האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)
ליטוואק, פאוואליע. שמחת חתן וכלה ביי חסידים איז נאך עניטיים אזוי לעבעדיג ווי ביי די ליטוואקעס, מיטן אויסנאם פון די מנהג אז כיצד מרקדין לפני הכלה מיינט מען אלע בחורים....
ביי ענק איז דאך נישטא קיין "מצוה טאנץ". דאס איז א הוספה וואס חסידים האבן צוגעלייגט וויל עס איז מבואר אין ספרי חסידות די געהויבענע עת רצון. מוזט עס נישט איינפירן ביי ענק אויכעט, אבער פארוואס באשולדיגסטו חסידים אז זיי זענען מבטל שמחת חתן וכלה און פארוואנדלען די גאנצע נאכט ווי א תשעה באב סיגוף?
האלא, עס איז ידוע לכל אז ליטוואקעס (בחורים) טאנצן מיט פיל מער עקסטאז ווי רוב חסידים. (חוץ קארלין און לובאוויטש). און ווי אויך די ליטוואקעס מאכן א שטארקער מצב ארום דעם חפצה של מצווה (בדומה צו רוב ספרדים) ביי א חתונה איז דער חתן כלה, און שמחת תורה איז עס די ספר תורה. זיי זענען מער שפילעדיג דערמיט.
עס קוקט אויס אז חסידים וואס זענען געוואוינט צו טאנצן אפט באופן שוויוני בדיבוק חברים, זיי זענען געווען די וואס האבן אפגעקערט פונעם אלטן טראדיציאנעלן שפילעדיגן עקסטאז ארום דעם חפצה של מצווה.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
שמעקעדיג, דו מאכטס א טעות. חסידים האבען נישט צוגעלייגט א מצוה טאנץ. ליטוואקעס האבען עס אויך (ביז די נייע פרומע עפאכע). פראסט און פשוט, די כלה קומט אריין ביי די מענער, דער חתן זעצט זיך דערלעבען און דער עולם טאנצט ארום זיי א שטיק צייט. קונסטליכער מאכען זייער קונסט ארבעט דעמאלס וכדו׳. און דער שמייכעל וואס ס׳לייגט אויפ׳ן כלה׳ס געזיכט, איז גאר א דערהויבענע זאך. דאס האבען חז"ל און די מקורות געמיינט ביים דערהויבענקייט פון א מצוה טאנץ. דאס פרייליך מאכען א חתן כלה ביום שמחת לבם.
געקומען זענען די פרומאקעס און אויסגעליידיגט א ריין הייליגע מושג פון איהר תוכן. און מ׳איז אזוי צוגעוואוינט צו דער קרומקייט אז מ׳מיינט אז דאס איז גאר די אריגינעלער זאך.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא