א גוט מארגן.
פאר איך וועל אדרעסירן @אישתישבי וויל איך קלארשטעלן אפאר זאכן.
ווען מען וויל אידענטיפיצירן אן אורזאך פון א געוויסע זאך, דארף עס ארבעטן דורך די פראצעס פון אויסשליסן זאכן. אלו שמילאו כריסם בש''ס ווייסן וואס דאס מיינט, לא הרי זה כראי זה, ממילא מוז מען זוכן די דינסטע צד השווה, ווייל אויב מען זוכט די דיקסטע איז דאך דא א מקום צו מאכן א טעות, מ'זוכט אייביג די סיבת ההיתר או האיסור, איך וועל געבן א ביישפיל, און דערנאך וועלן מיר גיין צום נמשל.
מיר ווייסן אז צו רייכערן ציגערעטלעך איז נישט געזונט, דאס האט די גאנצע מעדיצינישע וועלט אנערקענט, דאס הייסט, מענטשן וואס רייכערן ווערן קראנק און שטארבן יונגער פון אנדערע מענטשן. יעצט אבער קען מען נאכנישט מאכן א מסקנה ''וואס'' אין די ציגערעטל טוט עס, ס'קען זיין די 'טאר', די 'ניקאטין', די 'טאבאק', די 'מערקורי' און אזוי נאך צענליגע באשטאנדטיילן וואס ליגן אינעם ציגערעטל. ממילא צו אנקומען צום ווארצל פונעם פראבלעם דארף מען אנהייבן א פראגע פראצעס פון 'עלימינירן' זאכן וואס זענען נישט די פראבלעם. ווי אויך למשל, א מענטש האט א צובראכענעם קאר, ס'קען זיין פארשידענע אורזאכן דערצו, גייט מען דורך איינס, איינס ביז מען אידענטיפיצירט דעם פראבלעם.
יעצט צום נמשל, און צו @אישתישבי - די ענטפער צו דיין פראגע צום קעגנער פון טראמפ'ס פאליסי איז פשוט כביעתא בכותחא, ס'איז דא א פראבלעם, און איך וויל נישט אונטערשאצן די פראבלעם, מוסלימענער עקסטרעמיזם פראדאצירט רוצחים, טעראריסטן. דאס איז קלאר אז זיי אלע זענען מוסלימענער. אבער יעצט לאמיר אריינקריכן אין די נומערן, לויט פיו ריסערטש זענען דא ארום 106,000 מוסלימענער אין די וועלט וואס האבן טעראריסטישע געדאנקן, דאס מיינט ווייניגער פון צען פראצענט פון א האלבע פראצענט פון די וועלטס מוסלימענער באפעלקערונג, ארום 0.007% פון די גלאבאלע מוסלימענער באפעלקערונג! אוקעי, דארפן מיר זעהן וואס מאכט דעם פראבלעם. לאמיר קוקן ווייטער, אפשר זענען זיי נאר סוני אדער נאר שיעייט, ניין, ביידע האבן דאס. שוין, איז אפשר וואוינען די האלבע פראצענט דווקא אין מוסלימענער לענדער, ניין, לאו דווקא, ס'זענען דא פון זיי אין בריסל, אין ענגלאנד, אין פראנקרייך און יא, אויך אין אמעריקע. אפשר זענען דאס נאר מענטשן וואס שטיצן שאריע געזעץ? ניין. אפשר איז דאס נאר פון געוויסע לענדער? ניין. אפשר איז דאס א געבוירענע קראנקייט? ניין. האט דאס עקזיסטירט מיט צוויי הונדערט יאר צוריק? ניין. זענען אלע טעראריסטן פאר די זעלבע סיבה, פון די זעלבע גרופע, די זעלבע אידעעלאגיעס, די זעלבע אינטערעסן, תלמידים פון זעלבן רבי'ן? ניין. נאר וואס יא, דאס זענען יונגע מענטשן וואס געוויסע אימאם'ס און לערער פארדרייען זיי די קאפ, און ס'איז נישט א פראבלעם דאס אז זיי זענען מוסלימענער.
איך הער שוין ווי דו שרייסט, יא, אבער די צד השווה איז אז זיי זענען אלע מוסלים! - די ענטפער איז פשוט, און כ'האף אז דו האסט עס נישט עכט געפרעגט, די רעליגיע איז די געצייג, דער ביקס, וויאזוי מ'מאכט זיי עקסטרעם. נישט די רעליגיע מאכט זיי עקסטרעם. והא ראיה ס'איז אזוי קליין... ממילא צו זאגן אז מ'זאל נישט אריינלאזן מאזלימס איז אנ'איבערגעטריבענעם אויבערפלעכליכע שטות.
אין אמעריקע זיצט איין פראצענט פון די באפעלקערונג אין תפיסה, זאל מען נישט אריינלאזן קיין מענטשן וועגן פון יעדע הונדערט איז מסתמה דא א קרימינאל?
אלע ראסיסטן קעגן שווארצע וואס האבן אויכעט פראדוצירט א שיינע מספר רוצחים אין די לעצטע פאר יאר זענען געווען ווייס, זאל מען נישט אריינלאזן קיין ווייסע?
אלע מענטשן וואס האבן גע'הרג'ט מענטשן מיט ביקסן זענען געווען, מענטשן, נא, איז אפשר זאל מען נישט אריינלאזן מענטשן?
פון אלע טראמפ שטיצער מיט וועם איך האב גערעדט איבער דעם (ס'זענען נאך פארהאן עטוואס נארמאלע, ליידער), האבן זיי גענוצט א חלק פון די אזויגערופענע תירוץ אז "ס'איז נאר צייטווייליג", אויב מען דארף דאס ענטפערן אזוי, פארשטייען זיי אלע אז דאס איז אן אומרעכט, נאר מכלומר'שט א נויטוויכטיגע אומרעכט. און דאס איז אנ'אויפגעטריבענע ליגנט, ס'איז נישטא קיין קריזיס וואס אפשטעלן מענטשן וועט אפשטעלן די קריזיס, דאס איז א בן בנו של פרעה, המן וזשאסעף געבלס פון הבה נתחכמה לו פן ירבה.
אלא מאי, דא ליגט א פארדארבענעם נאציאנאליזם פון וואס יעדע איד דארף אנטלויפן כמטחווי קשת.
יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן והמשכיל יבין.
דא קענט איר אביסל ליינען נומבערס איבער די מוסלימענער וועלט.
http://www.pewresearch.org/fact-tank/20 ... the-world/עס איז נאך דא נאך עטליכע אומרעכטן וואס דאס טוט, איך האב זיי ערווענט אין קורצן מיין ערשטן תגובה. תן לחכם ויחכם עוד.