געדאנקען אויף די פרשה

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:צוויי מאהל אין די תורה שטייט אז איינער האט זיך געטראפען מיט אן "איש"

ביי יעקב אבינו שטייט... ויאבק "איש" עמו... און ביי יוסף הצדיק שטייט... וימצאהו "איש"

ביי יעקב אבינו זאגט רש"י אז עס געוועהן... שרו של עשיו, און ביי יוסף הצדיק איז דאס געוועהן מלאך גבריאל.

איז די שאלה פון ווי ווייסט מען ? פון ווי האט רש"י געוויסט ווער איז שר פון עשיו און ווער איז מלאך גבריאל?

האט געזאגט דער הייליגער רב משה ליב סאסאווער זצ"ל... אז אויב מען בעט איינעם א טובה און דער פאנגט אן... נישט יעצט איך דארף גיין דאווענען, איך האב א שיעור יעצט... דאס איז עשיו.

אויב ער העלפט דיר גלייך אויפ'ן פלאץ, איז דאס מלאך גבריאל.

יעקב האט גבעטען... כי אם ברכתני, בענטש מיר, ענטפערט ער אוי, נישט יעצט שלחתי כי עלה השחר, איך דארף גיין זאגען שירה.

ביי יוסף ווען ער האט איהם נאר געטראפען האט ער גלייך געפרעגט, מה תבקש, מיט וואס קען איך דיר העלפען... דאס איז דער מלאך גבריאל



שיין ווארט, ייש"כ.

ס'ווערט געברענגט אין ספרים אן ענין ביי פארשידענע ווערטער וואס מ'זעט אז זיי ווערען גענוצט אויף צווי פארקערטע מצבים. למשל די ווארט שא, אזוי ווי ביי נשיאות ראש, איז אמאל גוט און אמאל פארקערט. ישא ה' פניו אליך איז גוט, לא ישא גוי אל גוי חרב איז נישט גוט, און ביי די חלומות פון די שרים ווען יוסף איז געווען בבית הסוהר שטייט ביידע אופנים ישא פרעה את ראשך סיי ביי שר המשקים און סיי ביי שר האופים ביי איינעם איז עס גוט און ביים אנדערען נישט גוט.

לויט ר' משה לייב זי"ע קען זיין אז די ווארט איש גייט אויך אריין אין דעם גדר. אמאל גוט און אמאל נישט גוט. ביי נח שטייט נח איש צדיק, וואס די ווארט איש איז לכאורה איבעריג. נאר יש דורשים לשבח ויש דורשים לגנאי, לכאורה מהיכא תיתי צו דרש'נען בכלל ארויס פון דער פשוט פשט? קען זיין אז די סוד ליגט אין די ווארט איש, וואס איז אמאל גוט און אמאל נישט גוט און פון דעם האט זיך גענומען די יש דורשים'ס.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
אמת45
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 49
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש יולי 09, 2016 7:24 pm
האט שוין געלייקט: 46 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 313 מאל

Re: געדאנקען אויף די פרשה

שליחה דורך אמת45 »

-נאקת בני ישראל-


עס איז אן אנגענומער כלל אין די פסיכולאגישע וועלט, אז די ערשטע תנאי פאר א מענטש וואס ברויך הילף און גיידאנס, איז די ווילן זיך צו העלפן.
דער טעראפיסט אדער פריינט קען פארברענגן מיט א פאציענט שעות אויף שעות, דיסקוסירענדיג פראבלעמען און עצות, אבער אויב דער פאציענט איז נישט באוויסטזיניג איבער זיין פראבלעם און איינדערקענט נישט אינעם פאקט אז ער אדער זי דארפן הילף, איז ממש א שאד די צייט און מיה.
א טייל טעראפיסטן/קאוטשעס, ניצן פארשידענע מעטאדן אריינצוברענגן אינעם פאציענט דעם געפיל אז ער איז דער וואס דארף דעם דאקטאר און נישט פארקערט, א שטייגער ווי דווקא אויסשמועסן די איינצעהיילטן און צוגאנג פון די פעימענטס, ווער עס גייט באצאלן, ווי אזוי ער פלאנט צו באצאלן, צו ער ווייסט וויפיל עס קאסט, וכדומה. עס ווערט נישט ערלעידיגט דורך א סעקרעטאר אדער א מיטל מענטש, אפילו אין א פאל וואו א פרעמדער באצאלט טאקע. בלויז כדי צו געבן די קאסטומער דעם געפיל אז יעדע סעסיע קאסט געלט, און שיין געלט.
ווי אויך איז פארהאן די 'הארד טא געט' מעטאד. דורך פארשידענע מיטלען שפילט דער דאקטאר ווי ער איז א פארנומענער אדער א טריקענער, מאכענדיג דעם פאציענט אים 'נאכלויפן' פאר הילף. דאס מאכט אויך דעם פאציענט באוויסטזיניג איבער זיין פארצווייפלטן אם אין אני לי מי לי מצב, אז קיינער אויסער זיך גייט אים נישט העלפן. דאס אז דער דאקטאר האלט נישט ארויס קיין זרוע נטויה מאכט דעם פאציענט דאס אליין ארויסשטרעקן און אויב נישט טאקע, דאן זעהען ביידע איין דעם אמת, אז יענער האט נאכנישט אנדערקענט זיין הילפלאזן מצב.
די נקודה איז אז מען קען נאר העלפן א מענטש ווען ער זעהט איין זיין בראך. ווייל אויף וויפיל עס איז נישטא קיין בראך, וויל ער זיך נישט העלפן און איז נישט באמת אינטערסירט צו הערן וואס דער טעראפיסט האט צו זאגן. ער וועט איינגיין דערצו אז זיין פריינט אדער משפחה זאל אים ערלעידיגן הילף, יא ער קען באשטיין, אבער ער זעלבסט וועט קיין הילף נישט ריפן, זיכער נישט בעטן, און זיכער נישט בתחנונים. אין אזא פאל, אזא מענטש, קען מען נישט העלפן. אהנעם חסרון איז נישטא קיין פתרון. מען קען נישט פותר זיין קיין אומגעחלומ'טע חלום. ער מוז האבן א וויזיע פון וואס ער וויל ביי זיך זעהן אנדערש. ער מוז האבן די רצון זיך צו טוישן. גליסטן פאר טויש. אויב דער מענטש שטרענגט זיך אבער אהן דערפאר בגוף אדער בממון, איז דאס א סימן און טיילמאל א סיבה אז ער וויל ארבייטן דערפאר. ער איז גרייט זיך צו לאזן קאסטן דערפאר. ער וויל. דאס איז די פשט פון יגעת ומצאת תאמין, אז עפעס קאסט דיך נישט דאן ווילסטו עס נישט באמת, און אז מען וויל נישט טרעפט מען נישט. ווייל עס נישטא וואס צו טרעפן. יגיעה איז סימן, אויך א סיבה.

עס זענען דא כמה לעגענדעס איבער חסידישע רביים פארצייטנס, וואס האבן מתחילה אפגעווארפן און אנטמוטיגט גוטע אידן, חסידים ווי מתנגדים וואס זענען זיי געקומען בודק זיין אדער מקבל זיין פון זיי. א שטייגער ווי דער בעל התניא ביים מגיד. דאס איז געווען א טאקטיק פון לייגן דעם מקבל אין א אמת'ע פלאץ, צו ער וויל אדער וויל זיך נישט אונטערווארפן און מקבל זיין. צו ער זוכט עפעס. די פרייליכע ענדעס וואס מיר זענען באקאנט מיט, זענען בלויז איבער די עווענטואלע גרויסע תלמידים, אבער מן הסתם זענען געווען פילע וואס האבן זיך נאך אזא סנאבי שבת געפאקט פעק און אפגעפיצט, ניטאמאל אריינגייענדיג פארן ענדגילטיגן שולחן עורך באגעגעניש. דיזע האבן טאקע נישט געהאט וואס צו זיכן ביים צדיק.

איך האב אמאל געפרעגט א איד וואס געט א שיעור יעדע וואך אין א שטיקל שווערע צייט פאר מענטשן צו קומען, פארוואס ער טוישט נישט די זמן השיעור, הלמאי ער קען דאך האבן דאפעלט באטייליגער און סתם אזוי שטערקערע מקשיבים. האט ער מיר געזאגט אן ענליכן נקודה ווי דעם אויבנדערמאנטע, חכמה האט א ווערט, מען קען דאס נישט ביליג פארקויפן. אז ס'קאסט נישט דעם צוהערער גארנישט דאן פארלירט עס די ווערט. דאן האב איך אים נישט וואס איבערצוגעבן. עס איז מיר ליבערשט צו האבן ווייניג מענטשן און שוואכערע פארשטייער, וואס האבן געמאכט אן אנשטערנגונג צו קומען, ענדערש ווי צו האבן מער מענטשן וואס שארן זיך אריין ווייל עס איז זיי פונקט באקוועם יעצט. דא האב איך קונים און דא נישט.

בדרך אגב - האב איך גראדע געטראכט די זעלבע איבער קאווע שטיבל זעלבסט, עס פליסט דא אריין א געוואלד מיט טאלאנט און ארבעט פון מגידי מישרים, מפיקי מרגליות און מליצי פליאות, ארטיקלען וואס זענען ווערט צו ווערן געדריקט אין צייטונגען און מאגעזינען איבער דער גארער וועלט און געשלינגען ווערן מיט דארשט דורך פאראינטערסירטע און נייגעריגע ליינער וואס האבן מוזיל געווען מכספם דערפאר, און ווערן אבער למעשה אראפגעסקראולט אויף טעפעטאלק בנשימה אחת, פיל מאל טאקע דורך רעספעקפולע און קלוגע פארשטייער און טיילמאל דורך זבל זיצער, נאקעטע פיס קראצער אדער סתם ליידיגייער וואס זייער נעגעטיווע רעאקציעס קומען און זענען אזוי פחז'דיג ווי זייער כלאחר ידושע לייען. אפילו פאר די וואס ליינען עס יא מיט אינטערעסע ווערט די חכמה למעשה פארקויפט פאר ביליג. צו ביליג עס זאל טראגן עפעס א געוויכט ביים ליינער. הגם א יחיד קען זיך קאנטראלירן און מאכן אייגענע גדרים כדי נתפעל צו ווערן און זיך לאזן לערנען, הערן און מקבל זיין, איז אבער די געדאנק פונעם "וועקער" מאגאזין א געוואלדיגע המצאה איבער דעם פראבלעם אין אלגעמיין. א שטיקל ישועה על כל פנים. עס געבט דעם געלעגנהייט פאר ליינער ארויסצונעמען די ווערט פון אן ארטיקל, דייקא ווייל מען צאלט דערפאר.

צוריק צום פינטל: אונטערשטע שורה איז אז די שליסל פאר א ישועה אין סיי וועלכע הינזיכט, די שליסל פאר חידוש אין סיי וועלכע הינזיכט, ליגט אינעם רצון פונעם מענטש. מען דארף ווילן, כדי צו קענען טרעפן, קענען באקומען. ווען מען צאלט פינף דאלער פאר א צייטונג, א עפפ, אדער מאנאטליכע תשלומים פאר א חברותא, פארן זשים, קאסט עס אים און ער וויל דערפון זעהן פירות. דאס מיינט אז ער וויל עס און דאס מאכט אים ווילן. ווען א מענטש שרייט און בעט זיך פאר הילף דאן איז אים ענג און ער וויל זיך העלפן, דאס איז שוין א האלבע ישועה אדער מער. ווי זאגט וואדי אלען "אכציג פראצענט פון סוקסעס איז זיך באווייזן".. "Eighty percent of success is showing up". אזא געדאנק.

אונזערע פארגייער, די אידן אין מצרים האבן געארבעט אן עבודת פרך א לאנגע צייט פאר די מצריים. קנעכט במלוא מובן המילה. מען האט זיי געפייניגט, גאשלאגן און דערשלאגן מיט ארבעט און שלעק, פיזיש און גייסטיש.
מען האט דעטראנקען זייערע קליינע פיצלעך און גענצליך צוגרינד געלייגט זייער מאראל, זיי אונטערדריקענדיג פאר א משך פון 210 יאר. ויהי בימים הרבים ההם נאך צוויי הונדערט יאר האט זיך ג-ט דערמאנט פון זיין בונד מיט די אבות, און זיין שבועה. וישמע אלקים את נאקתם ויזכור את בריתו.. וואו איז די בונד געווען ביז יעצט? וואס האט פלוצלינג יעצט פאסירט? וואס איז מיט די פיר הונדערט יאר וואס איז אויף זיי נגזר געווארן? ממה נפשך.

וואס איז געשען איז, נאקת בני ישראל. ותעל שועתם איז געשען. ויאנחו בני ישראל איז געשען. ענדליך האט דאס אידיש פאלק געקרעכצט. ענדליך האט זיך אין ערוועקט א רצון פאר מער. דער רבוש"ע זאגט כביכול, איך קען ענק נישט העלפן אויב ענק אליין זעהען נישט איין ענקער בראך. עס איז נישט שייך צו העלפן איינער וואס זיכט נישט געהאלפן צו ווערן. די אידן האבן נישט געווארט 210 יאר צו אויסגעלייזט ווערן, נאר ג-ט האט געווארט 210 יאר פאר זייער קרעכץ. ווי לאנג עטס האטס נישט פארלאנגט מער, האב איך ענק נישט געהאט וואס צו געבן. ווילאנג מצרים איז ענק נישט ענג האב איך ענק נישט פון וואס אויסצולייזן. ווען די קרעכץ איז געקומען זענען די ד' לשונות של גאולה געקומען. די קרעכץ איז די האלבע ישועה.
אז מען איז זיך אביסל מתבונן אין אונזער מצב אין גלות בזמן הזה, קומט די מחשבה אין קאפ. קרעכצן מיר פאר א גאולה? זיפצן מיר פאר א ישועה? זענען מיר אומצופרידן מיט אונזער מצרים? אדער שפירן מיר זיך אפשר באקוועם אין אונזער גלות. אפשר זענען מיר פארנומען גאר זיך באקוועם צו מאכן אנשטאט קרעכצן פאר עפעס מער באדייטפול, מער אהבה און אחדות, מער געטליך און דערהויבן. אהיימצוקומען. די פארקנעכטעטע עבריי'שע פאלק זענען זייער צופרידן געווען מיט זייער מצב, זיי האבן זיך אפילו געוואלט אומקערן אהין שפעטער, זיי זענען געווען שקוע במ"ט שערי טומאה, זיי האבן געדארפט צו זיצן דארט פיר הונדערט יאר, די קרעכץ פאר מער האט זיי ארויסגעשלעפט. די קרעכץ וואס שרייט עס איז מיר ענג, איך וויל עפעס מער.
מיר האבן אויך די אפציע פון בעיתה און אחישנה, ג-ט ווארט אויף אונזער קרעכץ - "השיבנו השם אליך ונשיבה".
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

נעכטען שבת קודש ביים לייענען איז מיר איינגעפאלען א גוט ווארט (איך מיין).

פרעה פרעגט משה... מי ומי ההולכים... ראו כי רעה נגד פניכם...

פארוואס ווילען ענק ארויס גיין, ענק וועלען דאך אלע שטארבען אין מדבר וועגען די חטא מרגלים און ווער וועט אריינגיין אין ארץ ישראל?

האט משה רבינו ע"ה גע'ענטפערט... די שטראף פאר די חטא מרגלים אז זיי דארפען שטארבען אין מדבר איז געוועהן נאר פאר די וועלעכע זענען געוועהן אלט געוועהן צווישען 20 און 60, האט משה געזאגט פאר'ן פרעה... בנערינו מיט די וועליכע זענען אינגער פון 20 ובזקנינו און די וועלעכע זענען עלטער פון 60 ניליך מיט זיי וועלען מיר אריין גיין אין ארץ ישראל
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: געדאנקען אויף די פרשה

שליחה דורך חכם-לב »

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:נעכטען שבת קודש ביים לייענען איז מיר איינגעפאלען א גוט ווארט (איך מיין).

פרעה פרעגט משה... מי ומי ההולכים... ראו כי רעה נגד פניכם...

פארוואס ווילען ענק ארויס גיין, ענק וועלען דאך אלע שטארבען אין מדבר וועגען די חטא מרגלים און ווער וועט אריינגיין אין ארץ ישראל?

האט משה רבינו ע"ה גע'ענטפערט... די שטראף פאר די חטא מרגלים אז זיי דארפען שטארבען אין מדבר איז געוועהן נאר פאר די וועלעכע זענען געוועהן אלט געוועהן צווישען 20 און 60, האט משה געזאגט פאר'ן פרעה... בנערינו מיט די וועליכע זענען אינגער פון 20 ובזקנינו און די וועלעכע זענען עלטער פון 60 ניליך מיט זיי וועלען מיר אריין גיין אין ארץ ישראל

זייער שיין.

כלב און יהושע זענען אריינגעגאנגען. (גמ' סנהדרין).

זעה משך חכמה פרשת וארא איבער הנהגת השי''ת אז אמאל קען זיך אין דער וועלט אפטוהן פילע זאכן אלעס נאר פאר א יחיד.
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

די וואך שטייט... ויבא יתרו חתן משה ובניו ואשתו אל משה, אל המדבר אשר הוא חונה שם...

יתרו איז געגאנגען ערשט, נישט זיין ווייב... נישט ווי די מאדע איז היינט אז עס דארף זיין "לעידיס פירסט"
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: געדאנקען אויף די פרשה

שליחה דורך חכם-לב »

ציבעלע-קיגל האט געשריבן:די וואך שטייט... ויבא יתרו חתן משה ובניו ואשתו אל משה, אל המדבר אשר הוא חונה שם...

יתרו איז געגאנגען ערשט, נישט זיין ווייב... נישט ווי די מאדע איז היינט אז עס דארף זיין "לעידיס פירסט"

אמר רב נחמן מנוח עם הארץ היה, שנאמר (שופטים יג א) וילך מנוח אחרי אשתו.
ברכות סא, א
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

חכם-לב האט געשריבן:אמר רב נחמן מנוח עם הארץ היה, שנאמר (שופטים יג א) וילך מנוח אחרי אשתו.
ברכות סא, א

די עמעראצעס איז נישט געווען אז ער האט געלאזט זיין ווייב גיין קודם, נאר אז 'זי' האט עם נישט געלאזט גיין קודם. ודו"ק והבן.
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: געדאנקען אויף די פרשה

שליחה דורך חכם-לב »

בן אדם האט געשריבן:
חכם-לב האט געשריבן:אמר רב נחמן מנוח עם הארץ היה, שנאמר (שופטים יג א) וילך מנוח אחרי אשתו.
ברכות סא, א

די עמעראצעס איז נישט געווען אז ער האט געלאזט זיין ווייב גיין קודם, נאר אז 'זי' האט עם נישט געלאזט גיין קודם. ודו"ק והבן.

ע' ברייתא בגמ' לפני זה. ועי' רש''י שלא שימש ת''ח.
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

אין פרשת ויצא שטייט אויך ויקם יעקב וישא את בניו ואת נשיו... זאגט רש"י הק' הקדים זכרים לנקבות, ועשיו הקדים נקבות לזכרים, שנאמר ויקח עשיו את נשיו ואת בניו...
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
אברעימל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 78
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 07, 2016 2:22 pm
האט שוין געלייקט: 58 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך אברעימל »

שטייט אין פסוק וישלח משה את חותנו, פארוואס האט ער אים פארשיקט?
נאר ווייל יתרו האט אים גע'עצה'ט ואתה תחזה, און אז א שווער טיילט דעות, אפילו גוטע, שיקט מען אים פון וואנעט ער איז געקומען..
אהבת ישראל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:07 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

אסאך געדאנקען

שליחה דורך אהבת ישראל »

דא האט איר א גאנץ בינטעל'ע פון שיינע געדאנקען אין סיפורים אלעס ממקור טהור רבותינו הק' תלמידי הבעש"ט זי"ע ותלמידיו דריקט דעם לינק
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 8&gil=2362
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אהבת ישראל האט געשריבן:דא האט איר א גאנץ בינטעל'ע פון שיינע געדאנקען אין סיפורים אלעס ממקור טהור רבותינו הק' תלמידי הבעש"ט זי"ע ותלמידיו דריקט דעם לינק
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 8&gil=2362


וואס מיינט ממקור טהור?
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
אהבת ישראל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:07 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך אהבת ישראל »

וואלווי האט געשריבן:
אהבת ישראל האט געשריבן:דא האט איר א גאנץ בינטעל'ע פון שיינע געדאנקען אין סיפורים אלעס ממקור טהור רבותינו הק' תלמידי הבעש"ט זי"ע ותלמידיו דריקט דעם לינק
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 8&gil=2362


וואס מיינט ממקור טהור?

ליין דעם המשך ,,
אהבת ישראל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:07 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

דרך אמונה-משפטים 18 סגולות פאר עשירות

שליחה דורך אהבת ישראל »

אנגעהויבען אין עמוד ד' פונעם משפטים גליון איז דא אראפגעברענגט ארום 18 סגולות אויף עשירות בטוטו"ד מיט דע מקורות דריקט דעם לינק ...אין השי"ת זאל העלפען אז די סגולות זאלען ארבעטען בקרוב בימינו ממש
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 5&gil=2362
באניצער אוואטאר
סאשי פיש
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2776
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
געפינט זיך: אינמיטען עסן
האט שוין געלייקט: 3022 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2287 מאל

Re: געדאנקען אויף די פרשה

שליחה דורך סאשי פיש »

קענסט אויפהערן ספעמען די שטיבעל?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

ער וויל אונז מזכה זיין מיט מקור טהור...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווער איז דער רויזנבוים?
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

עס שטייט די וואך (תרומה)... ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם.

איז מיר איינגעפאלען א (גוט) ווארט.

ווי באקאנט איז די ערשטע בית המקדש געשטאנען 410 יאהר, און די צווייטע 420 יאהר.

האב איך באמערקט אן אינטעריסאנטע זאך. ושכנתי איז די ראשי תיבות... ו'ש'כ'ן' תי... ער וועט רוען 410

און ווייטער די ראשי תיבות ו'ש'נ'י' תכ... און די צווייטע וועט זיין 420
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
אהבת ישראל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:07 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך אהבת ישראל »

בן אדם האט געשריבן:ווער איז דער רויזנבוים?

א זון פונעם ר' ניסן קרעטשניף ירושלים . אין איידעם ביים ר' שמואל דוד קרויז אודווערי רב וומס"ב
באניצער אוואטאר
ציבעלע-קיגל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1120
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 29, 2012 8:24 am
האט שוין געלייקט: 539 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 899 מאל

שליחה דורך ציבעלע-קיגל »

וַיִּשַּׁק יַעֲקֹב לְרָחֵל וַיִּשָּׂא אֶת קֹלוֹ וַיֵּבְךְּ.

האט געזאגט א בהמה, (איך מיין רעבא) אוודאי האט ער געוויינט, ווייל ער האט געקושט א מיידל.

האט איינער איבערגעזאגט דעם ווארט פאר'ן בית ישראל, ז"ל האט ער געזאגט,

ניין, ער האט געוויינט ווייל ער האט געזעהן אז עס וועלען זיין אזעליכע רע-בנים וועליכע וועלען אזוי זאגען
אויב דו ווילסט אז מען זאהל אלעמאהל זאגען אז דו ביזט א ליגנער...
זאלסטו אלעמאהל זאגען נאר דער אמת...

דער אמת שטעכט!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אלע יארן האט מיר געעגבערט א מורא'דיגע קשיא. אז די תורה האט שוין יא געפינען פאר וויכטיג איינעם צו באטיטלען מיט'ן נאמען חמור, פארוואס דאן האט מען עס געגעבן פאר שכם'ס טאטע, פארוואס נישט פאר שכם טאקע אליין? בפשטות זעט ער אויס צו זיין א בהמה פון ערשטן קלאס, די הארמאנען האבן זיך איהם אביסל צושפילט און ער שיקט שוין זיין טאטע משוגע צו מאכן די מענטשהייט, ולא עוד, די גאנצע שטאט דארף זיך לאזן שניידן אז ער זאל קענען צופרידן שטעלן זיינע הארמאנען!!!

היינט איז מיר בייגעפאלן א מורא'דיגע פשט. שכם אליינס איז טאקע געווען א גרויסע בהמה, אבער זיין בהמישקייט האט געהאט א גבול, ווילאנג ס'האט זיך געהאנדלט פון זיינע הארמאנען. זיין טאטע אבער איז שוין געווען א טאטאלע משוגענער, צו וואס האט איהם אויסגעפעלט זיך צו לאזן אריינגעמישט ווערן אין די גאנצע פרשה דא? זאל ער זאגן פאר זיין זון "עס דיך אויף די טשאלנט וואס דו האסט זיך אליינס פארברענט". נישט סתם א בהמה, א שוואכלינג וואס לאזט זיך טרעטן, אויסנוצן און זיך צונאר לייגן פאר די גאנצע וועלט פאר יענעמ'ס משוגעתן. פארדעם טאקע האט די תורה נישט געפינען קיין בעסערע קאנדידאט פאר דעם טיטל "חמור", כי לו נאה כי לו יאה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

געוואלדיגע פשט. פונקט היינט האב איך געהאט א שמועס מיט א משפחה קרוב. זיינס א זוהן דרייט איבער א וועלט מיט עקסטרימע אנטי עסטעבלישמענט קנאות אקטיוויטעטן און פון די עסטעבלישמענט מאכט מען זיין טאטן פילן שולדיג דערינען און מען שיקט אים ארום איבער די שטאט שנארענען געלט צו צאלן פאר אזויפגערופענע "חבירים" פון זיין זוהן זאלן אויסאיבן איינפלוס ער זאל נישט אזעלכע צרות שאפן פאר די עסטעבלישמענט. הערסטע א חוצפה, רצחת וגם ירשת. נישט נאר זענען די יעניגע שולדיג אין אויפציען א יונגאטש אזא טאליבאן נאר ווען עס פאטשט זיי צוריק אין פנים, און דער תלמיד איז פרומער פונעם מלמד, באשולדיגט מען נאך דעם ארימען טאטן זאל זיך פארחובתן כדי אויפצוהאלטן ליידאקעס, היפאקריטן וואס האבן קיין נארמאלער דזשאב אין לעבן נישט געהאט אין דיינען איין איינציק גאט - דעם דאלאר - זאל איינרעדן אז זיי מיינען זיין גוטס. איך האב דעם טאטן (דעם וואס די תורה רופט חמור) געצה'ט, שאקל דיך אפ פון דאס גאנצער עסק, דיין זוהן איז 33, ער ווייסט אליינס וואס ס'איז גוט פאר אים, זאל ער אליינס אויפעסן די קאנסעקווענצן פון זיינע קנאות און זאלן די מוסדות און רעבעס אויפעסן דאס וואס זיי האבן איינגעזייעט. בכלל איז נישט אויסגעהאלטן צו באצאלן מענטשן געלט איינצורעדן א 33 יעריגן אז זיי זענען מקריב זייער צייט בחינם פאר אים. ווער רעדט נאך אויב די געלט קומט פון די אייניגע מקורות וועמען דער זוהן קעמפט אנטקעגן.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

שטייט אין גמרא נדרים דף פא. אזוי: מפני מה אין מצויין ת"ח לצאת ת"ח מבניהן? אמר רב יוסף, שלא יאמרו תורה ירושה היא להם רב ששת בריה דרב אידי אומר, כדי שלא יתגדרו על הצבור. מר זוטרא אומר, מפני שהן מתגברין על הצבור וכו'. ורמינהו, אין מסכת ב"מ דף פה. שטייט: אמר רבי יוחנן כל שהוא תלמיד חכם ובנו תלמיד חכם ובן בנו תלמיד חכם שוב אין תורה פוסקת מזרעו לעולם. האבן ת"ח יא קינדער ת"ח, אדער נישט? כדי דאס צו פארענטפערן וועל איך מקדים זיין מיט א משל. און אינאייוועגס וועט מבואר ווערן נאך ענינים.

ס'געווען אמאל א דורכגעווייקטע חסידישע איד, מיט א שכל הישר להפליא, א ידען נפלא, א ת"ח עצום, ממש אלע מעלות וואס מ'קען זיך נאר פארשטעלן. גראדע נאך א מעלה האט ער געהאט, זיינע עלטערן און אור-עלטערן זענען געווען פון די צדיקי הדור, אבער זיי זענען געווען זייער באהאלטן. מ'זאגט טאקע אז זיין עלטער זיידע ר' אברהם איז געווארן באוואוסט משום מעשה שהיה, אבער פון די זיידע ר' יצחק האט כמעט קיינער נישט געהערט. ווער רעדט נאך פון דעם טאטן ר' יעקב, ער איז דאך געווען א פשוטע פאסטוך אלע יארן, און אלע ברידער גייען אין זיינע וועגן, רועי צאן אנחנו גם אנחנו גם אבותינו.

איין טאג האט אונזער דורכגעווייקטע חסידישע איד אפגעמאכט ביי זיך אז ס'קען נישט אזוי ווייטער אנגיין, בלייבן באהאלטן און פאשען שאף דעם גאנצן לעבן?! די וועלט קען דאך אזויפיל נהנה זיין פון דעם אוצר וואס איך טראג אין מיר, און פון וואס איך האב מקבל געווען פון מיינע אור-עלטערן, ס'דאך ממש א שאד!

ויהי בעת ההיא, וירד יהודה מאת אחיו. שטייט אין מדרש, אז ער האט זיך ארויפגעדרפעט דעם לייטער פון פרסום, אזש ער איז געווארן א גרויסע קעניג. אפגעלאזט דעם פריוואטן לעבן, ער ווערט א גרויסע משפיע, עפעס אויפטון פאר כבוד שמים!

וואס הייסט וירד? מ'זאגט נאך בשם רביה"ק אז די סדר העבודה פון אן עובד השם איז אז ער גייט העכער און העכער מעלה מעלה ביז ער קומט אן זייער הויעך, נאכדעם פאלט ער אביסל פון זיינע מדרגות און ער ווערט א רבי... שהורידוהו מגדולתו, ווען מ'קוקט עס אן מיט א ניכטערן בליק, איז די גאנצע גדולה א ירידה גאר.

נו, וואס וועט זיין מיט א שידוך? אזויווי ער איז דאך שוין היינט א גאנצער שיינער איד, קען ער דאך נישט סתם טון וואס די טאטע האט געטון, סתם נעמען די טאכטער פון עפעס אן ארמי, ער דארף טון א חשוב'ע שידוך. וירא שם יהודה בת איש כנעני ושמו שוע - דער שדכן ווייסט ניטאמאל דעם נאמען פונעם מדוברת (עיין רמב"ן), איין זאך ווייסט ער, זי איז די טאכטער פון דעם גרויסן באוואוסטן סוחר מר. שוע באפעט, ממש א פאסיגן שידוך!

נו פארשטייט זיך אז אלעס איז פאמפ, פרסום, און כבוד, איז נישט קיין וואונדער אז מ'האט נעבעך אזעלכע קינדער... דאכצעך מיר אז אין גאנץ תנ"ך טרעפט מען נישט נאך אזא מענטש וואס ס'זאל שטיין אויף איהם אזא מין גראבע לשון ווי "ויהי רע בעיני השם וימיתהו השם" רח"ל.

שוין, אונזער יהודה זעט שוין איין אוואו ער איז פארפארן, פון היינט און ווייטער איז געענדיגט מיט די אלע שקרים. ווען ס'קומט צו זיין עלטסטן זונ'ס שידוך קוקט ער שוין נישט אויף די אלע זייטיגע זאכן, ויקח יהודה אשה לער בכורו ושמה תמר - שמעשיה כתמר, א לעכטיגע פנים, חכמת אדם תאיר פניו, ממש א צדיקת א מושלמת. די שדכן ווייסט ניטאמאל צו זאגן ווער איז איר טאטע...

אבער זעט אויס אז איינמאל מ'פארקריכט איז די וועג צוריק בכלל נישט אזוי פשוט. דער ער איז דאך איין שטיק שקר, ער זעט כאפט אפילו נישט צו וואספארא אוצר ער האט דא זוכה געווען, ער זעהט נאר איין זאך - זי איז א שיינע, ולמה היה ער משחית זרעו כדי שלא תתעבר ויכחיש יפיה. ויהי בכור יהודה רע בעני השם, וימיתהו השם.

און פארשטייט זיך אז די צווייטע זון איז נישט געווען צופיל בעסער, וידע אונן כי לא לו יהיה הזרע... לבלתי נתן זרע לאחיו. אויב קען ער זיך באריהמען פאר די גאס מיט זיין געראטענעם קינד, איז דא וואס צו רעדן. אז ס'גייט סייווי אויף דעם ברודער'ס נאמען, וואס וועל איך האבן דערפון? וימת גם אותו.

הרב ר' יהודה זעהט שוין איין אז מיט זיינע קינדער איז נישט דא וואס צו מאכן - ויאמר יהודה לתמר כלתו, שבי אלמנה בית אביך עד יגדל שלה בני - ביז ער וועט אויסוואקסן די קינדערישקייטן.

הבא ליטהר מסייעין אותו - ותמת בת שוע אשת יהודה - די גבירישע טאכטער וואס פון איר האט זיך אנגעפאנגען אלע פראבלעמען איז שוין מער נישט דא - וינחם יהודה. יעצט אז ער האט שוין מער נישט די קלאפטע אין שטוב קען מען דאך שוין אפלאזן די אלע שקרים פראפעגאנדע און צוריקגיין צו די דרך פון די אבות - ויעל על גוזזי צאנו - ער שיקט נישט קיינע גבאים מעשה רבי, ער גייט אליינס פונקט ווי יעדעם, ער איז גארנישט אנדערש פון א צווייטן.

ויגד לתמר לאמר, הנה חמיך עולה תמנתה - ער וויל זיך אויפהייבן פון די שמוץ אין וואס ער האט זיך אריינגעלאזט - לגוז צאנו - פטור ווערן פון די אלע איבעריגע שקרים וואס מאכן נאר מער קאמפליצירט דאס לעבן.

אז מיט די זון שלה איז נישט דא וואס צו מאכן - כי ראתה כי גדל שלה - אין יארן האט ער זיך טאקע געעלטערט, אבער אין שכל איז ער גארנישט בעסער פון זיינע ברידער - והיא לא נתנה לו לאשה - ער איז א lost case. גייט זי צו יהודה'ן וואס איז אויפ'ן וועג תשובה צו טון - ותשב בפתח עינים אשר על הדרך.

ווי נאר יהודה זעהט דעם תמר, ניין, נישט דעם שיינעם פנים - כי כסתה פניה. ער זעט די צדקות, די אמת וואס זי שטעלט פאר. שטייט אז א מלאך האט איהם געהייסן, ד.ה. איהו לא חזי - ער האט דאך נישט געוואוסט ווער זי איז, אבער מזליה חזי, זיין סאבקאנשעס האט שוין אויסגערעכנט ווער זי איז. כידוע אז 95% פון די אינפארמאציע וואס ליגט אין מוח ווייסט די מענטש אליינס נישט דערפון.

ויאמר - איך דארף שוין נישט די אלע זייטיגע זאכן, איך וויל נאר די נקודת האמת אליינס, הבה נא אבוא אלייך. נישט קיין טאטע, נישט קיין זיידעס, נישט קיין פארענטשעס און נישט קיין רייכע פארטיס - נאר די אמת אליינס. ותאמר, תשובה גייט נישט אזוי גרינג, דו דארפסט עפעס אוועקגעבן פון זיך כדי צו זוכה זיין צו אביסעלע אמת - מה תתן לי כי תבוא אלי.

ויאמר, איך וועל דיר געבן געלט, איך האב פון דעם גענוג און נאך. ותאמר - דיין געלט דארף איך?! דו מיינסט אז מיט געלט קען מען דעם אמת אפקויפן?! אמת קנה ואל תמכור, אמת פארקויפט זיך נישט פאר געלט. כדי צו זוכה זיין צו אמת דארפסטו די אלע נארישקייטן אוועקווארפן, דיין קעניגליכן זיגל, דיינע גבירישע קליידער, דיין רבישע שטעקן, חתמך ופתילך ומטך אשר בידך! נו, אז מ'זוכט דעם אמת, און טאקע נאר דעם אמת - ויבא אליה ותהר לו - צדיקים כמוהו.

ס'גייט אריבער אזא דריי חדשים און אוזער ר' יהודה געפינט אויס אז זיין געוועזענע שנור האט מזנה געווען און ער איז איר דן צום פארברענען. ותאמר - געדענק וואס דו האסט צוגעזאגט, האסט זיך אונטערגענומען צו גיין נאר מיט'ן אמת - למי החותמת והפתילים והמטה האלה. ויאמר יהודה, צדקה ממני - זי איז א גרעסערע צדיקת פון מיר, איך בין נעבעך פארפארן, אבער זי האט מיר געהאלפן טרעפן דעם וועג צוריק, אן איר וואלט איך געבליבן שטעקן אין די בלאטע - כי על כן לא נתתיה לשלה בני - זעהסט דאך וואס איז געבליבן מיט מיין שלה.

ויהי בעת לדתה... והנה יצא אחיו... ויקרא שמו פרץ. וואס איז פרץ? מלך פורץ גדר! אן אמת'ע מלך מיינט נישט איינער וואס געוועלטיגט אויף אנדערע און פירט א פראפאגאנדע מאשין מיט צענדליגער משרתים און גבאים, אדרבה, ער איז פורץ די אלע גדרים פון סאסייעטי, קעניג, פאסטוך, בכור, מוז'יניק, אלע זענען די זעלבע גארנישט.

דער טשארטקאווער האט אמאל זיך געטראפן מיט עפעס א גרויסן מיניסטער, האט דער מיניסטער איהם געפרעגט "איך הער זאגן אז איר זענט א וואונדער-ראבינער, וואס פונקטליך מיינט דאס?", האט איהם דער הייליגער טשארטקאווער געענטפערט אזוי: ס'דא א שטאט-ראבינער, א רב וואס געועלטיגט אויף א גאנצע שטאט. נאכדעם איז דא א ראבינער פון א גרויסע שטאט, ער געוועלטיגט שוין אויף א גאנצע געגנד. נאכדעם איז דא א לאנדס-ראבינער, ער געוועלטיגט שוין אויף א גאנצע לאנד. (איך וואלט דא צוגעלייגט אז ס'איז אויך דא א רשכבה"ג...) נאכדעם איז דא א וואונדער-ראבינער, איינער וואס געוועלטיגט נישט אויף קיינעם, נאר אויף זיך אליינס.

און פארשטייט זיך אז פון דארט קומט ארויס משיח בן דוד, ויעשו כולם אגודה אחת לעשות רצונך בלבב שלם.

צוריק צו די ערשטע קשיא: די מימרא פון רב יוסף, רעדט זיך פון די זווג פון יהודה מיט בת שוע. די מימרא פון רבי יוחנן, רעדט זיך פון די זווג פון יהודה מיט תמר. והבן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
פארשפארט