פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?

שליחה דורך קאווע טרינקער »

[justify]איר מאכט א טעות אויב מיינט איר אז מיט "בעסער" בא-צי איך זיך צו די אזוי-גערופענע "בעסערע" סארט, בעסער באשערטע בערד און פיאות, חודש'ליך נייע געלעזער, און טראגן גאר דינע הויזן וואס לאזט קוים איבער פלאץ צו נאטירליכע גלידער אויסשפרייט. ניין, מיין כוונה איז אויף "בעסערע מענטשען". איר ווייסט וואס מיינט א "מענטש"? פרעג א גוי, א מענטש מיינט איינער וואס איז א... מענטש! וויאזוי קען מען עס בעסער מסביר זיין? א מענטש מיינט איינער וואס רעכנט זיך מיט א צווייטען. איינער וואס טראכט פון יענעם אויך. אמאל איז עס א קלייניקייט ווי פארק'ען די קאר אויף אן אופן אז א צווייטער זאל אויך קענען פלאצירען זיינע; צוריק לייגען די ספרים נאכן לערנען; באזוכן די זיידע באבע; וואונטשען מזל טוב פאר דער אינגערמאן וואס דאווענט יעדען טאג אין דיין מנין און קיינמאל דערווייל נישט פארטוישט קיין ווארט; און פארשטייט זיך: האלטן אפען די טיר פאר א מאמע וואס שטיפט א דאפעלטע-וויגעלע.

דאס איז אלץ ווילאנג "געלט" איז אינדערויסן פון בילד, איינמאל ס'איז נוגע צו געלט, דא ווערן שוין אסאך מענטשען "אומ-מענטשען". אומ-מענטשען פארשטייען נישט אז פונקט ווי זיי ארבעטען כדי צו פארדינען געלט, פונקט ווי דו, עלעקטערישן, וועסט נישט קומען געבן א קוק אויף מיין פראבלעם פאר אונטער 85 דאללער.. – איי צייט צו שמועסן אויפן גאס האסטו אן קיין גבול? איז דאך פשט אז דיין צייט איז נישט ממש אזוי טייער... עכ"ז, וויבאלד דאס איז דיין פרנסה, און געלט ביסטו בארעכטיגט צו מאכן, ממילא וועסטו מיר bill'ען אויף יעדע טריט וואס דו גייסט לכבודי.

אבער אז "יענער" זאל מאכן געלט פון "מיר"?... NO מיט אלף! ס'איז א מדריגה'לע אין "מענטשהייט" צו פארגינען יענעם דיין געלט "וואס קומט זיך אים"... (ווער רעדט נאך ווען יענער איז א כלי-קודש, רח"ל א מגיד-שיעור זאל מאכן מער ווי א כולל אינגערמאן... היה לא תהיה) - כלפי מה דברים אמורים, ביז פאר עטליכע וואכן צוריק דענק איך נישט אז דו זאלסטעך אפרעדען אז דיין גראסערי מאכט צופיל געלט פון דיר, דו ביסט נישט געגאנגען צו KRM מאכן דיין שבת order, האסט איינגעקויפט ביי דיין גראסערי, דארט ווי דו שיקסט דיין קינד'לע מיט א געשריבענע צעטעל צו בעטען ביים ארבעטער די פראדוקט וואס דו דארפסט; דארט ווי דו שרייבסט אויף; דארט ווי דו פטר'ס פייסמך; דארט וואו דו רופסט אריין 8'טע ביינאכט פאר א duck souse און איין dove pink צו ווערן delivered ווי שנעלער; דארט וואו דו מאכסט א קאווע און דו גייסט נישט צו צום cashier נאר דו שרייסט פון דערווייטענסט מ'זאל עס דיר ארויפלייגן אויף דיין account.

All of a sudden פונקט ווען בינגאו עפענס, ווערסטו מיר אזוי שפאריג. דיין דאללער איז דיר פלוצלינג אזוי באליבט און חשוב.. 2 דאללער'דיגע קאווע 3 מאל א טאג קויפסטו ווייטער, אבער חלילה דיין גראסערי זאל מאכן געלט פון דיר. איך גיי נישט דעבאטירן אויב סוף-פסוק פארדינט מען למעשה אפאר טוללער פון קויפן "אסאך פאר ביליג" vs.. "גענוג פאר נארמאלע פרייז", און איך רעדט שוין נישט פון דעם ווי שווער און ערליך די גראסערי פארדינט אפאר דאללער, די קאסטן גייען העכער און העכער, און די סערוויס ווערט בעסער און בעסער, מ'באדינט דיך ווי א קעניג, מה שאלתך וינתן לך.

וואס מיינסטו, וויפיל געלט, ריוח, מאכט שוין דער גראסערי מאן? After all די גרויסע בינגאו האבן גע'עפענט עשירים וואס דארפן "נאך" געלט. [אומ]מענטשן וואס האבן שוין אנדערע געשעפטען. מילא ווען ער עפענט נאך א געשעפעט, אין א נייע געגענט, נו, מ'מעג וואקסען, אבער ווען די גאנצע ציל איז בפירוש צו האקן אנדערע גראסערי, ווי כלומר'ש גראסערי'ס זענען טיייער (לץ דו, דיין אנדערע גראסערי איז די טייערסטע אין שטאט...), ווער, אויסער די בעלי בתים און די גוי'טע'ס, פארדינט דא ערליך געלט?

פארגין דיין היימישע גראסערי זיין ערליך פארדינטע געלט, סוף סוף באקומסטו דיין סערוויס, ער שיקט דיר וואס דו דארפטס (ס'קאסט אים בערך 5 דאללער פאר א דעליווערי – אויב נעמט עס 15 מינוט נאך 5 אזייגער!)

זיי א מענטש, לאז דיך נישט פארפירן פון אומ-מענטשען.[/justify]
Under influence
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גערעכטע נקודה...
ווען וואל מארט אדער שאפ רייט עפענט אויף א סופער סטאר אין א קליינע ווילידזש, נעמט דאס צו די ברויט און פיטער פון אלע קליינע געשעפטן ארום, און זייער אסאך מאל באקעמפט מען געזעצליך אזעלעכע גרויסע געשעפטן פון עפענען אין קלענערע געגנטער.

די מושג אז די רייכע ווערן רייכער אויף די חשבון פון די ארימע ווערט ערליך מקוים יעצט אין בארא פארק, א רחמנות אויף די אלע קלענערע גראסעריס אז זיי דארפן יעצט כאפן פעטש ווייל אפאר רייכע אינוועסטירער האבן געוואלט מאכן א פרישע אינסוועסטמענט.

אבער מ'דארף אויף פארשטיין אז אסאך פון די קלענערע גראסעריס האבן ביטערע טייערע פריייזן, יעדער פארשטייט ווען ער איז אביסל טייערער, אבער אסאך מאל איז עס ממש אפגעמאלעט א קאסטומער ווייל ער איז די איינציגסטע גראסערי אויף די בלאק, אדער ווייל יעדער אין די געגענט בעהט די זעלבע פרייז, זיי האבן זיך נישט גערעכנט מיט די קאסטומערס מיט יעצט און יעצט רעכנט זיך נישט די קאסטומער מיט זיי. די מערכה מיט די צייטונגען האט זיי אויך נישט צוגעגעבן קיין פאזעטיווע פידבעק
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[justify]ווי ראובן האט שוין געזאגט, ק"ט ברענגט גוט ארויס איין ריכטיגע צד. מ'מעג און מ'דארף אינזין האבן די small business owners איבער די עשירים. אבער פון די אנדערע זייט, ביליגע מעגא סטארס העלפן דעם המון עם (lower class) שפארן געלט. דאס באפרייט געלט צו ווייטער גענוצט ווערן אינעם היימישע עקאנאמיע, אדער וועלן מענטשן קענען נוצן די סעיווינגס אויף אנדערע הוצאות, ווי הוצאות חתונה וכדומה און נישט דארפן צוקומען צו צדקה.

דאס וואס דו נעמסט אן אז מ'שפענדט מער געלט אין ביליגע געשעפטן, מעגליך. איך טו אבער נישט אזוי. איך דארף ס"ה מאכן את חשבון פאר מיר און פאר מיר וועט שפארן פופציג דאלער א וואך גיין א ווייטע וועג. ווען איך וועל זיין א שיינע בעל פרנסה און קענען טיילן צדקה, דאן וועל איך גערן מנדב דער פופציגער צום לאקאלע געשעפטס מאן דורך איינקויפן ביי אים.


.[/justify]
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דער גראסערי מאן קויפט נישט ביי מיר מיינע געשעפטען, ער גייט נאך די ביליגסטע אויך.

דער גאנצע ארטיקעל, פין אפמאלען א "בעסערע מענטש" כאילו איינער וואס טוט אזוי און אזוי, וגם קויפט "נישט" אין בינגא, איז היימישע גראסערי פראפאגאנדע. פארמאגט נישט צו זיך קיין אמת'ע טענה. הלמאי האט סופער דרייצען געמעגט גרעסער מאכען און זיך נישט גערעכנט מיט מעגא? און מעגא ווען ער האט גרעסער געמאכט? יודעלס מיט זיין שכן דער פרוכט געשעפט? וכן האט כמעט יעדער גראסערי זיך געפענט אדער פארגרעסערט על חשבון פין א שכן, און גארנישט געווען א "בעסערע מענטש".

יעדער דארף טוהן וואס איז דער בעסטער פאר זיך, און איך רעד נישט אריין יעצט אין דער נושא פין קויפן ביי א איד ווערסעס א גוי.

בינגא איז א געשעפט וואס חוץ פארדעם אז עס איז ביליגער, איז עס א פלאץ ווי מען קויפט פשוט מער אייטעמס ווייל עס איז ביליגער.

צ.ב.ש. טשאקאלאד לעבענס, פארקויפט מען פאר אכט דאלאר א קעיס, ביז היינט האב איך עס בכלל נישט געקויפט, יעצט איז עס מער אַטראַקטיוו, און מיין לאקאלע גראסערי גייט אויך פארדינען, ווייל ווען עס לאזט זיך אויס דער טשאקאלאד לעבענס וועל איך עס מוזען קויפן ביי דער לאקאלער גראסערי כדי מיין קינד זאל אויפהערן פארפירן.

עס איז דא צוויי זייטען צו אלעמען, די היימישע גראסערי געשעפטען זאלען אויפהערן וויינען און פארפירן, אלעס וועט זיך אויסשטעלן צו זיין דזאסט אקעי.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

און וואס זאגט די שולחן ערוך?
אויב על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, קען 'געפיל' נישט מחייב זיין.
כידוע דברי החזון איש בספרו אמונה ובטחון.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

יש חילוק.

הלכה איז מחייב ועשית הישר והטוב. אויב איינער טוט דיר א טובה, טאר מען נישט זיין א כפוי טובה.

ק"ט האט גע'טענה'ט אז אוועק גיין פין די לאקאלע גראסערי איז א בחינה פין א כפוי טובה ווייל די ניצט אים נאר ווען די דארפסט דער מילך אינדערפרי אין די בענד עידס באנאכט.

ועל זה כתבנו אז יעדער איז נאר דא פאר זיך נישט צו טוהן טובות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

די עולם פארזעהט די טיעפקייט פון קאווע טרונקער'ס ווערטער. קאווע טענה'ט אז בינגאו איז דא צו מאכן געלט און אז בינגאו האט א מטרה ארויסצושטעלן קלענערע געשעפטן פון ביזנעס. מיט דעם וואס מיר קוקן נאר אויפן הווה אז אויף די מינוט איז ביליגער שטייען מיר חלילה אויס אינעם עתיד צו אסאך העכערע פרייזן און שוואכערע קוואַליטעט ווייל דעמאלטס וועלן זיי האבן פול מער קאנטראל און דעמאלט וועט שוין נישט זיין קיין סיבה צו זיין ביליג. און אזויווי אסאך דא האבן קריטיקירט קאווע טרונקער אז ס'קומט אראפ צו ביזנעס אך און וויי פאר אונז אויב זיי פירן אויס און ס'קומט אראפ צו ביזנעס פאר זיי. סוף כל סוף וועלן אונז פארלירן אויף די דיעל.
סוף כל סוף העט דיין לאקאלע גראסערי נישט קענען האלטן די טיר אפען נאר פאר א פריש פלעשל מילך.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

Bingo איז די ערשטע קאמפאטישן וואס די private label קאמפאניס ווי קדם-גפן און מהדרין דארף זיך רעכענען מיט. און אז דאס קומט אויף די פרייז פון קלענערע בארא פארקע גראסעריס איז עס און מיינע אויגן ווערט.

מ'קען מיינען אז בארא פארק איז פיל מיט קליינע קרעמעל איינגעטומער. גרויסע מאנסטער סופער סטאקס ווי כולל, ברעידבערי און גארמעיט האבן שוין לאנג געטוישט די צוגאנג צו גראסערי שאפינג. יעצט איז דא א נייע גרעסערע שענערע מאנסטער.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

קורקלאנד

ק"ט זאגט עס נישט די זאגסט עס.

כ'הער וואס די זאגסט, אבער ביסט נישט גערעכט.

די קליינע גראסערי'ס זענען נישט די וואס האלטען פרייזן נידריג, עס איז די גרעסערע, און קאמפעטישן וועט אייביג זיין.

טאמער וועלען זיי מאכען א יד אחת און רעכענען טייער, וועט אייביג זיין איינער וואס וועט קומען און עפענען א געשעפט און מאכען ביליגער.

איין זאך וואס מאכט בינגא פאר א מחוצף, איז דער פאקט אז ער פריוואטערהייט, און בעסמעדרעש און מקוה דרשנ'ט אז ער איז דא ארויס צו שטופּן די אנדערע פין ביזנעס. וואס דאס איז א חלום מצדו סיי ווי, אבער דאך א חוצפה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

שליחה דורך קומזיץ »

א חוץ פון די 3/4 גרויע גראסעריס , איז דא בערך 15 קלענערע גראסעריס , אבער לכאורה די וואס שפירן עס די מערסטע זענען טאקע די גרויסע געשעפטן און בפרט כולל וואס זיי האבן די סארט קליענטאל וואס יעצט טרעפן זיי עס פאר אביסל ביליגער , בדרך כלל ווער עס האט ביז יעצט געקויפט ביי א לאקאל גראסערי און נישט ארומגעלאפן זוכען ביליגער גייט זיך קיין סאך טוישן , אוודאי וועלן זיין מענטשן וואס וועלן יא ג'יין און דעס אז ס'איז א שיינע גרויסע געשעפט געט נאך א סיבה צו ג'יין אהון , אבער דעס אז דעליוערי קאסט געלט און ס'איז נאר ביז 5:00 איז א גרויסע מינוס .
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

קענסט נישט כולל'ס קלייענטעל. זיי האבן די ווייניגסטע פארלוירן
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

שליחה דורך קומזיץ »

איך האב גערעדט צו א מענעזשער און מאשי'ס אויף Ave m האט ער מיר געזאגט אז עס דערקענט זיך שטארק ביי זיי און געשעפט , זיי האבן פארלוירן א שיינע פאר קאסטאמערס
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

בינגאו פירט צוויי אנדערע מלחמות אויף צוויי אנדערע פראנטן. איין זײט וויל ער ארויסלייגן אלע אנדערע גראסערי'ס פון ביזנעס און פון די אנדערע זייט וויל ער זיך שלאגן מיט די ווענדאָרס און קאמפיטן מיט זייערע פראדוקטן. אז אונז זאלן איהם שענקן א געווינס שטייען מיר אויס שטארק צו פארלירן אינעם עתיד. הן מיט אונזער יעצטיגן ווערייעטי פון פראדוקטן און ווי אויך די קוואליטעט פון די פראדוקטן. הן מיט די פרייזן און סערוויס. צו זאגן אז נאך ער צ'מכל'ט יעדען וועט ער נאך אלס אויסשטיין צו די ריסק פון א נייע קאמפעטישן איז אביסל נאריש ווייל ס'וועט זיין זייער שווער צו ברענגען דעמאלט די געלט און ריסארסעס צום טיש.
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

קומזיץ האט געשריבן:איך האב גערעדט צו א מענעזשער און מאשי'ס אויף Ave m האט ער מיר געזאגט אז עס דערקענט זיך שטארק ביי זיי און געשעפט , זיי האבן פארלוירן א שיינע פאר קאסטאמערס

Moshia'a האט טאקע יעצט אנגהויבן גיין אנליין.
שטיינער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 37
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אקטאבער 27, 2015 6:24 pm
האט שוין געלייקט: 21 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך שטיינער »

זייער אינטערעסאנט וואס דער עולם זאגט דא, מיר קוקט עס אויס ווי ער איז בכלל נישט פארנומען מיט יענעמס ביזנעס, עריז פארנומען מיט זיין אייגענע.

ער האט ניטאמאל א שטארקע אדווערטייזמענט באזע, ער מיינט זיך, אין דער עולם האט הנאה.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ראובן: איבער דיין תגובה פון פרייטיג 4:24PM.

די גראסערי וואס איז אין מיין שכינות. איז טאקע אזוי ווי דו לייגסט עס אראפ אידעאליסטיש. ער געט פערסאנאל סערוויס. מ'פארדרייט איהם אפילו א קאפ, צו צולייגן צום ארדער. און מ'שיקט א קינד זי זאלל ברענגען א קלייניגקייט. און מ'שרייבט עס אויך אויף. די איינציגע חיסרון איז, אז זיינע פרייזן זענען א ביסל העכער ווי די בארגעין מארקעטס. כולל און בינגא. פארוואס זאלל אזא מענטש (וועלכער וואוינט מסתמא אין די נעקסטע 2 בלאקס פון די גראסערי) גיין זיך שטופן ביי כולל אדער זיך אנמוטשען און שלעפן אליינס די סחורה פון בינגא, ווייל ס'איז ביליגער מיט עטליכע סענטס. לאמיר זאגן אז ער קען זיך סך הכל שפארן עטליכע דאללער ביי זיין וועכנטליכן ארדער,וועט ער אבער נישט איבערלאזן זיין גראסערי וואו ער קען אלעס באקומען פון 7 אזייגער אינדערפריה ביז 10 אזייגער ביינאכט. אן ער קען נאך א סאך מאל אריינכאפן א זאפטיגן שמועס מיט דעם גראסערימאן, וועלכער לאזט איהם אויסדרוקן זיין אייגענע מיינונג, און ער שאקלט צו מיט'ן קאפ. אלעס ווייל ער וויל האלטן דעם קאסטומער. משא"כ אויב דער גראסערימאן () קוקט אפילו נישט אויף זיין זייט. און ער איז נישט מער ווי א טעלעפאן נאמבער-----נעקסט....! דאמאלס פיהלט ער זיכער נישט קיין שום קשר צו דעם גראסערי. און ער גייט וואו ס'איז ביליגער...!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

כ'האלט אז איינער פון די גרעסטע טעותים וואס די קלענערע גראסעריס מאכן איז אז זיי לאזן אויפשרייבן. די אויפשרייבן מאכט עס א סך שווערער פאר זיי צו קאמפיטן אויף די פרייז. ווי אויך מאכט עס זייער שווער פאר זיי צו באצאלן פאר די סחורה. זיי האבן אויך שווערע געלטער אינדרויסן.

היינט האט א יעדע פארלעסליכן אינגערמאן א קרעדיט קארד וואס געט איהם א גוטע דרייסיג טעג אויף בארג און לדעתי ווען די געשעפטן וואלטן נישט געלאזט אויפשרייבן וואלטן זיי געשטאנען א סך שטערקער.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: פארוואס בעסערע מענטשען קויפן נישט אין Bingo ?

שליחה דורך פליקער »

איך בין נאך נישט קלאר וואס איך האלט, איך וועל נאר דא אויסשמיעסן די צדדים לפי ראות עיני.

וואס איך טו איז נאר וואס איז גוט פאר מיר, איך גריידע בין קיינמאל נישט נישט געגאנגען שאפינג ביי די ביליגע געשעפטן, איך גיי צו מיין לאקאלע סטאר בלויז ווייל אזוי איז גוט פאר מיר, טראץ עס איז טייערער אביסל, ווייל אזוי וויל איך, איך האלט נישט ביים שעפן א דיסקאונט פאר פסח אויב ברויך איך אייזלען א קעיס סעלצער אויף מיין ריקן, אדער קויפן ביי סעד ועזר לעפלעך ביז אלף הששי. אבער געטריישאפט קומט בכלל נישט אריין און די בילד, ווען מיין גראסערי באשליסט צו מאכן א סעיל אויף א אייטעם, איז עס נישט ווייל ער איז געטריי צו מיר, נאר ווייל עס איז א מוטל אז איך זאל פארנארט ווערן און ארויף ברענגען זיינע סעילס ציפערן, אדער ווייל עס ווילט זיך אים שטיפן זיינע עקספייערטע סחורה.

לאמיר צוריק מישן אביסל א בלעטעל היסטאריע, פאר דרייסיג פערציג יאר ציריק איז א גראסערי געווען אזוי ווי מען האט שוין אויבן געשריבן, די לאקאלע קרעטשמע ווי מען איז אריין געקומען זיך שפייזן און פלעטקען נייעס.

די סארט שיף איז שוין אוועק געפארן, שוין לאנג, און דאס איז נישט צוליב מיר קאסטימער'ס, נאר ציליב די אויפשטייגענדע גרעסערע סופערמארקעט'ס, און האבן אויסגעגעסן און איינגעשלינגען די קלענערע מאם און פאפ שאפס, דערנאך זענען אויפגעקומען די מער גרעסערע ביליגע סופערסטארס א שטייגער ווי וואן סטאפ כשר, און אוועק געכאפט ביזנעס פון פילע אנדערע סטארס ווי קאסטומערס האבן מער געגליכען ביליגערע פרייזען ווי מיסטער לאנדוי'ס וכדומה'ס שמייכעל.

וואס טוט איינער וואס וויל אריין קומען קאנקערירן, ווערט מען אדער סיי א פענצי סטאר און ביליג, אדער טרעפט ער א ווינקעל ווי קיינער האט נאך נישט באטראטען, אדער עפענט ער פאר פיר אין צוואנציג שעה, אדער עדווערטייזט ער אז ער גיבט אוועק פיר אין צוואנציג בייגלעך בלויז פארן איבער טרעיטן ס'שוועל. אבער ווערט נישט פארנערט אז די וואוילזיין פונעם קאסטומער איז בכלל אין זיין מוח אפילו פאר א סקונדע.

וראיה לדבר גיבט א קוק ווען איינער האט סיי א געשעפט אין די סיטי טרויט ער זיך נישט צו שינדען די הויט אזוי ווי ער טרויט זיך צו שינדען אין סאוט פאלסבורג, און איך האב קיין פראבלעם נישט דערמיט. ער שטעלט פארט צו א סערוויס, וואס ווי לאנג איך גלייך עס וועל איך עס ניצן, וברגע איך בין נישט מסכים אזוי ווי עס פאסירט כמה פעמים, ברענג איך מיט מיין ארדער פין שטאט קיין קאנטרי. וואס וועט דער גראסערי מאן טון אדער מאכן א חשבון אז איך זאל מיך זעלבסט קישן ווי אידן ריען, ווייל ער האט געניג אייזלען אין פאלסבורג, אדער וועט ער נאך לאזן פרייזען, און דערווייל וועל איך מתפלל זיין עס זאל קומען א קאמפעטישן קיין פאלסבורג, סך הכל ברויך עס זיך עדזשאסטען. וכן פאסירט מיט יעדע אינדאסרי פון בעקערייען ביז אתרוג סוחרים. ווען זיי קענען וועלן זיי רעכענען אינעם זיבעטען ריפ ביז זיי קענען מער נישט.

ווי שוין כמה פעמים געזאגט פארוואס בעיט נישט דושינסקי טויזענט טולר א סקווער פיס, נישט ווייל ער וויל נישט, נאר ווייל קיינער צאלט נישט, און ער בעיט זעקס הינדערט טולר יא ווייל אזויפיל צאלט מען.

פארוואס א טיטשער באקומען הינדערט טולער א וואך איז ווייל עס איז דא א ליין ארים די בלאק פאר הינדערט טולר, וכן לכולל אינגערמאן. איך פארשטיי נישט פארוואס עס איז אזוי, און בין נישט מסכים מיט די פאקט, אבער ווי לאנג עס איז אזוי די פאקט, וועט דאס זיין די פרייז.

על כן צוריק צים פונקט, ווען מיין גראסערי מאן וועט וועלן איך זאל קומען צו אים וועט ער זיכער מאכען אז ער סערווירט מיך אויף א אויפן איך זאל וועלן קומען, איך בין גאראנטירט ער וועט עס אויספיגערען, צי דורך געבען מער דעלישעס סחורה, אדער דורך צוזאגן א סגילה.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

פתח בצדדים וסיים בצד אחד?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ירח בן יומו
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:15 pm
האט שוין געלייקט: 834 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 700 מאל

שליחה דורך ירח בן יומו »

קורקלענד האט געשריבן:כ'האלט אז איינער פון די גרעסטע טעותים וואס די קלענערע גראסעריס מאכן איז אז זיי לאזן אויפשרייבן. די אויפשרייבן מאכט עס א סך שווערער פאר זיי צו קאמפיטן אויף די פרייז. ווי אויך מאכט עס זייער שווער פאר זיי צו באצאלן פאר די סחורה. זיי האבן אויך שווערע געלטער אינדרויסן.

היינט האט א יעדע פארלעסליכן אינגערמאן א קרעדיט קארד וואס געט איהם א גוטע דרייסיג טעג אויף בארג און לדעתי ווען די געשעפטן וואלטן נישט געלאזט אויפשרייבן וואלטן זיי געשטאנען א סך שטערקער.

עס איז דא א גרויסע מעלה פון אויפרשריייבן. מ'קען שיקן א קינד וואס האט נישט קיין קרעדיט קארד.
נאר וואס דען? ער מוז נישט לאזן אויפשרייבן אין די וועלט אריין. עס קען זיין לימיטיד ביז $100 און ממיט א קרעדיט קארד אן פייל וואס קען ווערן געטשארד יעדער צוויי וואכן.
שאולדיספריםפאקער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 335
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 14, 2013 7:43 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 176 מאל

שליחה דורך שאולדיספריםפאקער »

עמעזאן האט געשריבן:און וואס זאגט די שולחן ערוך?
אויב על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, קען 'געפיל' נישט מחייב זיין.
כידוע דברי החזון איש בספרו אמונה ובטחון.

אפשר ברענגסטו די מראה מקום
דעת תורה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2147
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 18, 2013 1:07 am
האט שוין געלייקט: 5895 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1719 מאל

שליחה דורך דעת תורה »

וואס האסטו פון א מראה מקום? דער חזו"א שרייבט - מסתמא - אז ע"פ הלכה ביסטו נאר מחויב צו די הלכה.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

ירח בן יומו האט געשריבן:נאר וואס דען? ער מוז נישט לאזן אויפשרייבן אין די וועלט אריין. עס קען זיין לימיטיד ביז $100 און ממיט א קרעדיט קארד אן פייל וואס קען ווערן געטשארד יעדער צוויי וואכן.

פאר דעם אז די קינד זאל קענען גיין שנעל ברענגען א פלעשל מילך קען מען האלטן ביז הונדערט דאלער קרעדיט און ווען יענץ נוצט זיך אויס קען דער גראסערי האבן א קרעדיט קארד אן פייל און אריינלייגן נאך א הונדערטער.
דאס לאזן האלטן גרויסע באלאנס'ן העלפט זיי גארנישט. ס'ניט אמאל א סערוויס וואס די גרויסע שטעלן צו אז מען זאל זאגן אז זיי דארפן מיט דעם קאמפיטן.
פארשפארט