איך האב נישט די זעקס דאלאר צו קויפן
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
איך האב נישט די זעקס דאלאר צו קויפן
אזוי ווי עס איז ארויס א גזירה אז נאר ווער עס פארמאגט איבריגע 6 דאלאר פאר ליין מאטריאל איז בארעכטיגט צו זעהן די נייע וועקער אויסגאבע, און דערווייל האב איך נישט געפינען איבריגע 6 דאלאר אויסצוגעבן פאר ליין מאטריאל, ביטע ווער עס קען בארגן פאר א טאג 2 פאר א צווייטען אריינצובליקן דערין, אדער שענקן 6 דאלאר פאר א צווייטען פאר די קאסטן, זאל ביטע מאכן א גמ"ח אדער א אנדערע סארט מיטל צו ארויסהעלפן אנדערע וואס קענען עס נישט עפארדען,
מיט דאנק פון פאראויס.
נ.ב. אויב מעג מען בעטן פון די וואס זענען נתעשר געווארן פינעם אויסגאבע אז זיי זאלן מנדב זיין כאטש א צענטל פאר אנדערע וואס קענען זיך נישט ערלויבען עס צו קויפן וואלט אויך נישט געוען א שלעכטע פלאן.

כ'האב א שטיקל פלאן פאר דיר, יעדע פון דיינע ניק נעמען דא אין שטיבל זאלן געבן א דאללער, וועסטו גרינג האבן זעקס דוללער פארן וועקער, דאס זענען די זעקס
[tag]נטורי קרתא עסקן[/tag]
[tag]נאר,,פרייליך[/tag]
[tag]איש את רעהו[/tag]
[tag]ישמעאל הכהן[/tag]
[tag]זר זהב[/tag]
[tag]שלמה המלך[/tag]
אויב די ווילסט שטארק קען מען עס אויך צוטיילן אין 50 צענט פאר יעדע ניק און כ'וועל נאכזוכן נאך פון דיינע ניקס און זיי ארויסשטעלן זאלסט קענען גרינגער צוזאמנעמען די געלט.
אגב איך בין פון די חברה וואס זענען שטארק נתעשר געווארן פונעם וועקער, כ'פלאן צו קויפן מיט די געלט די עמפייער סטעיט בילדינג, אויב די האסט א נומבער פון א בראוקער ביטע קאנטאקט מיר, און היות כ'האב א גאנץ פעקל גרינע וואס כ'האב אקוראשט אויפגעפיקט פון די ניוס סטענד אויף ברודוועי בין איך גרייט אראפצולייגן דאס גאנצע אין גרינס. אויב ווילסטו אינוועסטירן אין די סטאקס פונעם וועקער ביטע שיק מיר א פעי פעל, קענסט נאך אויך זיין פון די עשירים.
בנוגע די גזירה נוראה אז נאר ווער עס פארמאגט איבריגע 6 דאלאר פאר ליין מאטריאל איז בארעכטיגט צו זעהן די נייע וועקער אויסגאבע, האלט איך אז די זאלסט פאסטן דריי טעג רצופות און דערנאך פראטעסטירן קעגן די יו ען בילדינג, און אפילו קעגן דעם ווייסן הויז, ווי אויך זאלסטו געבן ח"י פעמים כופר נפש, נישט נעמען קיין שאוער פאר דריי וואכן, נישט הערן קיין מוזיק און נישט אנטוהן קיין נייע קליידער פאר צוועלף חדשים, נישט זיצן זיבן טעג אויף א בענקל העכער דריי טפחים, עסן יעדן טאג אכט אייער מיט אש, ואם אתה עושה כן בין איך דיר מבטיח בזכות אבותי ורבותי ואני ערב לך אז דיינע תפילות לקרוע הגזירה וועלן נתקבל ווערן און די באקומסט א וועקער בחינם קעגן יעדע ניק וואס די האסט דא אין שטיבל, מ'וועט עס לכאורה דארפן דעליווערן מיט א אווערסייזד לאוד טרעקטאר טרעילאר.
*דער אפפער איז נאר גילטיג ביז 100 פון דיינע ניקים, מיר נעמען נישט קיין אחריות אויב די פארמאגסט מער פון 100 ניקים. שיפינג איז נישט אריינגערעכנט. איר מוזט זיין העכער זעכצן יאר אלט צו געניסן פון דעם אפפער. נישט גילטיג פאר קיין טראללס. אויב זענט איר פון די גרופע וואס לייקענט די האלאקאסט אדער לאזט איר זיך פאטאגרעפירן מיט אזעלעכע זענט איר זיכער אויסגעשלאסן פון דעם אפפער.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- קאסטנער
- היימישער באניצער
- הודעות: 377
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
- האט שוין געלייקט: 309 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל
Re: איך האב נישט די זעקס דאלאר צו קויפן
היות עס איז ארויסגעקימען די גזירה נוראה אז מען דארף actually באצאלן די גראסערי בילס בעט מען ווער עס האט איבריגע פאד סטעמפס מנדב צי זיין זאל זיך מעלדן
Sent from my iPhone using Tapatalk
Sent from my iPhone using Tapatalk
קאסטנער האט געשריבן:היות עס איז ארויסגעקימען די גזירה נוראה אז מען דארף actually באצאלן די גראסערי בילס בעט מען ווער עס האט איבריגע פאד סטעמפס מנדב צי זיין זאל זיך מעלדן
Sent from my iPhone using Tapatalk
די גזירה איז נארוואס פארברייטערט געווארן אז סיי וואס מ׳וויל קויפן פון א פשוטע הייזקע ביז א טייערע שיך בענדלעך גייט קאסטן געלט, לאמיר אלע שרייען: גיוואלד.... גיוואלד....שיקצה..... חרדק
והן קל כביר לא ימאס......
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
איש את רעהו האט געשריבן:אזוי ווי עס איז ארויס א גזירה אז נאר ווער עס פארמאגט איבריגע 6 דאלאר פאר ליין מאטריאל איז בארעכטיגט צו זעהן די נייע וועקער אויסגאבע, און דערווייל האב איך נישט געפינען איבריגע 6 דאלאר אויסצוגעבן פאר ליין מאטריאל, ביטע ווער עס קען בארגן פאר א טאג 2 פאר א צווייטען אריינצובליקן דערין, אדער שענקן 6 דאלאר פאר א צווייטען פאר די קאסטן, זאל ביטע מאכן א גמ"ח אדער א אנדערע סארט מיטל צו ארויסהעלפן אנדערע וואס קענען עס נישט עפארדען,
מיט דאנק פון פאראויס.
נ.ב. אויב מעג מען בעטן פון די וואס זענען נתעשר געווארן פינעם אויסגאבע אז זיי זאלן מנדב זיין כאטש א צענטל פאר אנדערע וואס קענען זיך נישט ערלויבען עס צו קויפן וואלט אויך נישט געוען א שלעכטע פלאן.
נתעשר געווארן פון ׳די וועקער׳?, ס׳האלט שוין דארט?
זאג, פון ווי האסטו אינטערנעט? פון די פובליק לייבערי?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: איך האב נישט די זעקס דאלאר צו קויפן
איך בין זיכער אז ביי ענק אין כולל איז פארהאנען נאך א פאר יונגעלייט וואס ליידען פון דיין מחלה. כ׳מיין דער ראש כולל האט א פליכט צוצושטעלען וועקערס אויף יעדען שטענדער, צו כאטש אין יעדען ביהכ"ס.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 323
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
- האט שוין געלייקט: 136 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 290
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 523 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
רבותי בארוהיגט זיך , על מה יצא הקצף? איינער זיכט זיך אביסל צו פארדרייען א קאפ און ... ס'איז געלונגען! די עולם שרייט ס'לעבעדיג און צו ר שטיסל איך ווייס איך קום נישט אן לקרסולי רגלך מיט שרייבן און צוגעבען א געשמאק צום שטיבל , אבער אזוי צו בשייגעצען איינעם איז אבסורד,
און מ'רעדט שוין פון זר זהב קומט ארויף גיטע זכרונות ער איז געוועהן פון די געשמאקסטע שרייבערס דא, און שבת אחים פארשטיי איך אינגאנצן נישט ,די ביסט דא פון די גרויסע שטיצער פון סענדערס און א גרויסע אדוואקאט דא און שטיבל פאר די ארימע און באקריוודעטע , קומט א יוד און בעט אפאר פיאסטער באקומט ער א מי שפרע?? , שוין איך האב מוחה געוועהן יעצט ..צוריק צום וועקער
און מ'רעדט שוין פון זר זהב קומט ארויף גיטע זכרונות ער איז געוועהן פון די געשמאקסטע שרייבערס דא, און שבת אחים פארשטיי איך אינגאנצן נישט ,די ביסט דא פון די גרויסע שטיצער פון סענדערס און א גרויסע אדוואקאט דא און שטיבל פאר די ארימע און באקריוודעטע , קומט א יוד און בעט אפאר פיאסטער באקומט ער א מי שפרע?? , שוין איך האב מוחה געוועהן יעצט ..צוריק צום וועקער
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
האסט נישט פארשטאנען דער טראלל און נישט שלום שטיסל. דער איש את רעהו האט מעגליך יא די געלט, מעגליך נישט. זיין ציל דא איז געווען צו טשעפערען דער נייע רעדאקטאר אז ער האט עס נישט געוואלט ארויסלייגען אומזיסט. וע"ז יצא הקצף.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
[tag]קומזיץ[/tag] א שיינע זאך פון דיר פארן זיך אנעמען פאר מיר
איך האב געמיינט די וועקער וועט אריינגעבן אינטעליגענץ אינעם עולם
אזוי ווייט צו באשייגעצן איינער וואס קימט בעטן אפאר טאלער איז נישט שיין
מען דארף פריש וועקן דעם עולם
דאס איז א ליטווישע תעירע
איך האב באמת געוואלט באקומען עקסעס צום וועקער אן צאלן דערפאר, איך צאל נישט מיינע אפגעהארעוועטע געלט פאר ליין מאטריאל
די ערשטע 6 נומערן האט שש צוגעשטעלט פאר יעדן עובר ושב, די פלוצימע ארויפגיין פון בחינם צו 6 דאלער איז צו שווער פאר מיר.
ס'איז ווי איינער זאל ארויפלייגן א שלאס ביים טיר פון די ביה"כ און אן א סווייפ פון א קארטעל האסטי נישט קיין רשות כניסה,
געווענליך גייט מען צוביסלעך ארויף מיט די פרייז.

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:האסט נישט פארשטאנען דער טראלל און נישט שלום שטיסל. דער איש את רעהו האט מעגליך יא די געלט, מעגליך נישט. זיין ציל דא איז געווען צו טשעפערען דער נייע רעדאקטאר אז ער האט עס נישט געוואלט ארויסלייגען אומזיסט. וע"ז יצא הקצף.
דאס איז א ליטווישע תעירע
איך האב באמת געוואלט באקומען עקסעס צום וועקער אן צאלן דערפאר, איך צאל נישט מיינע אפגעהארעוועטע געלט פאר ליין מאטריאל
די ערשטע 6 נומערן האט שש צוגעשטעלט פאר יעדן עובר ושב, די פלוצימע ארויפגיין פון בחינם צו 6 דאלער איז צו שווער פאר מיר.
ס'איז ווי איינער זאל ארויפלייגן א שלאס ביים טיר פון די ביה"כ און אן א סווייפ פון א קארטעל האסטי נישט קיין רשות כניסה,
געווענליך גייט מען צוביסלעך ארויף מיט די פרייז.
- געוואלדיג
- חבר ותיק
- הודעות: 3930
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
- געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
- האט שוין געלייקט: 6582 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל
איש את רעהו האט געשריבן:ס'איז ווי איינער זאל ארויפלייגן א שלאס ביים טיר פון די ביה"כ און אן א סווייפ פון א קארטעל האסטי נישט קיין רשות כניסה,
געווענליך גייט מען צוביסלעך ארויף מיט די פרייז.
אין ארץ ישראל איז דא טאקע אקוראט אזוי אין געוויסע פאבליק ערטער.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
-יין שרף-
-יין שרף-
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
קומזיץ האט געשריבן:רבותי בארוהיגט זיך , על מה יצא הקצף? איינער זיכט זיך אביסל צו פארדרייען א קאפ און ... ס'איז געלונגען! די עולם שרייט ס'לעבעדיג און צו ר שטיסל איך ווייס איך קום נישט אן לקרסולי רגלך מיט שרייבן און צוגעבען א געשמאק צום שטיבל , אבער אזוי צו בשייגעצען איינעם איז אבסורד,
און מ'רעדט שוין פון זר זהב קומט ארויף גיטע זכרונות ער איז געוועהן פון די געשמאקסטע שרייבערס דא, און שבת אחים פארשטיי איך אינגאנצן נישט ,די ביסט דא פון די גרויסע שטיצער פון סענדערס און א גרויסע אדוואקאט דא און שטיבל פאר די ארימע און באקריוודעטע , קומט א יוד און בעט אפאר פיאסטער באקומט ער א מי שפרע?? , שוין איך האב מוחה געוועהן יעצט ..צוריק צום וועקער
ער דרייט א קאפ, און דו דרייסט אויך א קאפ, ווען ער וואלט וועין נישט געשריבן ״נתעשר געווארן״ וואלט איך אים גערן געגעבן די געלט צו קויפן אלע וועקערס וואס איז ארויסגעקומען ביז יעצט.
אפשר זאל מען טאקע מאכן א ״וועקער גמ״ח״, און ווער ס׳קען עס באמת נישט אפפאדערן זאל עס קענען באקומען בחנם. אויב [tag]אבטולמוס[/tag] אדער א צווייטער חשובער ניק וויל עס נעמען אויף זיין פלייצע וועל איך גערן געבן די ערשטע $100 פאר די צוועק, אבער וויאזוי ער האט גערעדט קומטס זיך אים גארנישט, ער איז סתם א טראלל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
איש את רעהו האט געשריבן:די ווארט "נתעשר" איז געווען בבדיחותא בעלמא
דא איז מען נישט געוואוינט אז ווען מען מאכט א בדיחותא אויף א 2טען זאל עס זיין אזוי חמור
נעקסט טיים וועל מיר אכטונג געבן נישט צו מאכן קיין ווערטליך
ערנסט גערעדט
די 7'טע וועקער האט געברענגט פראצענטועל קעגן די ערשטע 6 פיל מער אינקאם.
און איז סאיז דא אינקאם איז וואס? ס׳שטערט דיך אז יענער מאכט געלט? זיי ארבעטן דאך דערפאר, ס׳נעמט אויף זייער צייט. הלוואי מאכן זיי געלט!. אלע אנדערע היימישע אויסגאבעס מעגן מאכן געלט און ׳דער וועקער׳ נישט??? פארוואס?. קיינער איז דיר גארנישט שולדיג, אפשר גייסטו בעטן די עמי צי די המודיע זאל דיר געבן בחנם ווייל דו האסט נישט קיין געלט?. וודפ״ק ווילסטו?.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
שבת אחים האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:די ווארט "נתעשר" איז געווען בבדיחותא בעלמא
דא איז מען נישט געוואוינט אז ווען מען מאכט א בדיחותא אויף א 2טען זאל עס זיין אזוי חמור
נעקסט טיים וועל מיר אכטונג געבן נישט צו מאכן קיין ווערטליך
ערנסט גערעדט
די 7'טע וועקער האט געברענגט פראצענטועל קעגן די ערשטע 6 פיל מער אינקאם.
און איז סאיז דא אינקאם איז וואס? ס׳שטערט דיך אז יענער מאכט געלט? זיי ארבעטן דאך דערפאר, ס׳נעמט אויף זייער צייט. הלוואי מאכן זיי געלט!. אלע אנדערע היימישע אויסגאבעס מעגן מאכן געלט און ׳דער וועקער׳ נישט??? פארוואס?. קיינער איז דיר גארנישט שולדיג, אפשר גייסטו בעטן די עמי צי די המודיע זאל דיר געבן בחנם ווייל דו האסט נישט קיין געלט?. וודפ״ק ווילסטו?.
וואס מיינט דאס ? משומר לאזט עפעס נישט דורך
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
איש את רעהו האט געשריבן:וועם שטערט דא אז זיי מאכן געלט.
א פלוצלינגע טויש פון 0 צו 6 דאלער איז שווער
לפחות אזויפיל אז די פארגרעסטערטע איינקנופט זאל גיין עטוואס פאר די וואס קענען נישט עפארדען.
דארפסט עס אויף צו דורכלעבן?.
באמת אז דו האסט נישט קיין זעקס דאללער אין דיין טאש אפשר וואלסטו נישט געדארפט זיצן יעצט אויף קאווע שטיבל איינס אזייגער נאכמיטאג און טראללן יעדעם, נאר אנדערש טוה וואס דיינע פעללאו חסידים טוהן, זיץ אויף ״עמעזאן״ אדער ״פראפעטי־שארק״ וכודומה, און זוך וויאזוי צומאכן א לעבן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
שבת אחים האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:וועם שטערט דא אז זיי מאכן געלט.
א פלוצלינגע טויש פון 0 צו 6 דאלער איז שווער
לפחות אזויפיל אז די פארגרעסטערטע איינקנופט זאל גיין עטוואס פאר די וואס קענען נישט עפארדען.
דארפסט עס אויף צו דורכלעבן?.
נאר אנדערש טוה וואס דיינע פעללאו חסידים טוהן.
ראסיזעם? רעד נארמאל
גראדע ארבעט איך אויף וויפיל א איד איז מחוייב צו טון
אבער פאר ליין מאטריאל האב איך נישט.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
איש את רעהו האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:איש את רעהו האט געשריבן:וועם שטערט דא אז זיי מאכן געלט.
א פלוצלינגע טויש פון 0 צו 6 דאלער איז שווער
לפחות אזויפיל אז די פארגרעסטערטע איינקנופט זאל גיין עטוואס פאר די וואס קענען נישט עפארדען.
דארפסט עס אויף צו דורכלעבן?.
נאר אנדערש טוה וואס דיינע פעללאו חסידים טוהן.
ראסיזעם? רעד נארמאל
גראדע ארבעט איך אויף וויפיל א איד איז מחוייב צו טון
אבער פאר ליין מאטריאל האב איך נישט.
דער אייבישטער זאל דיר העלפן מכל טוב וטוב. איך האב גראדע א איבעריגע וועקער כהאב עס געלאזט אין די מעראַכעניווסקע סקיסע, די דריטע סקיסע פון די לעטע צו די לינקע זייט, די קאמבינעשאן נומבער אריינצוגיין אין סמעדריש אריין איז ה-ג-נ-ב.