וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אברעימל האט געשריבן:ווי איך זעה דארף מען צוטיילן די קעגנער פון דעם באפעל אויף צוויי.

1)די וואס האלטן אז אמעריקע האט א מאראלישע פליכט אריינצונעמען פליטים אפילו אויב דאס שטעלט א ריזיקע פאר אמעריקאנער בירגער.

2)די וואס האלטן אז די פליטים שטעלן מיט זיך קיין שום סכנה.

איצטער פארן כת הראשונה איז דער ענטפער גאר פשוט, דער פרעזידענט יר"ה האט צוגעזאגט ביי זיין אינשווערונג דרשה AMERICA FIRST אז ער שטעלט די זיכערהייט פון אמעריקאנער בירגער פאר אלעם, ממילא אפילו אומשולדיגע מענטשן ליידן TO BAD.

יעצט צי די צווייטע גרופע איז אויך נישט עק וועלט, דער פרעזידענט האלט אנדערש ווי אייך, צי מכח סטאטיסטיקס, מכח סברה אדער גאר דורך שפיאנאזש אינפארמאציע. עטץ האלטס אנדערש, נא, ער טוט דאס בעסטע לויט זיין פארשטאנד צו באשיצען אמעריקע.

די פראבלעם איז נאר אז כת הראשונה איז זיך מתלבש בשני' ממילא ווילן זיי נישט הערן קיין שום הסבר אויפ'ן פרעזידענט'ס שריט.


אזוי הייסט עס גייט אמעריקע זיין פירסט? דורך אנמאכן כאאס און דיוויידען מענטשען על לא דבר. דו רעדסט דא כאילו סאיז טאקע פארהאנען דא בכלל צוויי זייטן, וואספארא צוויי זייטן???, סאיז דא נומבערס און דאטא אויף דעם, מעהר מענשטען אין אמעריקא שטארבן פון א אריינגעוואקסענע נאגל אין די פיס ווי פון טעראריזים! דריי נישט קיין קאפ און קוק אויף די נומבערס! עס איז נול אטעקעגן צענדליגער אנדערע פראבלעמען וואס מוטשעט אמעריקע און די אמעריקאנע בירגער, וויפל מענשטען אין אמעריקא זענען געהארגט געווארן פון ווייסע עקסטרימיסטן מיט זייערע געווער?. מעקיסקאנער האבן קיינמאל גארנישט שלעכטס געטוהן פאר אמעריקע נאר גאר פארקערט זיי האבן געארבעט פאר אמעריקע און געטוהן די שמוציגע און שווערע ארבעט וואס די באקוועמע פוילע אמעריקאנער האלט נישט ביים טוהן און דערנאך אז ס׳ווערט זיי געבוירן דא א קינד אין אמעריקע, בשעת זיי ווערן גענוצט דורך די אמעריקענע אלץ שקלאפן ווערן זיי נאכאלץ נישט פארעכענט פאר אמעריקאנער בירגער און מ׳ווארפט זיי צו די הונט? דעס איז די גאלדענע מדינה?. וואס טראמפ טוט יעצט, איז פשוט ער לייגט אמעריקע און די וועלט אריין אין כאאס פאר נישטיקייט, ער דיווייד די מענשטען אז זיי זאלן זיך שלאגן צווישן זיך מיט סאושעל און פאליטיקעל מינדערוויכטיגע אישוס אז די המון עם זאל זיך נישט כאפן די אמתע אומרעכטן וואס גייט פאר אין אמעריקע און די דאמינעישאן פון די עליטע און קארפרעט אמעריקע. סאיז נישט אזוי וויכטיג די ערשטע טאג וואס ער איז פרעזידענט אנצומאכן אזא שטינק מיט די מוסלימענער פאר גארנישט, נישט דעס פלאגט אמעריקע בכלל, דעס ווייזט נאר אז אונז האבן דא צוטוהן מיט א אומ-סטאביליזרטע גאווערמענט וואס איז ארויס פון קאנטראל, דעס גייט זיכער נישט רוקן אמעריקא פארויס!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אברעימל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך אברעימל »

ר' שבת, ווי איך זעה פארשטייט איר נישט די חילוק פון MAKE AMERICA GREAT AGAIN ביז AMERICA FIRST און איר מאכט פון ביידע א קוגל אזוי ווי די צוויי מיינונגען קעגן דעם באפעל.

צווייטנס אויב דיוויידן אמעריקע זענען עס מענטשן ווי דיר וואס שרייען NOT MY PRESIDENT און זענען נישט משלים מיטן מציאות. לערנט אייך פון די רעפובליקאנער וואס האבן אויך געשריגן NEVER TRUMP ביז זיי האבן צום סוף משלים געווען און אזוי אים צוגעשלעפט נענטער צו זייער אגענדע, אדרבא פרובירט עס אויס.

(בנוגע אימיגראנטן פון מעקסיקא האב איך אויך וואס צי זאגן אבער דער אשכול איז נישט דער פלאץ דערפאר)
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

WASHINGTON: A new Reuters poll shows that 49% of Americans said they support Trump's immigration order, while only 41% said they disagreed.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אברעימל האט געשריבן:ר' שבת, ווי איך זעה פארשטייט איר נישט די חילוק פון MAKE AMERICA GREAT AGAIN ביז AMERICA FIRST און איר מאכט פון ביידע א קוגל אזוי ווי די צוויי מיינונגען קעגן דעם באפעל.

צווייטנס אויב דיוויידן אמעריקע זענען עס מענטשן ווי דיר וואס שרייען NOT MY PRESIDENT און זענען נישט משלים מיטן מציאות. לערנט אייך פון די רעפובליקאנער וואס האבן אויך געשריגן NEVER TRUMP ביז זיי האבן צום סוף משלים געווען און אזוי אים צוגעשלעפט נענטער צו זייער אגענדע, אדרבא פרובירט עס אויס.

(בנוגע אימיגראנטן פון מעקסיקא האב איך אויך וואס צי זאגן אבער דער אשכול איז נישט דער פלאץ דערפאר)


פונקטליך פון וועם זאל איך מיך לערנען? פון רופליקאנער וואס האבן פאר אכט יאהר נישט אנערקענט אבאמא אלץ א לעגיטימע פרעזידענט נאר ווייל ער איז א שווארצער??? אהא און דו ביסט נאך אליינס מודה אז אפילו די ריפובליקאנער האבן פארשטאנען נעווער טראמפ! פארוואס נישט טראמפ ער גייט דאך מאכן אמעריקע גרעיט עגעין?

וועם דרייסטו די קאפ מיט דיינע טראמפ פלפלים? איך פארשטיי נישט די חילוק פון MAKE AMERICA GREAT AGAIN און America First, דו פארשטייסט יא די חילוק? איז פארוואס ביסטו עס מיר נישט מסביר???? טראמפ אליינס ווייסט בכלל וואס מיינט ״מעיק אמעריקע גרעיט עגעין?״ אפשר מיינסטו צוזאגן ״מעיק אמעריקע רעיסיסט עגעין״!

זיי מסביר קלארע דיבורים וואס דער טראמפ טוט דא חוץ איבערדרייען אמעריקע? וויאזוי ווערט אמעריקע גרעיט עגעין מיט די אלע משוגעתן? פארוואס איז דעס וויכטיג די בעין פון די 7 לענדער? וואס איז געוועהן ביז היינט???. נאכזאגן זיינע נערישע פראזן ווי ׳מעיק אמעריקע גרעיט עגעין׳ וועט נישט העלפן, לאמיר הערן עפעס זאכליך און צום פוינט!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ביסטו מוראדיג איגנאראנט מיט דיין סטעיטמענט וועגן מיין חתימה און דו כאפסט בכלל נישט וואס מיינט ׳דיוויידן מענשטען׳! מיין חתימה אז איך בין קעגן די פרעזידענט איז נישט ווייל ער איז ווייס אדער שווארץ, מוסלים אדער קריסטן, מעקסיקען אדער אמעריקען, נאר ווייל איך שטום נישט מיט זיינע מיינונגען און פאליסיס, און נאך א מזל אז מ׳לעבט אין א צייט ווי סאיז פארהאנען ׳פרידאם אף ספיטש׳, איך מוז נישט בע״כ אננעמען טראמפ מיט זיינע פאליסיס אזויווי דו suggest אין די פריערדיגע תגובה אז איך זאל מיך לערנען פון די רפובליקענס און אננעמען טראמפ אפילו קעגן מיין מיינונג! אבער דעס אז די פרעזידענט פון די פרייע וועלט האקט אויף ספעציפישע גאנצע פעלקער און רעליגיעס אט דעס הייסט דיוויידן די מענשטען!!!

בקיצור, איך מוז מיט -שטומען מיט אלעס וואס דער אומגעלערנטער אידיאט ראסיסיט טראמפ טוט, און טאמער איך רעדט ארויס מיין מיינונג קעגן די פרעזידענט און איך וויל נישט אננעמען זיין אידיאלגיע, קומט אויטאמטיש אויס אז איך דיווייד די מענטשהייט, ווידער די פרעזידענט פון די פרייע וועלט מעג שיטן פעך און שוועבל אויף יעדעם איינעם און צומאכן די באורדערס גלייך נאך ער האט געוואנען די עלעקשאונס ווייל זיין כוונה איז צומאכן אמעריקע גרעיט עגעין?. כפארשטיי שוין אלעס ;)
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך החוקר »

דזשעיק טעפפער איז מסביר פארוואס עס איז נישט ריכטיג פאר די מידיא צו ניצן די טערמין Ban.
https://youtu.be/Ex-hJNhSOgs
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך גר ותושב »

גאנצל האט געשריבן:ער האט גערעדט פון אזעלכע וואס זענען דורך די 22 חדשים אדער אזעלכע וואס וואלטן זיך אריינגעכאפט דורך אנדערע פלעצער ווי זיי זענען שוין יעצט ווי אין בריסל וכדו'


אזוי גאר און וואס איז מיט סאודיע אראביע און עיגעפט און פאקיסטאן די טעראריסטן קענען נאך אלץ ראויגער הייט זיך אריין שפאנצירן אין די פאראייניגטע שטאטן?
גר ותושב
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1650
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 02, 2015 1:23 pm
האט שוין געלייקט: 1407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1048 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך גר ותושב »

ווער געדעינקט נאך ווי די רעכטע טאולק שאוס פלעיגן חוזק מאכן פון אבאמה אז ער בלעימט אלעס בוש למעשה האט טראמפ געסיינט א עקסעקיוטיוו ארדער אויף זיבען לענדער וואס פון דארט זענען קיין טעראריסן קיינמאל נישט אריין געקומען קיין אמעריקע אז פון דארט קען מען מער נישט קומען.

אויפן שאלה אז מען קען נאך קומען פון סאודיע אראביע און אנדערע עקסטרימיסטישע פלעצער בלעימען זיי אבאמה!! אבאמה האט נאר געזאגט אז די זיבען זענען מסוכן און די אנדערע נישט.
איז קודם כל די זיבן זענען מסוכן פאר זיך אבער לגבי אריין קומען קיין אמעריקע זענען אלע די זעלבע מסוכן!!! אויב עפעס.
און צווייטענס זייט ווען פאלגט ער אבאמה!! ועוד אויב האלסטו טאקע אז עס איז א סכנה א יעדע מינוט אז א טעראריסט קען זיך אריין כאפן וואס פארדעים האסטו און א איילעניש געדארפט סיינען די ארדער איז שנעל כאפ א פעידער און שרייב שנעל אונטער אקעיגן די אנדערע ווער ווייסט וויפיל חברה זענען שוין אריין געקומען פון שבת ביז היינט!!.
איך פארשטיי טאקע נישט דער טראמפ ווי אזוי קען ער שלאפן ראויג ביינאכט ער האט דאך צוגעזאגט will make America safe again אבער ביזדערוויל לשיטתו איז עס נאך אלץ נישט סעיף און לשיטת אבאמה איז עס אלץ געוועין סעיף.
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

@גר ותושב ס'זענען ליידער דא אזעלכע וואס אפילו ווען דער אמת שמייסט אין פנים וועלן זיי נישט מודה זיין.

לא דובים ולא יער, לא טעראר ולא סכנה, אין כאן לא שכל, לא אנושיות, אבל יש כאן שקרים, כזבים, רשעות ואכזריות...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

חכם לב: איך ווייס נישט אין וועלכן חדר און סקול דו ביסט געגאנגען. אבער איין זאך איז זיכער. אויב דו וואלסט געווען אין א לאנד פונ'ם קאמוניסטישן גן עדן, וואלט מען דיך זיכער געשיקט צו א רי-טרעינינג קעמפ. איך וויל אפילו נישט זאגן וואס דיין גורל וואלט געווען ביי חבר סטאלין. נאר אפילו ביי קאמעראד כרושטשאוו, וואלט מען דיך שוין לאנג פארשיקט אין אן אינסטיטוציע וואו די דאקטוירים האבן די זעלבע מעדיצינישע וויסנשאפט וואס די גערער משגיחים/משפיעים און דער אדמו"ר מ'לב טהור. און זיי געבן טאקע די זעלבע מעדיצינען און פיללן. און זיי רעדן דיר אזוי לאנג איין אז דו ביסט משוגע ביז דו וועסט זיי גלייבן. בכל אופן. איך ווינטש דיר אז דו זאלסט (בזכות פרעזידענט דאנאלד טראמפ, יר"ה) טאקע קיינמאל נישט וויסן וואספארא שכר די אלע אומ-שולדיגע, נעבעכדיגע פליטים האבן פאר דיר אלס קריסט אדער איד. פאר אננעמען זיך פאר זייער קריוודע...! נאר אויב דו ביסט נייגעריג צו וויסן זאלסטו נאכקוקן די ווידיא'ס ווי זייערע העלדן האקן קעפ...! אדער, א ווידיא וואס דער רעכטער נאצי, פאשיסט, (לשיטתך ושיטת כל הבהמות שכמותך) גלען בעק האט ארויפגעלייגט. ווייל אין יענע תקופה איז געווען א סאך סימפאטיע פאר די ..."העלדישע"...קעמפער אקעיגן באשיר על-אסאד'ס בארבארישע ארמיי. ער האט געשריבן אז ער גאראנטירט ווער ס'זעהט די קליפ וועט פארלירן די סמפאטיע צו די העלדישע רעבעללן...והך קאווע... די ווידיא קליפ האט געוויזן וויאזוי א רעבעל קעמפער נעמט א געהרג'טן סירישן ארמיי סאלדאט און שניידט אויף זיין גוף און ער נעמט ארויס זיין הארץ און עסט עס אויף...אט דאס זענען דיינע העלדישע קעמפערס און די נעבעכ'דיגע פליטים. ווייל די וועלכע זענען געבליבן געטריי צו באשיר על-אסאד און זיין רעזשים זענען נישט געטשעפעט געווארן דורך די גאווערנמענט. נאר טעראריזירט געווארן דורך די רעבעלס...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

לשיטתך ושיטת כל הבהמות שכמותך


ר׳ בערל פארוואס איז ער א בהמה???

ער שרייבט גראדע זייער קלאר, זייער גיט, און צום פונקט! ווייסט ווער סאיז א בהמה?, דיין פרעזידענט אויף וועם דו שרייבסט נאך יר״ה! ער איז א בהמה! צוזאמען מיט דעם צוריקטן מארמאן גלען בעק.

די גאנצע סיבה פארוואס דו מיט אלע בהמות ווי דו נעמען זיך אן פאר אים ווייל ענק האבן א בלינדע שנאה פאר מוסלימענער, און איינרעדענישן אז יעדע מוסלימענער האקט קעפ פון אידן, אלע דיינע פאביעס מעטשן נישט קיין נומבערס!
דיין לעצטע תגובה קלעבט נישט איין ווארט מיט צווייטן, און ס׳קומט נישט אריין דא, דיינע פלפלים מיטן אפהאקן קעפ קומט אויך נישט אריין דא! סענדער דער דייטש איז שוין לאנג געשטארבן...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

נישט לאנג צוריק האבן אלע דיינע ריפובליקאנער געשריגן מיט קראקידייל טרערן אז סאדאם כוסעין גייט ממש אינטערברעגן די וועלט און אמעריקע מוז זאפארט אים סטאפן, דערווייל האט ער אינגאנצן פארמאגט אפאר קעמלעך, סהאט געקאסט די אמעריקאנע שווערע ביליאנען, צוואנציג טויזענט אמעריקאנע יונגען זענען אהיים געקומען געשעדיגט און צוהארגעט לעולם ועד, שווערע טויזענטער איראקע געשעדיגטע, אומשולדיגע קינדער זענען געהארגט געווארן פאר גארנישט, פארוואס? ווייל בהמות ווי דו מאכן פאלשע חשבונות און גייען נישט מיטן אמת!

דעס איז מיר אמעריקאנע דאמינירן די וועלט, האט באשאפן אזא ארגאנזאציע ווי אייסעס!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מאנכע טענה׳ן אזא סברא. דער פרעזידענט יר"ה (היסטאריש האט מען גענוצט די ברכה אויף פיהרער׳ס פונקט אזוי שלעכט ווי דער היינטיגע פרעזידענט) האט דא א פלאן. וויבאלד די אלע פליכטלינגען פון סיריא האבען יעצט נישט ווי צו גייען, דארפען מיר פארזיכערען זייער לעבען דארט אין סיריא, און ממילא וועט מען דארט מאכען באשיצטע ערטער און געגענטער, טאקע באשיצט דורך די אמעריקאנער מיליטער. בקיצור, אינוואדירען סיריא. נאר זיין רעפובליקאנער כאווערים קענען נישט שטיצען גלאטעהייט נאך א מלחמה, ממילא האט ער דא אנגעהויבען. מ׳טענה׳ט אז די רוסען האבען שוין מורא פון דער שריט, ווייל סיריא באלאנגט צו זיי היינט. בקיצור, אומפאראנטווארטליכעהייט זוכט דער פרעזידענט א דריטע וועלטס קריג. א גרויסען ייש"כ צו אלע זיין וויילערס.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

@ליטוואק פון בודאפעסט

לא גמיר ולא סביר. נישטא קיין סברות, נישטא קיין בארעכטיגונג. דאס איז א טענה טיפשית, דאס איז צו צופרידנשטעלן א ים של טיפשים וואס יעדע מאל וואס דאנאלד טראמפ טאנצט 'קדוש' שרייען זיי 'ברוך'.

קלער נאר פאר א רגע, ווען די וועלט איז געווען צושוידערט און צושטורעמט נאך 9/11 איז קיינעם נישט איינגעפאלן אזא רעיון אכזרי וטיפשי.

דער איינציגסטער לאנד וואס שרייט אז זיי זענען דעמאקראטיש און איז צופרידן מיט א פאליסי פון אונטערדרוקן א פאלק וואס מען גיבט נישט קיין רעכטן צו שטימען, און נאך מעשה רשע ופשע איז מדינת ישראל. א שאנדע און א פלעק אויף אונזער פאלק ליידער.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די טענה איז נישט פון זיין פארטיידיגער, נאר פארקערט. א חבר פארציילט אז ער האט עס געהערט פון Brian Lehrer וואס איז נישט חשוד צו זיין א טראמפ שטיצער. ער איז דאך א וועלטס בעל כשרון

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די טענה איז נישט פון זיין פארטיידיגער, נאר פארקערט. א חבר פארציילט אז ער האט עס געהערט פון Brian Lehrer וואס איז נישט חשוד צו זיין א טראמפ שטיצער. ער איז דאך א וועלטס בעל כשרון

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

יא, ביים קאמפיין האט ער דאס געטענה'ט. ווען ער וואלט ארויסגעקומען גלייך מיט פלאן צו העלפן די סירישע, און נאכדעם זאגן אז ער וויל נישט אריינלאזן מער, נו, החרשתי. איך וואלט געזאגט משוגע, שלעכט און געשוויגן.
אברעימל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך אברעימל »

שבת אחים האט געשריבן:
וועם דרייסטו די קאפ מיט דיינע טראמפ פלפלים? איך פארשטיי נישט די חילוק פון MAKE AMERICA GREAT AGAIN און America First, דו פארשטייסט יא די חילוק? איז פארוואס ביסטו עס מיר נישט מסביר???? טראמפ אליינס ווייסט בכלל וואס מיינט ״מעיק אמעריקע גרעיט עגעין?״ אפשר מיינסטו צוזאגן ״מעיק אמעריקע רעיסיסט עגעין״!



איך וועל מיך נישט באציען צי אלע דיינע טענות. 1 - ווייל איך בין נישט דעם פרעזידענט'ס ווארטזאגער און איך בין לאו דוקא איינשטימיג מיט זיינע פאליסיס. 2 - ווייל אזעלכע מענטשן ווי דיר וועלן קיינמאל נישט מסכים זיין מיט וואס ער טוט ווילאנג ער איז פרעזידענט. איך וועל פשוט מסביר זיין די נפק"מ פון MAKE AMERICA GREAT AGAIN און AMERICA FIRST.

AMERICA FIRST מיינט פשוט אז אמעריקע'ס אינטערעסן קומען פאר אלעס - חייך קודמין. דאס מיינט אז אויב עפעס איז (לפי דעתו) אין אמעריקע'ס אינטערעסן טוט מען עס אפילו אויב אנדערע (נישט אמעריקאנער) וועלן שאדן האבן דערפון.

יעצט MAKE AMERICA GREAT AGAIN מיינט מאכן אמעריקע מעכטיג - דאס הייסט טון זאכן אז אנדערע לענדער זאלן ציטערן פון און זיך רעכענען מיט אמעריקע אפילו עס ברענגט נישט קיין (דירעקטע) בענעפיט פאר אונז.
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

אברעימל האט געשריבן:יעצט MAKE AMERICA GREAT AGAIN מיינט מאכן אמעריקע מעכטיג - דאס הייסט טון זאכן אז אנדערע לענדער זאלן ציטערן פון און זיך רעכענען מיט אמעריקע אפילו עס ברענגט נישט קיין (דירעקטע) בענעפיט פאר אונז.

לאו דוקא
אברעימל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך אברעימל »

לאו דוקא וואס?
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך החוקר »

אברעימל האט געשריבן:יעצט MAKE AMERICA GREAT AGAIN מיינט מאכן אמעריקע מעכטיג - דאס הייסט טון זאכן אז אנדערע לענדער זאלן ציטערן פון און זיך רעכענען מיט אמעריקע אפילו עס ברענגט נישט קיין (דירעקטע) בענעפיט פאר אונז.

דו האסט עס בכלל נישט ארויס.
אין די אמעריקא פון טראמפ און זיינע שטיצער, לעבן מיר אין א מדינה וואס איז ביים שוועל פון גיין חרוב, מיר זענען טיף טיף אין די אדמה, נישט דא קיין דזשאב'ס, געלט, ביזנעס. פארברעכן איז ביי א הויכפונקט ווי קיינמאל בעפאר אא"וו. הער נאר אויס זיין איינשווערונג'ס רעדע ווי ער רעדט פון "די קריים! די קארנידזש!"

פאר די מענטשן וואס לעבן אין די וועלט זאגט ער, MAKE AMERICA GREAT AGAIN אז ער גייט צוריק ברענגען דאס לאנד ברום המעלה.
אברעימל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך אברעימל »

יתכן אז ביסט גערעכט, איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען די חילוק פון די צוויי. בקיצור, MAKE AMERICA GREAT AGAIN איז א ציל וואס ער וויל גרייכן (קיין נפק"מ וואס פונטליך דאס מיינט), און AMERICA FIRST איז א שיטה וויאזוי ער וועט זיך פירן.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

גר ותושב האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:ער האט גערעדט פון אזעלכע וואס זענען דורך די 22 חדשים אדער אזעלכע וואס וואלטן זיך אריינגעכאפט דורך אנדערע פלעצער ווי זיי זענען שוין יעצט ווי אין בריסל וכדו'


אזוי גאר און וואס איז מיט סאודיע אראביע און עיגעפט און פאקיסטאן די טעראריסטן קענען נאך אלץ ראויגער הייט זיך אריין שפאנצירן אין די פאראייניגטע שטאטן?


א סעמפל פון געמאלענע וואסער פאליטיק עס יוזעל

די פריוויאס האומלענד סעקיוריטי האבן נאך אסאך פארשונגען און פראבירונגען צו באקומען אינפאו אויף בירגער פון די זיבן לענדער ביי די רעגירונג געזען אז די זיבן האלטן נישט ביים קאפערירן און מ'קען נישט וויסן ווער ס'קומט פון דארט האבן זיי אלס פחד פון טעראריסטן באצייכנט די זיבן לענדער אלס אזעלכע וואס מ'דארף מורא האבן ווער ס'קומט אריין

אויף דעם האט אבאמא פארארדענט אז מ'זאל ביי די זיבן לענדער שווערער מאכן דאס אריינקומען טראמפ טראסט נאך אלס נישט און ער האט נאך אלס מורא האט ער געגעבן א צייטווייליגע פארבאט ביז ער וועט אויסארבעטן א מהלך צו זיין מער סעיף

ווייזט אויס אז מיט סאודי און מיט עגיפטען און פאקיסטאן פילט ער זיך מער סעיף

וואס פארשטייסטו נישט דא ?
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

בקיצור איך ליין איין תגובה נאכ'ן צווייטן קיינער ברענגט נישט קיין פרוף לדבריו

יעדער שרייבט זיינע בויך ווייטאגן

לויט @ליטוואק'ס הנחה הייסט דאס זאכליך אן קיין תוכן מילא פארדינען זיי נישט קיין תירוץ

נאר כדי נאך אמאל איבער צו גיין טראמפ האט דא גארנישט 'מחדש' געווען ער טוט נאר וואס עס איז נארמאל פראטעקטן די אייגענע מענטשן פון טעראר

ווי ס'זעיט אויס טוט יעדער בארעכטיגן בעצם די שריט, מאנכע טענה'ן נאר אז די 'מצב' איז נישט אזוי געפערליך, אבער יעדער איז מודה אז וואלט ווען די מצב געווען געפערליך איז די 'עצם שריט' א ריכטיגע, ממילא די מחלוקה איז נאר די מצב,, אזויפיל פארלאז איך מיר אויף טראמפ אז ער האלט אז מ'קען נישט ווארטן ווייל די מצב ערלויבט נישט

און ווען ער זאל טון עפעס אומדערהערט כגון ארויסלייגן א פערמענאנטע בען אויף אלע אימגרענטס און רעפיוזשיס וואלט איך אויך געווייטאגט ווען ער זאל אסר'ן פון אלע מוסולמענע לענדער וואלט איך מיטגעווייטאגט און געשריגען אכזריות און רעליגיע פיינט האבער

למעשה האט ער נאר פארמאכט אויף 'דערווייל' און ער האט נאר פארמאכט די לענדער וואס קאפערירן נישט און צו דעם האבן די טעראריסטן דארט א באקוועם ארט זיך צו לערנען און אנצוגיין

אבער אדרבה אלע אנדערע זענען געהעריג ווארים וועלקאם אין אונזער לאנד דאן איז די גאנצע זאך א שטורעם אין א גלעזעל וואסער נוסח דעמאקראטן וויינען און שרייען און זיך מאכן באקרידעווט איך זעי נישט אין דעם קיין שום אכזריות

אין כאן אכזריות אלא פראטעקשאן א גוטן טאג נחת און סיעתא דשמיא
פארשפארט