וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך החוקר »

איך שטיי און איך שטוין ווי מענטשן, לכאורה בעלי דעת, קענען מסביר זיין און פארשטיין אז וואס דער פרעזידענט האט געטון, איז גוט און רעכט. האב איך געקלערט, אז עס קען גאר זיין אז מיר פעלט אין הבנה, און איך האלט אז א מענטש מוז קענען מסביר זיין א קעגנער'ס מיינונג, וויל אויב קען מען נישט, איז אפשר פשט אז מען האט נישט ארויס ביידע צדדים, איז ווי קען מען האבן א מיינונג אן קענען די צדדים פון די זאך.
איז איך גיי פרובירן צו מסביר זיין די מיינונג פון טראמפ'ס שטיצער, און וועלן זיי צושטימען אז איך האב ארויס די נושא, וועט מען רעדן ווייטער, ווייל אז נישט קען איך איבערקייען וואס עטליכע האבן שוין געשריבן אזויפיל מאל דא, ולא נודע כי באו אל קרבנה.

"די סיבה פארוואס די בען איז א גוטע זאך, איז ווייל א פרעזידענט דארף זארגן פאר די מדינה, צו זיכער מאכן אז מיר זענען פארזיכערט, איז אויב איז דא סיי וואספארא ספק ספיקא אז טעראריסטן קענען אריינקומען, דארף מען אלעס אפשטעלן ביז מען קען דאס מסדר זיין, און דאס אז אומשילדיגע מענטשן ווערן געשעדיגט אין די פראצעס איז ווייטאגליך, אבער מען קען נישט זיין קיין רחום אויפ'ן חשבון פון אמעריקאנער. ובנוסף לזה איז עס נאר צייטווייליג, און ווי נאר מען איז דאס מסדר קען יעדער ווייטער קומען, איז מה כל הרעש."

האב איך ארויס ענקער געדאנקענסגאנג? לאזט מיר וויסן if I'm missing something.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ליפא האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:ליטוואק צו דיין סעיף ד' טו איך גראדע איינשטימען


דו האסט אריינגעטראכט איין מינוט צו אבאמא האט יא געהאט טעראריזים מומחים מיט וועם ער האט זיך דורך גערעדט און צו וועלגע מומחים בוש האט גערעדט וואס האט לויט די לינקע געווען די ארגסטע אין פארשטיין טעראריזעם

כ'בין נישט אזוי אויסגעקאכט. אבער דאס וואס טראמפ נעמט אזעלכע וואס זענען קיינמאל נישט געווען אין גאווערמענט טוט מיר זייער נישט געפעלן. איך האב געהאפט ער וועט זיך ארומנעמען מיט seasoned עקספיריענסט מענטשן, בוש און אבאמא האבן געהאט אזעלכע ארום זיך אפילו האסט נישט געמוזט אגריען האבן זיי אבער אלע געהאט א רעזומעי. טראמפ נעמט דעם רעקס טילערסאן פאר סעקרעטערי אף סטעיט מאכט מיר עפעס נישט קאנפידענט אז ער זוכט דאס בעסטע פארן לאנד, און זיין אינגן אידישן איידעם צו זיין א שלום מאכער אין מיטל מזרח, ביטע


אה דו רעדסט פון עקספיריעס פיפעל איך האב געמיינט דו רעדסט פון די מומחים וואס טוען שוין 50 יאר אין די נושא פון טעראריזעם....... און אין די 50 יאר זענען זיי אויפגעקומען אז די וועג ווי אזוי אבאמא האט זיך באנומען מיט די טעראריסטן דאס איז דער בעסטער מהלך עווער.....

אבער וועגן זיין קאבינעט קען זיין האסטו א פינטל אבער אווער אלל האט ער צאמגעשטעלט זייער א גוטע קאבינעט איך בין גאנץ רואיג מיט זיי ובראשם מיט מייק פענס געט א רושם פון א ריכטיגע ערנסטע דורכגעטראכטער קלאסישע פיינע מענטש
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

גאנצל האט געשריבן: ובראשם מיט מייק פענס געט א רושם פון א ריכטיגע ערנסטע דורכגעטראכטער קלאסישע פיינע מענטש

וואס ציטערט פון טראמפ און דערוואגט זיך נישט צו זאגן אנדערש פון עים
באניצער אוואטאר
דער שכן
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 477
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 21, 2014 10:17 am
געפינט זיך: בין תנור וכיריים - בין קיעבארד לטאטשבארד לסמארטפאון.
האט שוין געלייקט: 635 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 162 מאל

שליחה דורך דער שכן »

גאנצל האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:ליטוואק צו דיין סעיף ד' טו איך גראדע איינשטימען


דו האסט אריינגעטראכט איין מינוט צו אבאמא האט יא געהאט טעראריזים מומחים מיט וועם ער האט זיך דורך גערעדט און צו וועלגע מומחים בוש האט גערעדט וואס האט לויט די לינקע געווען די ארגסטע אין פארשטיין טעראריזעם

כ'בין נישט אזוי אויסגעקאכט. אבער דאס וואס טראמפ נעמט אזעלכע וואס זענען קיינמאל נישט געווען אין גאווערמענט טוט מיר זייער נישט געפעלן. איך האב געהאפט ער וועט זיך ארומנעמען מיט seasoned עקספיריענסט מענטשן, בוש און אבאמא האבן געהאט אזעלכע ארום זיך אפילו האסט נישט געמוזט אגריען האבן זיי אבער אלע געהאט א רעזומעי. טראמפ נעמט דעם רעקס טילערסאן פאר סעקרעטערי אף סטעיט מאכט מיר עפעס נישט קאנפידענט אז ער זוכט דאס בעסטע פארן לאנד, און זיין אינגן אידישן איידעם צו זיין א שלום מאכער אין מיטל מזרח, ביטע


אה דו רעדסט פון עקספיריעס פיפעל איך האב געמיינט דו רעדסט פון די מומחים וואס טוען שוין 50 יאר אין די נושא פון טעראריזעם....... און אין די 50 יאר זענען זיי אויפגעקומען אז די וועג ווי אזוי אבאמא האט זיך באנומען מיט די טעראריסטן דאס איז דער בעסטער מהלך עווער.....

אבער וועגן זיין קאבינעט קען זיין האסטו א פינטל אבער אווער אלל האט ער צאמגעשטעלט זייער א גוטע קאבינעט איך בין גאנץ רואיג מיט זיי ובראשם מיט מייק פענס געט א רושם פון א ריכטיגע ערנסטע דורכגעטראכטער קלאסישע פיינע מענטש


אללע עקספערטן מיט וועם די פרעזידענטן האבען זיך ארוםגענומען ווי איר אדער אנדערע רופן דאס (בעסער געזאגט: וועם אנדערע אין די שאטענעס עקספערטן האבען ארומגענומען די ביז איצטיגן פרעזידענטן) האבען נישט געטויגט, ווארום אזא 9-11 האט געקענט געשעהן אין נאך...
דאנעלד דזשעי טראמפ יר"ה ווייסט זייער פיין פארוואס נישט צו נעמען די איינגעפוילעטע געוועהנליכע "עקספערטן". די קאראפשען איז ממש אין לשער וואס עס טוט זיך אלץ אָפּ אין די הויעכע פענסטער. לאז אפ קאנצפיראציע טעאריעס, איך ברענג דיר אפיציעלע קוועלער. דו מיינסט טאקע אז דער דאנעלד דזשעי טראמפ יר"ה איז א גאסן משוגע'נער אדער סתם א ווילדער אומדורעכגעטראכטער מענטש?.. ער ווייסט שוין גאר גוט וואס גייט פאָר און וואס דארף געטון ווערן אויסצוראטן די פארפוילטע.

https://www.youtube.com/watch?v=MDWhGxmJbjs

Public Corruption edidemic NO PROSECUTIONS?! Why? Look HOW CORRUPTED! Where is FBI?

נאך איינס:

https://www.youtube.com/watch?v=Jf5pO03ld98
דער שכן - שכן טוב - נעיבער - Neighbor
בדרך שאדם רוצה לילך ([בה]) מוליכין אותו. אזוי איז עס, און אזוי גייט עס.. אבער נישט: אזוי ווילעך און אזוי וועט עס זיין.. ראָהּהנג!
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך החוקר »

די צווייטע ווידיאו אין קורצען, אלעס וואס אבאמא האט געטון איז געווען אומגעזעצליך.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

קאצקע ציקער האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן: ובראשם מיט מייק פענס געט א רושם פון א ריכטיגע ערנסטע דורכגעטראכטער קלאסישע פיינע מענטש

וואס ציטערט פון טראמפ און דערוואגט זיך נישט צו זאגן אנדערש פון עים


דו ווייסט עס פון אינסיידערס מסתם :lol: וואט עי נאנסענס יעדן וואס אים פאלט ביי זאגט ער איז מיט'ן גרעסטן לעוועל זיכערקייט

אנדערע דעמאקראטן/פעיק מידיא ווייסן צו פארציילן גאר אנדערש זיי ווייסן אז פענס רייסט זיך מיט טראמפ טאג און נאכט......

זייטיגע צוקוקער: אין פאקט האט ער געזאגט דורכאויס דעם קאמפיין אסאך זאכן קעגן טראמפ בלייבט נאר איבער צו זעהן אז ער ציטערט פון טראמפ גאנץ ווייניג ער האלט נאר ווי נאך 50 מיליאן אמעריקאנער אז טראמפ מיט זיינע גרויסע פראבלעמען איז ער א ברעיוו מענטש וואס שטייט אויף וואס ער האלט ס'דארף דורכגעפעקט ווערן און ער וועט מאכן דעם זשאב צום צופרידנהייט פון אמעריקא און היינט איז יעדער איבערצייגט אז פענס איז גערעכט מיט דעם פוינט טראמפ איז א שווערע ארבעטער וואס פירט אויס זיינע פראמעסעס ער איז גוט משוגע אויך אבער ער טוט וואס ער דארף ברעיוו און גוט מאכט טעותים ? יא אבער אווער אלל טוט ער פיין

עניוועי איך בין נישט אזא טראמפ שטיצער ווי עגענטסט די נאנסענס פון די קראקעדייל פעיק ליבעראלן און פאלשע מידיע וואס פראבירן קאנערלירן יעדנ'ס מוחות
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

גאנצל האט געשריבן:
עניוועי איך בין נישט אזא טראמפ שטיצער ווי עגענטסט די נאנסענס פון די קראקעדייל פעיק ליבעראלן און פאלשע מידיע וואס פראבירן קאנערלירן יעדנ'ס מוחות

Same here
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

ליפא האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
עניוועי איך בין נישט אזא טראמפ שטיצער ווי עגענטסט די נאנסענס פון די קראקעדייל פעיק ליבעראלן און פאלשע מידיע וואס פראבירן קאנערלירן יעדנ'ס מוחות

Same here

דעס איז פארט פון זיין א טראמפ שטיצער צו זיין עגענסט די מידיע פעיק טערס פעיק נוס וכו'
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

קאצקע ציקער האט געשריבן:
ליפא האט געשריבן:
גאנצל האט געשריבן:
עניוועי איך בין נישט אזא טראמפ שטיצער ווי עגענטסט די נאנסענס פון די קראקעדייל פעיק ליבעראלן און פאלשע מידיע וואס פראבירן קאנערלירן יעדנ'ס מוחות

Same here

דעס איז פארט פון זיין א רעפאבליקאנער שטיצער צו זיין עגענסט די מידיע פעיק טערס פעיק נוס וכו'
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

[justify]לאמיר אראפ לייגן אפאר הנחות אזוי וועט זיין גרינגער צו זיין מחולק.

א. עס איז די אחריות פונעם פרעזידענט צו באשיצן זיין לאנד און אירע בירגער פון סיי וועלכע געפאר.

ב. זיין אחריות צום לאנד איז בעפאר סיי וועמענס אינטערעסן צו א יחיד אדער א רבים.

ג. אין די לעצטע 70 יאר איז 99.9.9% פון טעראר אטאקעס געווארן דורכגעפירט דורך מוסלעמענער גלויביגע און אין נאמען פון זייער רעליגיע.

ד. 90% מוסלימענער זענען נישט קיין טעראריסטן.

ה. ווען מען ברענגט אריין בלינדערהייט 10 מוסלימענער וועט סטאטיסטיקלי זיין צווישן זיי 1 טעראריסט.

ו. אויב זענען דא לענדער וואס מען קען נישט באקומען פון זיי קראנטע אינפארמאציע איבער איינע פון זייערע בירגער, צו ווייל די לאנד איז צופארן וו. צ. ב. סאמאליע, סוריע און נאך אדער ווייל מען קען זיי נישט געטרויען ווי איראן, איז עס ווי מען נעמט אריין איינעם בלינדערהייט אויב ערפונד מען נישט א נייעם וועג צו שאפן אינפארמאציע איבער יענעם.

ואידך פירושא זיל גמור.[/justify]
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
אברעימל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך אברעימל »

געוואלדיג האט געשריבן:[justify]לאמיר אראפ לייגן אפאר הנחות אזוי וועט זיין גרינגער צו זיין מחולק.

ב. זיין אחריות צום לאנד איז בעפאר סיי וועמענס אינטערעסן צו א יחיד אדער א רבים.[/justify]


יישר כח, זייער גוט ארויסגעברענגט. נאר איין הערה אויף הנחה ב. אז דאס איז נאר אויב די באטרעפנדע זענען נישט קיין אמעריקאנער בירגער ווייל אויב יא דארף ער זיך יא זארגן פאר זיי.

נ.ב. פאר די אלע וואס גייען באשולדיגן @געוואלדיג אין שלעכטסקייט און הארצלאזיגקייט, זאלן קודם דורכליינען זיין ארטיקל "די טראגעדיע פון יאר הונדערט" אינעם אסיף/וועקער #6.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום אברעימל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך חכם-לב »

@געוואלדיג

אמנם גדר גדרתי בעדי, נישט מער זיך צו קריגן דא מיט מענטשן וואס האבן קיין אינטערעסע אין די ווארהייט פון א טעמע.

א. ריכטיג

ב. איך ווייס נישט וועמען די מיינסט מיט "סיי וועמענס אינטערעסע".

ג. פאלש.

ד. פאלש.

ה. פאלש.

ו. איך פארשטיי נישט קיין איין ווארט.

יא, יא... זיל גמור.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך החוקר »

ג. שקר

ד. שקר

ה. איז געבויט אויף א פאלשע חשבון פון ד.

ו. איז זייער פלאטשיג און אויבערפלעכליך. עס איז אייביג דא א risk factor און מען דארף שאצן ווי צו זיך אפשטעלן ווייל מען קריכט אריין אין פאראנאיע.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך החוקר »

די עיקר סיבה פארוואס איך האב אויפגעהערט זיך צו טענה'ן מיט די שטיצער פונעם בען די לעצטע טאג צוויי, איז ווייל איך האב איינגעזען אז זיי בלייבן הוילע שקרים פשוט ווייל זיי האבן עס געליינט אויף א רעכטע בלאג, און ווען איינער בעט ווייז אויף וואס די זאגסט, איז די תירץ FAKE NEW.

גיי פארשטיי.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

נאכאמאל, ווער האט גערעדט פון בלינדעהייט? דאס איז א פאלשע נאראטיוו.

און דאס נישט אריינלאזען איז נישט דער עק פון די ישועה. ווען מ'וואלט אויף אייביג נישט אריינגעלאזט, וואלט מען נייע פראבלעמען פאראורזאכט.

#באשיץאמעריקא און לאז נישט א פאר צורודערטע אויפרעגען א ריזיגע פאלק
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך דעת תורה »

עס איז דא א מיסקאמיוניקאציע, צוליב וואס טראמפ וויילער גלייבן ליגנטס. און דער אמת איז, עס איז אויף די אחריות פון ליבעראל אמעריקע. עט סאם פוינט, האבנדיג אביסל מער ווי א מעיזשאריטי און מיט די פראספעקט אז נאטורליכע וואוקס טרענדס צייגן אויף א סאליד מעיזשאריטי אינעם צוקונפט, האבן ליבעראלן מחליט געווען אז ווער עס איז נישט אן באורד מיט זיי שוין יעצט, איז דומד, האפענונגסלאז, און ווערטלאז. סאו אנשטאט פארשפרייטן די מעסעזש, האבן זיי מחליט געווען צו זיך פארבאריקאדירן אין זייערע פעסטונגען און באבל'ס, און שרייען אויף אלע דרויסנדיגע ראסיסט און זענעפאב און האמאפאב, פארן בלויזן חטא פון האלטן בערך ווי די דעמאקראטן האבן געהאלטן 20 יאר צוריק.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

שליחה דורך קומזיץ »

געוואלדיג, זייער גוט ארויסגעברעגנט , אבער עס איז דא א זאך וואס באדערט פאר מענטשן די וועג וויאזוי ער רעדט פון דעם , ווייל אובאמא האט דאך אויך געהאט ענדליכע פאליסיס סיי 2011 נישט אריינצולאזן פון איראק און נאכדעם שווערער צומאכן פאר דעיע 7 לענדער , און בכלל מען רעדט דא נאר פון 3 מאנאטן , וואס איז יא שלעכט איז די וועג וויאזוי ער רעדט אז מאיז זיך נישט מתייחס צו זייער פראבלעמען וואס זיי שטייען אויס דארטן און מאיז נאר פארנומען מיט אמעריקע אונז און מיך זיך..מאכט מענטשן שפירן אומראהיג
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך החוקר »

די הערסט אויף מיט די שקרים!

וואס אבאמא האט געטון איז בכלל נישט דומה. וועסטו פרעגן וואס איז די חילוק, האב איך נישט קיין נערוון מסביר צו זיין פאר איינעם וואס גלייבט סייווי שקרים. אזויפיל קען איך זאגן, אויב ווילסטו באמת וויסן, זוך אויף גוגל.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

זייטיגע צוקוקער

שליחה דורך גאנצל »

[tag][/tag]געוואלדיג האט אפגעשריבן זייער א שיינע נארמאלע צאמגענומענע תגובה מ'קען אפשר דן זיין אויף די פונקליכקייט דערפון אבער געשריבען נארמאל שיין

דער איינציגסטער וואס האט אים גענטפערט נארמאל-אלדאו דאנעלד טראמפ'ס קאבינעט קריגט מיט אים- האט ער דאך גענטפערט עפעס איז @ליטוואק

די אנדערע צוויי כדרכם פון די דעמאקראטן בלויז גענטפערט פאלש שקר און זיי וויינען נאך אז מ'הערט נישט אויס 'זייער' ווארהייט פון די סטארי

איך פארשטיי בכלל נישט וואס די ווארט אמת אדער שקר קומט דא אריין 'קיינער' ווייסט דאך נישט די פונקטליכע פאקטן יעדער רעדט פון א שיטה אידאלאגיע מיינונג וכדו' די טערם אמת שקר קומט אינגאנצן נישט אריין דא ס'איז בויך סברות ווס בויך סברות

די איינציגסטע בולט'ע ליגענט אין דעם נושא איז די 'מוסלים בען' ווי קען דעס הייסן מוזלים בען ווען 90 % מוסולמענער פון די וועלט קענען רואיג אריינקומען אין די פאראייניגטע שטאטן

[tag][/tag]קומזיץ כנים דבריך
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך החוקר »

די פארשטייסט נישט ווי אמת אדער שקר קומט דא אריין? לאמיר עס פרובירן צו צונעמען.
@געוואלדיג האט אראפגעלייגט זעקס "הנחות" אדער "פאקטן" ווי אנדערע רופן עס, אויף דעם האב איך גענטפערט אז עס איז נישט וואר.
די סיבה פארוואס איך ווייז עס נישט אויף איז צוויי פאכיג, איינס פארוואס בין איך מער מחיוב אויפצווייזן דעם אמת ווי ער איז, צווייטענס, יעדע ראיה וואס איך וועל ברענגען לדברי, וועסטו טענה'ן ליבעראלע מיינונג/fake news, ואין לדבר סוף.
גאנצל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3150
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 1:18 pm
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1056 מאל

שליחה דורך גאנצל »

ווייסטו וואס לאמיר גיין מיט געוואלדיג'ס הנחות
אויף א קריגט דאך קיינער נישט

ב' לכוארה אויך נישט טאמער פארשטיי איך וואס ער זאגט

ג' איז ביסודו אמת קענסטוך מערסטענס קריגן אויף די נומבער

ד' שרייסטו דאך א גאנצע צייט די זעלבע אז מוסולמענער זענען ניט קיין טעראריסטן איז ווייטער נאר די נומבער אויף וואס דו קריגסט

ה' איז כנ"ל

ו' זאגסטו דאך אליין אז די 'סברא' דערפון איז פלאטשיג אבער די עצם זאך איז נישט שייך צו זאגן שקר קענסט זאגן ס'איז פלאטשיג און @ געוואלדיג האט אלע רעכטן צו זאגן אז ס'איז נישט פלאטשיג...... אבער 'שקר' ווי קומט דא אריין

בקיצור די גאנצע אויף וואס דו שרייסט אזוי שקר שקרים איז אויף נומערן און אויף א סברא

ואידך פירושא
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך החוקר »

פאוואליע, נישט אזוי שנעל.
דו ווילסט אוועקשטעלן אז די נומבער'ס מאכן נישט אויס קיין סאך, און היות ער האלט אז די עצה איז א גוטע איז שלום על ישראל.
ניין, נעמענדיג אין באטראכט אז די עצה איז לכתחילה א פויגעל'דיגע, און בנוסף צו דעם איז די עצה געבויט פאר א "פראבלעם" וואס עקזיסטירט אין דריעמלענד (היות ג. ד. און אויטאמאטיש ה. איז לופט), צופאלט צו גאנצע justification פון די ארדער.
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: וגם אני שמעתי את נאקת בני ישמעאל...

שליחה דורך החוקר »

גאנצל האט געשריבן: בלויז גענטפערט פאלש שקר און זיי וויינען נאך אז מ'הערט נישט אויס 'זייער' ווארהייט פון די סטארי

איך ווייס נישט לגבי אנדערע, אבער איך האב זייער קלאר געשריבן אז איך וויל נישט אריינגיין בעומק הדברים, ווייל דו וועסט דאך נישט גלייבן, איז זוך אויף גוגל. נאכאמאל, גלייב נישט 'מיין' ווארהייט, פשוט ווער 'אינפארמירט' מהנעשה והנשמע.
פארשפארט