קליינע רעבעלע האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:די מעשה מיט די קדושים מוז נישט זיין נישט אמת. דער מעשה האט מען שוין דערציילט אין די לאגערען. קיינער ווייסט נאר נישט פעסטשטעלען די מעשה.
אין איינע פין הרב דאמב ספרים ווייזט ער אויף אז די גאנצע מעשה איז נישט געשטויגן און געפלויגען
ער זאגט דאס איז פשוט געווען א פראפעגאנדע פין דע אגודה
אה, און וואס איז מיט זיין פארקערטע פראפגאנדע?
דער לעצטער מענטש צו גלייבן ווען עס קומט צו די ענינים איז ער...
אז מען רעדט: ער האט אמאל געזאגט פאר זיין ידיד פון לובלין) פאלטישאנער רב, בנוגע די לאקאלע בחירות און ארץ ישראל, וואו ער האט אידן לוחם געווען קעגן סאטמארער רב, צווי שטארקע נקודות, פון וואס מען קען אביסל ארויסהאבן זיין מהלך המחשבה.
1) אויפן עצם ענין, וואס ער מאכט אזוי איבערקערניש, האט ער אים געזאגט: איך ווייס דען נישט אז עס איבערגעטריבן, מען דארף אבער טוהן וואס מען פיהלט עס פעהלט אויס.
2) וועגן סאטמארער רב, איך גיי נישט מיט אים ווייל איך האלט אזוי ווי ער, ער איז פשוט דער נענטסטער גדול צו מיין שיטה.