איבערבליק אויף "דער וועקער" אויסגאבע, (אידישע ווינקל)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
[NAMELESS]

איבערבליק אויף "דער וועקער" אויסגאבע, (אידישע ווינקל)

שליחה דורך [NAMELESS] »

איבערבליק אויף "דער וועקער" אויסגאבע, ספעציעל צו אידישער ווינקל

פון: שניאור זלמן

ווי נאר איך האב געזען דעם דעקל פון א נייע אויסגאבע "וועקער" האט עס גלייך געצויגן מיין אינטערעסע. איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון הרב מלך שפירא, אבער די נושאים וואס די דעקל האט געזאגט אז ער טוט דורך האבן גלייך גערעדט צו מיר. קודם כל האב איך תיכף באמערקט אז מ'רעדט נישט דא פון נאך אן אויסגאבע ווי אלע אנדערע – דאס איז נישט נאך א טריביון, און א אנדערע פאפיר, נאר עפעס גענצליך ניי וואס איז נאך בכלל נישט דא ביי אונז. אן אינדעפענדענט אויסגאבע וואס איז גרייט צו דעקן אלע סארט טעמעס וואס ליגן אונז אויפ'ן הארץ.

איז ווען אזא אויסגאבע שרייבט א קאווער סטארי אינטערוויו מיט א וועלט בארימטן פראפעסאר און מ'טוט דורך אזעלכע וויכטיגע און אינטערסאנטע נושאים, האט עס באלד געצויגן מיין שטארקע נייגער.

אזוי אויך איז מיר געוועהן גאר אינטערסאנט צו ליינען וועגן די נייע אידישע פילם "מנשה". איך האב שוין געהאט געזעהן וועגען דעם אין טעלעגראם לינקס צו גויאישע וועבסייטס, אבער יעצט האב איך אוודאי געוואלט הערן דירעקט פון מנשה אליין צו א אידישע אויסגאבע.

אויף די דעקל האב איך געזעהן נאך נושאים וואס כמעט אלע האבן מיך זייער אינטערסירט. בקיצור ס'האט נישט גענומען מער ווי עטליכע סעקונדעס אז איך זאל מאכן די גורל'דיגע באשלוס אז איך מוז מיך איינהאנדלען א וועקער. איך האב נישט געוואלט קויפן דעם וועקער אנליין, כ'האב נישט געוואוסט ווער עס קען זעהן מיין אדרעס [הערה: די ארויסגעבער געבן איבער אז עמעזאן דרוקט און מעילט דעם וועקער אליין, און נאר זיי קענען זעהן די נעמען און אדרעסן פון די וואס באשטעלן], האב איך געווארט ביז ס'איז געוועהן צו באקומען דא אין וויליאמסבורג.

דינסטאג בין איך געגאנגען צום געשעפט אויף בראדוועי און איינגעהאנדלט דעם וועקער, און וואס זאל איך אייך זאגן רבותי, איך האב עס נישט געקענט אראפלייגן פון די האנט. גלייבטס מיר בנאמנות, כ'האב נאך נישט אין מיין לעבן געהאט אזא נחת רוח פון היימישע ליינווארג!!

די אינטערוויו מיט ר' מלך שפירא ציט זיך אויף כמעט 20 זייטן, און ס'איז אנגעפאקט מיט אזויפיל חומר און אזויפיל ענינים, אז כ'האב עס געמוזט איבערליינען דריי מאל צו פארדייען אלעס. יעדע שאלה פאר זיך איז גאר אינטערעסאנט, און הרב שפירא'ס ענטפערס זענען מלא וגדוש מיט תורה, היסטאריע און שכל הישר.

הרב שפירא פארט אויך אריין אין זייער טיפע געדאנקען וועגן היסטאריע, אידישקייט. אויך איז מיר אינטערעסאנט געוועהן אז ער רעדט זייער שטארק פון הרה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע, און זאגט אז ווער עס קוקט נאר אריין אין זיינע הייליגע ספרים זעהט גלייך זיין געוואלדיגע גאונות.

איין ארטיקל שרייבער, וויינט און שרייט אויף דאנעלד טראמפ. איך בין נישט קיין גרויסער חסיד פון טראמפ, אבער כ'האלט נישט אז ער איז א קאטאסטראפע פאר די מדינה. אבער מיט דעם אלעם האב איך מיך נישט געקענט גענוג אנזעטיגן פון זיין מייסטערפולע פעדער. ממש א חד בדרא. יעדע שורה און יעדע ווארט איז אויסצוקושן.

וואס פאראייניגט באראק כוסעין אבאמא און דאנעלד דזשעי טראמפ? עס איז דא א לאנגע ארטיקל וועגן ראבערט מאזעס, א ריזיגע דעוועלאפער און ניו יארק, און א בוך וואס איז געשריבן געווארן וועגן אים און זיין קארופציע. דאס איז א הערליכע שטערן-סטייל ארטיקל און געט א היסטארישע בליק אויף די היסטאריע פון ניו יארק און ווי איין מענטש האט מיט א בוך באוויזן אונטערצוברענגען א מאכטפולע מענטש. דער ארטיקל פאנגט זיך אן מיט דעם אז סיי אבאמא און סיי טראמפ זענען גרויסע חסידים פון דעם בוך אויף מאזעס און ס'האט זיי זייער שטארק אינספייערט. אבאמא מסתמא אין פאליטיק, און טראמפ מסתמא אין דעוועלאפינג.

נאך זייער א אינטערסאנטע ארטיקל איז וועגן הרב יצחק מאיר אלטער, איידעם פון הרה"ק האמרי אמת מגור זצ"ל, וואס האט געהאט א ספרים סטאר אין ניו יארק נאך פאר'ן מלחמה, און אסאך אינטערסאנטע אנעקדאטן ארום דעם.

שוין, כ'זעה אז מיין ריוויו פארציט זיך שוין לאנג, און כ'גיי נישט קענען דורכגיין יעדע ארטיקל, דארף איך נאך דערמאנען די הערליכע ארומנעמענדיגע ארטיקל אויף די ארטיקל "קענסער" וואס כאטש ס'הערט זיך אזוי שרעקעדיג און אומבא'טעם'ט איז גאר כדי עס צו ליינען. אזוי אויך שמועס מיט ר' יחיאל, ראדימנער פראצעס פארזעצונג, הערליכע תורה ארטיקל אויף לועג לרש, ועוד ועוד.

ס'איז נאך נאך אסאך הערליכע ארטיקלען צו וואס כ'בין נישט אנגעקומען דא, ועוד חזון. לאמיך נאר דערמאנען אפאר פון די קאלומס. ס'איז דא א קאלום ענליך צו "יש אומרים" אין מאמענט אבער אסאך אינטערסאנטער, בילדער און ציטאטן פון אלע סארטן אויסגאבעס און קוועלער – גאר שטארק רעקאמענדירט. אויך איז דא א קאלום צו ענטפערן אויף דאגות, אפשר אזוי ווי "דאגה בלב" אין מעלות, זייער זאכליכע און צוגעפאסטע ענטפערס. אויך איז דא א קאלום "מושי'ס ווינקל" מיט א לאכעדיגע קארטון, זייער פאני.

בקיצור, צו די ארויסגעבערס זאג איך job well well done!!. כ'האף איר וועט ווייטער אנגיין מיט דעם און מחיה זיין דעם עולם מיט אן אויסגאבע פון אזא געוואלדיגע ניווא.

און צום גאנצן עולם זאג איך, כאפטס אריין צו קויפן דעם וועקער, ווייל איך זאג אייך צו אז אזוינס האט איר אין אייער לעבן נאך נישט געזעהן! מ'קען עס קויפן אויף עמעזאן דא: https://www.amazon.com/dp/1542852072/

און אויך אין געשעפטן אין וויליאמסבורג, ב"פ און מאנסי – זעהטס די מודעה וואס פארט ארום.
באניצער אוואטאר
פליקער
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1692
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 1056 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל

Re: איבערבליק אויף "דער וועקער" אויסגאבע, (אידישע ווינקל)

שליחה דורך פליקער »

איך ווער משוגע פארן וועקער, איך זיך נאך אן אשכול איבער אליהו מ.'ס ארטיקל. 'דער דא און דער יעצט'
איך מיין עס איז דער בעסטער אדער פון די בעסטע ארטיקלען, דאס ברויך מען לעיזען שטייט, ווייל מען קען פארפאסען א אוצר, זיינע טיפע השגות איז געוואלדיג.
ווייס איימעצער עפעס מער, ווער עס איז? שפירט זיך ווי ונבנתה.
Stay away from negative people
they have a problem for every solution

קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

כפליקער, דער דא און דער יעצט איז עפעס א משונה'דיגער רייכער ארטיקל. 100 לייקס מינימום!

ווער איז דער שרייבער? זאל פליז אויפהייבן די האנט.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויב איך מעג זאגן, האט דער רעוויו'ער אויפן אידישן ווינקל געשריבן סמייטע מיט טשולנט געטונקען אין פיש זאפט.

ער הייבט אן אז ער האט נאך קיינמאל נישט געהערט פון הרב מלך שפירא [האלאו? דו לעבסט אויף די וועלט?], און א פאראגראף שפעטער ציט אים זיין נייגער אז מ'האט אן אינטערוויו מיט אזא וועלט בארימטע פראפעסער...

אינעם אינטערוויו מיט מארק שפירא געפעלט אים אז מארק שפירא "רעדט זייער שטארק פון הרה"ק בעל דברי יואל מסאטמאר זי"ע, און זאגט אז ווער עס קוקט נאר אריין אין זיינע הייליגע ספרים זעהט גלייך זיין געוואלדיגע גאונות". קודם כל, קיינער דארף נישט זען ווי דורכזיכטיג דו ביזט. נאר א סאטמארער דארף נאך צוקומען צו 'מארק שפירא' וואס זאל רעדן שטארק פון סאטמארער רב, כדי צו כשר'ן שפירא'ן זעלבסט אין זיינע אויגן... אבער איך האב געזען ווי מארק שפירא באציט זיך אומדירעקט צו די חסרונות זיינע, "על אף" זיין גאונות.

"איין ארטיקל שרייבער" האקט אויף טראמפ, און הגם ער זעט נישט די קאטעסטראפע אין טראמפ ווערט ער משוגע פונעם שרייבער'ס מייסטערהאפטיגער פעדער. גיי זיי מסביר פאר א חכם פון יעהופעץ אז ס'איז נישט 'איין ארטיקל שרייבער' נאר זאגאר קטלא'ן זעלבסט.

דער ארטיקל איבער ראבערט מאזעס וואס איז "דער שטערן" סטיל. גיוו מי עי ברעיק, די שייכות צווישן דעם מעכטיגן ארטיקל און דער שטערן, איז אין צוציאונגס קראפט און אין שיינע שפראך. מ'דארף אבער זיין א גולם נישט צו כאפן די "נקודה" פונעם ארטיקל: רבותי, מיר קענען נאך טוישן די וועלט מיט אונזער פעדער!

שוין, אויף צו קענען מאכן א רעוויו, דארף מען אויך קענען עפעס.
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

Re: איבערבליק אויף "דער וועקער" אויסגאבע, (אידישע ווינקל)

שליחה דורך אמת45 »

פליקער האט געשריבן:איך ווער משוגע פארן וועקער, איך זיך נאך אן אשכול איבער אליהו מ.'ס ארטיקל. 'דער דא און דער יעצט'
איך מיין עס איז דער בעסטער אדער פון די בעסטע ארטיקלען, דאס ברויך מען לעיזען שטייט, ווייל מען קען פארפאסען א אוצר, זיינע טיפע השגות איז געוואלדיג.
ווייס איימעצער עפעס מער, ווער עס איז? שפירט זיך ווי ונבנתה.


שמעקעדיג האט געשריבן:כפליקער, דער דא און דער יעצט איז עפעס א משונה'דיגער רייכער ארטיקל. 100 לייקס מינימום!

ווער איז דער שרייבער? זאל פליז אויפהייבן די האנט.

ישר כחכם הרב פליקער און הרב שמעקעדיג, עס איז מיר באמת א כבוד צוריקצוהערן ענקערע פידבעק. יא, די ארטיקל איז אני הקטן'ס. איך וויל אבער דאס קלארשטעלן, אז אהן דעם רעדאקטאר ראובן וואלט גארנישט געווען. אלזא העמיר אויך מאכן א שטיקל שיעובדא דר' נתן פאר ראובן'ען ביינאזאם מיט מיין חוב של הכרת הטוב.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

פליקער האט געשריבן:איך ווער משוגע פארן וועקער, איך זיך נאך אן אשכול איבער אליהו מ.'ס ארטיקל. 'דער דא און דער יעצט'
איך מיין עס איז דער בעסטער אדער פון די בעסטע ארטיקלען, דאס ברויך מען לעיזען שטייט, ווייל מען קען פארפאסען א אוצר, זיינע טיפע השגות איז געוואלדיג.


אויך געוואלט זאגן דאס זעלביגע הגם כ'האב איין קאמענט צוויי צו מאכן אויפדעם.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: איבערבליק אויף "דער וועקער" אויסגאבע, (אידישע ווינקל)

שליחה דורך מפוזרי »

טאמבל סאס האט געשריבן:
פליקער האט געשריבן:איך ווער משוגע פארן וועקער, איך זיך נאך אן אשכול איבער אליהו מ.'ס ארטיקל. 'דער דא און דער יעצט'
איך מיין עס איז דער בעסטער אדער פון די בעסטע ארטיקלען, דאס ברויך מען לעיזען שטייט, ווייל מען קען פארפאסען א אוצר, זיינע טיפע השגות איז געוואלדיג.


אויך געוואלט זאגן דאס זעלביגע הגם כ'האב איין קאמענט צוויי צו מאכן אויפדעם.

גא"מ.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
פארשפארט