זיכער, נתניהו שטייט אין אסאך העכערע פלאץ ווי דיבלאזיא, ק׳מאן!-און נאר צו די איין נקודה איז געוועהן געוואנדען מיין פריערדיגע תגובה.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
דער אשכול רעדט זיך וועגן ביבי כלפי בעלז. נישט בעלז אין די וועלט, און נישט ביבי אין די וועלט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
[tag]שבת אחים[/tag] גראדע איז ניו יארק פון די שפיץ וועלטס שטעט וואס האט אן עקאנאמישער און קולטורעזער השפעה אויף דער וועלט, א מעיער פון ניו יארק דארף אויך צו זיין א וועלט פיגור. כלפי גאווערנערס פון סתם שטאטן ביסטו גערעכט אז מען קען זיי נישט צושטעלן צו א פרעימיניסטער פון ישראל וואס איז פון די עיני העולם.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim האט געשריבן:[tag]שבת אחים[/tag] גראדע איז ניו יארק פון די שפיץ וועלטס שטעט וואס האט אן עקאנאמישער און קולטורעזער השפעה אויף דער וועלט, א מעיער פון ניו יארק דארף אויך צו זיין א וועלט פיגור. כלפי גאווערנערס פון סתם שטאטן ביסטו גערעכט אז מען קען זיי נישט צושטעלן צו א פרעימיניסטער פון ישראל וואס איז פון די עיני העולם.
א מעיאר פון ניו יארק איז א גרויסע זאך, איך דיסעגרי אז א מעיאר פון ניו יארק איז א אינטרנאצינאלע פיגור, און ס׳קומט נאכאלץ ווייט נישט צו א פרעימער מינסטאר פון ישראל, די פרעימער מינסטאר פון ישראל ווערט באטראכט אין דער וועלט ווי די פארטרעטער פון די אידן וואס זענען זייער פאוערפול אין די וועלט. די פארבס מאגזין האט אים געלייגט אויף די ליסט פאר פרעימער מינסטארן און פרעזידענטן פון ריזיגע לענדער מיט אסאך אסאך גרעסערע פאפיולציע׳ס ווי אין ישראל, רוב פירערס פון לענדער אויף די וועלט האבן בכלל נישט געמאכט די ליסט. און די סיבה איז קלאר.
וועגן צי סאיז א גרויסע זאך פאר בעלזא ווייס איך נישט, אבער נישט קיין פארגלייך צו קיין מעיאר פון ניו יארק, בלומבערג איז אויך אויף די ליסטע אבער צוליב זייין געלט נישט אלץ זיין געוועזענע פאזיציע, קאטש, דיבלאזיא אדער זשוליאני וואלט קיינמאל נישט געמאכט די ליסטע פון די הונדרעט מערסטע פאוערפול מענטשען אויף די וועלט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
איך האב נאר געזאגט א סברה. טאמער איז דער פאקט אנדערש ווערט מיין השערה בטל. אז מען רעדט שוין, אפשר ברענגסטו די ליסט פון די ערשטע דרייסיג. (ביטע נישט קיין לינק)
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).