פראפ' מארק שפירא

תולדות און ‫ביאגראפיע, פראפילן און אנאליזן פון אידישע און אלגעמיינע פערזענליכקייטן, אמאל און היינט
פארשפארט
שמערל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1129
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
האט שוין געלייקט: 982 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך שמערל »

פארוואס נעמסטו נישט די בילדער גלייך פון די טעפעטאלק קאמארע אפציע?
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

יעצט אויף זאב ברענער שאו
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
גנדי
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1181
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 05, 2013 11:21 pm
האט שוין געלייקט: 2151 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1341 מאל

שליחה דורך גנדי »

listen line at 401-347-0304
You must be the change you want to see in the world
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גראדעמעכעלע האט געשריבן:
גראדעמעכעלע האט געשריבן:ווי קען מען זעהן זיינע שיעורים וואס ער געבט אויף Torah in motion?

אפשר דאך?
איך זיך צו הערן/זעהן זיינע שיעורים וואס ער האט געגעבן,
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

פארוואס איז נישטא קיין IQ TEST פאר די אריינרופערס צו פילטערן די נערישע שאלות... ווי דער פון מאנסי... אבער די פרוי פון מאנהעטן
Under influence
באניצער אוואטאר
מבקר
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 355
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 21, 2014 4:49 pm
האט שוין געלייקט: 548 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 262 מאל

שליחה דורך מבקר »

אויבערלענדער חכם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 340
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 2:13 am
האט שוין געלייקט: 257 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

אז נדברו יראי ה' איש אל רעהו

שליחה דורך אויבערלענדער חכם »

שלום וברכה!
איך האב א פארשלאג. עס איז גאנץ מעגליך אז מען האט שוין דאס פראבירט דא אין קאווע שטיבעל, און אפשר אפילו מיט א סאך הצלחה, אבער זייענדיג ניי דא קען איך זיך אזוי גוט אויס מיט די הלוך ילך, און איך ווייס אויך נישט ווי מען דארף אריין שטעלען אט די הערה (אויב עס איז דא ממונים אפשר קענען זיי אוועק שטעלען דער הערה אין די ריכטיגע פלאץ). איך וויל מציע זיין אז מען זאל אנהייבן א "בוק קלאב" (book club) פאר די וואס זענען נישט באקאנט מיט דער באגריף קוקט דא: http://en.wikipedia.org/wiki/Book_discussion_club.
ערשט דארף מען אז א פאר מיטגלידער זאלען זיך אנרופען אז זיי זענען אינטרעסירט, נאכדעם דארף מען וועלן א ביך, און אחר קען מען אפמאכען זיך "צאמקומען אונליין" צו ארומרעדען די ביך. איך וואלט מציע געווען צו גיין מהקל אל הכבד. דאס מיינט אנהייבן מיט עפעס לייכט און נאכדעם אריבער גיין מיט עפעס שווערער.
לאז וויסען אויב מען איז אינטרעסירט און מען קען דאס אנהייבן מסדר זיין.
בכבוד רב,
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

אינטערוויו מיט שפירא

שליחה דורך יואליש »

When I say that not everyone needs to be exposed to the complete truth, let me share a story to illustrate this. I realize that some people might find this story surprising coming from me. Some years ago after a lecture someone approached me. He was quite upset that his son had become a hasid and he wanted my help in this matter. He wanted to know if he should give his son David Assaf’s book on Hasidism, as he thought that seeing some of the unsavory history of the movement would change his son’s views. I told him that I thought this was a bad idea. If his son is happy in his newfound spirituality why attempt to destroy it? If his son is interested in the history of Hasidism, sooner or later he will come to Assaf. But I don’t think it should be a goal to have all hasidim become acquainted with these matters. Isn’t this also how families operate? Does everyone in the family need to know all of the difficult and dark secrets? Often life works out better for them if they are blissfully ignorant of certain things.



https://kavvanah.wordpress.com/2015/06/ ... s-history/
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

וויבאלד ס'איז נישטא קיין אשכול אויף מרן הגה"ק רבי יחיאל יעקב זי"ע, וועל איך עס לייגן דא.

א שטיקל פון די עדה חרדית פורים גליון

- ס'ארבעט מיר נישט די "צולייגן א פייל" - קוק אויף עמוד ב' אונטען. ימ"ש
Under influence
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

איינער ווייסט אפשר וואו מען קען טרעפן די ספר? -- יישר כח.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

מעג מען אפילו גלייבן אזא מעשה? איז דאס נישט קיין הימלשרייענדע ליצנות?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ארויפגעברענגט לכבוד דער וועקער פון שבט\אדר

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך חוקר ודורש »

אויף טוויטער איז דא איינער וואס רופט זיך Seforim Chatter וואס פאוסט כסדר אלעס ארום ספרים מיט ביכער, און היות די עולם איז יעצט איינגעשפארט אין די היים צוליב די ווייריס, מאכט ער אינטערוויוס מיט פארשידענע אידן ווי למשל מיט ר׳ ישראל מזרחי פון מזרחי ספרים סטאר.

מיטוואך האט ער אינטערוויוט פראפעסער מארק שפירא, ווי ער האט ארום גערעדט מיט אים איבער פארשידענע זאכן, קודם האט ער גערעדט וועגן זיין שייכות מיט הרב/פראפעסער יצחק אשר (איזידור) טווערסקי וואס איז געווען א פראפעסער מיט א חסידישע רבי צוזאמען (טאלנא רבי) שפירא זאגט אז ער געווען אויפגערעגט אויפן ספר ״הגאון״ פון ר׳ דוב אליאך וואס. באשרייבט דער ווילנא גאון און זיין התנגדות צו חסידות, כידוע זענען אסאך געווען ברוגז אויפן ספר פארן רעדן מיט א זלזול אויף חסידישע גדולים, איין זוהן רבי משה טווערסקי איז גאר געווארן א געהעריגע ליטוואק, ער איז נעבעך געווען צווישען די קדושי הר נוף. אויך רעדט ער ארום וועגן הרב מאיר מאזוז, פון וועם שפירא האלט גאר שטארק, ער זאגט אז קען גאר זיין אז ער איז די גדול הדור מיט זיינע ברייטע ידיעות אין תורה ומדע, אין הרב מאזוז׳ס ישיבה לערענט מען אויך דקדוק כתב ולשון וכדומה אזוי ווי די יהדות ספרד פלעגט אלץ לערנען, שפירא זאגט אז הרב מאזוז באטיטולט אים הרב ״פתח״ וואס איז ר״ת פ׳ראפעסער ת׳למיד ח׳כם. ער דערציילט אויך וועגן זיין קשר מיט הרב אפרים גרינבלאט בעל שו״ת רבבות אפרים ער זאגט אז ער פלעגט אים פרעגן שאלות און ער פלעגט אים קענען ענטפערן א תשובה וואס איז געווען א חידוש אין פסק און אים זאגען ער זאל נישט זאגען אז די תשובה קומט פון אים מורה האבענדיג אז די קנאים וועלן זיך נעמען צו זיינע ביינער, שפירא זאגט אז דאס איז אים געווען א גרויסע חידוש און האט אים אויפגעמאכט די אויגן צו וואס עס גייט פאר אויפן וועלט (קען זיין אז דאס האט אים צוגעפירט זיך אריינצוטוהן אין צענזורירטע ספרים) רעדט ער ארום וועגן זיינע אלע באקאנטע ספרים אין ארטיקלען, און וועגן זיין שרייבעריי אויפן ספרים בלאג.

מארק שפירא זאגט אז ער ארבעט יעצט אויף א ספר וואס טוט דורך הרב קוק׳ס כתבים וואס זענען לעצטענס ערשינען למשל זיין ערשטען ספר וואס ער האט געשריבען וואס הייסט מציאות קטן. דער לעצטען ספר וואס שפירא האט ארויסגעגעבן הייסט ״אגרות מלכי רבנן״, בריווען וואס ער האט זיך געשריבען מיט גדולי ישראל ואנשים חשובים, שפירא זאגט אז ער קען נישט טראכטען פון נאך א ספר וואס האט בריווען פון אלע שיכטען און קרייזען, פון סאטמארע רבנים ביז מאדערענע ציוניסטישע רבנים, שפירא דערציילט אז ער האט זיך געשריבען אפי׳ מיט ר׳ משה בער בעק! און הרב בעק פלעגט אים צוריק ענטפערן מיט לאנגע בריווען מסביר זיין זיין השקפת עולם, אבער ער האט נישט אריינגעלייגט די בריווען אין דעם ספר ווארום הרב בעק איז צו עקסטרעם מיטן גיין צו איראן וכדומה, און עס וואלט פארשוועכט דעם ספר, אבער ער פלאנט איין טאג צו מפרסום זיין די בריווען. ער זאגט נאך א אונטערסאנטע עפיזאד אז דער ספר אגרות מלכי רבנן מיט נאך צוויי אנדערע פון זיינע ספרים זענען די ערשטע אין היסטאריע צו ווערן געדריקט מיט קאטוילישע געלט היות ער איז א פראפעסער אין סקרענטען אוניבערסעטי וואס איז א פריוואטע קאטוילישע קירכע, און זיי האבן באשטייערט געלט צו דריקן די ספרים, און ער קוקט דאס אן אלץ א חשיבות וואס נאך דורות פון רודפ׳ען אידן איז ער געווען די ערשטע וואס זיי האבן גאר געהאלפען מיט ארויסגעבן זיין ספרים.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום חוקר ודורש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
חוקר ודורש
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 423
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2019 3:01 pm
האט שוין געלייקט: 738 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך חוקר ודורש »

כ׳האב פארגעסן צו שרייבען אז די אלע ביכער און ארטיקלען פון פראפ׳ הרב מארק שפירא, זענען זייטיגע ווערק! דאס האט קיין שייכות נישט מיט זיינע לעקציעס וואס ער געט פאר סטודענטן אין אוניבערסיטעט. זיינע ביכער האבן זיך אויפגעבויט מיט די יארן, ווי למשל זיין בוך איבער צענזור איז פון נאטיצען וואס ער האט זיך פארשריבען פאר איבער צוואנציג יאר. אזוי אויך זיין בוך בנוגע די י״ג עיקרים פונעם רמב״ם האט זיך אנגעהויבן מיט ארטיקלען אויפן ספרים בלאג און פון דעם איז ארויסגעוואקסען דער בוך.


Sent from my iPhone using Tapatalk
שוב יום אחד לפני מיתתך
באניצער אוואטאר
אמת וצדק
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 180
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 17, 2019 3:28 pm
האט שוין געלייקט: 611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 559 מאל

פראפ' מארק שפירא

שליחה דורך אמת וצדק »

הרב מארק שפירא האט לעצטענס געפאוסט אויף ספרים בלאג אן אונטערסאנטע זאך, ער ברענגט א הספד וואס הרב זלמן נחמיה גולדברג האט געגעבן אויף הגאון שלמה גורן!

הגרזנ״ג איז לעצטענס אוועק, ער איז געווען אן איידעם ביי הגאון רבי שלמה זלמן אויערבאך, און ווי זיין שווער האט ער זיך געהאלטען נאטראל און געווען אויסגעטוהן פון פאליטיק, און אפי׳ ער איז בעצם געווען א חרדישע ליטווישע גאון איז ער נישט מיטגעשטאנען מיט הרב שך ווען ער איז ארויס קעגן חב״ד, און האט ווייטער אנגעהאלטען נאנטע קשרים מיט חב״ד, אזוי אויך האט ער געהאט א מנהג אז ווען מען האט אים גערופן געבן א שיעור נישט קיין חילוק ווי איז ער געגאנגען, אפי׳ אויס עס איז געווען א מזרחי׳סטישע ישיבה. און אזוי האט ער יארן לאנג געגעבן שיעורים און זייערע ישיבות א שטייגער ווי עטרת כהנים פון הרב שלמה אבינר, כרם ביבנה, שבי חברון, אור עציון, בית אל, און נאך, אזוי אויך פלעגט ער גיין צו ישיבת ״האידרא״ וואס הרב שלמה גורן האט אויפגעשטעלט און געווען ראש הישיבה.

זיין מטרה איז געווען איין זאך להגדיל תורה ולהדירה, דאס איז געווען זיין וועלט, תורה און נאכאמאל תורה.

ווען ער איז געקומען געבן א שיעור אין ישיבת האידרא הארט נאכן פטירה פון הרב גורן האבן די תלמידים אים געבעטן צו זאגן דברי הספד אויפן ראש ישיבה, האט ער געגעבן א הספד און בעיקר ארומגערעדט איבער.. יא איר האט גוט צוגעטראפען די התמדת התורה פון הרב גורן. ער האט נישט אנגערירט קיין שום אנדערע ענין נאר וועגן לימוד התורה. שפעטער האט הרב גולדברג אפגעשריבען דעם הספד און עס געשיקט צום משפחה פון הרב גורן. ער פארציילט אינעם הספד ווי ער געדענגט הרב גורן פון שכונת כרם אין ירושלים זיצען און לערנען יעדן טאג זיבען בלאט גמרא, און ווען דער רב השכונה הרב אליהו ראם פלעגט אריין קומען אין שוהל פלעגן דער יונגער גורונטשיק עילוי זיך מפלפל זיין אין לערנען אזש ס׳איז געווען א פארגעניגען דאס מיטצוהאלטען. נאך פארציילט ער אז זיין פאטער פלעגט כסדר רעדן מיט התפעלות וועגן הרב גורן אז אלץ א יונגע מאן האט ער ארויסגעגעבן א חיבור אזוי ווי א גמרא אויף מסכת מקואות מיט אלע פלעצער אין בבלי ירושלמי ווי מען רעדט וועגן מקואות.

אזוי אויך פארציילט הרב גולדברג ווי ער געדענגט אז עס איז ארום געגאנגען א שמועה אין ירושלים אז דער עילוי שלמה גורונטשיק גייט זיך משדך זיין מיט א אייניקל פון הרב איסור זלמן מלצר, דער עולם האט שוין געוואלט גיין געבן מזל טוב פאר רבי איסור זלמן, למעשה איז דאס געווען א פאלשע שמועה אוו די שידוך איז נישט געשען, אבער איז יא געווען אנגעטראגען, דער מדברת איז געווען די טאכטער פון הגאון רבי אהרן קאטלער וואס האט שפעטער חתונה געהאט מיט הרב דוב שווארצמאן, רבי אהרן איז געווען אן איידעם ביי רבי איסור זלמן, הרב איסור זלמן האט דאס שטארק געבאדערט אז ער האט נישט זוכה געווען צו דעם יונגען עילוי. הרב גורן דערמאנט די סיפור אין זיין אויטאבאיגראפיע ווי ער שרייבט: בעת ההיא, החלו גם רבנים ושדכנים שונים לנסות ולשדך לי אישה. אחת ההצעות הגיעה מאחד מגדולי ישראל, מן הגאונים, שהיה מעוניין מאוד לשדך לי את בתו.

סוף פונעם הספד ברענגט ער וואס שטייט אין ספר אמונת חכמים אז אין דברי הימים שטייט אז מנשה המלך האט תשובה געטוהן אבער אין מלכים ווערט דאס נישט דערמאנט, די סיבה איז ווייל כל זמן עס איז אנגעגאנגען די יצרא דעבודה זרה האט מנשה נישט געקענט האבן קיין תשובה זייענדיג א חוטא ומחטיא את הרבים מיט עבודה זרה, ערשט נאכן מבטל זיין דעם יצרא, און די צייטן ווען מען האט געשריבען דברי הימים האט מען דערמאנט זיין תשובה טוהן. פירט אויס הרב גולדברג זעט מען פון דעם די כוח פון די וואס זענען ממשיך צו גיין און שלעכטע וועגן, כ״ש אויב די תלמידים גייען אין גווע וועגן איז דאס א טובה פארן רבי׳ן. דאס ברענגען דעם שטיקל אמונת חכמים מיט מנשה המלך איז אביסל אונטערסאנט און מאדנע לדעתי, אפשר וויל ער מרמז זיין אז די תלמידים פון הרב גורן זאלן ארויסנעמען דאס גוטס פון זייער רבי און דאס ממשיך זיין.

פאר דער וואס ווייסט נישט ווער הרב גורן איז. ער איז געבוירען אין פולין שנת תרע״ח מיטן נאמען שלמה גורונטשיק, איז ארויף קיין א״י אין תרפ״ה, ער האט קודם געלערנט אין א מזרחי׳סטישע חדר שפעטער איז ער אריבער קיין עץ חיים אין ירושלים, דערנאך איז ער אריין אין ישיבת חברון, דעם מנהג פון לערנען יעדן טאג זיבען בלאט גמרא פאר בקיאות זאגט הרב גורן אז הרב משה מרדכי עפשטיין די ר״י האט אים דאס ג׳עצה׳ט צו טוהן, שפעטער האט ער געמאכט פיר און צוואנציג בלאט גפ״ת א טאג!

זייענדיג בלויז זיבעצן יאר איז ער נסמך געווארן לרבנות און ארויסגעגעבן זיין ערשטע ספר, ער איז באקאנט געווען אלץ א עילוי און גרויסע בקי אין בבלי ירושלמי.

האבענדיג א חרדישע חינוך, איז פארשטענדליך אז הרב אהרן קאטלער זאל אים וועלן נעמען אלץ א איידעם, למעשה האט אים גענומען הרב דוד הכהן באקאנט אלץ ״דער נזיר״ די גרעסטע תלמיד פון הרב קוק. די גרויסע ריס צווישען הרב גורן און די חרדישע וועלט איז געווען די ממזרים פרשה. דאס האט זיך אנגעהויבן אין די צייט איידער הרב גורן איז געווארן רב הראשי אין תשל״ב.

די מעשה איז געווען מיט א פרוי חוה גינצבערג וואס האט חתונה געהאט מיט א גוי מיטן נאמען בארקובסקי, אירע עלטערן האבן דאס נישט ליב געהאט און געפאדערט דער בחור זאל זיך מגייר זיין, אזוי האט ער טאקע געטוהן, שפעטער האט די פרוי חתונה געהאט מיט א צווייטע מאן יהושע לאנגער אן נעמען א גט פונעם ערשטען, זי האט געהאט מיט איר צווייטע מאן א זוהן חנוך מיט א טאכטער מרים. שטעלט זיך די שאלה צו די קינדער זענען ממזרים צו נישט, קיין דאקומענטן פונעם גירות אין פולין איז נישט דא, געוויסע אין א״י האבן געזאגט אז דער ערשטע מאן בארקובסקי קען ניטאמאל זאגן שמע ישראל, לייגט נישט קיין תפילין, עסט נישט כשר וכו׳, מצד שני האט ער אליין זיך פארופען אלץ א איד (ער האט אויך געוואוינט אין א״י), האט די בית דין אין פתח תקוה גע׳פסק׳נט אז זיי זענען ספק ממזרים.
די בית דין הגדול פונעם רבנות (צווישען די דיינים האט זיך געציילט הרב אלישיב) האבן אויך מסכים געווען מיטן פסק. למעשה האט זיך אריינגעמישט די רעגירונג א שטייגער ווי משה דיין מיט גולדה מאיר, די רעגירונג און געסטראשעט אז אויב מען איז זיי נישט מתיר וועלן זיי מתיר זיין נשואים אזרחיים. די ספרדישע רב הראשי הרב עבדיה יוסף האט זיך נישט געלאזט, אבער הרב גורן האט אפגעמאכט (נאך גרויס דריק פונעם רעגירונג) אז דער בארקובסקי איז נישט קיין איד לויט די עדות אז ער פירט זיך בכלל נישט אויף ווי א איד און קען נישט שמע ישראל און מען האט נישט קיין שום עדות אז ער האט זיך מגייר געווען. דעם פסק האט מאחד געווען אלע חרדישע רבנים קעגן אים פון דער ליובאוויטשע רבי ביז הרב שך, און זייט דעמאלס איז ער שטארק אראפגעקוקט.

צוליב דעם פסק האט הרב אלישיב אפגעטרעטען פונעם בית דין הגדול און איז מיט די צייט מער און מער אנגענומען געווארן אינעם חרדישע וועלט ביזן ווערן די אזוי גערופענע ״גדול הדור״ אלץ צוליב איין פסק פון הרב גורן..

די איראניע איז אז דער בארקובסקי איז געגאנגען צום בג״ץ מיטן טענה אז ער איז יא א איד, דער בג״ץ האט נוטה געווען צו זיין זייט און באשטעטוגט אז ער איז א איד! קומט אויס ווען די פרייע קומט אויס גוט צו זאכן אז ער איז נישט א איד זאל זיין אזוי, און ווען ער קומט שרייען הלמאי, דאן זאגט מען פארקערט..

דא קען מען זען דעם הספד:
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אז מ׳האט דערמאנט די בוך איבער דער רמב״ם׳ס י״ג עיקרי אמונה, דאס איז וואס דר. יצחק מלמד שרייבט:
32F9333F-10A6-48FE-A2B3-D3BF28D350E7.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

מי אני האט געשריבן:אז מ׳האט דערמאנט די בוך איבער דער רמב״ם׳ס י״ג עיקרי אמונה, דאס איז וואס דר. יצחק מלמד שרייבט:
32F9333F-10A6-48FE-A2B3-D3BF28D350E7.jpeg



וואס איז די וויץ וואס ער ברענגט צו?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ווי אזוי איך פארשטיי איז דאס דאס אליין: אז דער רמב״ם אליין האט נאר געגלייבט אין זעקס צי זיבן פון זיינע דרייצן עיקרים.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
אלפא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 836
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 22, 2023 11:25 am
האט שוין געלייקט: 3900 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2648 מאל

שליחה דורך אלפא »

עס איז גארנישט קיין וויץ!
איך שפעקיליר שוין לאנג (ליידער האב איך נישט די אקאדעמישן הונטערגרונד עס צו שטיצן, איך גלייב עס איז דא.. לכאו' אפי' דא אין שטיבל..) וויאזוי די רמב"ם וואלט אויסגעזען/געטראכט אין אונזער דור. nevermind וויאזוי זיינע 'אני מאמין'ס וואלטן זיך געליינט?!
טאמער וואלט ער נישט געווארן איבערגעצייגט פון די אלע סייענטיפישע אנדעקונגען וועלכע ער האט נישט געהאט צוטריט - וואלט ער נאר געדארפט ליינען אפאר תגובות דא פון @מי אני - און זיינע פילאסאפיעס וואלטן געווארן ארויפגעשרויפט 180 דעגרי...
וַאֲאַלֶּפְךָ חָכְמָה (איוב לג לג.)
- די מעלה און חסרון פון חכמה איז אז מען דערזעט זיך אלס צוריק ביי אלף!
קייןנאמען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 36
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 02, 2023 8:56 pm
האט שוין געלייקט: 170 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 27 מאל

שליחה דורך קייןנאמען »

מי אני האט געשריבן:ווי אזוי איך פארשטיי איז דאס דאס אליין: אז דער רמב״ם אליין האט נאר געגלייבט אין זעקס צי זיבן פון זיינע דרייצן עיקרים.
@מי אני: אין וועלכע אני מאמין'ס האט ער נישט געגלייבט?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ווי ווייט איך ווייס און ווי איך פארשטיי, איז די שאלה אויף:

עיקר ד' של קדמות הבורא וואס דאס איז ביחד עם חידוש העולם. וידוע שיטתן של הנרבוני אבן כספי ועוד, דהרמב"ם אכן אחז והאמין בקדמות העולם כאריסטו.

עיקר ז' של מעלת נבואת משרע"ה על שאר הנביאים, וכלשונו בהקדמתו לפרק חלק: שנאמין כי הוא אביהם של כל הנביאים אשר היו מלפניו ואשר קמו מאחריו, כולם הם תחתיו במעלה. (ובפרט טאמער לערענט מען דאס אפ אז דאס מיינט אז עס איז נישט שייך צוצוקומען למעלת נבואת משרע"ה.) ר' יוסף אבן כספי האט געהאלטן אז דאס האט ער נאר געשריבן אלס אמונה הכרחית, און נישט באמת געהאלטן/געגלייבט אזוי.

עיקר ח' שנאמין כי כל התורה הזאת המצויה בידינו עתה, היא הנתונה על ידי משה, שהיא כולה מפי הגבורה. ועיין כאןכאן במה שהבאתי מדר. חיים קרייסל). ולפי"ז איז דאס אויך מרפה עיקר ט' פון ולא תבוא תורה מאת הבורא זולתה (וואס, כאבן כספי, איז דאס נכלל אינעם פריערדיגן אמונה הכרחית אודות מעלת נבואת משרע"ה).

עיקר י"א של שכר ועונש, עכ"פ במובן הפשוט. ועיין במאמר שלי על זה בוועקער 19. (ווי אויך האט אבנר מבורגוס געהאלטן אז דער רמב"ם האט באמת נישט געהאלטן פון בחירה חופשית. און בחירה חופשית איז נכלל אין דעם עיקר.)

עיקר י"ב של ביאת המשיח (דר. סטיִווען שווארצטשיילד האלט אז דאס איז גישת ושיטת הרמב"ם בזה).

און, ידוע, עיקר י"ג של תחיית המתים, אשר על זה כבר תפסו עליו עוד בחייו אז ער גלייבט נישט דערינען, וואס דעריבער האט ער זיך מתנצל געווען מיט זיין איגרת תחיית המתים. און אפילו נאכדעם, זענען דא וואס צונעמען דעם איגרת און צייגן אז צווישן די שורות לייקענט ער נאך אלס אין דעם.

ואפילו עיקר א' איז נישט אינגאנצן פשוט אינעם פּאזיטיוון סענס פון וויאזוי ער שרייבט דאס דארט בפירוש המשנה (וכעי"ז בריש הל' יסודי התורה) ע"ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
שעפטאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 19, 2023 6:40 pm
געפינט זיך: אין די גרויסע דשונגל
האט שוין געלייקט: 7215 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2418 מאל

שליחה דורך שעפטאל »

כ'האלט אינמיטן דורך גיין לינק ביי לינק פון דיין תגובה, וכל לינק מביא כמה לינקים, וחוזר חלילה..

ס'איז פאר מיך ווי א מפתח עניני אמונה פון מי אני!
ס'קומט א וואך פון האָום וואָרק...

(א ריזיגע שכח!!! כ'בין זייער עקסײטעט זעהן'דיג אז געוויסע זאכן מאכן מער סענס צו מיך.. לדוגמא חטא אדה"ר.. משיח..)

אפשר איז די גאנצע אדם הראשון נישט איין ספעסיפישע מענטש נאר די תקופה פון ווען די מין מענטש האט זיך מער דיוועלעפט, אנגעהויבן צו ניצן פייער, האט זיך געכאפט אז ס'בושות צו גיין אזוי ווי די אנדערע קאזין'ס בלי לבוש. וכו'

בקיצור: יש תקוה!
שכח!

נ.ב. כ'האב עס קודם געשריבן אדעתא דאישי, אבער כ'האב מחליט געוועהן אז א שכח קומט צו זיין ברבים, נישט שטילערהייט ווי א גנב..
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ייש"כ! :oops:

לגבי אדה"ר, האט דער רמב"ם בעצם אפגעלערענט אז דאס איז א משל (ובפרט לגבי חטא עץ הדעת), ועיין במו"נ ח"ב פ"ל. איך האב דאס אראפגעברענגט און דן געווען דערין אין מערערע פלעצער בתוך מיין אשכול על טעאדיסי. ולדוגמא כאן (דער אברבנאל האט נישט געהאלטן אז דער רמב"ם האט אזוי געהאלטן, און פארפירט קעגן מפרשיו וואס האבן אים יא אזוי אפגעלערענט). דארט האב איך צוגעברענגט אז קריסטליכע טעאלאגן לערנען אפ "אדה"ר" ענליך צו וואס דו זאגסט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט