געלט גייערס ביים דאווענען
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:47 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
געלט גייערס ביים דאווענען
כ'ווייס נישט צי איינער האט שוין פון דעם גערעדט. אויב יא זאל מען מעלדן.
מען רעדט דא פון די געלט גייערס ביים דאווענען. איך מיין נישט די פושקע פון בית מדרש, איך מיין זאגאר אויך נישט די אנדערע מוסדות וואס שיקן ארום פושקעס אדער זעקלעך, ווייל די חברה אפילו אויב גיבט מען זיי נישט, ווערן זיי נישט באליידיגט, ווייל דאס געלט איז דאך נישט פאר זיי, זיי טוען סך הכל א טובה פאר די גבאים פון די ארגענעזאציע א. א. וו., ממילא דארף זיי נישט באדערן אויב עס קומט אריין, אדער וויפיל עס קומט אריין.
וואס באדערט מיך יא איז די אנדערע משולחים. פון איין זייט, עס טוט מיר וויי אז היימישע אינגעלייט, חסידישע צומאל, דארפן זיך דערקייקלן צו אזא סיטואציע פון ארום גיין קלעקן קוואדער נאך דאלער, און צומאל ווייניגער. ממילא האב איך נישט דאס הארץ זיך נישט אומצוקוקן אויף זיי.
אבער פון די אנדערע זייט, באדערט מיך עס געפערליך! כ'האלט אינמיטן דאווענען, איך שטיי די ערשטע פון א שורה, ביי די אייל סיעט, קומט אהן דער משולח און שטרעקט ארויס זיין האנט צו נעמען א דאלער, און יענער בעט איהם טשענדזש. וואס געשעט? מיין גאנצע סיסטעם שטעלט זיך אפ יעצט. ווייל ער געט זיך אזא בייג איבער מיין סידור און טלית און תפילין, איך האב נישט די הארץ איהם אוועקצושיקן אדער בעטן ער זאל זיך רוקן, טא, ער פארשטייט דאך ניטאמאל וואס איך וויל פון איהם.
אמאל פאסירט דאס ביים צוזאמלייגן די תפילין. און בכלל, ווי קומט עס אז אינמיטן דאווענען, ווען איך בין פארנומען זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן אייבערשטן, מיין פריוואטע עפאוינטמענט וואס איך האב מיטן אויבערשטן זיך אויסצוגיסן מיין הארץ פון אלע מיינע צרות, פונקט דאן זאל איך געשטערט ווערן? זאל ער קומען צו מיר אהיים, זאל ער קומען נאכן דאווענען, זאל ער קומען פארן דאווענען, אבער פארוואס פונקט אינמיטן?
נאכמער קען איך נישט פארשטיין, די 'אשרי ובא לציון דרשות'.
מ'האלט אינמיטן דאווענען, מענטשן רייסן אראפ די קארגע שעה צו ווייניגער צו קומען רעדן מיטן אויבערשטן פאר מ'גייט ארויס על המחיה וכלכלה, טייל מענטשן יאגן זיך, און אפילו טאמער נישט, ער איז נישט געקומען דא אויסהערן קיין דרשות! ער איז געקומען דאווענען, העכסטנס טרונקען א קאווע, מקוה גיין, און דעטס איט! פארוואס מוז מען ווערן אויפגעהאלטן פון א דרשה? און אפילו אויב מען יאגט זיך נישט, פארוואס מוז מען געשטערט ווערן אינמיטן דאווענען דערפון?
איך ווייס טאקע פון א בית מדרש אין ארץ ישראל, עס איז דא דארט אסאך מנינים טעגליך. דארט איז דא א תקנה, אז מ'קען נישט געבן קיין פעדלעריי דרשות נאר נאך עלינו. דעמאלטס קען זיך יעדע מענטש אויסוועלן צו ער ווילן אויסהערן אדער נישט.
אבער דא אין בארא פארק ווייס איך פון בתי מדרשים וואס אויב מען באצאלט א סכום, דאכצעך 180 דאלער, צו נישט קיין חילוק וויפיל, דאן האט מען די זכות צו זאגן "אשרי ובא לציון דרשות". א גאנצע ביזנעס מיר געווארן דא!
שוין, לאמיר הערן פון ענק וואס עטס מיינטס.

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 48
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 11, 2016 7:40 pm
- האט שוין געלייקט: 32 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל
דיין תגובה דארף ווערן צוטיילט אין צוויי. קודם די געווענטליכע משולחים, א רובא דמינכרא פון זיי עסן בזיונות מיט א שעפ לעפל, עס קאסט זיי שטיקער געזונט די גאנצע שנארעריי, אבער ההכרח לא יגונה זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה נאר זיך צו מבזה זיין און משפיל זיין עד לעפר צו קענען אהיימגיין מיט עפעס א לייטישע סכום. איך פערזענליך פיר זיך צו געבן מינמיום א גאנצע דאלער פאר יעדע א"י איד, און אויב שטערט ער דיר פון דיינע געפילן בשעתן דאווענען, ווער זאגט אז השי"ת דארף יעצט דיינע פילינגס מער ווי דיין צדקה?
לגבי די צווייטע חלק איבער די (צומאל באצאלטע) דרשות אגרי איך מיט אייך א 100%

- קאמענטירער
- ידיד ותיק
- הודעות: 768
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 21, 2013 5:06 am
- געפינט זיך: אין די ווירטואלע וועלט
- האט שוין געלייקט: 306 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 672 מאל
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
שמיטשיק האט געשריבן:דיין תגובה דארף ווערן צוטיילט אין צוויי. קודם די געווענטליכע משולחים, א רובא דמינכרא פון זיי עסן בזיונות מיט א שעפ לעפל, עס קאסט זיי שטיקער געזונט די גאנצע שנארעריי, אבער ההכרח לא יגונה זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה נאר זיך צו מבזה זיין און משפיל זיין עד לעפר צו קענען אהיימגיין מיט עפעס א לייטישע סכום.
הונדערט פערצענט גערעכט כמעט סיי וועלעכע שווערקייט קומט נישט צו די דערנידערונג פון אויסשטרעקען א האנט ליידער און מ'דארף דאס געדענקען ווען די נושא פון צדקה גייערס קומט ארויף א יעדע שטיק צייט.
שמיטשיק האט געשריבן:איך פערזענליך פיר זיך צו געבן מינמיום א גאנצע דאלער פאר יעדע א"י איד,
אן אלטען טעות. אמעריקאנער נצרכים דערזערווען די זעלבע גאנצע דאלער ווי די א"י איד
שמיטשיק האט געשריבן:און אויב שטערט ער דיר פון דיינע געפילן בשעתן דאווענען, ווער זאגט אז השי"ת דארף יעצט דיינע פילינגס מער ווי דיין צדקה?
ס'האט נישט איינס מיט'ן אנדערען. זמן תפלה לחוד וזמן צדקה לחוד. אפי' מ'דארף וויסען אז ס'נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי צדקה פאר נצרכים און מ'דארף כסדר טוהן חסד טאר מען נישט פארגעסען אז מ'איז געקומען אין שול צו דאווענען. אז ס'איז שוין דא צדקה גייערס און נצרכים דארף מען זיי אויך אינזין האבן אבער אפשר וואלט שוין געווען צייט צי מאכען אביסעל סדר מיט דעם ענין. למשל גיין נאר ביי פארשידענע צייטן פונ'ם דאווענען. בשעת'ן דאווענען דארף השי"ת דיינע פילינגס...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:47 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
ניין, ווייל ליידער איז דא אסאך אידן ובפרט ארץ ישראלדיגע אידן וואס ארבייטן נישט פשוט ווייל עס איז גרינגער צו גיין נאך געלט.....
יא עס וועט דיר אפשר זיין אינטערעסאנט און ניי צו הערן, אבער עס אי דא אזעלעכע,נאפשר נישט קיין סאך. אבער עס איז דא.
קענסט מיר אפשר מסביר זיין פארוואס מעקען טרעפן ביי א טייל פון די חברה סמארט פאונס? אדער אנדערע שיינע צוגעהערן וואס זיי דארפן נישט קויפן מיט יענעמס געלט?
איך וויל נישט ח״ו מקרגט זיין אויף קיינעם, און איך גיב אויך צדקה, ווייל עפטער אלל איז עס נישט קיין געשמאקע מקום פרנסה, אבער יעדע ארבייט איז שווער, ער האט זיך אויסגעוועלט דאס. אבער פארוואס מוז ער מיר שטערן פון דאווענען?
און אזוי ווי ער האט געזאגט, אין שול וויל דער אויבערשטער יא מיינע פילינגס, אוודאי עט ער נישט ווערן אויפגערעגט אויף מיר אז איך ער סטאפן דאווענען און געבן צדקה, אבער לכתחילה וואלט ער געוואלט איך זאל געבן אן אנדערס מאל.
דערמאנטס מיך די מעשה וואס כאב געהאט אין ישיבה מיט מיין משגיח.... ער האט מיר געפרעגט פארוואס איך קום אהן שפעט צום דאווענען, האב איך איהם געזאגט גאנץ פשוט, ווייל עס איז איינגעפירט אין ישיבה אז מען זאגט פאר א געוויסע סיבה קרבנות 15 מינוט.... און פשוט כ׳ווייס נישט וואס מעטוט אזוי לאנג..... קום איך אהן ביי הודו, און איך דאווען אויף מיין ספיד, און איך קום אהן מיטן עולם.
האט מיר די משגיח גע׳ענטפערט, וואס הייסט? אז דו קומסט אהן צו הודו בשעת די ב״ת האלט נאך נישט דארט? נעם דיר א ספר, חזר איבער די וואך שיעור, א.א.וו. עס איז דא א גאנצע ספרים שאפע....
האב איך איהם גע׳ענטפערט, אז איך קום צום דאווענען ווייל איך וויל דאווענען, נישט לערנען! יש זמן לכל!
דער זעלבע זאך דא ביי אונזער עניו..... יש זמן לכל. מעדאווענט, דאווענט מען! מעגייט נאך געלט, געט מען צדקה.

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
ס'האט זיך אריינגעפירט די סיסטעם ווען ס'איז נאכנישט געווען אזויפיל געלט גייערס. אז ס'זענען געקומען עטליכע מענטשן א וואך האט מען עס נאך געקענט פארנעמען, אבער היינט איז עס אוט אוו קאנטראל
זכרתי ימים מקדם ווען די גאנצע איידיע פון ובא לציון אפילס איז נאכנישט געווען געבוירן. אן אפיל האט מען געהערט 4-5 מאל א יאר שבת פאר'ן ליינען, אבער אינדערוואכן? מאן דכר שמיה
כ'דערמאן מיך אויך אז אין ספרדישע שול איז געהאנגן א סיין אז מ'טאר נישט גיין נאך געלט פון יוצר אור בין נאך שמונה עשרה.
ובנוגע רחמנות אויף די געלט גייערס, דארף מען וויסן אז ס'זענען טאקע דא אזעלכע אומגליקליכע וואס קענען זיך נעבך נישט קיין עצה געבן און מוזן צוקומען צו אנדערע. אבער די זענען א מיעוט. צווישן די געלט גייער זענען דא אזעלכע וואס לעבן א שוואילטאג מיטן חשבון אז מ'וועט גיין שנארן. ווייטער זענען דא בחורים וואס ווילן זיין ר"ה אין אומאן, קומט מען קיין אמעריקא און מ'קלייבט צאם פרוטה פרוטה אויסצוצאלן די טיקעט קיין אמעריקא און אומאן.
ווער ס'האט גענוג געלט צו טיילן פאר אזעלכע מינדערוויכטיגע צוועקן זאל געבן געזינטערהייט, אבער מ'דארף וויסן נישט איבערגענומען צו ווערן

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
די אשרי ובא לציון דרשות זענען קעגען די גייסט פון הלכות תפלה. מ'זעט דארט קלאר אז מ'האט שטארק געהיט די צייט פונ'ם עולם נישט צו קומען שפעט צום ארבעט. דער רמ"א זאגט אז דער מנהג איז אז אין מיט'ן וואך זאגט מען נישט קיין קטרת נאכ'ן דאווענען ווייל מ'האט מורא מ'עט כיפערען איינער פון די סממנים ווייל מ'יאגט זיך צום ארבעט. דוכט זיך אז איינער פון די דינים פון ובא לציון איז צוליעב נישט אויפהאלטען דער עולם, איך געדענק נישט פונקט אויפ'ן מינוט.
זאת ועוד, פארוואס איז דער דרשנ'ס צוועק וויכטיגער ווי א צווייטענ'ס? ווייל ער האט דער מוט צו דרשנ'ן ברבים הייסט'ס ער איז א גרעסערע נצרך? ווי איך דאווען לאזט מען נישט מער ווי איין דרשה א וואך, און מ'דארף עס פאראויס באשטעלען. איך האב געזען ווי מ'זאגט זיי אפ, און זיי האבען נאך טענות ווייל זיי זענען נישט צוגעוואוינט דערצו. אבער מ'וואלט עס געדארפט אזוי איינפיהרען איבעראל לכה"פ. אין איין גרויסע פאפולערע ביהמ"ד אין לעיקוואוד לאזט מען נישט קיין שום דרשות און קיין שום פאפירען טיילאכץ. קענסט ארומגייען מיט דיין האנט בעטען דער עולם, ותו לא.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
איש את רעהו: איך וויל א ביסל הארט מאכן דיין ווייעך הארץ. 2 מעשיות. איינס. בשעת איך בין געווען אין יאר, און געדאוונט פאר'ן עמוד. דער מצב מיט מנין ביי שחרית יענעם טאג איז געווען זייער טייט. איז אריינגעקומען אן (ארץ ישראל...?) איד וועלכן איך פלעג טעגליך געבן א שיינע נדבה. האב איך איהם געבעטן אז ער זאלל צו ווארטן א מינוט, אז איך זאלל קענען זאגן קדיש און ברכו. האט ער מיר אפגעזאגט, ווייל ער דארף לויפן צום נעקסטן מנין מאכן געלט. ער האט שוין פון מיר באקומען א פייג...!
די 2'טע מעשה: ווען איך האב געדאוונט פאר'ן עמוד האביך אראפגעלייגט א פאר דאללער אין קוואדערס פאר די געלט גייערס צו נעמען. א יעדער האט גענימען איין קוואדער אדער צוויי. איין טאג קומט זיך אן א אידל, ווען איך האב געהאלטן אינמיטן הויכע שמונה עשרה. ער געט א שאר אריין דעם גאנצן סכום אין זיין טאש. נאכדעם וואס מיין צייט צו דאווענען פאר'ן עמוד איז געווען געענדיגט. דער איד'ל איז געקומען און געקלאפט מיר אין פנים. איך האב איהם אינגאנצן איגנארירט. (ער האט דאך שוין אפגגענומען זיין געלט...

- ציבעלע-קיגל
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1120
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
- האט שוין געלייקט: 539 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל
דאס איז א געפערליכע אנשיקעניש ממש א מכה שלא כתובה בתורה.
אסאך פון געלט גייערס זענען פראסטע אינגען בצורת א שיינע איד. לאמיר נישט רעדן יעצט פון די וועליכע גייען וואו מען טאהר להלכה נישט מפסיק זיין, ווי למשל ביי ברכת יוצר אור אדער ביי קריאת שמע, אדער די "חכמים" וועלעכע גייען צו צום שליח ציבור אין מיטן הויכע ש"ע (בדידי הבה עובדא), נאר לעצטענס איז דא א נייעם רשעות, פון צוריק ווארפען געלט אויב עס דאכט זיך איהם אז עס איז נישט גענוג, מיט געמיינע לאזונגען העי די קארגער איך נעם נישט אונטער א דולר.
אויך פעלט זיי אביסל מענטשליכקייט, א איד וועלעכע זיצט לעבן מיר ביי שחרית איז געקומען אמאהל מיט א 7 יעריג איגעל צו שחרית און דער אינגעל האט געגבן א קוואדער פאר א שנארער מיט א ברייטען ביבער הוט מיט א ריפצענע בעקעטשע, דער איד ווארפט עס צוריק מיט א ביליגקייט און זאגט די קליין געלט זאלסטו געבען דיין מאמען...
דער איד זאגט מיר שפעטער אז דער אינגעל האט נישט געקענט צו זיך קומען פון דעם אז זיין צדקה איז גארנישט ווערט.

אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...
דער אמת שטעכט!
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ציבעלע קוגל: דו דערמאנסט מיך א מעשה וואס איז געשעהן בעצם יום הפורים. איך בין געוועהן באזוכן ביי מיין טאטן (ע"ה) , אין וויליאמ-פעסט, ווען ס'איז אריינגעקומען א לאקאלער שיינער איד. ווי ס'זעהט אויס האט ער שוין געהאלטן ביי עד דלא ידע. ער האט מיר געקלאפט אין פנים אריין און געווארפן די דאללאר ביללס פאר מיין נאז. ווען כ'האב ארויסגענימען א 5'ווער און געגעבן האט ער עס מיר צוריקגעווארפן און געזאגט אז ס'איז צו ווייניג. האביך עס צגענימען און צוריק אריינגעלייגט אין טאש און געזאגט א גוטן פורים...!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 11
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 1:47 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל
עס איז אביסעלע טיפער אויך.....
געווענטליך ווען א איד שטעלט זיך ביי אשרי ובא לציון רעדן אפאר ווערטער געשעט איינס פון די צוויי, אדער שטעלט זיך דער עולם אפ און ס'ווערט אן אופישעל ברעיק, וואס דאס איז סתם א טירחא דציבורא, און וויפיל מענטשן האבן נישט קיין נערוון היינטיגע טעג צו דאווענען מיט א געהעריגע מנין נאר וועגן דעם ווייל מ'שלעפט און מען פעניעט אוועק.
אדער געשעט אז מ'הערט אויס מיט איין אויער די דרשה, און מיט'ן צווייטן האט מען האלבוועגס נישט אינזין, ווייל א מענטש האט דאך נישט קיין צוויי מוחות, און ווי נאר דער בעל דרשן איז פינישד, הערט זיך שוין די קדיש פון דעם בעל תפילה, נו? אויף וועמענס חשבון איז דעיס?
וועסטו מיר דא אויך זאגן אז דער אויבערשטער דארף נישט יעצט מיינע פילינגס.....?? ער וויל נישט אז איך זאל - דאס ביסל וואס כאב שוין אינזין - אינזין האבן?
געווענטליך ווען א איד שטעלט זיך ביי אשרי ובא לציון רעדן אפאר ווערטער געשעט איינס פון די צוויי, אדער שטעלט זיך דער עולם אפ און ס'ווערט אן אופישעל ברעיק, וואס דאס איז סתם א טירחא דציבורא, און וויפיל מענטשן האבן נישט קיין נערוון היינטיגע טעג צו דאווענען מיט א געהעריגע מנין נאר וועגן דעם ווייל מ'שלעפט און מען פעניעט אוועק.
אדער געשעט אז מ'הערט אויס מיט איין אויער די דרשה, און מיט'ן צווייטן האט מען האלבוועגס נישט אינזין, ווייל א מענטש האט דאך נישט קיין צוויי מוחות, און ווי נאר דער בעל דרשן איז פינישד, הערט זיך שוין די קדיש פון דעם בעל תפילה, נו? אויף וועמענס חשבון איז דעיס?
וועסטו מיר דא אויך זאגן אז דער אויבערשטער דארף נישט יעצט מיינע פילינגס.....?? ער וויל נישט אז איך זאל - דאס ביסל וואס כאב שוין אינזין - אינזין האבן?
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
א גיט ווארט בנוגע די וואס זענען פארפרימטע אראבער און מען מאכט זיך צו די אויגן/טאש פון צו העלפן א 2טען מיטן אויסרייד אז מען וויל 'דאווענען'.
איינע פון די צדיקים מדור הקדום האבן געבעטן דורך א שליח שרייבענדיג א מכתב צו א רב אין א שטעטל אז יענער זאל צוהעלפן א צדקה עסק, און דער באטרעפנדער רב האט זיך ארויסגעדרייט זייענדיג טרוד בקהילתו.
ומעשה שהי' אז די רב פינעם שטעטל איז געקימען למעונו פינעם צדיק א וואך דערויף וויילענדיג במחיצתו אויף שב"ק
דער צדיק האט איגנארירט דעם רב פרייטיג ביינאכט אא"וו ביז מוצאי שבת, מוצ"ש פרעגט די רב דעם צדיק מה פשעי וחטאתי אז דער רבי קוקט נישט אויף מיין זייט
האט די צדיק גענטפערט
אין די תורה געפינט מען אמאל דעם כינוי "איש" אויף שרו של עשיו ויאבק איש עמו, און א 2טען מאל וימצאהו איש דארט מיינט איש מלאך גבריאל
ווי כאפט די נפק"מ צווישן די 2 מאל איש ווי מיינט עס די שרו של עשיו און ווי מיינט עס גבריאל
האט דער צדיק געגעבן צו פארשטיין אז א איש כאפט א פרימעניש שלחנו כי עלה השחר... איך בין יעצט פארנימען מיטן דאווענען איך קען דיר נישט צוליב טון, דאן קומט די פירוש רש"י דערויף "זהו שרו של עשיו" דאס איז מעשי עשיו
אז דער איש פרעגט מה אתה מבקש, ער זיכט דיר צו העלפן דאן איז די פירוש רש"י זה מלאך גבריאל.
איינע פון די צדיקים מדור הקדום האבן געבעטן דורך א שליח שרייבענדיג א מכתב צו א רב אין א שטעטל אז יענער זאל צוהעלפן א צדקה עסק, און דער באטרעפנדער רב האט זיך ארויסגעדרייט זייענדיג טרוד בקהילתו.
ומעשה שהי' אז די רב פינעם שטעטל איז געקימען למעונו פינעם צדיק א וואך דערויף וויילענדיג במחיצתו אויף שב"ק
דער צדיק האט איגנארירט דעם רב פרייטיג ביינאכט אא"וו ביז מוצאי שבת, מוצ"ש פרעגט די רב דעם צדיק מה פשעי וחטאתי אז דער רבי קוקט נישט אויף מיין זייט
האט די צדיק גענטפערט
אין די תורה געפינט מען אמאל דעם כינוי "איש" אויף שרו של עשיו ויאבק איש עמו, און א 2טען מאל וימצאהו איש דארט מיינט איש מלאך גבריאל
ווי כאפט די נפק"מ צווישן די 2 מאל איש ווי מיינט עס די שרו של עשיו און ווי מיינט עס גבריאל
האט דער צדיק געגעבן צו פארשטיין אז א איש כאפט א פרימעניש שלחנו כי עלה השחר... איך בין יעצט פארנימען מיטן דאווענען איך קען דיר נישט צוליב טון, דאן קומט די פירוש רש"י דערויף "זהו שרו של עשיו" דאס איז מעשי עשיו
אז דער איש פרעגט מה אתה מבקש, ער זיכט דיר צו העלפן דאן איז די פירוש רש"י זה מלאך גבריאל.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
טעמע: געדאנקען אויף די פרשה
ציבעלע-קיגל האט געשריבן:צוויי מאהל אין די תורה שטייט אז איינער האט זיך געטראפען מיט אן "איש"
ביי יעקב אבינו שטייט... ויאבק "איש" עמו... און ביי יוסף הצדיק שטייט... וימצאהו "איש"
ביי יעקב אבינו זאגט רש"י אז עס געוועהן... שרו של עשיו, און ביי יוסף הצדיק איז דאס געוועהן מלאך גבריאל.
איז די שאלה פון ווי ווייסט מען ? פון ווי האט רש"י געוויסט ווער איז שר פון עשיו און ווער איז מלאך גבריאל?
האט געזאגט דער הייליגער רב משה ליב סאסאווער זצ"ל... אז אויב מען בעט איינעם א טובה און דער פאנגט אן... נישט יעצט איך דארף גיין דאווענען, איך האב א שיעור יעצט... דאס איז עשיו.
אויב ער העלפט דיר גלייך אויפ'ן פלאץ, איז דאס מלאך גבריאל.
יעקב האט גבעטען... כי אם ברכתני, בענטש מיר, ענטפערט ער אוי, נישט יעצט שלחתי כי עלה השחר, איך דארף גיין זאגען שירה.
ביי יוסף ווען ער האט איהם נאר געטראפען האט ער גלייך געפרעגט, מה תבקש, מיט וואס קען איך דיר העלפען... דאס איז דער מלאך גבריאל
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
שטייענדיג עטליכע שעה פאר שבת שקלים ברענג איך וואס א חשובער איד האט געזאגט אמאל שיינע געדאנקען איבער שקלים, עס איז אקטועל דא אינעם אשכול
די שקלי המן זענען המנ'ישע געלטער, און זיינע השגות שטאמען פינעם נצר זדון עמלק וויאזוי צו קוקען אויף שקלים,
דער דיפערענעץ פון אידישע שקלים און להבדיל זיינע שקלים
זענען די מחצית וואס יעדער האלט זיך בלויז פאר א חלק פין די זאך, און נאר בצירוף מיט א צווייטען איז מען א דבר השלם, ביי המנ'ען איז דער היפוך
ס'איז געווען א עובדא ביי א גברא רבא ווי א נגיד האט געוואלט אראפלייגן א גרויסע סכום וואס דער אדם גדול האט געבעטן פאר א דבר שבקדושה, האט אים דער אדם גדול געזאגט קלייב צוזאם פון אידן נדבות, די סכום איז חשובער דאס וואס איז געווארן צוזאמגענימען פון אסאך אידן
יעצט ווען מען ליינט שקלים און מען איז מכריע קעגן די שקלי המן, דארף מען מכריז זיין על השקלים והכלאים, די 2 הכרזות גייען אינאיינעם נישט צו מאכן כלאים מיט די עמלק'ישע שקלים,
פאר די וואס זענען שוקל שקלי המן ליינט מען די קומענדיגע קריאה פון זכור את אשר עשה לך..
קצין לבל יעוז מול מקהלים, קרא לומר הוני פדעני מעיקולים.
https://books.google.com/books/content? ... 114&edge=0
שריג זד שעיר טרם עמד...
https://books.google.com/books/content? ... 137&edge=0

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום איש את רעהו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
איש את רעהו האט געשריבן: ס'איז געווען א עובדא ביי א גברא רבא ווי א נגיד האט געוואלט אראפלייגן א גרויסע סכום וואס דער אדם גדול האט געבעטן פאר א דבר שבקדושה, האט אים דער אדם גדול געזאגט קלייב צוזאם פון אידן נדבות, די סכום איז חשובער דאס וואס איז געווארן צוזאמגענימען פון אסאך אידן
https://books.google.com/books/content? ... 114&edge=0
עפעס אזוי דערציילט מען פון סאטמארער רב זי"ע אבער כדי דער נגיד זאל אויך שפירן דער טעם פון ארומגיין פאר געלט
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
וואלווי האט געשריבן:שמיטשיק האט געשריבן:דיין תגובה דארף ווערן צוטיילט אין צוויי. קודם די געווענטליכע משולחים, א רובא דמינכרא פון זיי עסן בזיונות מיט א שעפ לעפל, עס קאסט זיי שטיקער געזונט די גאנצע שנארעריי, אבער ההכרח לא יגונה זיי האבן נישט קיין אנדערע ברירה נאר זיך צו מבזה זיין און משפיל זיין עד לעפר צו קענען אהיימגיין מיט עפעס א לייטישע סכום.
הונדערט פערצענט גערעכט כמעט סיי וועלעכע שווערקייט קומט נישט צו די דערנידערונג פון אויסשטרעקען א האנט ליידער און מ'דארף דאס געדענקען ווען די נושא פון צדקה גייערס קומט ארויף א יעדע שטיק צייט.שמיטשיק האט געשריבן:איך פערזענליך פיר זיך צו געבן מינמיום א גאנצע דאלער פאר יעדע א"י איד,
אן אלטען טעות. אמעריקאנער נצרכים דערזערווען די זעלבע גאנצע דאלער ווי די א"י אידשמיטשיק האט געשריבן:און אויב שטערט ער דיר פון דיינע געפילן בשעתן דאווענען, ווער זאגט אז השי"ת דארף יעצט דיינע פילינגס מער ווי דיין צדקה?
ס'האט נישט איינס מיט'ן אנדערען. זמן תפלה לחוד וזמן צדקה לחוד. אפי' מ'דארף וויסען אז ס'נישט דא קיין גרעסערע זאך ווי צדקה פאר נצרכים און מ'דארף כסדר טוהן חסד טאר מען נישט פארגעסען אז מ'איז געקומען אין שול צו דאווענען. אז ס'איז שוין דא צדקה גייערס און נצרכים דארף מען זיי אויך אינזין האבן אבער אפשר וואלט שוין געווען צייט צי מאכען אביסעל סדר מיט דעם ענין. למשל גיין נאר ביי פארשידענע צייטן פונ'ם דאווענען. בשעת'ן דאווענען דארף השי"ת דיינע פילינגס...
וואלווי: דעס וואס דו זאגסט אז א רובא דמינכרי פון די אידן וועלכע שטרעקן אויס א א האנט פאר צדקה זענען נצרכים און זיי עסן בזיונות מיט א שעפ לעפל, איז ריכטיג. אבער ס'איז אויכעט דא אזעלכע וועלכע זענען גרויסע מחוצפים און זייער אגרעסיוו. אני הקטן האב אזא מנהג. אויב איך זעה אז דער איד איז א ביישן. און ער גייט ארום נאך צדקה כאילו כפאו שד. עהם ביניך מקרב און געב איהם א שיינע נתינה. און די אגרעסיווע חברה איגנאריר איך אינגאנצן. ער מעג קלאפן ביז מארגן. דאמאלס ווער איך א פרומער און איך הייב אן דאווענען מיט גרויס כוונה . איך מאך צו די אויגן און איך הייב מיך אן צו שאקלען זייער שטארק...!
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
א מענטש א בעל מידות דארף מען אייביג זיין, סיי דער געבער און סיי דער בעטער, אבער דאך פארגעס נישט אז יענער איז א נצרך.
שיק מיך און אישי ווי די דאווענסט, כ'האב חשק צו זען ערעב בערל ווי ער שלעפט אראפ די ד' כנפות און ווארפט זיך באימה וביראה...
פון מיין זייט וועל איך מיך אנשטראגען צו זיין געמיין און אגרעסיוו. ווי גאט עי דיעל?
שיק מיך און אישי ווי די דאווענסט, כ'האב חשק צו זען ערעב בערל ווי ער שלעפט אראפ די ד' כנפות און ווארפט זיך באימה וביראה...
פון מיין זייט וועל איך מיך אנשטראגען צו זיין געמיין און אגרעסיוו. ווי גאט עי דיעל?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: געלט גייערס ביים דאווענען
מסתמא איז דער אגרעסיווקייט אן אויסדרוק פון זייער בושה, ודו"ק.
זיי מעגען גייען נאך געלט און מ׳דארף טאקע געבען, נאר מיט א חשבון. לאזען די גאנצע דאווענען זאל זיך אפשטעלען ווייל איינער האט א דרשה צו זאגען איז נישט אויסגעהאלטען. יעדער זאך האט א גבול.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
זיי מעגען גייען נאך געלט און מ׳דארף טאקע געבען, נאר מיט א חשבון. לאזען די גאנצע דאווענען זאל זיך אפשטעלען ווייל איינער האט א דרשה צו זאגען איז נישט אויסגעהאלטען. יעדער זאך האט א גבול.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט: דו דערמאנסט מיך א מעשה. (אפשר האביך עס שוין פארציילט. ואתכם הסליחה.).
אן ארץ ישראל'דיגער איד איז געגאנגען אין סאטמאר'ע ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום באלעמער און ר'האט אויסגערופן...רבותיי. איך האב מיך יעצט בחסדי ה' מיט גרויסע נסים ארויסגעראטעוועט פון די נעגל פון די פארשאלטענע ציונים ימ"ש. און איך בין ב"ה אנגעקומען קייין אמעריקע. איך האב גרויסע הוצאות. איך דארף מיך מסדר זיין מיט א דירה. א פרנסה וכו'...! דער עולם האט איהם באווארפן מיט געלט...!
א צווייטער איד, זעענדיג ווי מ'האט דעם ערשטן בעל דרשן באווארפן מיט געלט, איז ער אויך ארויפגעגאנגען אויפ'ן באלעמער און אנגעהויבן א דרשה מיט דעם זעלבן פזמון. גייט צו צו איהם דער ערשטער איד. און שרייט איהם אן...נו, השגת גבול...
אן ארץ ישראל'דיגער איד איז געגאנגען אין סאטמאר'ע ביהמ"ד און צוגעגאנגען צום באלעמער און ר'האט אויסגערופן...רבותיי. איך האב מיך יעצט בחסדי ה' מיט גרויסע נסים ארויסגעראטעוועט פון די נעגל פון די פארשאלטענע ציונים ימ"ש. און איך בין ב"ה אנגעקומען קייין אמעריקע. איך האב גרויסע הוצאות. איך דארף מיך מסדר זיין מיט א דירה. א פרנסה וכו'...! דער עולם האט איהם באווארפן מיט געלט...!
א צווייטער איד, זעענדיג ווי מ'האט דעם ערשטן בעל דרשן באווארפן מיט געלט, איז ער אויך ארויפגעגאנגען אויפ'ן באלעמער און אנגעהויבן א דרשה מיט דעם זעלבן פזמון. גייט צו צו איהם דער ערשטער איד. און שרייט איהם אן...נו, השגת גבול...
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:לאזען די גאנצע דאווענען זאל זיך אפשטעלען ווייל איינער האט א דרשה צו זאגען איז נישט אויסגעהאלטען. יעדער זאך האט א גבול.
א גבול? אפשר ביי די אראבער
אפשטעלן דאס דאווענען? אפשר ביי רשעות'דיגע הערצער
ביי אידן מיט געפיל און הארץ פאר א אנדערע איד איז עס בסך הכל א בענעפיט און העלאה פאר די תפילה, מען געט אביסל אוועק פון זיך פאר א צווייטען.