שו"ת זאב יטרף: איז סינדערעלא געווען מותרת לבעלה? (וועקער 7)

קאמענטארן און דיסקוסיעס אויף ארטיקלען
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

וואלווי האט געשריבן:לבן הארמי?

שבועות. געטשיט אין גוגעל


כ'דערמאן זיך ווען כ'האב די גמרא אין שבועות געלערענט איז מיר שווער געווארן די פסוק הנותן שלג כצמר, הלמאי די משנה זאגט בפירוש אז די ווייסע קאלירן פון שלג און צמר זענען דוקא נישט אייניג. דאס אז ס'איז פאעטיש גערעדט איז נישט געווען געניג גיט א הסבר פאר א אינגע בחור. ביז כ'האב געטראפן (כ'קען נישט געדענקן ווי) אז דער משורר אין תהילים איז נישט מדמה די קאליר פון שלג צו צמר נאר די פונקציע פון צמר און שלג. פונקט ווי צמר האלט דעם מענטש'ס גוף ווארעם אזוי אויך שניי, אין א ווינדערליכע פונקציע אין די בריאה, האלט די ערד און אירע פלאנצונגן און ווארצלען דערינטער ווארעם פון די פראסטן העכער די דניי. שניי דינט ווי א וואלענע דאכענע פאר די ערד. זינט דאן האב איך אזוי אינזין געהאט טעגליך ביים דאווענען, און אזוי אנגעהאלטן טעגליך די סייענטיפישע הארמאניע צווישן דוד המלך אין תהילים און זיין אייניקעל רבי יהודה הנשיא אין די משנה.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: שו"ת זאב יטרף: איז סינדערעלא געווען מותרת לבעלה? (וועקער

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב געטייטשט אינגאנצען אנדעריש. הנותן שלג - דער אויבישטער גיבט שניי, כצמר - לויט וויפיהל וואל דו האסט. ווען דו האסט נישט קיין באקוועמער שאל זיך צו באשיצען פון די שניי, גיבט דיר דער אויבישטער נישט קיין שניי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
יואליש
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2681
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 22, 2012 7:36 pm
האט שוין געלייקט: 1390 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4310 מאל

שליחה דורך יואליש »

אייגענטליך, כ'זעה יעצט אז תוספות פרעגט די פשט און פסוק און ענטפערט פשוט פשט אז ס'איז פאעטיש, אורחיה דקרא למיתלי שאינו מצוי במצוי. וועל איך דארפן טרעפן פון ווי די אנדערע פשט קומט.
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב געטייטשט אינגאנצען אנדעריש. הנותן שלג - דער אויבישטער גיבט שניי, כצמר - לויט וויפיהל וואל דו האסט. ווען דו האסט נישט קיין באקוועמער שאל זיך צו באשיצען פון די שניי, גיבט דיר דער אויבישטער נישט קיין שניי

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך זע די וואונסט נישט צווישען אונזערע לובשי לבנים און אברכי משי...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]וואלווי[/tag] כ'האב ערשט דעם שבת דורכגעלערנט דעם תשובה, איך בין מקנא דיין טעלענט, זעה עפעס צו טוהן דערמיט, אז נישט וועט עס באגראבן ווערן מיט דיר אין קבר, מאך זיכער אז שו"ת זאב יטרף זאל אנטהאלטן כאטש צעהן חלקים
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אזוי ווי א געוויסער חשוב'ער ספר פון א חשוב'ן מחבר פון די לעצטערע דור וועלכע האט עטליכע צוואנציג בענדער וואו ער מאלט וואסער. ער זאגט און זאגט און זאגט גארנישט...!

איך מיין נישט ח"ו צו זאגן אז דער עכטער שו"ת זאב יטרף וועט זיין אויף די זעלבע דרגא. איך בין זיכער אז ס'וועט אנטהאלטן זייער אינטרעסאנטע שאלות. און מער אינטרעסאנטע תשובות איבער מאדנע זאכן וועלכע געשעען אין טאג טעגליכן לעבן פון אן ערליכן איד. למשל די אלעמען באקאנטע שאלה וואס א אידענע איז געקומען פרעגן פון ירושלימ'ער רב הרב שמואל סאלאנט זצ"ל. איבער א טשיקן לעבער וואס איז געליגן אויפ'ן פענסטער און א קאץ איז געקומען און עס אויפגעגעסן. וויאזוי איז דער דין. מעג מען עסן די טשיקן אדער נישט...! אויך וועט דארט זיין א שאלה (ביי הילכות שבת) איבער א טראפ מילעך וואס איז אריינגעפאללן אין א טעלער טשאלנט. אויב מ'מעג עס ווייטער עסן אדער מ'דארף עס אויסגוסן. און אויב דער פרינץ פון די סנאו-ווייט מעשה האט געמעגט אויפוועקן סנאו-ווייט פון איהר שלאף. און אויב גאלדי-לאקס האט נישט עובר געווען אויף גניבה ווען זי האט אויפגעגעסן די סעודה פון די 3 בערעלעך...!

אונז ווארטן שוין בכליון עניים ווען די שו"ת ספר וועט ארויסקומען. איך האלט אז דער מחבר קען שוין גיין קאלעקטן געלט אויף דעם חשבון אזוי ווי די פרע-נומעראנטן פון אמאל...! איך וועל זיין בלי"נ דער ערשטער צו שרייבן א טשעק. (צו ס'וועט נישט צוריקקומען. דאס קען איך שוין נישט גאראנטירן. אבער שרייבן קען איך... :lol: )
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

שלום און בערל, ס'איז ענק נישט אנגעפאלען אז אפשר בין איך גאר א דיין וואס גייט מיט שמונה בגדים און טראגט א לעפטאפ אונ'ם טלית בייטל וואס האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע באוויסטע תשובות ספרים און געט זיך אויס אויף קאווע שטיבל?

האפנטליך ווי לאנג די וועקער וועט אנהאלטן פעסט וועט שו"ת זאב יטרף זיין א געטרייער מיטגליג
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

וואלווי: למען האמת. איך האב זייער שטארק ליעב צו בלעטערן אין שו"ת ספרים. ספעציעל פון די היינטייגע מחברים. שליט"א וז"ל. איבער א סאך פון די שאלות. און נאכמער, פון די תשובות קענמען זיך קוילערן פאר געלעכטער. איך ווייס אז ווען איך בין א דיין אדער רב און איך באקום א בריעף מיט א קאמישן תוכן אין די שאלה. וואלט איך מיך געקוילערט פאר געלעכטער אז די טינט וואלט זיך אויסגעגאסן אויפ'ן פאפיר. און ס'וואלט געווען אויס שאלה און תשובה...!... :lol: :roll:
[NAMELESS]

Re: שו"ת זאב יטרף: איז סינדערעלא געווען מותרת לבעלה? (וועקער

שליחה דורך [NAMELESS] »

זייער הנאה געהאט פונעם תשובה, די רעיון די לשונות און מליצות זענען ממש להפליא.

Sent from my SM-G930T using Tapatalk
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

שיינע ארטיקל. נישט געקענט אויפהערן לאכן. גאר טאלאנטפול.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: למען האמת. איך האב זייער שטארק ליעב צו בלעטערן אין שו"ת ספרים. ספעציעל פון די היינטייגע מחברים. שליט"א וז"ל. איבער א סאך פון די שאלות. און נאכמער, פון די תשובות קענמען זיך קוילערן פאר געלעכטער. איך ווייס אז ווען איך בין א דיין אדער רב און איך באקום א בריעף מיט א קאמישן תוכן אין די שאלה. וואלט איך מיך געקוילערט פאר געלעכטער אז די טינט וואלט זיך אויסגעגאסן אויפ'ן פאפיר. און ס'וואלט געווען אויס שאלה און תשובה...!... :lol: :roll:


וואס מיינט וז״ל? בערעלע
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

געוואלדיג: ..."וזכרונם לברכה"...את אשר ישנם פה איתנו ואת שישנים בבית החיים עד ביאת משיח צדקנו ותחיית המתים בב"א...!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

געוואלדיג האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: למען האמת. איך האב זייער שטארק ליעב צו בלעטערן אין שו"ת ספרים. ספעציעל פון די היינטייגע מחברים. שליט"א וז"ל. איבער א סאך פון די שאלות. און נאכמער, פון די תשובות קענמען זיך קוילערן פאר געלעכטער. איך ווייס אז ווען איך בין א דיין אדער רב און איך באקום א בריעף מיט א קאמישן תוכן אין די שאלה. וואלט איך מיך געקוילערט פאר געלעכטער אז די טינט וואלט זיך אויסגעגאסן אויפ'ן פאפיר. און ס'וואלט געווען אויס שאלה און תשובה...!... :lol: :roll:


וואס מיינט וז״ל? בערעלע


פון בערעלע'ס בלעטערען און קוילערען ביי די מחברים ז"ל אין לך שפתיו דוברות בקבר גדול מזו ווי די ערדציטערנישט וואס קומט דארט פאר אין בית עלמין ווען בערעל האט א שלאף לויזע נאכט
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
פארשפארט