א בריק ערגעצוואו - איבער'ן פיגור פון ראבערט מאזעס (וועקער 7)
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
א בריק ערגעצוואו - איבער'ן פיגור פון ראבערט מאזעס (וועקער 7)
viewtopic.php?f=4&t=11177&p=358096#p358096
מיין ארטיקל אויף ראבערט מאזעס ערשיינט אינעם הערליכן ״וועקער״ אונטער׳ן פסעוודאנים ״בן שיח״, כ׳האף אז דער עולם וועט דערפון הנאה האבן.
מיין ארטיקל אויף ראבערט מאזעס ערשיינט אינעם הערליכן ״וועקער״ אונטער׳ן פסעוודאנים ״בן שיח״, כ׳האף אז דער עולם וועט דערפון הנאה האבן.
כאן, חבל טבור הארץ.
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
כ'האב ערשט פרובירט צו דערשנאפען ווער איז דער בן שיח.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: "וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!
קינד_אן_קייט האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=11177&p=358096#p358096
מיין ארטיקל אויף ראבערט מאזעס ערשיינט אינעם הערליכן ״וועקער״ אונטער׳ן פסעוודאנים ״בן שיח״, כ׳האף אז דער עולם וועט דערפון הנאה האבן.
איך האב עס נעכטען געליינט. ממש אין מילים! פון ווי האסטו געהערט פון איהם? וואס האט דיר מעורר געווען איהם צו באשרייבען?
און בעיקר, וואס איז טאקע געווען זיין פאליטישע כח?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב עס נעכטען געליינט. ממש אין מילים! פון ווי האסטו געהערט פון איהם? וואס האט דיר מעורר געווען איהם צו באשרייבען?
און בעיקר, וואס איז טאקע געווען זיין פאליטישע כח?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
בערך א יאר צוריק האב כ׳מיר אנגעשטויסן אינעם גאטעמיסט אינטערוויו וואס כ׳דערמאן אינעם ארטיקל און דערנאך געטראפען מערערע רעקאמאנדאציעס אז דאס איז דער בוך וואס מען מוז לייענען, כ׳האב עס געקויפט און טאקע נישט חרטה געהאט. דער ארטיקל איז בעצם א שטיקל פארש ארבעט געבויעט אויפ׳ן בוך און אויף אנדערע מקורות.
צו דיין שאלה וויאזוי ער האט ערהאלטן אזויפיל מאכט, ער האט אויף א גאונות׳דיגער אופן געשאפן דעם נייעם אויטאריטעט פון ״סטעיט פארק קאמישאן״ (ס׳האט קיינמאל נישט עקזיסטירט בעפאר) און דאס אויפגעבויעט אלץ אן אויטאנאמיע מיט איר אייגענע געזעצן און פרעצעדענטלאזע מאכט.
דאס איז פארשטייט זיך ממש בלויז אויפ׳ן שפיץ גאפל, די מערערע פרטים איז א אריכות הדברים וואס מען מוז לייענען דעם בוך דאס באמת צו פארשטיין. אפשר, און אויב ס׳וועט טאקע זיין א שטיקל אינטערעסע, וועל איך בלי״נ מרחיב זיין דערויף אין א קומענדיגער ארטיקל.
כאן, חבל טבור הארץ.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
א יישר כח בן שיח פאר דעם אינטרעסאנטן ארטיקל.
דער ארטיקל האט בכלל נישט ארויסגעברענגט וואס זענען געווען די חסרונות פון מאזעס, וואס אויבנאויף קוקן זיינע מאסיווע בריקן און הייוועיס אויס ווי געוואלדיגע אויפטוהן, איך פארשטיי אז דאס פארלאנגט א באזינדערע ארטיקל.
נישט לאנג צוריק האט גוגל באערט זשעין זשעיקאבס מיט א גוגל דודל לעילוי נשמתה, ווי איך האב דעמאלטס געליינט איז איר בוך געווען פאראנטווארטליך אויף די אויפוואכונג אנטקעגן מאזעס, זי האט באוויזן אפצושטעלן זיי גראנדיעזן פלאן פון בויען א מאנהעטן עקספרעסוועי וואס זאל אדוירכשניידן די ברייט פון מאנהעטן, און האט אויפגעוועקט די אמעריקאנע פאלק זיך אנטקעגן צושטעלן די ארבעניזעישן פלענינג וואס ביז דעמאלטס געווען אנגענומען.
דער ארטיקל האט בכלל נישט ארויסגעברענגט וואס זענען געווען די חסרונות פון מאזעס, וואס אויבנאויף קוקן זיינע מאסיווע בריקן און הייוועיס אויס ווי געוואלדיגע אויפטוהן, איך פארשטיי אז דאס פארלאנגט א באזינדערע ארטיקל.
נישט לאנג צוריק האט גוגל באערט זשעין זשעיקאבס מיט א גוגל דודל לעילוי נשמתה, ווי איך האב דעמאלטס געליינט איז איר בוך געווען פאראנטווארטליך אויף די אויפוואכונג אנטקעגן מאזעס, זי האט באוויזן אפצושטעלן זיי גראנדיעזן פלאן פון בויען א מאנהעטן עקספרעסוועי וואס זאל אדוירכשניידן די ברייט פון מאנהעטן, און האט אויפגעוועקט די אמעריקאנע פאלק זיך אנטקעגן צושטעלן די ארבעניזעישן פלענינג וואס ביז דעמאלטס געווען אנגענומען.
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
אדאנק [tag]שמערל[/tag].
לגבי מאזעס׳ס חסרונות, כ׳דערמאן גראדע יא אז ער האט עוקר געווען הונדערטער טויזענטער מענטשן פון זייערע היימען און מחריב געווען גאנצע געגענטער, אבער ווי דו זאגסט, עס פארלאנגט זיך א באזונדערער און פיל לענגערער ארטיקל כדי דורכצוקעמען מאזעס׳ס פילע קאנטראווארסיאלע אקטיוויטעטן.
לגבי דזשעין דזשעקאבס, זי איז טאקע געווען פון די איינציגסטע צו באזיגן א מאזעס פראיעקט (אויך נאר סוף ימיו), אבער זי איז געווען מער א קאמיוניטי אקטיוויסט און סיי איר קאמפיין קעגן מאזעס און סיי איר בוך האבן זיך פארנומען בעיקר בנוגע פראעיקטן וואס אפעקטירן שטאטישע געזעלשאפט און נישט מאזעס דעם פערזאן, זי האט אליינס נישט געוואוסט פון מאזעס׳ס קארופציע און אומגעהויערע מאכט ביז זי האט שפעטער געלייענט דערוועגן אין קעראו׳ס בוך.
לגבי מאזעס׳ס חסרונות, כ׳דערמאן גראדע יא אז ער האט עוקר געווען הונדערטער טויזענטער מענטשן פון זייערע היימען און מחריב געווען גאנצע געגענטער, אבער ווי דו זאגסט, עס פארלאנגט זיך א באזונדערער און פיל לענגערער ארטיקל כדי דורכצוקעמען מאזעס׳ס פילע קאנטראווארסיאלע אקטיוויטעטן.
לגבי דזשעין דזשעקאבס, זי איז טאקע געווען פון די איינציגסטע צו באזיגן א מאזעס פראיעקט (אויך נאר סוף ימיו), אבער זי איז געווען מער א קאמיוניטי אקטיוויסט און סיי איר קאמפיין קעגן מאזעס און סיי איר בוך האבן זיך פארנומען בעיקר בנוגע פראעיקטן וואס אפעקטירן שטאטישע געזעלשאפט און נישט מאזעס דעם פערזאן, זי האט אליינס נישט געוואוסט פון מאזעס׳ס קארופציע און אומגעהויערע מאכט ביז זי האט שפעטער געלייענט דערוועגן אין קעראו׳ס בוך.
כאן, חבל טבור הארץ.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1129
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 27, 2013 7:05 pm
- האט שוין געלייקט: 982 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1336 מאל
דער מאזעס איז געווען א כמו ליפא פריעדמאן אין סאטמאר.
דאס אז ער האט אויסגעריסען גאנצעטע געגנטער קען נישט באטראכט ווערן ווי א חסרון אויב האלט מען אז ער האט עס געטוהן פאר די גרעיטער גוד, די חסרון פון מאזעס לויט זיינע געגנער איז ער האט בכלל נישט אויפגעטוהן. למשל די בי קיו אי שפארט נישט לשיטתם קיין טרעפיק וכדומה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמערל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
שמערל האט געשריבן:די חסרון פון מאזעס לויט זיינע געגנער איז ער האט בכלל נישט אויפגעטוהן. למשל די בי קיו אי שפארט נישט לשיטתם קיין טרעפיק וכדומה.
זיינע חסרונות זענען געווען פילפאכיג, ער האט למשל נישט געגלייבט אין פובליק טראנספארטאציע און דירעקט אויסגעשטעלט ניו יארק אויף אזא אופן אז פובליק טראנספארטאציע זאל נישט טויגן, דאס איז איינס פון די גרעסטע סיבות פארוואס מיר ליידן היינט פון אומגעהויערע טראפיק קאשמארן איבער כמעט גאנץ ניו יארק.
ער איז אויך געווען א פרעכער ראסיסט און אויף א געמיינעם אופן, ער האט אונטערגעשטעלט פיסלעך קעגן מינאריטעטן און מונע געווען זיי זאלן הנאה האבן פון שטאטישע פראיעקטן.
ועוד, ועוד.
כאן, חבל טבור הארץ.
"וועקער" שבט-אדר: קול דודי הנה זה בא!
קינד_אן_קייט האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=11177&p=358096#p358096
מיין ארטיקל אויף ראבערט מאזעס ערשיינט אינעם הערליכן ״וועקער״ אונטער׳ן פסעוודאנים ״בן שיח״, כ׳האף אז דער עולם וועט דערפון הנאה האבן.
הערליכער ארטיקל!
הגם די עצם ארטיקל דערציילט נישט גענוי וואס די עוולות פון ראבערט מאזעס זענען געווען, און וואס פונקטליך דער ראבערט השני האט אויפגעדעקט, האב איך אבער געכאפט התפעלות פון די זאפטיגע שפראך, און אממערסטנס - פון דעם אויספיר. לדעתי איז עס א געוואלדיגע גאונות, אז די גאנצער ארטיקל איז בעצם א הקדמה צו אפאר וויכטיגע שורות פאר אלע לייענער/שרייבער: איר קענט זיין דער אינספירירער פארן קומענדיגן דור!
קינד און קייט, הלוואי איר לאזט אייך הערן אפטער, און טאקע מיט לאנגע סטיל ארטיקלען [ווי זאגט נאר קא"ק? "ברויך א יעדער יחיד אויסנוצן אט דעם כח צו פארשפרייטן רעיונות, מיטצוטיילן פערזענליכע ידיעות פון וואס אנדערע קענען שעפן פראקטישקייט און הנאה האבן" (מתוך דברות קודש בסוף הארטיקל)].
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
אדנירם האט געשריבן:הגם די עצם ארטיקל דערציילט נישט גענוי וואס די עוולות פון ראבערט מאזעס זענען געווען, און וואס פונקטליך דער ראבערט השני האט אויפגעדעקט
ער שרייבט דאך יא עטליכע מאל איבער זיין תאוות השררה, געווען א קאנטראל פריעק און אויסגעפירט פראיעקטן וואס מען ליידט נאך דערפון ביז היינט נאר כדי צו ווייזן אז ער האט דאס לעצטע ווארט, וכו'.
וירח ה' את ריח הניחוח
- קינד_אן_קייט
- היימישער באניצער
- הודעות: 495
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
- האט שוין געלייקט: 728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל
קורקלענד האט געשריבן:כ'מיין ס'וואלט געווען כדאי צו מאכן א באזונדערע אשכול צו דיסקוסירן די ארטיקל פון מאזעס.
אזא שיין ארבייט ס'מיר שווער זיך צו לייגן שלאפן פאר איך לייען עס אדורך.
ייש״כ [tag]אסף המזכיר[/tag] פאר׳ן אפטיילן אין א באזונדערן אשכול.
דער עולם קאמענטירט אז מ׳וויל וויסן מער וויאזוי מאזעס איז געווארן אזוי מאכטפול און אז דער ארטיקל באהאנדלט נישט גענוג די שאדענס וואס ער האט אפגעטאן, דאס פארלאנגט באמת א לענגערע אפהאנדלונג ווי שוין ערווענט אינעם ארטיקל גופא, אפשר אין קומענדיגע אויסגאבעס אויב צייט וועט ערמעגליכן בלי״נ.
כאן, חבל טבור הארץ.
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
שטארק הנאה געהאַט פונעם ארטיקל. גאר קונצליך געשריבן. ס'איז זייער שווער צו באשרייבן אזא גראבן ביכל אין אן ארטיקל פון אפאר בלעטער. מיט דעם אלעם האט @קינד אן קייט באוויזן עס צו שרייבן און קורץ אזוי אז פון יעדע ווארט זאל זיך ליינען א גאנצע זאץ.
ישר כח ס'געווען א ספעציעלע הנאה. איך האב פארן ליינען דעם ארטיקל נישט געוואוסט פון דעם פארשוין אחוץ פון די פאר הייוועי'ס און פארקוועיס וואס רופן זיך על שמו ולזכרו. ס'האט צוגעלייגט א גאר דיקע ביכל צו מיין 'ריעדינג ליסטע'. די איינציגסטע שאלה יעצט איז וואו העט מען נעמען די צייט.

כ'האב דעם שבת געליינט דעם ארטיקל, ס'איז באמת אטעם פארכאפנד און גאר אינטערסאנט, און ווי [tag]כוכב[/tag] דערמאנט איז עס אויפן ניווא פון שמעון ראלניצקי, סיי אז ס'איז גאר שפאנענד און ציענד, און נאכמער מיט דעם פרט אז ס'קאנעקט דעם ליינער מיטן מענטש אינעם ארטיקל, מ'לעבט מיט זיינע דערגרייכונגן און פארלוסטן.
אבער איך בין פארט א היימישער, און איך מוז צולייגן א ווארט קריטיק, ס'פעלט אינפארמעישאן פונעם ארטיקל, ס'שטייט נישט וואס דער בוך האט אנטדעקט אז ס'האט אינטערגעברענגט מאזעס, ווי אויך שטייט נישט מיט וואס מאזעס איז געווען אזוי קארופטירט, און וואס זיינע געפעכטן זענען געווען מיט די מעיארס און גאווענערס פון ניו יארק. כאטש מ'באקומט א אויבן אויף קלארע בילד וואס ס'איז פארגעגאנגן, וואלט אבער אויסגעפעלט צו ארויסברענגן איין גוטע אויפדעקונד וואס דער בוך האט געמאכט אויף אים, און אויך ארויסברענגן כאטש איין געפעכט מיט א פאלעטישאן. דאס איז אבער נאר א נקודה למחשבה אבער דער ארטיקל זעלבסט איז מיר געווען מורא'דיג אינטערסאנט און נאך מער די וועג וויאזוי ס'איז געשריבן געווארן, די איבריגע וועל איך לאזן פאר מורי ורבי הרב גוגל מיר צו לערנען

- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
@שטיסל ס'נישט מעגליך צו באשרייבן עלף הונדערט בלעטער אין אן ארטיקל פון קוים עלף בלעטער. מ'זעהט פונעם ליינען דעם ארטיקל אז @קינד_אן_קייט האט דורך געליינט די ביכל פון דעקל צו דעקל. ווי אויך האב איך פארשטאנען אז ער האט אויך געליינט נאך דאקומעטעריס און ארטיקלעך אויף איהם. קינד_אן_קייט האט אויך א שטארקע כח אין זיין פעדער מיט דעם וואס ער האט שטארק מקצר געווען אבער מ'האט אין יעדע ווארט געקענט ליינען א גאנצע זאץ. איך האב גאר שטארק הנאה געהאַט פון ליינען און ס'האט מיר געצויגן גאר שטארקע אינטערעסע. איך האב זיך אויך אביסל גע'חידוש'ט אז כ'האב פון דעם פארשוין קיינמאל נישט געהערט. נאכן ליינען דעם ארטיקל האב איך שיינער הייט צוגעלייגט דעם ביכל צו מיין ליסטע פון ביכער וואס דארפן געליינט ווערן.
אז דו ווילסט ליינען מער וועגן איהם זיי אזוי גוט און לייען דעם גאנצן ביכל. פון גוגל'ן א פאר בלעטער פאר צוויי דריי מינוט און טרעפן אפאר פאקטן וואס דער שרייבער האט ארויסגעלאזט מחוסר מקום און אויף דעם קריטיקירן איז נישט יושר. ער האט קלאר געשריבן אז ער קען נישט אלעס שרייבן און האט נאר געשריבן וואס ער האט פארשטאנען איז וויכטיג נאכן ליינען די 'גאנצע' ביכל. ווען דו וואלסט געליינט די גאנצע ביכל און הערשט נאכדעם קריטיקירט וואלט איך אנגענומען דיין קריטיק. אבער אזוי ווי די לאזט קריטיק בעיזט אויף אביסל אינפארמאציע וואס די האסט געזען אויף גוגל איז עס שוואכע קריטיק.
כ'וואלט עס געקענט מאכן קערצער אבער אזוי ווי דו האסט א מנהג פון שרייבן גאר לאנגע הודעות האב איך געפילט אז איך מיז עס אויך מאכן לאנג..

קורקלענד האט געשריבן:@שטיסל ס'נישט מעגליך צו באשרייבן עלף הונדערט בלעטער אין אן ארטיקל פון קוים עלף בלעטער. מ'זעהט פונעם ליינען דעם ארטיקל אז @קינד_אן_קייט האט דורך געליינט די ביכל פון דעקל צו דעקל. ווי אויך האב איך פארשטאנען אז ער האט אויך געליינט נאך דאקומעטעריס און ארטיקלעך אויף איהם. קינד_אן_קייט האט אויך א שטארקע כח אין זיין פעדער מיט דעם וואס ער האט שטארק מקצר געווען אבער מ'האט אין יעדע ווארט געקענט ליינען א גאנצע זאץ. איך האב גאר שטארק הנאה געהאַט פון ליינען און ס'האט מיר געצויגן גאר שטארקע אינטערעסע. איך האב זיך אויך אביסל גע'חידוש'ט אז כ'האב פון דעם פארשוין קיינמאל נישט געהערט. נאכן ליינען דעם ארטיקל האב איך שיינער הייט צוגעלייגט דעם ביכל צו מיין ליסטע פון ביכער וואס דארפן געליינט ווערן.
אז דו ווילסט ליינען מער וועגן איהם זיי אזוי גוט און לייען דעם גאנצן ביכל. פון גוגל'ן א פאר בלעטער פאר צוויי דריי מינוט און טרעפן אפאר פאקטן וואס דער שרייבער האט ארויסגעלאזט מחוסר מקום און אויף דעם קריטיקירן איז נישט יושר. ער האט קלאר געשריבן אז ער קען נישט אלעס שרייבן און האט נאר געשריבן וואס ער האט פארשטאנען איז וויכטיג נאכן ליינען די 'גאנצע' ביכל. ווען דו וואלסט געליינט די גאנצע ביכל און הערשט נאכדעם קריטיקירט וואלט איך אנגענומען דיין קריטיק. אבער אזוי ווי די לאזט קריטיק בעיזט אויף אביסל אינפארמאציע וואס די האסט געזען אויף גוגל איז עס שוואכע קריטיק.
כ'וואלט עס געקענט מאכן קערצער אבער אזוי ווי דו האסט א מנהג פון שרייבן גאר לאנגע הודעות האב איך געפילט אז איך מיז עס אויך מאכן לאנג..
כ'האב נישט וואס צו מגיב זיין אויף דיינע ווערטער, זאגסט זייער גוט. אויב זוכסטו א תירוץ פון מיר קענסטו איבערליינען מיין פאריגע תגובה, ס'איז אזוי קלאר געשריבן אז ס'פארענטפערט אלעס וואס די פרעגסט נאך פאר די האסט אפילו אנגעהויבן פרעגן.
נאר איין זאך קען איך מוסיף זיין צום עצם שמועס (נישט דוקא צו דיר), כ'האב געוואלט שרייבן אז [tag]קינד_אן_קייט[/tag] וואלט געקענט אויסלאזן אנפאנג ארטיקל אסאך זאכן וואס איז געשריבן בדרך כללי און ענדערשט אריינגיין אין אפאר פרטים, אבער איך בין נישט זיכער דערין דעריבער האב איך נאר געשריבן וועלעכע פרטים מ'פילט ביים לייענען אז ס'פעלט, ווי אויך ביים שרייבן דארף מען זיך נישט רעכענען אז א ארטיקל איז צולאנג און ס'וועט נישט זיין קיין פלאץ וכדו', ענדערשט צעטיילן אין צוויי ווי אויסלאזן נקודות. און מיין תגובה איז נישט געשריבן געווארן מיט א ציל פאר קריטיק, ענדערש דרך קאמפלימענט מיט א קאנסטרוקטיוו הערה פון וואס איך בין זיכער דער שרייבער וועט הנאה האבן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
Re: א בריק ערגעצוואו - איבער'ן פיגור פון ראבערט מאזעס (וועקע
קינד_אן_קייט האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=4&t=11177&p=358096#p358096
מיין ארטיקל אויף ראבערט מאזעס ערשיינט אינעם הערליכן ״וועקער״ אונטער׳ן פסעוודאנים ״בן שיח״, כ׳האף אז דער עולם וועט דערפון הנאה האבן.
שכח קינד און קייט, איך האב עס געליינט 2 וואכן צירוק, און די קוואליטעט פונעם ארטיקל איז ווינדערבאר, די חלק פון מאכן די תמצית אויף אזא ציענדע אויפן איז מיר נאך אלץ אין די ביינער, איך באמת ווינדער זיך וויאזוי די האסט עס געמאכט, איך האב געליינט די ארטיקל אויף איין מאל און הנאה געהאט אויף יעדע ווארט, איך קוק ארויס אויף נאך,
לעב אין לאז לעבן.