ערשטנס וויל אייך באדאנקען ר' שרגא פאר א mature שמועס אין אזא controversial טעמע.
יעצט צום ענין,, קארעקט מי איף איים ראנג, לויט ווי איך פארשטיי קען מען צוטיילן דיין תגובה אין פיר מאמרים.
1. עקספואזשער צו פארנאגראפיע איז אן ערענסטע פראבלעם.
2. ערוואקסענע מענטשען זענען נישט מער ווי 14 יעריגע בחורים לגבי אינטערנעט.
3. אפילו אויב אן ערוואקסענער קען זיך אלגעמיין יא באהערשן קען ער אבער דורכפאלען אין א שוואכע מינוט.
4. אונזער געזעלשאפט איז נישט עקוויפד צו הענדלען עקספואזשער צו כפירה.
איך וועל פראבירן צו ענפערן לויטן סדר..
1. אונזער אלערגי צו אזוינע ענינים איז א נייע ערשיינונג וואס ווערט אלץ ערגער און ערגער (בורקעס וכדו'). אין תנ"ך, אין משניות און גמרא, זעהט מען פיל מאמרים וואס היינט וואלט מען געשריגן "פוי שייגעץ ארויס". מען האט זיך קיינמאל נישט דערשראקן אז קינדער פארשטייען דברים בן איש לאשתו. ווען די משנה זאגט בן חמש למקרה שטייט נישט אז מ'זאל אויסלאזן "והאדם ידע את חוה". אין די צייטן פון חזקיהו המלך שטייט בדקו מדן ועד באר שבע ולא מצאו תינוק ותינוקת איש ואשה שלא היו בקיאין בהלכות טומאה וטהרה. ווילסט מיר זאגן אז מ'האט אויסגעלאזט געוויסע חלקים פון הלכות טומאה וטהרה? ווען מ'דערציילט אויף געוויסע צדיקים אז זיי האבן געקענט ד' חלקי ש"ע ביי די בר מצוה, ווילסטו זאגן אז מ'האט אויסגעלאזט געוויסע סימנים יו"ד ח"ב?
האסט געמאכט א שטיקל קוגל פון צוויי באזונדערע זאכן. דו ברענגסט אויף א גאר זייטיגע ענין אז היינט איז מען "מער אלערגיש צו אזוינע ענינים", וואס ליגט אמת דערין, אבער איז גאר א באזונדערע טעמע. דער אינטערנעט רעדט זיך דאך נישט שמץ ג"ע אדער פקפוק'דיגע מאמרים, נאר פונעם הארבסטן. קיינער, דו אויך נישט, וועט לייקענען אז דער אינטערנעט איז דאס שמוציגסטע פלאץ וואס האט נאר אמאל עקזיסטירט אויף דער וועלט. און איך האף אז דו טענה'סט נישט אז אמאל וואלט מען נישט געווען "אזוי אלערגיש" דערצו. דו ווילסט דען מדמה זיין לערנען פון געוויסע הלכות צו "לעבעדיג אבזערווירן" סתם לשם שמוץ? וואספארא נארישקייטן איז דאס צו רעדן. איז דא איינער (אפילו די אמאליגע גויאישע וועלט) וואס וואלט דאס נישט משקץ געווען מיט די ערגסטע לשונות?
בנוגע נאקעטע בילדער... פון די כרובים ביז שער בלעטער, נישט נאר האבן מיר נישט געמאכט אן עסק פון נאקעטקייט און ראמאנטישע אילוסטראציעס, מיר האבן גאר דוקא גענוצט אזעליכע געשטאלטן, און אין די הייליגסטע מקומות ביי אונז.
עס זענען דא וואס ווילן מסביר זיין אז אונזער היינטיגע עקסרעמקייט אין די ענינים איז א תוצאה פון די לאנגע גלות וואס מיר האבן געשמאכט אין קריסליכע לענדער. ביי די קריסטן טאר דער גלח נישט חתונה האבן ווייל איינער וואס איז נאנט צו גאט טאר נישט עוסק זיין אין אזעליכע נידעריגע אקטיוועטעטן שבן איש לאשתו. ווי אויך איז סעקסועלע באציאונגען ביי זיי אפיציעל ערלויבט נאר בהכרך און אויך נאר כדי צו האבן קינדער (נוסח גור). פארשטייט זיך אז אויב אידן האבן געוואלט אז דער אנשטענדיגער גוי זאל זיי רעספעקטירן האבן זיי געמוזט מיטהאלטן מיט אזעליכע שטימונגען. און אזוי האבן אזעליכע ווינטן אנגעהויבן בלאזן ביי אונז ביז היינט...
היוצא לנו מזה, די פחד פון די איידעלע ענינים ביי אונז איז אומנייטיק at best און פרעמד (קאטויליש) at worst.
די זעלבע איז מיט די בילדער פון די שער בלעטער. האסט גענומען אן אינטערעסאנטע זאך וואס האסט געזען איינער האט מלקט געווען און ווילסט דאס אהערברענגען צו איבערווייזן אז אמאל איז מען נישט געווען אזוי האקל צו עצם שמוץ? קאם אן. אן אריינגיין אין די סיבה צו די יעניגע מאלערייען, (וואס אפשר ווייזט עס נישט מער ווי אויף גויאישע דרוק-אנפירער, אפילו איך פארשטיי אז מ'וואלט געדארפט לויט'ן היינטיגן סטאנדארט הערן א פראטעסט), ווילסטו מיר אפשר ברענגען דעם ערגסטן בילד אויף א ספר, און איך וועל דיר ווייזן די הארבע לשונות פון אינעווייניג איבער די ענינים? אדער פון יענעעמ'ס ווערטער וועסטו אפלאכן, און נאר די בילדער אויפ'ן שער בלאט וועסטו נעמען אלס תורה שלימה?
היוצא לנו מזה, צו זאגן אז "היוצא לנו מזה, די פחד פון די איידעלע ענינים ביי אונז איז אומנייטיק at best און פרעמד (קאטויליש) at worst." איז א שטות שאין כמוהו. כ'מיין קענסט זאגן אז לויט דיין פערזענליכע מיינונג איז עס אומנייטיג, אבער מיר דעבאטירן דאך דא פון א אידישן שטאנדפונקט, איז שייך צו זאגן אז די פחד פון די גרעסטע תועבות אויף דער וועלט איז אן אומנייטיגע פחד? האלטסט אז עס איז דא אפילו "איין איינציגע" ערליכער איד אין דער אידישער היסטאריע וואס וואלט באטראכט דעם פאקט אז מענטשן האבן צו זייערע פינגער א נאכאנאנדע צוטריט צו די ערגסטע בילדער און ערגערס אלס אן איבערגעטריבענע פחד? (שוין אויסער דעם וואס עס ברענגט צו לידי מעשה אויך.)
2. אזעליכע וואס האבן אדיקטיוו טענדענסיז זענען טאקע פונקט ווי קינדער ווען עס קומט צו די אינטערנעט, אלקאהאל, און פעין קילערס וכדו'. זיי דארפן טאקע אן אנדערען צוגאנג צו אזעליכע זאכן. זיי זאלן זיך דורכדעדן מיט א דאקטער און אן אדיקשען ספעציאליסט.
ריכטיג. יעצט מיין טענה איז אז אויב וועלן דיר די יודעי דבר (ווי פראגראמירער וואס זעען יעדנס קיכלעך אין שאפע) אז א גרויסער טייל איז פון דעם סארט, וועסטו פארשטיין אז די פירער פון דער גרופע זאלן וועלן פרובירן עפעס טאן דערוועגן? אויב וועסט זען אז דיין קינד האלט פאקטיש נישט ביים גיין צו א דאקטאר פאר זיין קרענק, וועסטו נישט פרובירן עפעס טאן אים צו ראטעווען? שטערט איינעם אז א צווייטער פרובירט צו זיין דער דאקטאר און ברענגען הילף מיטלען פאר מענטשן?
3. אויף א שוואכע מינוט שטייט שוין ילבש שחורים וכו'. נאך שטערקער, די אינטערנעט איז פונקט גוט פאר די שוואכע מינוטן ווי ס'ווערט געברענגט אז ענדערש זאל מען טוהן וואס מ'דארף זיך צו בארוהיגן ווי איידער טוהן בעילות אסורות ח"ו.
האסט אפשר "סעלעקטיוו מעמארי", אבער דו געדענקסט עפעס נאר איינציגע זעלטענע שטיקלעך קעגן אומצאליגע אנדערע? אויך דארף מען לערנען פירושים און קוקן לויט וואס די פוסקים שרייבן. אויב וויל איינער סייווי טאן וואס אים גלוסט, איז קיין שום מצוה לאחר המעשה צו גיין אפירקראצן עפעס וואס זאל אים נאך אוועקנעמען די גילטי קאנטשענס. זאל איך דיר ברענגען די אלע אנדערע גאר הארבע לשונות אין חז"ל, אדער עס פעלט נישט אויס? עס איז פשוט נישט ריכטיג צו פרובירן אריינשטופן אין א געוויסע רעליגיעזע שיטה, עפעס וואס דו ווייסט קלאר אז עס איז דארט נישט אנגענומען. געבן קרעדיט איז קריטיש וויכטיג, אבער אויף אייגנס, דאס דארף מען שרייבן אז ס'איז אייגנס. און אויב ווילסט חולק זיין אויף די פוסקים, שרייב אזוי קלאר, נישט מאך אויסקוקן ווי כאילו ס'איז ממש עפעס א היינטיגע ערפינדענע חומרא.
4. אויב ווילסטו בויען אזא אידישקייט וואס קען זיך נאר האלטן אויב דער עולם ווערט געהאלטן סטופיד און פארשפארט אין א קלאזעט גוד לאק טו יו.
קודם כל, און וואס ווילסטו? אן אפענע אידישקייט, נוסח רעפארמער און רעקאנסטרוקטיווע אידן? לאמיך הערן, האסט עפעס א וויזיע, מאלן מיר עס ביטע אראפ. וואו איז דער גרעניץ? וואס ווילסטו מען זאל צולאזן, און נאך וויכטיגער,זאג מיר אויך פונקטליך וואס נישט? (און פלאג דיך נישט סתם צו צוזאמשטעלן עפעס אויב עס איז נישט אויפריכטיג וואס דו ווילסט).
צווייטנס, פארשפארן אין קלאזעט וואלט געווען צו אסר'ן גענצליך דעם אינטערנעט. דאס גייט עניוועי נישט געשען און קיינער רעדט אפילו נישט פון אזא פלאן. סאו דער ברייטער אפענער אינטערנעט איז דא. יעצט פון דעם אפנסטן פלאץ וואס די וועלטס-געשיכטע האט נאר אמאל צוגעשטעלט, ביז פרובירן עס אביסל צו מינימיזירן, דאס איז שוין צופיל פאר דיר? צו פרובירן קאנטראלירן דעם אינטערנעט, הייסט שוין לויט דיר "פארשפארט אין קלאזעט"?
צו די אלע וואס האבן אלץ אין טראנק גרייט פעך און שוועבל, איך קען שוין פארזעהן די טויטע קללות וואס עטס גייט אנהייבן שיטן אויף מיר. אבער טראכט אריין וועט איר זעהן אז איך רעדט פראקטיש און צו דער זאך. איר זענט נאר נישט געוואוינט צו אזא מין וועג פון טראכטן.
און אויב למשל דו פארשטייסט אז אידן זענען נישט געוואוינט צו אזא מין וועג פון טראכטן, זאגט דאעס נישט אז דאס איז נישט דער טראדיציאנאלער אידישער וועג? יעצט איינער וויל אפנייגן פון וועג, קען אים קיינער נישט אפהאלטן. אבער אויב זענען דא וואס ווילן יא בלייבן גראד גיין ווייטער אויף דעם דרך המסורה, און דעם אינטערנעט באטראכטן זיי ווי זייער גרעסטע געפאר, פארוואס זאלסטו נישט פארשטיין אז מען וויל פרובירן באקעמפן די סכנה?
יעצט, ביטע, אויב דו פארשטייסט, זאג איך האב פארשטאנען, ווייל כ'גלייך זייער נישט סתם צו דארפן דעבאטירן הין און צוריק לשם דעבאטע. נאר אויב איז דיר עפעס נישט קלאר, ביטע פרעג שיין, ברודער מיינע.