חאצקל האט געשריבן:לעצטנס הערט מען א סך, א ס'אנטוויקלט זיך א פרישער שטראם פון משכילים, ס'דרייען זיך ארום א סך אויפגעקלערטע אינגעלייט מיט קשיות און ענדגילטיגע תירוצים... אשר לא שיערים אבותינו נאכן קריג,
בעת די אלטע משכילים עקזיסטירן שוין כמעט נישט, אדע זענען זיי זייער ווייט פון אונזער לעבנס שטייגער, הייבט זיך אן שטיל צו וועבן א פרישער עפאכע פון היימישע משכילים אויף מאמע לשון.
טייל זאגן אז ס'איז א תוצאה פון טעכנילאגיע, אנדערע זאגן פון סתם תאות און ווייניג אמביציע אין אידישקייט ווי ס'איז נאטורליך ווען ס'האלט שוין ביים פערטן דור פון די וואס האבן אנגעהויבן אידישקייט מרצונם הטוב וכו'
וואס האט איר צו זאגן דערוועגן?
קודם כל, א אינגערמאן וואס האט קושיות הייסט נאכנישט קיין משכיל, אפשר ווען ער באקומט תירוצים וואס זענען קעגענזייטיג צו וואס ער איז אויפגעוואקסן.
די ווארט משכיל לכשעצמו איז נישט קיין נעגאטיווע נאמען, אויף נעים זמירות ישראל שטייט שוין ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו, די גמרא זאגט שוין אויף דעם "א"ר שמואל בר נחמני אמר ר' יונתן כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה שנאמר ויהי דוד לכל דרכיו משכיל וה' עמו וגו', אפשר חטא בא לידו ושכינה עמו?".
משכיל קומט פון די שורש פון שכל, איינער וואס ארבעט אויף באקומען מער שכל איז א משכיל.
סא ווער הייסט א משכיל וואס די לוחמי ההשכלה ובראשם די חתם סופר זי"ע?
ס'זייער שווער צו זאגן היינטיגע צייטן. ווען השכלה האט זיך געשטעלט אויף לערנען דקדוק, האט מען מחרים געווען דקדוק און אויסגעלאזט דקדוק רש"י'ס, וועסטו זאגן אז איינער וואס לערענט היינט דקדוק הייסט א משכיל? ווען משה מענדלסאן האט ארויסגעגעבן זיין ביאור איז מען ארויסגעקומען קעגן דעם זייער שארף, אבער היינט איז שוין יעדע ספר כמעט איבערגעטייטשט אויף לשונות העמים, איז גאנץ מסורה/ארטסקרול משכילים?
די פאקט איז אז השכלה האט דעמאלס געשניטן שטיקער איז מען ארויס קעגן דעם בחרב ובחנית, ווען אסאך פון די ראשי המשכילים וואלטן געלעבט מיט הונדערט יאר פריער אדער שפעטער וואלטן זיי געווען גרויסע רבנים און ראשי ישיבות פון די שענסטע און בעסטע וואס מיר פארמאגן.
אסאך ראדיקאלן פון אונזער "סיסטעם" האבן מיר צו פארדאנקען די השכלה, די מושג פון נאכגיין מסורה בלינדערהייט, דער דערהער פון א מנהג שטות איז אינגאנצן פארגעסן געווארן, די לשונות העמים פאביע, די חכמת הגוים פאביע, די חדש אסור מן התורה פענאמענאן, ועוד הרבה.
יעדע אינגערמאן וואס גייט היינט אין קאלעדזש זיך לערנען אקאונטינג אדער ספעשעל עד וואלט בזמן החת"ס געווען א פולקאמער משכיל, דער פראבלעם איז נאר אז זאכן וואס ער האט געזאגט אלס א הוראת שעה זענען געווארן א הוראה לדורות.
צו ענטפערען דיין שאלה, יא, היינט איז דא אסאך יונגעלייט וואס זענען משכיל אינעם ארגינעלען דוד המלך'דיגער זיך פון ווארט, זיי זענען מיד פון די מצות אנשים מלומדה, פון די גיין מיט קאפ אין וואנט מענטאליטעט, זיי ווילן פארשטיין מער וועגן זייער רעליגיע, ווילן וויסן וואס דער באשעפער וויל פון אונז, וואס אונזער תפקיד איז, וואס אנדערע שטראמען פון אידישקייט זאגן, און ווילן מקיים זיין דעם תורה עם דרך ארץ.
די יונגעלייט ווערן ע"פ רוב נישט קיין שוואכערע אידן, פונקט פארקערט, ס'ווערט נאר שטערקער ביי זיי, אפשר פון אידישקייט 11211 ווערן זיי שקצים, זיי הייסן אויפגעקלערטע, אנגעלייענטע, אפשר וועט ער אוועקמאכן געוויסע זאכן וואס ביי יהדות 11211 איז דאס מעיקרי האמונה, אבער זיין קשר צו גאט בלייבט פונקט אזוי שטארק, אויב נישט שטערקער.