וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

פריש פון קריאת התורה די וואך וואו מיר האבן נארוואס געליינט איבער פרעה הרשע וואס האט אונטערדרוקט אונזער הייליג פאלק, בחומר ובלבנים, בפרך, וויל איך זיך אפשטעלן איבער אונזער היינטיגן אמעריקאנעם פרעזידענט וואס ווי א פרע אדם ער האט געטוהן א מעשה רשע די פארגאנגענע פרייטאג נאכמיטאג אום 4:42 נאכמיטאג צו צופרידנשטעלן זיין הונגעריגן עגא און זיינע קליינשטעטלדיגע שטיצער וואס ווילן האלטן אמעריקע פאר א ווייס/קריסטליך/ענגליש רעדענדע לאנד, און האבן אלע געפייערט זיגרייך ווען טראמפ האט צום ערשטן מאל דערמאנט ביי זיין קאמפיין אין די פריימעריז דעם קליינקעפיגע געדאנק וואס ער האט גערופן ''די מאסלים בען''.

ראשית כל דיבור, איך וויל קלארשטעלן, לב מלכים ושרים ביד השם, איך האף און איך בעט אז דער אייבעשטער זאל אריינבלאזן א רוח טהרה אין פרעזידענט טראמפ, ער זאל פירן דאס פאלק אז עס זאל נאר פון אים ארויסקומען חסד, צדק און יושר.

אביסל געבן צו פארשטיין פון וואס עס האנדלט זיך. פרעזידענט טראמפ האט פרייטאג נאכמיטאג אום 4:42 הארט פאר כניסת השבת אונטערגעשריבן אן 'עקזעקיוטיוו ארדער' (דאס איז נישט קיין געזעץ אבער דאס איז א סארט כח וואס א פרעזידענט האט צו טוהן עפעס וואס איז אין די אינטערעס פון נאציאנאלע זיכערהייט) וואס (1) פארביטעט אלע פליטים וואס אנטלויפן פון קריג צו קומען קיין אמעריקע אין די נעקסטע 120 טעג, (2) פליטים פון די סיריע קאנפליקט קענען בכלל נישט קומען קיין אמעריקע, און (3) פאר ניינציג טעג קען קיינער פון זיבן מדינות נישט אריינקומען קיין אמעריקע, אפילו זיי האבן א 'גרינ-קארד' דאס הייסט א לעגאלע וואוינרעכט אין אמעריקע, (ווי אויך מענטשן וואס האבן צוויי בירגערשאפטן צום ביישפיל קאנאדא-איראק) די מדינות זענען; איראן, איראק, ליביע, סאמאליע, סודאן, סיריע און תימן. די אלע לענדער האבן א מערהייט פון מוסלימענער באפעלקערונג.

די אויסרייד פאר דעם צודרייטן באפעל און נבל'ישען גזירה איז אז דאדורך וועט מען פארמיידן צוקונפטיגע טעראריסטישע אקטיוויטעטן אין אמעריקע. וואס ווי באקאנט איז דא אין די לעצטערע יארן זינט 9/11 אן אויפשטייג אין טעראריסטישע אקטיוויטעטן דורך פארשידענע ראדיקאלישע מוסלימענער גרופעס און דאס האט געהאט נאכווייען אין אסאך לענדער ליידער.

די טענה איז לעכעריג, די גזירה איז טיפשות'דיג און נאכמער, די גזירה איז אין קעגענזאץ צו יעדן מענטשליכע פארפליכטונג וואס א אדם ישר האט צו אנ'אנדער מענטש, סיי על פי תורה און סיי פון די אנגענומענע מאראלישקייטן וואס איז אנגענומען ביי ציוויליזירטע מענטשן.

קודם כל די טענה איז לעכעריג און קינדעריש, עס זענען פארהאן ניין-און-פערציג לענדער וואס פארמאגן א מערהייט מוסלימענער, און נאך צענליגע וואס האבן א מינאריטעט פון זיי, צוואנציג פראצענט פון די וועלטס בעפעלקערונג זענען מוסלימענער, פארוואס עפעס נאר זיבן לענדער? קלערט איינער אז דאס איז געמאכט געווארן צו העלפן איינעם? צוואנציג היידשעקערס פון סאודיע אראביע האבן איבערגענומען פליגערס פיל מיט ציווילע מענטשן צו נוצן אלס מלחמה אינסטרומענטן קעגן ציווילע מענטשן, אבער פון איראן? איראניש איז איראן אויפן ליסטע און סאדיע אראביע נישט. (ווער ס'ווייסט אביסל וועגן פרינץ אוואליד ווייסט אויך פארוואס...).

זיי רעדן אלע פון די טעראריסטישע אטאקע אין סען-בערנאדינא וואס האט פאסירט אריבער א יאר צוריק דורך א פארפאלק אין קאליפארניע וואס האט גע'הרג'ט פערצן מענטשן, די פראבלעם? דער מאן איז געווען אנ'אמעריקאנער בירגער און ביידע פון זיי האבן געשטאמט פון פאקיסטאן וואס איז נישט פון די זיבן לענדער. אומאר מאטין וואס האט אפאר מאנאטן שפעטער גע'הרג'ט ניין-און-פערציג מענטשן אין א קלאב אין פלארידא, איז געבוירן געווארן אין ניו יארק, אן אמעריקאנער בירגער.

די צווייטע נקודה איז די טיפשות פון דעם 'ארדער', ס'קען זיין אז דאס איז א געמישאכטס פון רשעות און טיפשות, אפשר גאר טיפשות'דיגע רשעות, ווייל דאס אפעקטירט אריבער א האלבע מיליאן מענטשן וואס וואוינען לעגאל אין אמעריקע פאר צענליגע יארן און קענען נישט יעצט ארויסגיין פונעם לאנד, נישט פאר געשעפטן, נישט פאר אקעדעמיע און נישט באזוכן פאמיליע, און דאס גלייכן, און נאך הונדערטער טויזענטער מענטשן, פראפעציאנאלן, דאקטורים פון פארשידענע לענדער ארום די וועלט וואס וויבאלד זיי זענען בירגער פון איינע פון די לענדער קענען זיי נישט אריינקומען קיין אמעריקע.

אבער דער עיקר פראבלעם איז די אוממענטשליכקייט און שלעכטקייט וואס ליגט אין די פארקרומטע באפעל (דאס איז נישט קיין געזעץ, דערפאר רוף איך עס באפעל).

אמעריקע איז א לאנד וואס איז געגאנגען אין מלחמות צו העלפן די אונטערדריקטע, אמעריקע איז געווען א לאנד וואס איז געווען שטאלץ צו העלפן באקירוועטע און האט געהאט די כבוד צו זיין דער וואס האט זיך אימער ארויסגעשטעלט פאר מענטשן-רעכטן. יעצט זענען זיי מהפך הקערה על פיה און שעמען זיך נישט צו זאגן אז זיי וועלן זיך אוועקדרייען פון צוקוקען צו די צער בעל החיים פון אומגליקליכע מענטשן וואס ווערן באלעסטיגט. פאר צענליגע יארן ווען מען האט נאר דערמאנט 'אמעריקע' פאר אנ'אונטערדריקטער צו אין אפריקע אין ראוואנדע אדער אין אייראפע אין פוילן האט זיך זיין באוויסן בארואיגט, ער האט געוואוסט אז ישועתו קרובה, גייט דער גס רוח און ער פאטאגראפירט נאך זיין מעשה רשע מיט א שטיינערדיג הארץ, בשעת מענטשליכע בלוט גיסט זיך, אומשולדיגע מענטשן ווערן געשעדיגט, ס'גייט אים נישט אן דאס אז מענטשן ווערן גע'הרג'ט און געפייניגט און לעבן אין פחד בלילות פון פארשאלטענע טעראריסטן, יעדער טעראריסט מיט זיין שיטה, דער שיסט צו מאכן געלט, דער פאר שנאה, דער פאר פאליטיק און דער פאר זיינע פרומע אידעעלאגיעס, און ס'זענען דא אומשולדיגע קינדער אנע עלטערן וואס זענען פארכאפט אינמיטן פון די געפעכט, ס'זענען דא מענטשן וואס פילן דעם ביטערן טעם פון טעראר טאג איין און טאג אויס, ארימע מענטשן וואס קענען נישט אנטלויפן, און וואס? נישט נאר וואס מען העלפט זיי נישט, נישט נאר וואס ער נעמט ארויס ביי זיי דאס ביסל האפענונג, נאר מען בויט א סדומישע שיטה פון רשעות און אומרעכט, מ'זיצט גלייכגילטיג על סיר הבשר, און מ'באשולדיגט זיי אז זיי אליין זענען טעראריסטן! מ'דערשרעקט דעם אייגענעם פאלק ווי כביכול דער סירישע קינד איז א רוצח, מ'מאכט דעם נרדף פארן רודף, דאס איז א גרויסער עוולה און געמיינקייט וואס מען טאר נישט פארשווייגן, מרשיע צדיק איז תועבת השם.


אונז, אלס אידן בני אברהם יצחק ויעקב, דער פאלק וואס איז געבענטשט געווארן אז מיר זענען רחמנים וגומלי חסדים, דארפן זיין אויפגעשוידערט ווען מיר הערן פון אזא היטלעריסטישע אומרעכט קעגן מענטשן וואס זענען אריבער צוואנציג פראצענט פון די וועלטס בעפעלקערונג. אונז דארף מיר זיך זארגן פאר א נרדף, אפגעזען פון וואו ער שטאמט, עס דארף אונז שטערן אז מען לייגט א שילד אויף פרידליכע שטילע מענטשן ווי גלייך זיי וואלטן געווען מאסן מערדער, מ'באהאנדלט מענטשן ווי עופות אין שטייג, ניין, דאס איז נישט נארמאל, דאס איז נישט מענטשליך; דאס איז חיושקייט. מה הוא רחום אף אתה רחום, עס איז א פליכט אויף א יעדן איד און אויף יעדן רעכטדענקענדען מענטש צו נישט שטיין גלייכגילטיג ווען מען ארעסטירט ארענטליכע און ערליכע מענטשן על לא עוול בכפם, מען פירט זיי ארום נישט ווי מענטשן - נאר ווי בהמות, מ'האלט זיי נישט פאר מענטשן - נאר פאר חיות. וגם דמם הנה נדרש.

יא, די אראבישע וועלט האט א פראבלעם פון טעראריזם, עס איז פארהאן א טייל וואס האבן א זייער ראדיקאלן שיטה, טעראריסטן וואס זענען מפקיר בלוט, מופקרים, רוצחים, שופכי דם נקי. אמעריקע דארף דאס פראבירן צו באקעמפן, מען דארף נאכגיין די ראדיקאלישע אימאם'ס און זוכן וויאזוי צו העלפן אז די יונגווארג זאל זיך נישט אנשטעקן אין די מגיפת הרוצחים אבער מיט יישוב הדעת, יושר און רחמנות. מען טאר אבער נישט צולאזן אז אנשטאט ארבעטן מיט שכל זיך צו לאזן פארפירן פון פאלשע געפילן, און קיינמאל אנשטאט נוצן די קאפ זאל מען נוצן די פעדער.

"הִגִּיד לְךָ אָדָם מַה טּוֹב וּמָה ה' דּוֹרֵשׁ מִמְּךָ, כִּי אִם עֲשׂוֹת מִשְׁפָּט, וְאַהֲבַת חֶסֶד, וְהַצְנֵעַ לֶכֶת עִם אֱלֹהֶיךָ"

(מיכה ו' ח')


[איך ווייס אז ס'זענען דא אזעלכע וואס טראכטן, וואס גייט דיך אן...? ס'דאך גוים. שלום עלי נפשי. וואס דארף דאס אנגיין פאר א איד? בעצם וויל איך מיך נישט מתייחס זיין צו אזא נארישע שלעכטיקייט, אבער איך וועל נאר שרייבן א קלייניקייט, עס שטייט אין אבות חביב 'אדם' שנברא בצלם (אבות ג' יד) מען רעדט אויך פון גוים. נינוה און סדום זענען נישט געווען קיין אידישע בעפעלקערונג אבער זעקת סדום ועמורה כי רבה.]

איך וויל איבערבעטן די חשובע ליינער, כ'האב דאס געשריבן בחיפזון און ס'קען זיין אז דאס איז נישט אזוי קלאר ארויסגעברענגט. ישמע חכם ויוסיף לקח.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חכם-לב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אזוי-גערופענער חכם לב: איך האב נאר געקענט ליינען דיין העסליכן מאמר ביז צו דעם 4'טן פאראגראף. ס'האט מיך געווארפן און גע'איבלט. און איך זיץ און שטוין וויאזוי א נארמאלער מענטש. א איד קען שרייבן אזעלכע געפערליכע שטותים והבלים. איך האב נאר איין עצה פאר דיר. מ'זאלל דיך אויפנעמען פאר איינעם פון די דזשאדזשעס אין די אינטערנאציאנאלע געריכט אין האאג. אדער פאר א שליח פונ'ם נייעם סקרעטערי דזשענעראל פון די יו-ען. אדער גאר א פאר וויקאר (טאמער וויסטו נישט וואס דאס מיינט , קענסטו עס נאכקוקן.) פונ'ם הייליגן פאטער דער פויפסט וועלכער איז שוכן כבוד אין וואטיקאן...! זיין הארץ גייט אויכעט אויס פאר די ארעמע, נעבעכדיגע פאלעסטינער... :roll:
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך דעת תורה »

ייש"כ חכם לב פאר די ווארעמע דיבורים וואס וועלן אוודאי עושה רושם זיין.

כ'קלער אז ס'איז גאר וויכטיג, אז מיר חרדי'שע אידן זאלן זיין נוטל חלק בראש צו באקעמפן די גזירה. ווייל אין די גאס הייסט דאס אז מיר זענען ציונים, רעכטע, אנטי מוסולמענער, ביגאט'ס, אנטי פרויען רעכטן. אויסער דעם תורה'דיגן און מענטשליכן חיוב, איז דאס א ספעציעלע געלעגנהייט צו איינקויפן אביסל גוט ווילן אין די אלגעמיינע גאס, פארבעסערן אביסל אונזער אימעזש. און אויף וויפיל מ'קוקט אונז אן אין די גאס פארטרעטער פונעם אייבערשטן און דאס יהדות (ווס. די אלגעמיינע אידישע וועלט), איז דאס אוודאי א קידוש ה' אויך.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די קעפל וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל איז זייער נעריש.
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

berlbalaguleh האט געשריבן:אזוי-גערופענער חכם לב: איך האב נאר געקענט ליינען דיין העסליכן מאמר ביז צו דעם 4'טן פאראגראף. ס'האט מיך געווארפן און גע'איבלט. און איך זיץ און שטוין וויאזוי א נארמאלער מענטש. א איד קען שרייבן אזעלכע געפערליכע שטותים והבלים. איך האב נאר איין עצה פאר דיר. מ'זאלל דיך אויפנעמען פאר איינעם פון די דזשאדזשעס אין די אינטערנאציאנאלע געריכט אין האאג. אדער פאר א שליח פונ'ם נייעם סקרעטערי דזשענעראל פון די יו-ען. אדער גאר א פאר וויקאר (טאמער וויסטו נישט וואס דאס מיינט , קענסטו עס נאכקוקן.) פונ'ם הייליגן פאטער דער פויפסט וועלכער איז שוכן כבוד אין וואטיקאן...! זיין הארץ גייט אויכעט אויס פאר די ארעמע, נעבעכדיגע פאלעסטינער... :roll:

אנ'עצה קען איך אייך געבן, ליינט ווייטער, אפשר וועט עס אייך העלפן פארשטיין עפעס. חכם אינו נכנס לתוך דברי חברו (אבות ה' ז')
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חכם-לב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

שלום שטיסל האט געשריבן:די קעפל וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל איז זייער נעריש.

א דאנק פארן לאזן וויסן אייער מיינונג.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער שיין אראפגעלייגט [tag]חכם-לב[/tag], מ'דארף אבער קענען אנקוקן די זאך אביסל ברייטער, איך בין אויך געוווען אנטוישט ווען טראמפ האט געווינען די נאמענאציע אבער דאס מאכט נישט אוועק אלע זיינע פאלעסיס.

איך האלט אז מ׳קען נישט אנרופן די זאך רשעות און אוודאי נישט טיפשות, און סטאטיסטיקס פון לעצטערע טעראר אטאקעס אין אמעריקא ווייזט נישט אויף אז די אפהאלטן מוסלעמענער פון ראדיקאלע פלעצער אריינצוקומען אין אמעריקא איז טיפשות׳דיג, ס׳איז סך מער טיפשות׳דיג ווען מ׳ווארט ביז ס׳וועט זיין אפאר טראק אטאקעס ווי אין איירופע און דערנאך טוהן וואס מ׳דארף, איזה חכם הרואה את הנולד.

אוודאי איז אמעריקא א לאנד פון אימיגראנטס און דארף אריינלאזן אנדערע, נאכדערצו ווען זיי זענען אין א סכנה ביי זיי אין לאנד, אבער און די זעלבע צייט דארף אמעריקא באשיצן אירע בירגער. ס'איז קלאר אז די וועלט גייט דורך א שווערע תקופה, די מוסלעמענישע פליטים אדער אזעלכע וואס מישן זיך אויס מיט די פליטים, זייען אן חורבנות אין איירופע, אלץ פרעזידענט אין אמעריקא קען טראמפ נישט צולאזן אז די זעלבע זאך זאל זיך דא אפשפילן, מ׳קען פארשטיין אזא געדאנק פון נישט אריינלאזן מענטשן וואס קומען פון ראדיקאלע פלעצער פאר א קורצע צייט, ביז מ'קומט אויף מיט א פרודוקטיווע מיטל וויאזוי נאכצוקוקן די פארגאנגעהייט פון די פליטים, און דערנאך צוריקעפענען די טויערן.

ס'איז נישט די ערשטע מאל וואס אזא זאך ווערט געטוהן אין אמעריקא, 2011 אונטער אבאמא'ס זייגער איז עס אויך געטאהן געווארן ווען די סטעיט דעפרטמענט האט פאר זעקס חדשים (די זעלבע נומבער פון צייט ווי די יעצטיגע עקזעקטיוו ארדער) נישט אריינגעלאזט קיין פליטים פון איראק, און קיינער האט דעמאלטס נישט פארפירט. מ׳קען דאס נישט פארגלייכן דאס נישט אריינלאזן דעם איד ביי די צווייטע וועלט קריג, דער איד האט נישט געברענגט קיין שום סכנה מיט זיך, דער מוסלעמענער ברענגן א קלארע סכנה מיט זיך, אין איירופע האבן זיי שוין געהארגעט הונדערטער.

------------------
חכם-לב האט געשריבן:
שלום שטיסל האט געשריבן:די קעפל וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל איז זייער נעריש.

א דאנק פארן לאזן וויסן אייער מיינונג.

כ'האב נישט געמיינט גארנישט פארזענדליך, איך פיל אז דאס איז געזאגט געווארן צו אונז אידן, און ס'איז א אומפאסיגע פסוק צו נוצן אלץ א מליצה אויף א צווייטע פאלק
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

20170128_220228.jpg
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

@שלום שטיסל די סטאטיסטיק וואס איר דערמאנט איז מיר נישט באקאנט, אדרבה איך בין נייגעריג דאס צו זעהן.

* איך האב ארויסגעברענגט אז דאס וואס ער האט געטוהן האט נישט קיין שום אפפעקט איבער טעראר, די שארלי העבדא רוצחים אין פראנקרייך זענען געווען פראנצויזן און די וועלכע כ'דערמאן זענען קיינער פון זיי נישט געקומען פון די מדינות. נאר וואס דען? דאס נוצט ער פאר פאליטיק, ווייל זעסט דאך אז פון סאודיע אראביע לאזט ער אריין...

* קיינער רעדט נישט פון אריינברענגען טויזנטער אויפאמאל, יעדער פארשטייט אז ס'דא א זאך וואס הייסט א קולטור שאק. א סירישע פליט נעמט היינט צוויי יאר (!!!) ביז ווילאנג אמעריקע נעמט זיי אן. דאס דארף שנעלער ווערן.

* קודם קומט מען אויף מיט די פראדאקטיווע מיטל, מען רעדט פון מענטשן.

* איבער די אבאמא אדמיניסטרציע'ס פאליסיס פון 2011 ווייס איך נישט, דארף איך דאס נאכקוקן. די מלחמה אין איראק האט ער גע'ענדיגט אין 2011.

* דאס אז די מוסלימענער ברענגט א סכנה מיט זיך איז אן אויפגעבלאזענע ליגנט, דא איז יא דא נומבערס מיט סטאטיסטיקס. (ס'דערמאנט מיך פון מענטשן וואס האבן מורא צו פארן מיט א פליגער) לויט דעם וואלט מען ליבערשט געדארפט מאכן א ''קאר בען'' ווייל א קאר איז א גרעסערע רוצח ווי א מאסלים.
באניצער אוואטאר
ביבער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 29, 2012 3:12 pm
האט שוין געלייקט: 839 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1026 מאל

שליחה דורך ביבער »

א ניו יארקער דזשאדזש האט ארויסגעגעבן א סטעי אויפ'ן עקזעקיוטיוו ארדער, זאגנדיג אז עס אומקאנסטיטוציאל. די קלאגע איז אריינגעגעבן געווארן דורך ACLU רעפרעזינטירנדיג עטליכע באטראפענע אימיגראנטן. ס'איז ערווארטעט מאנטאג צו גיין פאר'ן קאורט.

היסטארי איז אין די מעיקינג. קוקנדיג פון א פאליטיקל (-גארווערמענט) פערפעסקטיוו איז אינטערעסאנט צוצוקוקן וויאזוי די אמעריקאנער סיסטעם קאכט זיך אויס. די ליבעראלן קוקן אן טראמפ אלס א פאטענציאלער אויטאקראט גענוי דער פון וועם די טאטעס האבן אזוי מורא געהאט. ACLU דירעקטאר האט רעאגירט זאגנדיג:
"Our courts today worked as they should as bulwarks against government abuse or unconstitutional policies and orders. On week one, Donald Trump suffered his first loss in court"
I may not agree with what you say, but I will defend to the death your right to say it. - Voltaire
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חכם-לב האט געשריבן:@שלום שטיסל די סטאטיסטיק וואס איר דערמאנט איז מיר נישט באקאנט, אדרבה איך בין נייגעריג דאס צו זעהן.

איך האב ארויסגעברענגט אז דאס וואס ער האט געטוהן האט נישט קיין שום אפפעקט איבער טעראר, די שארלי העבדא רוצחים אין פראנקרייך זענען געווען פראנצויזן און די וועלכע כ'דערמאן זענען קיינער פון זיי נישט געקומען פון די מדינות. נאר וואס דען? דאס נוצט ער פאר פאליטיק, ווייל זעסט דאך אז פון סאודיע אראביע לאזט ער אריין...

קיינער רעדט נישט פון אריינברענגען טויזנטער אויפאמאל, יעדער פארשטייט אז ס'דא א זאך וואס הייסט א קולטור שאק. א סירישע פליט נעמט היינט צוויי יאר (!!!) ביז ווילאנג אמעריקע נעמט זיי אן. דאס דארף שנעלער ווערן.

קודם קומט מען אויף מיט די פראדאקטיווע מיטל, מען רעדט פון מענטשן.

איבער די אבאמא אדמיניסטרציע'ס פאליסיס פון 2011 ווייס איך נישט, דארף איך דאס נאכקוקן. די מלחמה אין איראק האט ער גע'ענדיגט אין 2011.

דאס אז די מוסלימענער ברענגט א סכנה מיט זיך איז אן אויפגעבלאזענע ליגנט, דא איז יא דא נומבערס מיט סטאטיסטיקס. (ס'דערמאנט מיך פון מענטשן וואס האבן מורא צו פארן מיט א פליגער) לויט דעם וואלט מען ליבערשט געדארפט מאכן א ''קאר בען'' ווייל א קאר איז א גרעסערע רוצח ווי א מאסלים.
Sent from my STV100-1 using Tapatalk

סטאטיסטיקס מיין איך דאס וואס די זאגסט אז די לעצטערע טעראר אטאקעס אין אמעריקא איז נישט געווען דורך אראבער פון די לענדער וואס זענען אין די מאסלום בען. און ווי געזאגט אז דאס מאכט נישט אויס ווייל אין איירופע האבן אראבער פון די פלעצער יא אנגעמאכט חורבנות.

אוודאי דארף שנעלער ווערן די פראסעס פון אריינלאזן פליטים אבער נישט דאס איז די רעדע דא, דער פרעזידענט מיט אסאך אנדערע באאמטע האלטן אז מ'קוקט נישט געהעריג נאך די רעקארדס פון די פליטים וואס מ'לאזט אריין.

די מוסלימענער פון סיריע ברענגן א קלארע סכנה מיט זיך, ווייל צווישן זיי איז אויסגעמישט אזעלעכע וואס זענען אנגעשלאסן אין אייסיס, ווי מ'האט געזעהן ביי די אטאקעס אין איירופע, אוודאי מיינט דאס נישט אז די גאנצע מוסלעמענער פאלק זענען רוצחים, אבער ס'איז קלאר דא אסאך רוצחים אויסגעמישט מיט די פליטים. (דיין היקש צו קארס און פליגערס איז נישט עפעס צו וואס איך וויל זיך באציען)
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

@שלום שטיסל ביטע דייטעט אן די טעראר אטאקעס פון אימיגראנטן פון די זיבן מדינות אין די לעצטע דריי יאר.

וואס די פרעזידענט האלט איז כעפרא דארעא צו וואס די פאקטן זענען. ביטע ליינט איבער ווי שווער עס איז אריינצוקומען קיין אמעריקע אלס רעפיוג'י. די ניו יורק טיימס האט דאס באשריבן.

Sent from my STV100-1 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

די 7 לענדער זענען נישט אויסגעקליבן געווארן דורך טראמפ, נאר דורך די אבאמא אדמיניסטראציע. אינעם עקזעקיוטיוו ביל וואס טראמפ האט אונטערגעשריבן ווערן די אלע לענדער חוץ סיריע בכלל נישט דערמאנט, נאר רעפערירט צו געוויסע סעיפים פון אבאמא'ס היימלאנד זיכערהייט רעקאמנדאציעס וואס האט אריימגענומען די לענדער וואס שטיצן טעראר.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך קל וחומר »

חכם, אלס וועט מען דן זיין די נוצן לעומת די שאדן וואס עס ברענגט.
א קאר ברענגט גאר אסאך נוצן צום מענטשהייט לעומת זה מאכט זיך אויך עקסידענטס, עכ"ז פארשטייט יעדער אז די נוצן איז פילפאכיג גרעסער ווי די שאדן (אודאי ארבעט מען אויך אויף סעיפטי).

די מוסלומענער האבן חוץ פון שמוציגע וואסער גארנישט דעליווערט פארן וועלט. זיי דרייען זיך מיט א קוראן וואס קען זייער גרינג איבערצייגן איר גלויביגער און נאכפאלגער צו טוהן מעשי רשע דאס איז דער פשוטער מוסלעמענער. אפגערעדט די ראדיקאלע.

די מציאות האט געוויזן אז די אראבער קענען זייער גרינג ווערן ראדיקאל.
דאס אז עס זענען פארהאן שלעכטע מוסלעמענער אין אמעריקע איז נאכנישט א תירוץ אריינצולאזן יעדער פליט בלויז ווייל ער האט נאכנישט געוויזן וואס ער קען אלס.
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך חכם-לב »

ליפא האט געשריבן:די 7 לענדער זענען נישט אויסגעקליבן געווארן דורך טראמפ, נאר דורך די אבאמא אדמיניסטראציע. אינעם עקזעקיוטיוו ביל וואס טראמפ האט אונטערגעשריבן ווערן די אלע לענדער חוץ סיריע בכלל נישט דערמאנט, נאר רעפערירט צו געוויסע סעיפים פון אבאמא'ס היימלאנד זיכערהייט רעקאמנדאציעס וואס האט אריימגענומען די לענדער וואס שטיצן טעראר.


עס מאכט עס נישט ווייניגער געמיין, אדער ווייניגער נאריש.
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

דו געסט דעמאגאגיש אנצוהערן פארוואס טראמפ זאל נישט האבן ארויפגעלייגט סאדיו אראביע אויפן ליסט. דאס צופאלט
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך דעת תורה »

קל וחומר האט געשריבן:חכם, אלס וועט מען דן זיין די נוצן לעומת די שאדן וואס עס ברענגט.
א קאר ברענגט גאר אסאך נוצן צום מענטשהייט לעומת זה מאכט זיך אויך עקסידענטס, עכ"ז פארשטייט יעדער אז די נוצן איז פילפאכיג גרעסער ווי די שאדן (אודאי ארבעט מען אויך אויף סעיפטי).

די מוסלומענער האבן חוץ פון שמוציגע וואסער גארנישט דעליווערט פארן וועלט. זיי דרייען זיך מיט א קוראן וואס קען זייער גרינג איבערצייגן איר גלויביגער און נאכפאלגער צו טוהן מעשי רשע דאס איז דער פשוטער מוסלעמענער. אפגערעדט די ראדיקאלע.

די מציאות האט געוויזן אז די אראבער קענען זייער גרינג ווערן ראדיקאל.
דאס אז עס זענען פארהאן שלעכטע מוסלעמענער אין אמעריקע איז נאכנישט א תירוץ אריינצולאזן יעדער פליט בלויז ווייל ער האט נאכנישט געוויזן וואס ער קען אלס.


זייער גוט ארויסגעברענגט די סעלפישע און איגנאראנט ווייט פריוויליזש מענטשן.

#גרויליג
#שלא עשני גוי
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך חכם-לב »

קל וחומר האט געשריבן:חכם, אלס וועט מען דן זיין די נוצן לעומת די שאדן וואס עס ברענגט.
א קאר ברענגט גאר אסאך נוצן צום מענטשהייט לעומת זה מאכט זיך אויך עקסידענטס, עכ"ז פארשטייט יעדער אז די נוצן איז פילפאכיג גרעסער ווי די שאדן (אודאי ארבעט מען אויך אויף סעיפטי).

די מוסלומענער האבן חוץ פון שמוציגע וואסער גארנישט דעליווערט פארן וועלט. זיי דרייען זיך מיט א קוראן וואס קען זייער גרינג איבערצייגן איר גלויביגער און נאכפאלגער צו טוהן מעשי רשע דאס איז דער פשוטער מוסלעמענער. אפגערעדט די ראדיקאלע.

די מציאות האט געוויזן אז די אראבער קענען זייער גרינג ווערן ראדיקאל.
דאס אז עס זענען פארהאן שלעכטע מוסלעמענער אין אמעריקע איז נאכנישט א תירוץ אריינצולאזן יעדער פליט בלויז ווייל ער האט נאכנישט געוויזן וואס ער קען אלס.


סלח נא על קל וחומר.

אייער בליק און צוגאנג צו די לעבנס ווערט פון 1.5 ביליאן מוסלימענער איז נישט לפי רוח היהדות והאנושיות, איך בעט אייך איבער אבער איך וועל נישט מגיב זיין אויף דעם זעלבסט. איך וואלט אייך נאר געזאגט אז יעדע רשע אין היסטאריע האט זיך מצדיק געווען מיט די כביכול'דיגע שאדן וואס דער אנדערע פאלק ברענגט.
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך חכם-לב »

ליפא האט געשריבן:דו געסט דעמאגאגיש אנצוהערן פארוואס טראמפ זאל נישט האבן ארויפגעלייגט סאדיו אראביע אויפן ליסט. דאס צופאלט


דאס ברענגט ארויס די לעכערדיגקייט און טיפשות פון די איינרעדעניש אז ער גייט אנכאפן די וועלט מיט זיינע צוויי (קליינע) הענט און נישט צולאזן קיין טעראר אטאקעס.
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך חכם-לב »

העניך האט געשריבן:זייער שיין הרב [tag]חכם-לב[/tag]. דאס איז א ביטערע אנטוויקלונג, און א טראגעדיע פאר טויזנטער געפייניגטע פליטים איבער דער וועלט.

צום באמערקן אז די גזירה האט טראמפ אונטערגעשריבן אין סאמע יום הזכרון פאר'ן האלאקאסט.


Washington (CNN)The White House statement on International Holocaust Remembrance Day didn't mention Jews or anti-Semitism because "despite what the media reports, we are an incredibly inclusive group and we took into account all of those who suffered," administration spokeswoman Hope Hicks told CNN on Saturday.

Hicks provided a link to a Huffington Post UK story noting that while 6 million Jews were killed by the Nazis, 5 million others were also slaughtered during Adolf Hitler's genocide, including "priests, gypsies, people with mental or physical disabilities, communists, trade unionists, Jehovah's Witnesses, anarchists, Poles and other Slavic peoples, and resistance fighters."

http://edition.cnn.com/2017/01/28/polit ... index.html
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

דעת תורה האט געשריבן:זייער גוט ארויסגעברענגט די סעלפישע און איגנאראנט ווייט פריוויליזש מענטשן.
#גרויליג
#שלא עשני גוי

איך בין נישט איינשטימונג מיט די סטעיטמענט פון [tag]קל וחומר[/tag] אז די מוסלומענער האבן חוץ פון שמוציגע וואסער גארנישט דעליווערט פארן וועלט, אבער אזויפיל ווייס איך אז זייער קוראן הייסט הרגענען די כופרים, דעריבער קען איך נישט אוועקמאכן זיין פאלגענדע סטעיטמענט, און איך האלט נישט אז ס'איז ראסיסטיש אדער איגנאראנט אזוי צו זאגן זייט דאס איז אזאך וואס זיי האלטן פאר א מצוה.
קל וחומר האט געשריבן:זיי דרייען זיך מיט א קוראן וואס קען זייער גרינג איבערצייגן איר גלויביגער און נאכפאלגער צו טוהן מעשי רשע דאס איז דער פשוטער מוסלעמענער. אפגערעדט די ראדיקאלע. די מציאות האט געוויזן אז די אראבער קענען זייער גרינג ווערן ראדיקאל.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

יוסי געשטעטנער האט עס זייער גוט ארויסגעברענכט אין אני טוויט. ער שרייבט אז 6 פון די 7 לענדער האבן את בען אויף אידן און טאמער שטערט עס דיר נישט זאלסטי נישט קומען דרייען א קאפ איבער די בען אויף אימיגראנטן פון טעראריסטיש אינפאלטרעיטעט מדינות.
חוץ מזה איז די עקזעקיוטיוו ארדער בלויז צייטווייליג ביז די גאווערמענט פיגערט אויס אן אפעקטיווע וועג צו פארזיכערן אז ראדיקאלן כאפן זיך נישט אריין אין לאנד. אזא זאך דויערט צייט און טאמער ליידן אומשילדיגע מענטשן דערפון איז פארפאלן, מ'קען אבער נישט צולאזן אז די בוז איצטיגע פאליסיס זאלן אנגיין ווייל יעדן טאג ריזיקירט מען אז א טעראריסט קען זוך אריינכאפן און אנמאכן א בכי' לדורות
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

rps20170129_014233.jpg

:D
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
פארשפארט