וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך קל וחומר »

חכם-לב האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:חכם, אלס וועט מען דן זיין די נוצן לעומת די שאדן וואס עס ברענגט.
א קאר ברענגט גאר אסאך נוצן צום מענטשהייט לעומת זה מאכט זיך אויך עקסידענטס, עכ"ז פארשטייט יעדער אז די נוצן איז פילפאכיג גרעסער ווי די שאדן (אודאי ארבעט מען אויך אויף סעיפטי).

די מוסלומענער האבן חוץ פון שמוציגע וואסער גארנישט דעליווערט פארן וועלט. זיי דרייען זיך מיט א קוראן וואס קען זייער גרינג איבערצייגן איר גלויביגער און נאכפאלגער צו טוהן מעשי רשע דאס איז דער פשוטער מוסלעמענער. אפגערעדט די ראדיקאלע.

די מציאות האט געוויזן אז די אראבער קענען זייער גרינג ווערן ראדיקאל.
דאס אז עס זענען פארהאן שלעכטע מוסלעמענער אין אמעריקע איז נאכנישט א תירוץ אריינצולאזן יעדער פליט בלויז ווייל ער האט נאכנישט געוויזן וואס ער קען אלס.


סלח נא על קל וחומר.

אייער בליק און צוגאנג צו די לעבנס ווערט פון 1.5 ביליאן מוסלימענער איז נישט לפי רוח היהדות והאנושיות, איך בעט אייך איבער אבער איך וועל נישט מגיב זיין אויף דעם זעלבסט. איך וואלט אייך נאר געזאגט אז יעדע רשע אין היסטאריע האט זיך מצדיק געווען מיט די כביכול'דיגע שאדן וואס דער אנדערע פאלק ברענגט.

איך האב ערגעץ דערמאנט זייער לעבנסווערט??

בסך הכל זאג איך אז זיי פארמאגן אין זיך (אין זייער רעליגיע) א מסוכנדיגע צד און דאס דארף אן עינא פקיחא. די חשבון פון שכר קעגן הפסד איז לגבי וויפול עס איז ווערד צו פארקוקן אויף א שאדן. דאס אז אסאך אומשולדיגע ווערן געהארגעט איז נישט גענוג סיבה צו מסכן זיין א גאנצע פאלק.

יוראפ יוכיח.
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

שמעון וואלף האט געשריבן:יוסי געשטעטנער האט עס זייער גוט ארויסגעברענכט אין אני טוויט. ער שרייבט אז 6 פון די 7 לענדער האבן את בען אויף אידן און טאמער שטערט עס דיר נישט זאלסטי נישט קומען דרייען א קאפ איבער די בען אויף אימיגראנטן פון טעראריסטיש אינפאלטרעיטעט מדינות.
חוץ מזה איז די עקזעקיוטיוו ארדער בלויז צייטווייליג ביז די גאווערמענט פיגערט אויס אן אפעקטיווע וועג צו פארזיכערן אז ראדיקאלן כאפן זיך נישט אריין אין לאנד. אזא זאך דויערט צייט און טאמער ליידן אומשילדיגע מענטשן דערפון איז פארפאלן, מ'קען אבער נישט צולאזן אז די בוז איצטיגע פאליסיס זאלן אנגיין ווייל יעדן טאג ריזיקירט מען אז א טעראריסט קען זוך אריינכאפן און אנמאכן א בכי' לדורות

וואס זענען די ביז יעצטיגע פאליסיס וואס מען קען נישט צולאזן?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

סאיז א אלטע טריק פון אלע דיקטעטארס און פאשיסטן וויאזוי צו די דיסטרעקטען די פשוטע בירגער נעמען מינדערוויכטיגע אישוס און אנרייצן די המון עם מיט פאלשע און איבערגעטריבענע פראפעגאנדע אויף אנדערע גרופעס און עטניסיטי׳ס און זיי בלעימען פאר אלע פראבלעמען פון די לאנד און דערווייל קענען די רייכע מאכן א לעבן און באגנבנען די ארימע דורך מאכן זיכער אז אלע פראפיט גייט נאר צו זיי אין טאש אריין און קיינער שניידט נישט אריין אין זייער עקשאון, בשעת אלע מענשטען זענען ביזי זיך טעהנן צו די מעקיסקאנער זאלן באצאלן פאר א חציצה פון א מחיצה בארויבן די עליטע די ארימע, וואס פונקטליך וויל די אמעריקאנע בולי פון מעקיסקא האבן פארשטיי איך נאכאלץ נישט. אמעריקעס גרעסטע פראבלעם איז אימגראציע פון די מיטל איסט און מעקיסקא אז ער דארף די ערשטע טאג פון זיין פרעזידענסי זיך ארומהארגן און ארומרייסן מיט די גאנצע וועלט?. אזוי קוקט אויס ווען מ׳געט די רעמאוט קאנטראל פאר א קליין יונגעלע צו פירן א ספעיס קרעפט- ס׳וועט קראכן גאנץ שנעל. גרייט זיך צו, צו די אנפאנג פון די ענדע פון א אמעריקאנע עמפעריע, אמעריקע גייט אין די ריכטונג מיט א שנעלע טעמפא, אין אפאר דורות ארום וועלן טראמפס ארימע אייניקלעך זיכן ארבעט אין מעקיסקא און נאכן ארבעטן 14 יאהר ביים מעקיסקאנער פעטר לבן וועט ער ארויסווארפן דעם אראנדזשע בהמה מיט זיינע שרצים בשם ועין און פראבירן צו בארויבן זייער לעצטע פיאסטער.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך גר ותושב »

די #מאסליםבען איז נישט קאנסטיטאשינל כך דברי יוסי געשטעטנער בעפאר די עלעקשענס ווער געדעינקט נאך ווי ער האט געדארפט טרעפן א וועיג צו צו זאגן אז ער איז נישט קיין לאזער און ער גייט נישט וואוטן פאר טראמפ אבער נישט נאר ער פלעיגט אזוי האלטן נאר אויך די ווייס פרעזידענט כבוד קדושת מייק פענס האט געטוויט אמאל
בילד

איי וועסטו וועלן זאגן אזוי ווי דער גרויסע חכם יוסי ג. אז עס איז נישט קיין #מאסליםבען אבער רודי דזיליאני האט זיך פארעדט זאגנדיג אז ער שטייט אונטער דע דראפט פונעם עקסאקיוטיב ארדער און טראפ האט עים געבעיטן ער זאל אויסארבעטן אז די #מאסליםבען זאל זיין גוט לויטן געזעץ.
יעצט בנוגע די בען די ערשטע חלק א אפהאלט פון אריין נעמען א פליטים פאר א סכום טעיג איז גאנץ פארשטענדליך איך האלט אז אבאמא איז געוועין אביסל צו בלינד ביים אריין נעמען פליטים בשעת די אינטעלעדזענס האבן געזאגט אז מען קען זיי נישט וועטן.
די צווייטע חלק באדערט מיך שוין יא אביסל וואס הייסט מען נעמט קיינמאל נישט אריין קיין סיריע פליטים אפילו מדינת ישראל האט פארגע וואך אריין גענומען הונדרעט יתומים חוץ פון וואס זיי גיבן שטיץע דורך אויהיילט די פארוואנדעטע.
אבער די דריטע חלק האט נישט קיין שום פשט קודם כל פארוואס דווקא די לענדער האבן זוכה געוועין איז אומפארשטענדליך וחוץ מזה ווען א איראקער אדער אנדערע האט שוין א גרין קארד וואס איז פשט פון עים באגרעינצן ועוד עס דארף באהאנדלט ווערן קעיס ביי קעיס טאמער נישט קומט מען צו צו דעים אז א איראקער וואס האט געהאלפן די אמעריקאנער אין די איראק מלחמה ווערט אויפגעהאלטן פאר זיבעצן שעה אין די טערמינעל איך מיין אז מען וואלט זיך געמעיגט רעכענען מיט עים כאטש מיטן חשבון אז אנדערע זאלן אויך ארויס העלפן כשיבוא יום און מען וועט דארפן צוקומען צו זיי.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שמעון וואלף האט געשריבן:יוסי געשטעטנער האט עס זייער גוט ארויסגעברענכט אין אני טוויט. ער שרייבט אז 6 פון די 7 לענדער האבן את בען אויף אידן און טאמער שטערט עס דיר נישט זאלסטי נישט קומען דרייען א קאפ איבער די בען אויף אימיגראנטן פון טעראריסטיש אינפאלטרעיט


געשטעטנער און טראמפ ווילן טאקע אז אמעריקע זאל אויסקוקן ווי יענע 6 צוריקגעשטאנענע לענדער ווי מ׳מעסט יעדעם לויט זיין ראסע און עטניסיטי, נאר אויף די פארקערטע ריכעונג-די קריסטליכע זייט, אונז דארפן זיי נאכמאכן אז זיי נעמען נישט אריין קיין אידן און קריסטן זאל אמעריקע נישט אריינעמען מוסלימענער און מעקיסקאנער, :roll:.

אפשר זאל אמעריקע אנפאנגן נאכמאכן אייסעס אויך?. צוביסלעך! כאפ נישט קיין הייסע לאקשן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך גר ותושב »

ניצן דאס וואס די אראבערס בענען אונז אלס א היתר אז מען מעיג בענען די אראבער איז נישט קיין תירוץ ווער געדעינקט נאך פאר בערך פיר יאר צוריק האט מדינות ישראל געהארגעט א חמס פירער אין דובאי דערנאך האט דובאי געאסרט יודן צו אריין קומען אהין מיך האט עס געבאדערט אפילו איך האב נישט יעצט די געלט צו פארן צום זיבן סטאר האטעל אבער ווייל די מוסד האט געהארגעג דארט א טעראריסט ווער איך געאסרט אהין צו פארן? די זעלבע זאך טוהט מען דא מיט די מאסלימס.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

כ'וואלט מציע געווען פאר די חולקים אויף טראמפ אהער צו שטעלן וואס זיי האלטן מען זאל טוהן פאר די מאסלים פראבלעם.

עס איז טאקע דא אסאך אומגעליקליכע פין די מדינות, וואס מען ברויך העלפן, אבער ווען א סכנה לויערס אויף אונזער מדינה פין די מענטשן קען מען נישט העלפען.

וואלסט אמאהל מקיים געווען הכנסת אורחים ווען דער מענטש זעהט אויס פארדעכטיגט, אדער האסט א חשד אז ער איז א רוצח?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

א גוט מארגן.

פאר איך וועל אדרעסירן @אישתישבי וויל איך קלארשטעלן אפאר זאכן.

ווען מען וויל אידענטיפיצירן אן אורזאך פון א געוויסע זאך, דארף עס ארבעטן דורך די פראצעס פון אויסשליסן זאכן. אלו שמילאו כריסם בש''ס ווייסן וואס דאס מיינט, לא הרי זה כראי זה, ממילא מוז מען זוכן די דינסטע צד השווה, ווייל אויב מען זוכט די דיקסטע איז דאך דא א מקום צו מאכן א טעות, מ'זוכט אייביג די סיבת ההיתר או האיסור, איך וועל געבן א ביישפיל, און דערנאך וועלן מיר גיין צום נמשל.

מיר ווייסן אז צו רייכערן ציגערעטלעך איז נישט געזונט, דאס האט די גאנצע מעדיצינישע וועלט אנערקענט, דאס הייסט, מענטשן וואס רייכערן ווערן קראנק און שטארבן יונגער פון אנדערע מענטשן. יעצט אבער קען מען נאכנישט מאכן א מסקנה ''וואס'' אין די ציגערעטל טוט עס, ס'קען זיין די 'טאר', די 'ניקאטין', די 'טאבאק', די 'מערקורי' און אזוי נאך צענליגע באשטאנדטיילן וואס ליגן אינעם ציגערעטל. ממילא צו אנקומען צום ווארצל פונעם פראבלעם דארף מען אנהייבן א פראגע פראצעס פון 'עלימינירן' זאכן וואס זענען נישט די פראבלעם. ווי אויך למשל, א מענטש האט א צובראכענעם קאר, ס'קען זיין פארשידענע אורזאכן דערצו, גייט מען דורך איינס, איינס ביז מען אידענטיפיצירט דעם פראבלעם.

יעצט צום נמשל, און צו @אישתישבי - די ענטפער צו דיין פראגע צום קעגנער פון טראמפ'ס פאליסי איז פשוט כביעתא בכותחא, ס'איז דא א פראבלעם, און איך וויל נישט אונטערשאצן די פראבלעם, מוסלימענער עקסטרעמיזם פראדאצירט רוצחים, טעראריסטן. דאס איז קלאר אז זיי אלע זענען מוסלימענער. אבער יעצט לאמיר אריינקריכן אין די נומערן, לויט פיו ריסערטש זענען דא ארום 106,000 מוסלימענער אין די וועלט וואס האבן טעראריסטישע געדאנקן, דאס מיינט ווייניגער פון צען פראצענט פון א האלבע פראצענט פון די וועלטס מוסלימענער באפעלקערונג, ארום 0.007% פון די גלאבאלע מוסלימענער באפעלקערונג! אוקעי, דארפן מיר זעהן וואס מאכט דעם פראבלעם. לאמיר קוקן ווייטער, אפשר זענען זיי נאר סוני אדער נאר שיעייט, ניין, ביידע האבן דאס. שוין, איז אפשר וואוינען די האלבע פראצענט דווקא אין מוסלימענער לענדער, ניין, לאו דווקא, ס'זענען דא פון זיי אין בריסל, אין ענגלאנד, אין פראנקרייך און יא, אויך אין אמעריקע. אפשר זענען דאס נאר מענטשן וואס שטיצן שאריע געזעץ? ניין. אפשר איז דאס נאר פון געוויסע לענדער? ניין. אפשר איז דאס א געבוירענע קראנקייט? ניין. האט דאס עקזיסטירט מיט צוויי הונדערט יאר צוריק? ניין. זענען אלע טעראריסטן פאר די זעלבע סיבה, פון די זעלבע גרופע, די זעלבע אידעעלאגיעס, די זעלבע אינטערעסן, תלמידים פון זעלבן רבי'ן? ניין. נאר וואס יא, דאס זענען יונגע מענטשן וואס געוויסע אימאם'ס און לערער פארדרייען זיי די קאפ, און ס'איז נישט א פראבלעם דאס אז זיי זענען מוסלימענער.

איך הער שוין ווי דו שרייסט, יא, אבער די צד השווה איז אז זיי זענען אלע מוסלים! - די ענטפער איז פשוט, און כ'האף אז דו האסט עס נישט עכט געפרעגט, די רעליגיע איז די געצייג, דער ביקס, וויאזוי מ'מאכט זיי עקסטרעם. נישט די רעליגיע מאכט זיי עקסטרעם. והא ראיה ס'איז אזוי קליין... ממילא צו זאגן אז מ'זאל נישט אריינלאזן מאזלימס איז אנ'איבערגעטריבענעם אויבערפלעכליכע שטות.

אין אמעריקע זיצט איין פראצענט פון די באפעלקערונג אין תפיסה, זאל מען נישט אריינלאזן קיין מענטשן וועגן פון יעדע הונדערט איז מסתמה דא א קרימינאל?

אלע ראסיסטן קעגן שווארצע וואס האבן אויכעט פראדוצירט א שיינע מספר רוצחים אין די לעצטע פאר יאר זענען געווען ווייס, זאל מען נישט אריינלאזן קיין ווייסע?

אלע מענטשן וואס האבן גע'הרג'ט מענטשן מיט ביקסן זענען געווען, מענטשן, נא, איז אפשר זאל מען נישט אריינלאזן מענטשן?


פון אלע טראמפ שטיצער מיט וועם איך האב גערעדט איבער דעם (ס'זענען נאך פארהאן עטוואס נארמאלע, ליידער), האבן זיי גענוצט א חלק פון די אזויגערופענע תירוץ אז "ס'איז נאר צייטווייליג", אויב מען דארף דאס ענטפערן אזוי, פארשטייען זיי אלע אז דאס איז אן אומרעכט, נאר מכלומר'שט א נויטוויכטיגע אומרעכט. און דאס איז אנ'אויפגעטריבענע ליגנט, ס'איז נישטא קיין קריזיס וואס אפשטעלן מענטשן וועט אפשטעלן די קריזיס, דאס איז א בן בנו של פרעה, המן וזשאסעף געבלס פון הבה נתחכמה לו פן ירבה.

אלא מאי, דא ליגט א פארדארבענעם נאציאנאליזם פון וואס יעדע איד דארף אנטלויפן כמטחווי קשת.

יותר ממה שקראתי לפניכם כתוב כאן והמשכיל יבין.

דא קענט איר אביסל ליינען נומבערס איבער די מוסלימענער וועלט.

http://www.pewresearch.org/fact-tank/20 ... the-world/


עס איז נאך דא נאך עטליכע אומרעכטן וואס דאס טוט, איך האב זיי ערווענט אין קורצן מיין ערשטן תגובה. תן לחכם ויחכם עוד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום חכם-לב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בריליאנט! :like :like
דיינע תגובת איז מוזיק צו מיינע אויערן! :קלאטש :קלאטש :קלאטש :קלאטש :לייק :לייק :פורים2: :עקסטאז:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

נעכטן נאכט האבן שיסער גע'הרג'ט זעקס און פארוואונדערט נאך אכט מוסלימענער אין א מאסק אין קוויבעק, קאנאדא. די פריים מיניסטער האט פארדאמט דער אקט פון טעראר קעגן די מוסלימענער.

די מאטיוון זענען נאכנישט קלאר. צוויי זענען ארעסטירט געווארן. (דאנאלד טראמפ וואלט שוין געזאגט אז דאס האט פאסירט דורך דאנאלד טראמפ'ס שכינות'דיגן העץ קאמפיין קעגן מוסלימענער).
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

[tag]חכם-לב[/tag], זיי ווערן ראדיקאלייזט אין יענע לענדער ממילה מען האט זיך נישט גענימען סתם איבער מיסעלמענער ביינער מען האט זיך גענימען איבער ספק רעדיקליזים ביינער. דיין משל וועגן מענטשן הארגענען , אין הכי נמי א מענטש וואס איז ספק רוצח וועט מען טאקע נישט אריינלאזן אין לאנד.
און חוץ פון דעם ס'איז נאר צייטווייליג ווי לאנג מען טרעפט א גיטע וועג פון סקרינען צו מאכן זיכער אז מען איז נישט ראדיקאל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קאצקע ציקער, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

@ קאצקע לייק

ווי איינער קען דא זעהן א מלחמה מיט מוסולמענער ווייס איך נישט איי געס אז מ'זעהט נאר קרום
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי: איך ווענד מיך דא צו די אלע ווייכע הערצער און טשעמפיאנ'ס פון סאציאלע יוסטיץ און גערעכטיגקייט. ווי חכם לב, העניך און שבת אחים. (און אויך דער חשוב'ער יו.עס. סענאטאר טשארלס שומער שיחיה. וועלכער האט פארגאסן טרערן אויף די אנגעבליכע אומרעכט וואס ווערט אפגעטון צו אונזערע מוסלמענער ברידערס.) ענקערע הערצער גייען אויס פון צער איבער די לעצטיגע געשעענישן. און עטץ טרומפייטערטס און שאאלטס פון אלע שפיץ בערג און הויכע, דערפרישנדע ביימער. עטץ וויינטס, שרייטס און פארפיהרטס אקעיגן דעם אכזריות'דיגן, (צודרייטן) דיקטאטארישן פרעזידענט פון אמעריקע דאנאלד דזשעי. טראמפ. וועלכער האט אונטערגעשריבן אזא ביטערע גזירה אויף אומשולדיגע, נעבעכ'דיגע אונטערדריקטע פליטים, וועלכע זענען פערצופאל פון מוסלמענישן אפשטאם. איך רעד שוין נישט. און פרעג ניטאמאל. אוואו עטץ אלע זענטץ געווען ווען די נאציס ,ימ"ש האבן טראנספארטירט אידן קיין אוישוויץ/בירקענאו און טרעבלינקא. און זיי פארגאזט און פארברענט זייערע גופים. ווייל עטץ אלע האטץ גוטע תירוצים פארוואס מ'האט פון ענק נישט געהערט קיין איין ווארט אדער אפילו א פיפס.(איך ווייס נישט וואס דאס ווארט מיינט.). מיין קשיא איז. אוואו עטץ זענטץ געווען ווען די פארשאלטענע ניגגערס. די אייניקלעך פון די טשימפס און גאריללאס האבן זיך צולאזט אין א רייאט אום אויגוסט 1991,אין קראון הייטס. און האבן געהרג'עט אידן און געראבעוועט זייער האב און גוטס. אזוי ווי אין די אלטע גוטע צייטן ווען די גויים האבן דארוכגעפיהרט פאגראמען אויף די אידן. ווי אין קישינעוו, למשל אין יארע 1911. דאמאלס זענען די אידן געשטאנען איינזאם און אליין, פארלוירן. די פארשאלטענע לינקע, ליבעראלע מידיא האט נאך צוגעגאסן זאלץ אויף די וואונדן. זיי האבן פארפוצט די רעפארטס אלס א ..."פייט צווישן די אידן און די אפםריקאנער אמעריקאנער"...! ס'הייסט א גלייכער פייט. און אונז יפי הנפש דארפן זיך נישט אריימישן. נישט אז די צוריקגעשטאנענע דזשאנגל-איינוואוינערס האבן געמאכט א רייאט מיט'ן תירוץ אלס רעזולטאט פון א קאר עקסידענט...! וואס א שווארצער ניגגער האט אנגעווערטשאפט. שטופנדיג דעם אידישן דרייווער'ס קאר אויפ'ן סיידוואק...! און דער ניגגער מעיאר און זיין ניגגער פאליס קאמישאנער האבן פארארדנט די פאליציי זיך נישט אריינצומישן און לאזן די בארבארן ווילדעווען כמעט א גאנצע וואך. ביז דער פארשטארבענער גאווערנאר מאריא קואמא האטציך אריינגעמישט. און ר'האט געווארנט דעם מאנקי אין סיטי האלל אז אויב ער מאכט נישט ארדענונג שוין, וועט ער אריינשיקן די סטעיט מיליטער. די נעשיאנאל גארד....!

האללאו...! יפי הנפש...יא. איך בין א ראסיסט. אויב פיינט האבן א פאלק פון רוצחים, מערדערס און קרימינאללן הייסט זיין א ראסיסט. ביניך שטאלץ צו טראגן דעם ראסיסטישן פאן. ווי איידער דעם פאלשן, פאן פון ליבעראליזם...!
נו, מושב זקנים עט אל...! איך ווארט פאר ענקערע פארדאמונגען...!
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

RASMUSSEN POLL: 57% of American voters agree with Trump's temporary ban
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

@berlbalaguleh

דאס איז אוודאי אויכעט געווען אן אומרעכט. איך בין געווען אויפגעשוידערט אז א מענטש ווי על שארפטאן, א ראסיסטישע אנטיסעמיט האט געהאט א שאו אויף ענ. בי. סי. עס האט מיך געאיבלט יעדעס מאל איך האב געזען ווי באראק אבאמא גיבט אים כבוד מלכים. יא דאס איז געווען מעשה רצח פון אומערצויגענע, פרימיטיווע ווילדע חיות, איך האב דאס קיינמאל בארעכטיגט חלילה.

איך בין נישט קיין ליבעראל, איך פארטרעט נישט קיינעם, דאס אז ס'זענען דא היפאקריטן אויף דער וועלט איז נישט קיין גרויסע נייעס. עס זענען דא רעכטע און לינקע היפאקריטן. מיין תגובה איז מיין בליק על פי התורה והיהדות און נישט ווייל איך פראביר צו זיין א יפה נפש דא.

נוצן די ווארט ניגגער, וואס איז א לשון של גנאי און נאכדערצו אין א פאבליק פוראם איז נישט צוגעפאסט. איך גלויב אז איר וואלט נישט געגליכן ווען איינער רופט אייך בלשון גנאי, ומה דעלך סני לחברך לא תעביד, ואידך פירושה היא, זיל גמור.
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

ליפא האט געשריבן:RASMUSSEN POLL: 57% of American voters agree with Trump's temporary ban

מסתמא געפרעגט די שאלה אין א וועג וואס האט באאיינפלוסט די ענטפערס פון מענטשן. כדאי צו ליינען דעם בוך How to Lie with Statistics. פון Darrell Huff.

אפילו עס איז יא אמת מאכט עס נישט קיין שום חילוק. גערעכטיקייט האט נישט צוטוהן מיט א דעת הקהל שרובן טיפשים ואכזרים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס פאר א נאנסענס איז דאס? מ׳מעג רודפ׳ן אומשולדיגע מענטשען ווייל אין 1911 האט מען א פאגראם געמאכט אין קישינעוו?!

דאס אויסוויילען א גרויסע ציבור אלס פארברעכער׳ס איז א זעלבסט אויספילונג נבואה. ווען זיי פיהלען אז יעדער מינוט קען מען זיי ארעסטירען, אז זיי מיינען אז די וועלט האלט ביים זיי פייניגען, האבען זיי קיין ישועה נישט אחוץ ביי די טעראריסטען. דאס באשיצט נישט אמעריקא, דאס מאכט עס מער געפארפול.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

האלאו.ליטוואק פון בודאפעסט: מיין תגובה איז נישט געווען א בארעכטיגונג צו פייניגן אומשולדיגע מענטשן. מיין קשיא איז נאר אויף די יפי הנפש וועלכע הייבן אויף דעם פאן פון גערעכטיגקייט. אוואו זענען זיי געווען ווען מ'האט געמאכט א רייאט אויף אומשולדיגע אידן. פארוואס האט מען דאן נישט געהערט פון די, אדער אנדערע בדומה להם. פארוואס האט מען צוגעלאזט אין א שטאט. אין א צוויליזירטע שטאט אז מ'זאלל הרג'נען, ראבעווען און שאנטאזשירן א טיל פון די באפעלקערונג ווייל זיי זענען אידן...!!!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דער געזעץ איז געבויט אויף א געוואלדיגע טעות.

א מענטש וואס וואוינט אין סאמאליא צו סוריא צו איראק, האט צוויי ברירות. די טעראריסטען זענען צומאל שטארק, זיי האבען פארשידענע געזעלשאפטליכע אינסטאנצען, און ס׳איז אן עכטע ברירה זיך צו באהעפטען מיט זיי. אוודאי נישט ווערען א טעראריסט, אבער געבען מעשר פאר זיי, שיקען די קינדער לערנען ביי זיי אין מאדראססא און זיין א חלק פון די קייט פון הילף פאר טעראריזם. א טעראריסט איז נישט א מענטש אליינס. אז טעראריזם און איסלאמיזם זאלען בליען אין א געגענט, מוזען זיי האבען א ווערטשאפט אונטער זיך. און די עמך גוים זענען די ציגען פון וואס אזא ווערטשאפט ווערט געבויט. ווען די אנטלויפער׳ס ווייסען אז ס׳איז דא א וועלט וואס איז גרייט זיי צו העלפען, האבען זיי א וועג און דער מוט זיך אויסצושאקעלען פון די הענט פון די טעראריסטען. ווען זיי מוזען בלייבען דארט, הייסט׳ס דער ׳ברירת מחדל׳ default option ווערט טעראריזם.

לעומת זה, האט מען א ספק שמא טעראריסט נכנס בתוכם זיך אריינצושמוגעלען קיין אמעריקא.

מיר ווייסען אז אין ספק מוציא מידי ודאי. מיט׳ן אויסרופען פאר׳ן די סורישע באפעלקערונג אז זיי האבען נישט וואס צו זוכען דא, האט מען זיי בוודאי געשטופט צו די טעראריסטען, און מספק אוועק געשטופט א טעראריסט.

און סתם אזוי, לעבען אין דער עבר האט נישט קיין פשט. היינט איז די געזעץ א פראבלעם, און ס׳איז א געבענטשטע ערשיינונג אז די מענטשהייט אין נ.י. וויל נישט צולאזען אזא געזעץ שטילעהייט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אמעריקע פארט אין די ריכטיגע דירעקציע, אסאך ציוויליזאציעס האבן דאמינארט און געוועלטיגט אויף די וועלט פאר הונדרעטער יאהרן ביז איין שיינע טאג זענען זיי אינטערגעגאנגן. אמעריקא פארט אין די ריכטונג. אלע לענדער וואס האבן אריינגעלאזט אימיגראנטען האבן מצליח געוועהן זייער שטארק און זייער עקאנאמיע האט געבליט, פאר פארשידנע סיבות, אבער איינער פון די הויפט סיבות איז ווייל אימגראנטן ע״פ רוב זענען שטארק מאטיוועטעט צו ארבעטן פלייסיג און מאכן געלט. נישט די מעקיסקאנער און נישט די מוסלימענער איז אמעריקעס פראבלעם! אמעריקעס פראבלעם איז אז זיי האבן ערוועלט א קליין קינד צו פירן די מדינה וואס האט ערנסטע מענטאל פראבלעמען און איז די גרעסטע נארסרסיט וואס נארט אמעריקע האט נאר אמאל פארמאגט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליפא האט געשריבן:RASMUSSEN POLL: 57% of American voters agree with Trump's temporary ban



האסט געטראפן א פאול פון מיסיספי ערגעץ? אדער פון נעברעסקע?

עני וועי אויב גייט מען לויט רוב איז דאך טראמפ בכלל נישט פרעזידענט, פלוצלינג איז ער א גרויסע חסיד פון די מעדזשארעטי, נאר ווען ס׳קומט דיר אויס בעסער שטייצעך.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך דעת תורה »

איך גלייב די פאול. 70 פראצענט אמעריקע איז געווען קעגן אריין לאזן אידישע פלטים ביים קריג. אמעריקאנער זענען יומען ביאינגס, מיט א נאטורליכע טענדענסי צו זיין סעלפיש, אביסל שלעכט / פארביסן, און איבער אלעם, דום. צו קענען דורכזען די סמאוק סקרינס צוגעשטעלט דורך די ביטערע שלעכטע העצער אויף די ראדיא, די היינט צייטיגע גלחים / פויערן סינעריא, דארף מען זיין 'עטוואס' קלוג. א זאך וואס אמעריקאנער, ביי ענד לארזש, זענען נישט.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ס׳איז לאו דוקא אז די מתנגדי החרם זענען קלוגער. אפשר זע׳ען זיי אויך נאר די פיין פון די פליכטלינג׳ן און טראכטען נישט פון די אנדערע צד.

ארייננעמען אלע צדדי השאלה פאדערט א חינוך, אדער אין לערנען אדער אין אלגעמיינע בילדונג. א יויו וואס גייט אין קאלעדזש אויף צו טרעפען א ווייב מיט א דזשאב וועט עס געווענדליך נישט דערגרייכען

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט