שמעון וואלף האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט על מה יצא הקצף אויפ'ן טיטול הגאון האדיר. אמת, ס'איז א נערישע טיטול אבער טענות קענסטי האבן צום פותח האשכול (אויב ער לעבט נאך).
איך פערזענטליך קען מעיד זיין אז ער איז א בקי וידען נפלא בכל מקצועות התורה. דאס איז נישט עפעס וואס מ'דארף גלייבן. יעדער קען אויפהייבן א טעלעפאן און אים ריפן, ער הייבט אליינס אויף און ענטפערט וואס אימער מ'וויל וויסן. איך האב שוין מערערע מאל נהנה געווען פון אים און איך ווייס אסאך אנדערע תלמידי חכמים וואס רופן אים כסדר פאר מראי מקומות ומקורות.
אלזא דערווייל איז ער אנשטאט א "גאון האדיר", געווארן א "בקי וידען נפלא בכל מקצועות התורה", בכלל נישט דאס זעלבע, לאמיר זיך פארשטעלן איז רבי עקיבא איגר געווען א "גאון האדיר", אדער א "בקי וידען נפלא בכל מקצועות התורה", א ודאי איז דא אזא זאך ווי א "סיני" און א "עוקר הרים", אבער זייענדיג כמה וכמה פעמים ביי אים, געהערט דרשות, ועוד ועוד, איז ער ניטאמאל קיין "סיני", ער קען ווארפן און צאמווארפן, אבער נישט קיין קלארע בקיאות, נאר ליבערשט ווי א "סוירטש" אין "אוצר החכמה".
יא, ער איז זייער א נייגעריגער מענטש, באופן מבהיל מאוד, דערפאר האט ער ליב צו קוקן יעדע ספר'ל, קונטרס, בלעטל, וואס קומט אונטער זיינע הענט, און דערפאר ווייסט ער אסאך, אבער ס'איז נישט א איד וואס קען ש"ס בעל פה, אדער ד' חלקי שולחן ערוך מדאשקע לדאשקע, מ'רעדט פון איינער וואס א גרויס חלק פון זיין בקיאות קומט פון זיין הויכע שטימע וואס מאכט אים פאר א זעלבסט זיכערער געווינער אין יעדע ויכוח.
שמעון וואלף האט געשריבן:חוץ מזה, זיצט ער און לערענט בהתמדה רבה ספעציעל אין די פארטאגס שעה'ן. ער איז אויף יעדן טאג דריי אזייגער ביי הוק אר ביי קראוק. אסאך מאל זאגט ער דעמאלטס אריין זיינע שיעורים אויף קול הלשון ווי מ'קען עס הערן ביי לייוו שיעורים.
פון וואו ווייסטו אז ער איז אויף יעדן טאג דריי אזייגער ביי הוק אר ביי קרוק?
ותו, אויב לערנט ער בהתמדה רבה אין די פארטאגס שעה'ן, דאן וויאזוי איז ער מפסיק זיין גרויסע התמדה, אריין צוזאגן זיינע שיעורים אויף קול הלשון?
וועסטו וועלן זאגן אז די שיעורים פארלערנען איז א חלק פון זיין לערנען בהתמדה רבה?
שמעון וואלף האט געשריבן:די מימרא'לעך און זשאוקס וואס מ'זאגט נאך בשמו מאכט א ראונג אימפרעשן אויף אים ווען באמת גיסט זיך פון אים דברי תורה און זיינע כסדר'דיגע דרשות, ווי מ'קען הערן אויף קול הלשון. אבוויעסלי, זענען מער מענטשן אינטערעסירט אין די זשאוקס ווי אין זיינע תורות, אבער דאס שפיגעלט אים נישט אפ ריכטיג.
וויאזוי קען עס אים נישט אפשפיגלן ריכטיג, ווען ער טוט דאס א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט, יעדער בחור'ל, יונגערמאן, אינגל, ליידיגייער וואס האט נישט וואס צו טוהן סיי ווען, האט א אוזן קשבת ביי אים דורך צו קייען יעדע שטות והבל מכל קצוי תבל.
אודאי זענען דא מער ליידיג גייערס ווי תלמידי חכמים, אבער למעשה האב איך נאכנישט געזעהן אז די ליידיגייערס זאלן גיין צו ר' זלמן לייב פילאפף זיך צו אונטער האלטן, אדער צו ר' יחיאל יעקב מיללער מ'אייזנשטאט, צו די גייט מען נאר ווען מ'האט א שאלה, א הלכה'דיגע שמועס. ווידער ווען איינער זוכט זשאוק"ס און פא"ן גייט מען קיין וואודריזש.
שמעון וואלף האט געשריבן:מ'דארף גארנישט גלייבן, רוף אים אן און איבערצייגט אייך אליינס
איך מיין אויך אזוי, רוף אים און איבערצייג דיך וויפיהל געדולד ער האט צו דורך טוהן א קצות, אדער א מהרי"ט אלגאזי, און וויפיהל צייט און געדולד ער האט צו מסביר זיין די קליפה פון "מוסדות" און "עדה" וכו' וכו' וכו'.
להבהרה! איך האב גארנישט קעגן אים פערזענליך (און א ודאי נישט קעגן שמעון וואלף ...), איך ענזשוי אויך זיין הומאר און וויצן, אבער האמת ניתן להיאמר.