וועקער קריטיק - קטלא קניא

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

וועקער קריטיק - קטלא קניא

שליחה דורך אישתישבי »

שוין שוין, כ'האב שוין באקומען דער וועקער, גלייך ביים אנהייב זעה איך קטלא קניא, נו, בין איך עקסיידעט, אבער א בראך, קטלא קניא שרייבט פאליטיק, שוין וועגען טראמפ, גראדע איז ער מורא'דיג צוטראגן אז דער אמעריקאנער פאלק וואס האט געברענגט לינקאלן און דזשעפערסאן, האט געקענט ברענגען א מלך זקן וכסיל ווי טראמפ.

בין איך געווארען אנטוישט, קטלא קניא'ס פעדער האט א מעלה שאין דוגמתו, ער פארשטייט דער חרידישע מיינדסעט עפעס געוואלדיג, און כמעט אלע זיינע שרייבונגען איז דא חידושים, וואס אפילו איך חכם, עהעם, זעה דארט, חידושים אין דער מהלך המחשבה פין דער חרידישע מענטשהייט, מיט א טוויסט פין ליצנות, אוי, כ'בענק נאך קטלא קניא.

אבער דא איז געקומען א טראמפ, וואס האט געמאכט א מיידעל היטען שבת, און א פעשער מענטש פארלירן וואג, געמאכט קטלא פאר א נארישער פאץ שרייבער וואס ווייסט צו קריטיקירן טראמפ ווי יעדער סטופיד ליבעראלע דעמאקראט וואס קען נעבעך נישט אראפשלינגן אז א דעמאקראטישע פרוי האט פארלוירן די וואלען צו א געמיינע מושחת ווי טראמפ.

קאמאן קטלא. דערמאנסט מיר פין ראביני, וואס זאגט פאר עקאנאמישע אנאליזן, אבער זייט טראמפ האט געוואנען האט אים אנגעכאפט א פאליטישע רוח צפונית, און אנשטאט פארזאגען די עקאנאמיע זאגט ער ווי משוגע טראמפ איז. העלא, כ'בין נישט אינטרעסירט וואס די ראביני האט צו זאגען וועגען טראמפ, כ'וויל הערען וואס די האסט צו זאגען וועגען די עקאנאמיע. הער אויף צו רעדען וועגען טראמפ, ווייל ס'איז נישט דיין ליניע. ס'איז כמעט ווי ר' אהרן וועט זיך נעמען שעלטען באבוב 45.

און דער זעלבע צו חתן דינן קטלא קניא, כ'בין נישט אינטרעסירט וואס די האסט צו גרעפסען וועגען טראמפ. ווען די וואלסט כאטש חוזק געמאכט וויאזוי די חרידישע עולם האלט פין טראמפ, על מה ולמה, מיט זאפטיגע טיפע הבנות למה הלך החרדי אצל הטראמפ, החרשתי. אבער האסט עס אויך נישט געטוהן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אוי וויי, מהאט גערעדט אויף דיין געטשקע?
ברוך שם כבוד...
יעצט זעה איך טאקע בחוש ווי די אנהעגער׳ס פון דעם פאַרגרעפטען פּיפעל זענען גארנישט אנדערש ווי דער אמעריקנער סטופּיד ״פירער״ זעלבסט, זיי האבן די זעלבע ׳דינע הויט׳ און קענען נישט האנדלן אז קטליא חוזקט נעבעך אפּ פון דעם אמעריקאנע פאלק. קענסט נישט האנדלן די אמת?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

קען זיין אז איך בין דער פראלעם און קען זיין אז די מצב וואס מען האט געמאכט ארום קטלא׳ס שרייבן איז שולדיג אבער זוי וי זוי בין איך אויך געווען אנטוישט ווייל אפילו דאס אעז עפעס געשריבן לעכעריג, וואס איז די מסקנא פון זיין מאמר אז סוכ״ס וועט גוט זיין? איז עס פשוט א טרייסט ארטיקל פאר די קלינטאן שטיצער? איך ווייס נישט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
קינד_אן_קייט
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 495
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 08, 2014 2:29 am
האט שוין געלייקט: 728 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 958 מאל

שליחה דורך קינד_אן_קייט »

כ’פארשטיי נישט אזוי דעם קריטיק, הלמאי? יעדער שרייבער באשר הוא שם האט א רעכט זיך אויסצודרוקן אויף סיי וואספארא נושא ס’קיצעלט אים און דער לייענער האט א רעכט זיך צו אינדענטיפיצירן דערמיט אדער טאקע צו קריטיקירן. אבער אז דער קריטיק איז איבער דער נושא און נישט אויפ’ן תוכן, הערט זיך דער קריטיק מער ווי א פארצווייפעלטער “מי שמך לאיש?” און נישט לגופו של ענין.

יעדער איז בארעכטיגט צו זיין אייגענעם און פערזענליכער פאליטישע אנשויאינג, כ’מוז נישט מסכים זיין מיט אייך און איר מוזט נישט מסכים זיין מיט מיר, נאר שרייבן מעגן מיר ביידע דערוועגן.

לדעתי הק’, איז דער ארטיקל גאר אינטערעסאנט. דער חידוש איז נישט קטלא’ס ליבעראלער גענויגטער קריטיק אויף טראמפ, דאס קען מען טאקע טרעפן אומעטום, נאר דאס צו לייענען אין א זאפטיגען אידיש בארייכערט מיט קטלא קניא’ס אויסערגעווענליכען און מייסטערפולען שפראך, איז יא א חידוש און שטארק דערפרישענד.
כאן, חבל טבור הארץ.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שבת אחים האט געשריבן:אוי וויי, מהאט גערעדט אויף דיין געטשקע?
ברוך שם כבוד...
יעצט זעה איך טאקע בחוש ווי די אנהעגער׳ס פון דעם פאַרגרעפטען פּיפעל זענען גארנישט אנדערש ווי דער אמעריקנער סטופּיד ״פירער״ זעלבסט, זיי האבן די זעלבע ׳דינע הויט׳ און קענען נישט האנדלן אז קטליא חוזקט נעבעך אפּ פון דעם אמעריקאנע פאלק. קענסט נישט האנדלן די אמת?



פארפאלן שבת'ל, בלייבסט א חסידישער פארנעבעכטער אידאלע, וויפיל די ווילסט נאר פראבירן צו וועלען זיך ארויסשאקלען פין דיין עבר, צו דורך פראקטיסען הינדואיזם, אדער סאשאליזים, צו וועלכע איזם, בלייבסטו א מארמארישער שלא נתפתחו ביציו.

פין ווי ווייס איך?

קוק נאך אביסל מארמארישער, וועט איר טרעפען אז אין די עולם המושכל איז קריטיקירן נישט פשט אז מען רייסט איינעם ארונטער פאר זיין טאלאנט, לא קרב זה אל זה כלל. אדרבה קריטיקירן איינעם אויף א ארטיקעל צומאל בוך איז בבחינת געבען כבוד.

מיין האבען א חילוקי דעות מיט קטלא בנוגע טראמפ האט גארנישט מיט מיין קריטיק אויף קטלא. אפילו טאמער כ'זאל האלטען די זעלבע ווי קטלא בנוגע טראמפ (גראדע בין איך נישט מחולק קיין סאך מיט קטלא בנוגע זיין שטעלונג בנוגע טראמפ, דאס איז א שמועס בפני עצמו, וואס וועט נעמען א מארמארישער ווי די א פאר ווסתות צו פארשטיין) איז מיין קריטיק אויף זיין ארטיקעל אין דער וועקער במקומו עומדת.

ווען דער קעפל אין דער וועקער זאל נישט האבען דער קעפל קטלא קניא נאר שבת אחים, וואלט עס געוועהן א גאלדענע הערליכע געשריבענע ארטיקעל, אבער גראדע האט עס דער קעפל פין קטלא קניא, ממילא פארדינט עס דער קריטיק.

עד כדי כך אז כ'בין מסופק אויב דער אריגינעלער קטלא האט עס טאקע געשריבן.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פאר דו הייבסט אן מיט דיינע עד-האמנים אטאקעס קעגן מיר אז איך בין עפעס א באנעבעכדיגער מארמארשער צו -ווייס -איך -וואס, לערן דיך אויס צו שרייבן אביסל בעסער אידיש, דיין פאריגע תגובה דיינע האט צוויי און אכציג פשוטע גרייזן, און דו ביסט נאך דן מיט כובד ראש קטליא מיט להבדיל שבת אחים כאילו דו ביסט גאר דער ״גרויסע-פאַרשטייער"!.

דו לויפסט ארום מיט איינגמאכטע הויזן און דו פרעגסט יעדעם מיט וואונדער,פארוואס ס׳שטינקט דא.

בד״וו איך גיי דיר מעהר נישט ענפערן אויף אזעליכע קינדערישע תגובות נאר אז דו וועסט אנפאנגען שרייבן עפעס זאכליך אן קיין זייטיגע אטאקעס, איך האב בעסער וואס צוטוהן מיט די צייט ווי זיך טעהנ'ן מיט דיר צי איך בין א פאפענער אדער א מארמארישער, ווייל כבין זיכער אז דיינע אור־עלטערן קומען דאך גראד פון אינטער די כסא הכבוד און זיי זענען בכלל נישט געוועהן קיין אייראפישע אידן. אלזא קענסט שרייבן מה שלבו חפץ.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2595
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

כהאב מיך באלעקט מיט קטלאס ארטיקל, און ווי נאר קטלא קען האט ער גענומען די קריטיק קעגן טראמפ צו א נייע ניווא.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שבת'ל טייערע,

זיי זשע מוחל, אבער כ'האב נישט געוויסט איר זענט א כעסן וואס ווערט גערעגט ווען מען דערמאנט מארמארישער. זעהט אויס נחום ווייסט יא עפעס וואס ער רעדט...

אקיצור, איר זענט במחילת כבוד הינדאתך נישט גערעכט. פארוואס?

ווייל מיין תשובה צו דיר איז בכלל נישט געוועהן קיין עד האמינאם אטאקע!!!

איז לייג צו קאפ, און פראבירט צו פארשטיין, אקעי?

מיין תגובה ראשונה אויף קטלא'ס ארטיקל איז, אז ער שרייבט ווי א פלעינע לינקע, גארנישט דא קטלא'דיג אין זיין ארטיקעל. גארנישט צו טוהן מיט טראמפ יא, אדער טראמפ נישט.

איר ר' שבת, האט דאס נישט פארשטאנען, און האט געמיינט אז איך טוה קריטיקירן קטלא פאר "באשמיצען" טראמפ!!! און? מאכסט א גראבע טעות, בכלל נישט!!

איז לאמיך דיר זאגען אין איין שורה, איך בין נישט קיין חסיד פין דער הייליגער יחי אדוננו הגאון הקדוש והטהור פה מפיק צרורות הטראמפ שליט"א, ניין, דאס לאז אדער פאר שרולטשע אדער פאר מענדיל, טעיק יאר פיק.

יא, איך בין רואיגער מיט טראמפ ווי מיט היללארי, אבער עס קומט נישט דא אריין.

ממילא ווען איך ענטפער דיר דברים של טעם, און לייג טאקע צו אפאר מארמארישער טיטביטס, קענסטו נישט קומען מיר באשולדיגן אז איך מאך עד האמינאם אטאקע, ווייל אדרבה, בא להאשים ונמצא אשם, דו אליין ווען די שרייסט און פיקעוועסט, און דאס גאנצע וואס די האסט צו שרייבען איז אז א. מיין תגובה איז עד האמינאם, ב. מיין אידיש טויג נישט, דאס גופא מאכט דיר ווידער פאר א קלאסישער חסידישער יאץ וואס ווייסט נישט וויאזוי צו ענטפערן נאר דורך אטאקירען מיט עד האמינאם.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אישתישבי האט געשריבן:שבת'ל טייערע,

זיי זשע מוחל, אבער כ'האב נישט געוויסט איר זענט א כעסן וואס ווערט גערעגט ווען מען דערמאנט מארמארישער. זעהט אויס נחום ווייסט יא עפעס וואס ער רעדט...



ממילא ווען איך ענטפער דיר דברים של טעם, און לייג טאקע צו אפאר מארמארישער טיטביטס, קענסטו נישט קומען מיר באשולדיגן אז איך מאך עד האמינאם אטאקע, ווייל אדרבה, בא להאשים ונמצא אשם, דו אליין ווען די שרייסט און פיקעוועסט, און דאס גאנצע וואס די האסט צו שרייבען איז אז א. מיין תגובה איז עד האמינאם, ב. מיין אידיש טויג נישט, דאס גופא מאכט דיר ווידער פאר א קלאסישער חסידישער יאץ וואס ווייסט נישט וויאזוי צו ענטפערן נאר דורך אטאקירען מיט עד האמינאם.

כ׳גיי דיר ענפערן נאר אויף די איין נקודה, ביי מיר איז נישט פארהאנען אזא מושג ווי ״יחוס״ און "זכות אבות" וכודומה, ביי מיר זענען די ליטאים, ספרדים, חסידים, צאנזער אייניקלעך, רוזינער אייניקלעך, פולישע, רוסישע, רומענישע, אמעריקאנע די זעלבע הומאנס, און איך בין נאר דן א מענטש לויט זיינע אינדיווילע כשרנות און זיין ביהעיווער, און בכלל מאכט מיר גאר א קליינע חילוק וואס דו האלטס פון מיר און פון מיין מארמארישע אפשטאם, די איינציגסטע זאך וואס באַדערט מיך יא (אויב עפעס), און פארוואס כ׳בין געווארן אין כעס ווי דו רופסט עס איז ווייל דו האסט אריינגעמישט מיין אפשטאם ווען סקומט נישט אריין אין די שמועס בכלל, דרך אגב האסט בכלל נישט צוגעטראפן מיין ריכטיגע אפשטאם, איך בין נאר 25 פראצענט מארמאריש - רומעניע, 25 פראצענט אויבערלאנד - אונגאריש, 25 פראצענט רוסיש, 25 פראצענט אוקרייניש. סאיז סעיף צוזאגן אז איך בין א פערטעל מארמארישער :lol: און איך זעה נישט קיין שום חסרון אדער בושה אין דעם, פארקערט אויב עפעס זענענן די מארמארישע געוועהן גאר וויואלע, זיסע תמימות׳דיגע אידן.

גראַדע איז נחום דער חכם א עכטע מארמארישער פון אלע זייטן, ער איז די זוהן פון הרה״ח ר׳ משה הערש ראזנבערג ז״ל. אייניקל פון די באוויסטע וויזניצע חסיד הרה״ח ר׳ יודל עביר ראזנבערג ז״ל. נחומ׳ס טאטע האט מען גערופן ״משה שותק״ צוליב זיין אנגייענדיגע ״תענית דיבור״ וואס ער האט מקבל געוועהן אויף זיך וואס האט אנגעהאלטן פאר אזא דרייסיג יאר, א טייערע פארצייטישע חסידישע איד מיט אלע מפרשים, ער איז געוועהן א פלאם פייערדיגע חסיד פון זיין רבי׳ן דער אהבת ישראל פון וויזניץ און פון זיין אייניקל ר׳ מאטעלע זז״ג, ער פלעגט מיטפארן מיט מיין טאטע פון ווימסב״ג קיין מאנסי הושענא רבא פאר יאהרן לאנג, איך בין נאך געוועהן א קליין קינד דעמאלס, אויפן גאנצע וועג האט ער נישט ארויסגעקוקט קיין סעקונדע פון זיין תהילים, די איינציגסטע מאל ווען ער האט אויסגערעדט פון זיין תענית דיבור אין די אלע יארן איז געוועהן אויב מ׳האט גערעדט פון זיין רבי׳ן דעם אהבת ישראל, און ער פלעגט אסאך פארציילן פון זיין אויסערגעווענטליכע חכמה און זיינע גיטע מידות ,און איך האב טאקע געהאט די זכי׳ קונה צוזיין פירסט-הענד אסאך אינטערסאנטע סיפורים און זכרנות פון א מארמארישע איד וואס האט נאך קענען געלערנט דעם אהבת ישראל וואס האט א שטארקע חשיבות ביי מיר.

נחום האט אלץ בחור אויפוואקסענדיג אין ווימסב״ג, זיך צוגעטשעפט צו סאטמאר (נאך א מזל) און פארלאזט וויזניץ, זיין ברודער און זיינע שוואגערס זענען עכטע וויזניצע חסידים מיט אלע מפרשים, און אז ער איז א זעלבסט-האסער, א סעילף העיטינג מאראמרישער איז עס זיין פראבלעם...
איך בין וואס איך בין...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

סארי פאר דיר פוגע בכבוד זיין, כ'האב נישט געוויסט וועסט עס נעמען אזוי שווער.

געמיינט האב איך אבער נישט דער חלק אז די בלייבסט א מארמארישער, געמיינט צו זאגען האב איך אז די בלייבסט מיט די חסידישע נאטורן. נעם עס נישט פערסאנאל, ס'איז גארנישט שלעכט צו זיין א מארמארישער, מען קען אלץ חוזק מאכן פין יעדעם.

אבער לענין עיקר האשכול מעגסטו האבען אביסל באלס און מודה זיין אז די ביסט פארפארן פין דער פוינט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

.
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיינע צוויי צענט -

קטלא האט געשריבן ריכטיגע נקודות, קטלא האט געשריבן אזוי שמאלציג ווי ער קען נאר, אבער סארי - נישט פאר דעם דארף מען קטלא'ן, גענוג שמויגערלעך און טאלק שאו'ס ברענגען ארויס די נקודות טאג איין טאג אויס.

פון קטלא'ן ערווארט איך צו זען די ריכטיגע סחורה וואס האבן אים פארוואנדלט אינעם העלד פון אידישער ליטעראטור. א שמועס איבערן סיסטעם, זיין לעבן, ראמבאראנד, פאעזיע, און ציפעדיגע ליצנות על כל היקר לעדת החרדים.

ער מעג שרייבן וואס ער וויל, ס'איז אבער א שאד צו פארפאטשקען זיין פעדער וואס האט א באזונדערע כח צו באשרייבן נקודות וואס אנדערע קענען נישט.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

זיינע עצות זענען היבש פארנומען מיט די סיסטעם, א פעלער לדעתי.

ווען מ'מאכט א רעוואלוציע, הייבט זיך עס אן מיט אסאך קעגנערשאפט. מ'דארף נאכאנאנד ווייזן די נויט פאר די רעוואלוציע. געלונגען איז עס ווען מ'דארף שוין נישט רעדן די שפראך.

ווען דער וועקער קען געמוטליכעהייט ארומשמועסן פארשידענע נושאים וואס זענען נישט אונטער די שירעם פון דער חרדישע געזעלשאפט, וועט עס זיין אן אויסרוף אז מ'קען נאך. מ'ווערט נישט קיין אויסגעשפיגענע נאר פון וויסן נייע זאכן. דיין ראפ איז נישט דיין שונא, און נישט ווייל מ'האט זיך עפעס דערוואוסט גייט מען זיך טוישען דאס לעבן. אפילו מ'ווייסט אז ס'עקזיסטירט אנדערע מיינונגען מיינט נישט אז די מיינונג איז אפגעפרעגט.

ווילאנג די אנטוישטקייט אויפ'ן געזעלשאפט מוז נאכאנאנד ווערען אויסגערעדט, איז דער רעוואלוציע נאך ביים אנפאנג.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שושן פורים
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 816
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2013 12:11 am
האט שוין געלייקט: 500 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שושן פורים »

אוודאי האט קטלא א רעכט צו שרייבן וואס אימער איהם שמעקט און עס איז וויכטיג פארן וועקער צו האבן פארשידענע דייווערס נושאים און נישט בלויז סיסטעם אויסברוכן.

אבער ווען אזא יוניק שרייבער ווי קטלא לויפט סך הכל מיטן שוואונג און שרייבט וואס יעדער צווייטער שרייבט איז עס פונקט ווי מען זאל רופן יוסי גרין אדער דודי קאליש צו פערפארמען ביי א איווענט און ער זאל אראפלייגן א פשוטע עוד ישמע
דער חסיד פארן מאדערן ארטאדאקס איז פונקט ווי דער לב טהור פארן חסיד ודו'ק
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

איך וואונדער מיך, ווען קטליא וואלט וועין געשריבן די זעלבע ארטיקל קעגן באראק אבאמא וואלטן די זעלבע קריטיקער ריעקטעט די זעלבע?.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: וועקער קריטיק - קטלא קניא

שליחה דורך מפוזרי »

וואס מיינט זאוולאן?
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

די שפראך וואס די זאלונים רעדען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
פארשפארט