סמבטיון האט געשריבן:פון וואספארא פילם רעד מען דא? קען איינר אריינקומען מיט דעטאלן?
איך ווייס אויך נישט פונקטליך, אבער ס'איז עפעס א פילם בנשיאות די סקווערער רבי און ליפא שמעלצער.
yatzmachp האט געשריבן:
צווייטנס, איז סתם א געלעכטער פון ליפא'ס גיין אין קאלעדזש. קודם זעה איך נאך נישט וואס ער האט זיך דערלערנט. איך האף אז ער וועט נישט צום סוף אויסקוקן ווי פרימט גאלדבערגער וואס נאכן זיך דערלערנען און באקומען א קאלעדזש דעגרי האט זי גענומען איר מאמע'ס אומנות און אנגעהויבן צו פארקויפן קאקאש קעיק. אדער פרידא וויזל וואס איז געגאנגען אין קאלעדזש און צום סוף מוז זי מאכן פרנסה פון ארימטראגן מענטשן אויף טורס אין וויליאמסבורג. און די חסידים זענען נעבעך אן עדיוקעישן. נישטא ווער עס זאל לאכן.
יהושע חיים האט געשריבן:https://vimeo.com/201738099
יהודי פשוט האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו מושב זקנים וואלט ווען געוועהן אזוי באזארגט פאר די מאמע ווען די מעשה וואלט געוועהן פארקערט אז די מאמע וואלט געווארן פרומער פון די גאנצע משפחה און לכבוד דעם באקומען א גט און שי קינדער וואלטן נישט געוואלט האבן קיין שייכות מיט איר און איר נישט גע׳לאדענט צו שמחות, דעמאלטס וואלט מושב זקנים אויך אזוי שטארק מיט געשפירט די צער, און וואלט ווען דעמאלטס ליפא שמעלצער אויך אזוי מיט געשפירט די צער... אדער פשוט מען נעמט זיך אן פאר דער וואס איז אוועק געגאנגען פון די מסורת האבות אוועק געגאנגען פונעם בורא כל עולמים וכו׳ וכו׳, איך זאג נישט אז מען איז גערעכט פארן איר נישט רופן צום חתונה אבער מען דארף קודם וויסן וואס דארט גייט פאר, וואס איז מיט די קינדער, אפשר קענען זיי זיך מיט א מאמע וואס קוקט אזוי אויס, ווער ווייסט וויפיל בזיונות זיי האבן געליטן א גאנץ לעבן א דאנק דעם וואס דאס איז זייער מאמע, און יעצט אין די נאכט פון די חתונה זענען זיי מחוייב ווייטער צו ליידן, ווער האט דאס אפגעמאכט, פארוואס דארף דאס אזוי זיין, ווער זאגט אז די מאמע׳ס צער איז מער פון די צער פון די קינדער????