טראמפ רופט אן טורקס א ליגנער
טראמפ רופט אן טורקס א ליגנער
[justify]ווי א שטורעם אין א ברוינפן גלעזל האבן זיך אפאר אומוויסנדע מענטשן גענומען אויף די געביין פון טורקס כאילו ער האט אקארשט פארזיגלט דאס גאנצע יהדות החרדית צו די גאז קאמערען, נאכן ליינען די אלע באריכטן זעה איך אז דער שטורעם איז אנשטאנען ווען דער פרעזידענט האט נישט אויסגעהערט וואס טורקס פרעגט, און די וואס מאכן דעם שטורעם האבן נישט אויסגעהערט סיי וואס טורקס פרעגט און סיי וואס טראמפ ענטפערט.
איך האב מיטגעהאלטן די נייעס קאנפרענץ היינט אינעם ווייסן הויז, כמעט יעדע שאלה צום פרעזידענט האט זיך באצויגן צו זיינע פרעכע ליגענטס און קארופציע ארום אים, ווען דער פרעזידענט האט געזוכט א פרענדלי קשיא האט ער געוועלט מיין פעוועריט ענגלישע פאליטישע קאלום שרייבער, הרב החסיד המפורסם דזשעיק טורקס פון עמי מאגאזין, ווער ס'ליינט טורקס יעדע וואך ווייסט אז ער איז נישט נאך עפעס א לעלו-סיירין-גרויסע-טאטע, ער פארשטייט זייער גוט זיין שטעטל, און איז פון די בעסטע אויב נישט די בעסטע פאליטישע שרייבער אין די היימישע מאגאזינען, טייל ווילן אפילו אים באשולדיגן פארוואס אזויפיל היימישע אידן האבן געוואוט פאר טראמפ, זיין כאריזמע און ברייטע בליק אויף א זאך איז צום באווינדערן, בקיצור אונזער טורקס האט אנגעהויבן פרעגן א שאלה.
לאמיר אלע קלאר פארשטיין אז דארט קען מען נישט פרעגן וויאזוי מ'שפיעלט לעגאוס, דארט איז די סדר צו פרעגן קשיות מענינא דיומא, נו וואס זאל א איד פרעגן? זאל ער קארנערן דעם פרעזידענט וועגן ארץ ישראל? איז דאס פרענדלי? לכאורה נישט, אונז קען מיר דאך אלע די צעמישטע פאלעסיס בנוגע ארץ ישראל, נטרונא ווייסט ניטאמאל אויף וואס צו קאמפיינען יעצט, טייל ראדני טיפ אידן שרייבן אין א דערנעבענדיגע פארום אז ער וואלט געדארפט פרעגן וועגן רובאשקין, דער איז שוין אויפגעקלערט ער ווייסט שוין פון רובאשקין/חב"ד צו זאגן, אבער דאס איז קינדעריש גערעדט, אזא שאלה באלאנגט נישט דארט.
טורקס האט אנגעהויבן מיט א קאמפלימענט פארן פרעזידענט, אריינמישנדיג הומאר מיט וואס זיין שפראך איז פול, און נאך כמעט אלע שאלות פון בעפאר אים וואס האבן געלייגט טראמפ אין א שאטן פון וואס ער האט זיך קוים געקענט ארויסזעהן, איז ענדליך געקומען א נארמאלע שאלה וועגן אנטעסעמיטיזם, די זעלבע שאלה איז אויך געפרעגט געווארן א טאג בעפאר ביי די פרעס קאנפרענץ מיט ביבי, גארנישט ראנג מיט די שאלה, נאכדערצו נאך זיין הקדמה (וואס איך ברענג ספעציעל נישט אראפ, ווייל די אלע וואס אטאקירן טורקס דערקענט זיך אויף זייער לשון אז זיי האבן נישט געזעהן די פולע שאלה און תירוץ, און זאלן זיי נישט דא זעהן נאר א חלק), ער האט געפרעגט מיט א רואיגקייט ביז ער האט דערמאנט דאס ווארט אנטעסעמיטיזם, דער פרעזידענט וואס האט קלאר נישט צוגעלייגט קאפ צו זיין שאלה האט דא אויפגעפאסט איין ווארט, און דער פרעזידענט האט זיך צ'טראמפט, און מיט א טראמפישע טראמפע האט ער זיך צעפייערט כאילו מ'באשולדיגט אים גאר. אין נארמאלע אומשטענדן וואלט מען גענומען אזא איינעם און אים געזאגט, קום שעפעלע דארפסט'עך אביסעלע צולייגן אדער עסן מיטאג ווייל דו רעדסט נישט צום זאך און ענטפערסט נישט אויף וואס מ'פרעגט בבחינות טענו בחיטין והודו לו בזכר קדשו, אבער פאר טראמפ קען מען גארנישט זאגן.
האט טורקס געקענט פרעגן א בעסערע שאלה, טייל זאגן אז יא אבער איך זעה עס נישט עכט, מיט יעדע שאלה האט זיך דער טראמפ געקענט אזוי אויפרעגן, ווען מ'הערט ניטאמאל אויס וואס יענער רעדט און מ'רעגט זיך מיינט אז מ'איז אין א נישט גוטע גיסטע, נו וואס האט טורקס געזאלט טוהן, ער איז נישט ממונה וויפל דער פרעזידענט זאל שלאפן א נאכט. זאל זיין קלאר, טורקס האט גארנישט געטוהן ראנג, אויב האט דא איינער געטוהן עפעס ראנג איז עס מר טראמפ יר"ה. און לאמיר נישט באהאלטן די קאפ ווי א בת היענה, ער פרעגט עפעס, ער זאגט אז אנטיסעמעטיזם האט זיך שטארק געהויבן אין אמעריקא, ס'איז געווען 48 Bomb Threats אויף אידישע צילן די לעצטע פאר וואכן, מ'מוז עפעס טוהן, דאס איז א שאלה מיט וואס יעדע איד קען זיך אידענטיפיצירן, דאס איז די מערסט פאסיגע שאלה פאר א אידישע ריפארטער.
טייל הייבן אצינד אן טאנצן זייער באליבטע גלות טאנץ כאילו א איד דארף נישט דארט זיין ווייל קוק וואס ס'איז געשעהן, למה תתראו, התגרות באומות, און כל מיני אנדערע נאן סענס אויף וואס רביה"ק מסאטמאר זצוק"ל האט געדארפט שרייבן א גאנץ ספר צו אויפווייזן אז ס'איז גילטיגע טענות אויף מדינת ישראל, מ'קען דאס אבער נישט נוצן ווי א בלענק טשעק אויף סיי וואספארא נושא. (פלאס ס'קען אויסניצן די בעטעריס)
דער זעלבער דאנאלד וואס זאגט אז ער האט געוואנען די מערסטע עלעקטארל וואוטס זייט ראנאלד רעיגן, און אז ס'איז געווען א זייער רואיגער עקזעקעטיוו ארדער אויף די אימיגרעשן בען, און אז ס'איז געווען פינף מיליאן איליגעלס וואס האבן געוואוט פאר הילערי, דער זעלבער דאנאלד זאגט אז טורקס איז גאר די ליגנער, כ'הער וואס די זאגסט....[/justify]

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- רויטע וואנצעס
- שריפטשטעלער
- הודעות: 4863
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
- געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
- האט שוין געלייקט: 8315 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל
גאר א קלארע וודיאו פונעם אהין און צוריק ווי מ'זעהט און מ'הערט אלעס קלאר. (נישט ווי די האלב און דריי פערטל קליפס וואס פארן ארום)
http://www.cnn.com/2017/02/16/politics/ ... -semitism/

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
- mevakesh
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1000
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 12:11 pm
- האט שוין געלייקט: 687 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 877 מאל
Re: טראמפ רופט אן טורקס א ליגנער
פאר זיין הצלחה לוינט איהם צו זיין אויף גוטע טערמינען מיט די ווייסע הויז ער איז נישט דער ניו יארק טיימס רעפארטער וואס קען זיך ארומרייסן מיטן פרעזידענט
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
הא הא! א יאר צוריק בין איך ארומגעפארן מיט אים אין אייאווע צו ראלליס פון אלע קאנדידאטן, ער האט מיר געגעבן א ׳מידיעא פאס׳, אונז האבן שטארק ענדזשויט איינער דעם צווייטענס קאמפני, אונז זענען געגעסן און געשלאפן אין די זעלבע פלאץ, געפארן אין די זעלבע קאר, אפילו געזינגען וויזניצע ניגונים אופן וועג, און זיך אריינגעלאזט אין טיפע שמועסן.
ער האט געוואלט איך זאל גיין מיט אים צו א טראמפ ראלי, און איך האב נישט געהאט קיין נערווען, ער האט מיר געזאגט לאמיר זיך אנטוהן בערני-סענדערס טי שירטס און גיין צו א טראמפ ראללי נישט אלץ ריפארטערס, איך געדענק די מאמענט ווי איך האב אים געזאגט, לאז אפ טראמפ ער איז דאך סתם א דזשאוק, ער גייט קיינמאל נישט געוואונען די נאמענאציע, א מענשט טראכט און גאט לאכט פלעגט מען זאגן. טורקס איז א נייס בוי, א געלונגענע חסידישע אינגערמאן.
קיינער האט אים נאך דאן בכלל נישט אנגעקוקט, ווען איינער זאל מיר זאגן דעמאלטס אז טורקס גייט באקומען א מי שבירך פון פרעזידענט טראמפ אין א יאר ארום, וואלט איך אים געזאגט ״גיי באזוך דיך ביים דאקטער״, היינטיגע צייטן גלייב איך אלעס אויף אמעריקע, אז איינער וואלט מיר געזאגט היינט אז די נעקסטע פרעזידענט גייט זיין טשארלי שיען, און בערני מעידאף ווייס פרעזידענט, וואלט איך אים געזאגט, גאנץ מעגליך!.

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
לבאר דיבורי, איך האב נישט געמיינט התגרות באומות. איך האב געמיינט דער 'אל תשמח ישראל אל גיל העמים'. געדענקטס אייביג אז ער איז נישט דיין חבר, ער וועט דיר נישט פארשטיין, ער טאר דיר נישט פארשטיין און מיר זענען אן עם לבדד ישכון. וועסט אמאל טרינקען א ביר מיט איהם, אבער אנדערש בלייבן מיר. און דאס האסטו שנעל געלערנט, ר' יענקל
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
די ניו יארק טיימס האט זיך צוגעכאפט דערצו ווי הייסע ווארע. און די ארטיקל קלאפן זיי טראמפ פאר נישט פארשטיין טורקס, פאר נישט אים אויסהערן ווען ער האט האט געזוכט אויסצוגראבן טראמפ אז נישט דאס מיינט ער. וכו' וכו'.
און אגב אורחא טוט די טיימס אהערשטעלן זייער ספין אויף קאטלא'ס שאחה למה הלכה חסידים אצל דאנאלד? ווייל זיי פילען זיך היימיש מיט אים. ער האט היימישע מענטשען אין זיין משפחה. און פאר זיין אומבויגזאמע מליטאנטישע שטיצע פאר ארץ ישראל.
https://mobile.nytimes.com/2017/02/17/u ... -turx.html

הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
שוין, וועט מען ברענגען געשטעטנער פאר א ראי'.
ליטוואק איז גראדע גערעכט. אונז היימישע אידען באלאנגען נישט אין דער אפען צווישען די גוים, אונז דארפען מיר פראבירן צו זיין באהאלטן אין די מייז לעכער, מען זאל אונז וואס ווייניגער זעהן און טראכטן פין אונז.
ווען היימישער אידען פילען זיך "אמעריקאנער" אידן איז דאס א סתירה צו אונזער מהות פין גלות אידן וואס פירען זיך מיט אן אנדערע לעבענס שטייגער ווי אלע גוים ארום.
ממילא איז פשוט אז דער משוגעת פין א היימישער איד א זשורנאליסט אין דער ווייסן הויז איז נישט קיין טובה פארן כלל.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך האב גראדע נישט געמיינט אלס גלות אידען. איך האב געמיינט גאר עפעס אנדערש.
א איד'ס ציל איז עבודת ה'. די חשוב'סטע איד איז דער גרעסטע עובד ה'. אפילו ווען מ'איז מכבד אן עושר, רעדט מען נישט פון זיין ריזיגע הויז, זיין שיינע שיף צו זיין טייערע מעבל. מ'רעדט פון וויפיל ער האט געגעבן פאר די מוסדות. איך ווייס אז ס'איז לאו דוקא אן אמת׳ער אויסדרוק פון דער געפיהל, מ'וויל אויסרימען זיין געלט נישט זיין זכותים, אבער עכ"פ לפנים מוזען מיר זיך דערקלערן אלס אידן וואס ווילן דינען דעם באשעפער, נישט מיט גראבע גשמיות'דיגע באגריפען. דאס אויסרימען און זיך גוט האלטן צוליב נאנטע באציאונגען צו א קייזער איז א סתירה צו דעם. פארצייטישע שתדלנים האט מען בארימט מיט דעם אז הגם ער איז געווען א מקורב למלכות, איז ער געבליבען א טייערע איד, וואס האט געלערנט יעדן טאג וכדו'. איך קען נישט טורקס' פערזענליכע לעבן, אבער דאס געשמאק צווישען אידענטום אז אונזערע איז געלונגען איז נישט אין פלאץ. יעצט אז ער האט געכאפט זיין קלאפ באצייטענס, איז עס נישט קיין שלעכטע זאך.
ענליך האב איך געהערט פונע'ם וואודרידזשע רב ווען ליעבערמאן איז געלאפן (און האט געוואנען) די וואלען אין 2000.
א איד'ס ציל איז עבודת ה'. די חשוב'סטע איד איז דער גרעסטע עובד ה'. אפילו ווען מ'איז מכבד אן עושר, רעדט מען נישט פון זיין ריזיגע הויז, זיין שיינע שיף צו זיין טייערע מעבל. מ'רעדט פון וויפיל ער האט געגעבן פאר די מוסדות. איך ווייס אז ס'איז לאו דוקא אן אמת׳ער אויסדרוק פון דער געפיהל, מ'וויל אויסרימען זיין געלט נישט זיין זכותים, אבער עכ"פ לפנים מוזען מיר זיך דערקלערן אלס אידן וואס ווילן דינען דעם באשעפער, נישט מיט גראבע גשמיות'דיגע באגריפען. דאס אויסרימען און זיך גוט האלטן צוליב נאנטע באציאונגען צו א קייזער איז א סתירה צו דעם. פארצייטישע שתדלנים האט מען בארימט מיט דעם אז הגם ער איז געווען א מקורב למלכות, איז ער געבליבען א טייערע איד, וואס האט געלערנט יעדן טאג וכדו'. איך קען נישט טורקס' פערזענליכע לעבן, אבער דאס געשמאק צווישען אידענטום אז אונזערע איז געלונגען איז נישט אין פלאץ. יעצט אז ער האט געכאפט זיין קלאפ באצייטענס, איז עס נישט קיין שלעכטע זאך.
ענליך האב איך געהערט פונע'ם וואודרידזשע רב ווען ליעבערמאן איז געלאפן (און האט געוואנען) די וואלען אין 2000.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: טראמפ רופט אן טורקס א ליגנער
א נייע געשעפט. זינט ווען איז דא א חיוב להגלות?
מיר זענען טאקע נישט אין אונזער אייגן לאנד אבער טאמער איז דא א דעמאקראטיע וואו יעדער האט אייניגע רעכטן פארוואס זאל א איד זיין אנדערש ווי יעדן אנדערן מינארעטי פאלק דאהי?
פארהאן אנטיסימעטיסזם?
גלויב מיר אז מער אמעריקאנער האבן פיינט אראבער ווי אידן, עכ"ז האבן זיך די אראבער קיינמאל נישט צוריקגעהאלטן פון לאזן הערן זייער מיינונג וואו אימער.
(כ'האב נאכנישט דורכגעקוקט דעם ויואל משה אויב ס'שטומט מיטן שיטה, אבער דאכציך אז פארן קריג פלעגן אידן זיצן אין אונגארין אינעם סענאט וכדו', דון יצחק אברבנאל פלעג אויך לאזן הערן מיינונגען דאכציך).

אבטולמוס האט געשריבן:און אגב, אז מ'רעדט פון טורקס דארף מען באוואונדערן ווי א חסידישער יונגערמאן וועלכער האט א טאלאנט פאר שרייבן און זשורנאליזם האט באוויזן אנצוקומען צו א שיינער זשורנאליסטישער קאריערע טראץ דעם פעלערהאפטיגן עדיוקעישאן וואס מיר באקומען. פון דעם זעט מען אז עדיוקעישאן איז נישט אזוי וויכטיג, און יעדער קען אנקומען.
אופס...
טורקס איז אויפגעוואקסן אין לאס אנזשעלעס וואו ער האט באקומען א גוטן סעקולערן עדיוקעישאן. אינטערעסאנטע צופאל, נישט אזוי?
טורקס איז געווען א שטיק צייט אין קאלאמביע יוניווערסיטי ווי ער האט זיך צוגעלערנט דזשורנאליזם.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
mevakesh האט געשריבן:פאר זיין הצלחה לוינט איהם צו זיין אויף גוטע טערמינען מיט די ווייסע הויז ער איז נישט דער ניו יארק טיימס רעפארטער וואס קען זיך ארומרייסן מיטן פרעזידענט
עס האט גארנישט מיט זיין "אויף גוטע טערמינען מיט די ווייסע הויז".
שוין איינמאל שטאקהאלם סינדראם. אויב האט ער פשוט נישט געוואלט אויפרעגן די ווייסע הויז, וואלט די פשוטה גראדע תירוץ וואלט געדארפט זיין אזוי.
אינטערוויוער: וויאזוי האסטו געשפירט יענע מאמענט, און צו האסטו געווען אויפגערעגט?
טורקס: איך האב געשפירט אנטוישט אז די פרעזידענט האט נישט ריכטיג פארשטאנען מיין פראגע, אבער, איך בין נישט אויפגערעגט אויף די פרעזידענט, ווייל איך פארשטיי אז ער האט געמיינט אז איך אטאקיר אים אומשולדיגערהייט אין אנטיסעמיטיזם, וואס אין דעם פאל קען איך פארשטיין זיין אויסבראך.
ליתר שאת וואלט ער געקענט אריינגיין טיפער אז מידיע באשולדיגט טראמפ אין אנטיסעמיטיזם, וואס היימישע אידן שפירן בכלל נישט אזוי בלא בלא בלא...
דאס אז ער האט ארומגעדרייט טראמפ'ס אטאקע, אז טאקע דאס ווייזט ווי ווייט פערזענליך טראמפ נעמט און ווערט געבאדערט פון אנטיסעמיטיזם, און דאס געט אים האפענונג אז ער גייט טון עפעס ערנסט דערוועגן, ק'מאן גיב מי עי ברעיק.
- פליקער
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1692
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 28, 2014 12:45 pm
- האט שוין געלייקט: 1056 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3565 מאל
Re: טראמפ רופט אן טורקס א ליגנער
שלום ברענגט זייער גוט ארויס די ענין
די שאלה איז קלאר זייער א נארמאלע, די שאלה וואס טורקס האט ערווענט ברויך א נארמאלע תשובה, און טראמפ האט זיך טאקע צוטראמפעט.
אבער לאמיתו של דבר זענען ביידע אייניג שילדיג, זיין קשיא האט זיך נישט געברויכט אנהויבן מיט איך ווייס אז דו ביזט נישט קיין אנטי סעמיט נאר הלמאי עס איז דא א אויפשטייג פון אנטיסעמיטיזם.
משל למה הדבר דומה, די באוויסטע מעשה, איך ווייס איר לייגט נישט קיין בלוט אין קיין מצה אבער פארוואס פייגערן גויאישע קינדער, און מען ווייסט נישט ווי זייער געביין איז אהין געקומען. דאס האט ארויסגענימען טראמפען פון די דישעס,
אבער איין זאך איז זיכער דער טורקס זאל מיר מוחל זיין א מחילה גמירה, ער איז דער איינציגע חסיד וואס איז אמאל געווען אין אזא פאזיציע, האט ער געהאט א זעלטענע געלעגנהייט וואס ער האט פארפאסט, ווען איך בין טורקס וואלט איך געזאגט פאר טראמפ, האלא מר. פרעזידענט, די פאקט אז דא זיצט א חסיד מיט א פערמענאנטע פרעס קאר פאס בשעת קיין שום פריערדיגע פרעזידענט האט דאס נאך נישט פאסירט, איז א באווייז אז דו ביזט א אידען פריינט און דאס איז ווערט א באגריסונג, וזהו, איי ילד די פלאר, נא פערדער קוועסטשען'ס. דאס וואלט אפגעהילכט אלס א שטארקע קידוש השם.
דער טורקס האט געמעגט זיין געראכטען אז זיין שאלה איז געווען געוואנדען צי א פרעזידענט מיט ADHD און האט א טענטשען ספען פון פיר וחצי סקונדעס, ער איז דאך א געלערענטער מאן, האט ער געברויכט איבער טראכטען זיין שאלה טויזענט מאל איידער ער גרעבצט ארויס זיין שאלה ווען דער פרעזידענט איז שוין לאנג נישט דא. און זיך ערווארבען א גאר שלעכטע געפיל און קנאבל אין מויל פאר אייביג ביז יובל.
וואס טוט מיר מער וויי איז, אז דער פאקט אז עס איז ארויס געקומען די אנטיסעמיטישער זייט פון טראמפ, און דייקו דורך א איד. גענוי ווי ווען א איד קראכט אריין אין א גוי'ס קאר, איז די ערשטע שלום עליכם פונעם גוי, יו עפינג דזשאו, וואט די עפ איז ראנג וויט יו פיפעל, אפילו דער גוי האט נישט פיינט קיינמאל געהאט קיין איד און זיין לעבען, אולי נאך קיין מאל געזען קיין איד, פארט איז דאס די אלוועטליכע ריספאנס.
דאס האט פאסירט, ווען טראמפ האט זיך מאיזו סיבה געשפירט געווינקעלט, גערעכט צי נישט גערעכט, איז עס ארויס געקומען גאר פחדים'דיג.
אגב אן עי סייד נאטע, וואס איז פשט אז דער טורקס זיצט אין ווייסער הויז ווי עס וואלט געווען פורים, מיט זיין טוויטער אין זיין קאפל, איז טאקע זיין פאזיציע א וויץ, די גאנצע וועלט קוקט דערויף, יעדער זיצט מיט א שיינעם סוט, מיט א נעקטיי אדער שניפצעל ווי ביים חתונה פון א בת יחידה, זיצט זיך דארט טורקס מיט צושויבערטע האר, אן קיין רעקל, מיט א וויץ אין זיין קאפל, מיינט ער איז זיס ווי האניג, און פרעגט נאך קשיות אויף אנטיסעמיטיזם, און מאכט חוזק פון טראמפ ביי אים אינדערהיים דורך אים אימפערסענירן פארענט פון יעדע נייעס ארגענעזאציע פון אמעריקע, מיט זירא ריספעקט, און ער רעפריזענט נאך גאנץ כלל ישראל.
#עמי א שאנדע.

Stay away from negative people
they have a problem for every solution
they have a problem for every solution
קענסער קאפיטל 1 (הקדמה) קענסער 2 קאפיטל 3קאפיטל 4קאפיטל 5
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
לאמיר קלערען עפעס אנדעריש. טראמפ איז גארנישט אזא בהמה, ער האט אלס אויסגעטראכט. ער האט מורא אז מ'זאל איהם נישט כאפען אויף טעיפ עכט פארדאמען אנטיסעמיטיזם. ער וויל נישט אז זיין שטיצער, וואס זענען אפט גרויסע אנטיסעמיטען און אנטי ליבעראלישקייט, וואס דאס מיינט אנטי מולטי קולטוראליזם, זאלען איהם פארפרעמדען. איהם האט געבאדערט אז טורקס צווינגט איהם צו נעמען א שטעלונג.
ס'איז שווערע צייטען פאר אידען אין אמעריקא. האנדעלט אייך אלע פאספארטען, פון אונגארען צו וואס, ווייל מ'עט מעגליך מוזען אנטלויפען פון דא. געדענקט'ס אז פון דזשאבאטינסקי האט מען אויך געלאכט
הערען וויאזוי דער פאקס רעפארטער שפילט ארום מיט די מעשה, איז א מוסר השכל אין שקר, און דאס ווייזט אונז ווי ווייניג דער רעכטע מידיא איז באגלויבט.
ס'איז שווערע צייטען פאר אידען אין אמעריקא. האנדעלט אייך אלע פאספארטען, פון אונגארען צו וואס, ווייל מ'עט מעגליך מוזען אנטלויפען פון דא. געדענקט'ס אז פון דזשאבאטינסקי האט מען אויך געלאכט
הערען וויאזוי דער פאקס רעפארטער שפילט ארום מיט די מעשה, איז א מוסר השכל אין שקר, און דאס ווייזט אונז ווי ווייניג דער רעכטע מידיא איז באגלויבט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 319
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 1:48 am
- געפינט זיך: לבי במזרח ואנכי בסוף מערב
- האט שוין געלייקט: 452 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 250 מאל
Re: טראמפ רופט אן טורקס א ליגנער
טראמפ האט באמת געהאט א אפורטוניטי האבענדיג א חרדי איף זיין זייט וואס טוט אים דיפענדן אויף די אישו, נאר ער האט זיך צו-טרומפערט....
באמת לכתחיחה הערנדיג טורקס ספין אז פון טראמפס ענטפער זעט מען גאר ווי פערזענליך ער נעמט די אישו האב איך אויך געטראכט גיוו מי א ברעיק, עד כאן, אבער איך הייב אן צו טראכטען אז דאס איז אפשר די פשוטע אמת, ער האט נישט גערעדט פון דעם וואס עס מיינט פאר טראמפ אלס א אישו נאר עס מיינט אים פערזענליך כאילו פארצוהאלטן די זעלבע ווי די מידיע הערט נישט אויף צו האמערען אויפן פרעזידענט יר"ה...

רוב האנשים לא באמת רוצים חופש , כי חופש כרוך באחריות ,ורוב האנשים פוחדים מאחריות .
זיגמונד פרויד
- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
אבטולמוס האט געשריבן:און אגב, אז מ'רעדט פון טורקס דארף מען באוואונדערן ווי א חסידישער יונגערמאן וועלכער האט א טאלאנט פאר שרייבן און זשורנאליזם האט באוויזן אנצוקומען צו א שיינער זשורנאליסטישער קאריערע טראץ דעם פעלערהאפטיגן עדיוקעישאן וואס מיר באקומען. פון דעם זעט מען אז עדיוקעישאן איז נישט אזוי וויכטיג, און יעדער קען אנקומען.
אופס...
טורקס איז אויפגעוואקסן אין לאס אנזשעלעס וואו ער האט באקומען א גוטן סעקולערן עדיוקעישאן. אינטערעסאנטע צופאל, נישט אזוי?
און נאך זיין גוטן סעקולארן עדיוקעישאן זיצט זיך אינזער אידל אין זיין קליינעם באקס און מוז ווייזן עולם ומלואו אז א חסידישע אידישע רעפארטער קען פרעגן עפעס וועגן אנטיסעמיטיזם... ווואווו אזוי פארגעשריטן, אזוי אייגנארטיג האבן די גוישע רעפארטערס געמוזט טראכטן... ווער האט דאס געזען קומען!?...
פארוואס האט נישט אויסגענוצט דעם געלענגהייט צו ווייזן אז אידן קענען עפעס מער פון נאר די איין לאנגווייליגער סעלפיש אישו? און יעצט ווער איך געווארן אז דאס איז שוין נאך אן עדיוקעישאן? אזא סאפיסטעקירטע שאלה וואס יעדער אינגל קען פרעגן.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
אהרן האט געשריבן:
באמת לכתחיחה הערנדיג טורקס ספין אז פון טראמפס ענטפער זעט מען גאר ווי פערזענליך ער נעמט די אישו האב איך אויך געטראכט גיוו מי א ברעיק, עד כאן, אבער איך הייב אן צו טראכטען אז דאס איז אפשר די פשוטע אמת, ער האט נישט גערעדט פון דעם וואס עס מיינט פאר טראמפ אלס א אישו נאר עס מיינט אים פערזענליך כאילו פארצוהאלטן די זעלבע ווי די מידיע הערט נישט אויף צו האמערען אויפן פרעזידענט יר"ה...
טורקס ווייסט אליין אז וואס ער האט געזאגט אויף פאקס איז שטותים... אבער ער מוז זיך יעצט צוריק צוחנפ'נען צו טראמפ ווייל אז נישט וועט פראנקפורטער געפערליך דערלייגן.
נעבעך, טורקס איז אין אן עמאוציאנאלע תפיסה. ס'קען גאר זיין אז ער וויל אז די מידיא זאל כאפן אז ער מייינט עס נישט ערענסט, נאר איז נעבעך געצווינגען אזוי צו ענטפערן ווייל ער האט מורא פון טראמפ, צו הו-עווער.
- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
איינער אויף א''וו ברענגט עס גוט ארויס
די ערפארענדע ריפארטערס וואס זיצען ביי פרעזעדענטליכע פרעס קאנפרענסיס, געווענדליך האבען מיט זיך גרייט בעיקר דריי ערליי שאלות,
א) אויב ער איז דער ערשטע צו ווערן געפרעגט (וואס דאס לייגט אראפ כעין א יסוד, ער שטעלט דעם טאון, און ווי אויך שטעלט דער מאוד פונעם פרעזעדענט)
ב) אויב ער וועט געפרעגט אינדערמיט (וואס זיין שאלה קען ווערן פארלוירען ציווישען אלע אנדערע שאלות, אדער פארקערט זיין שאלה ווערט א גאנצע עסק)
ג) אויב ביסטו דער לעצטע צו פרעגען (בדרך כלל וועט דער פרעזעדענט זאגט 'אקעי איין מער שאלה"), דאן וועט א ערפארענדע ריפארטער פרעגן אינגאנצען עפעס אנדערש (ווי לדוגמא "ווי אזוי טעיסט די עסן פון דער ווייסע הויז" וכו'), על אחת כמה וכמה ווען ער זאגט בפירוש ער זוכט א 'פרענדלי' שאלה.
דא, טורקס איז אומשולדיג, ווען ער וועט אנגעוויזען אינמיטן דער פרעס קאנפרענס דאן מאכט זיין 'שאלה' זייער גוט סענס צו ווערן געפרעגט, אבער זיין טעות איז געוועהן אז דער פרעזעדענט האט קלאר געזאגט ער וויל ענדיקן ועוד בפירוש געזאגט אז ער זוכט א 'איזי' שאלה, בכהאי גוונא וואלט טורקס געדארפט אפלאזען זיין אנגעגרייטע שאלה בנוגע 'אנטסימיטיע' (וואס איז גאנץ א רעכטע שאלה צו ווערן געפרעגט) און ער וואלט געדארפט פרעגן א שאלה וואס פון דעם איז משמע ווי כאילו ער נעמנט זיך שטארק אן פאר דער פרעזעדענט און גיבט איהם גאר חיזוק. בפרט נאך אזא לאנגע אנגעצויגענע פרעס קאנפרענץ.
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
ליפא האט געשריבן:איינער אויף א''וו ברענגט עס גוט ארויס
[justify]זאלסט מיר מוחל זיין אבער די דיסקוסיע אויף א"וו איז זייער רינדעריש, יעדער איז דארט ביזי אז מ'איז אין גלות וכו', אפשר זאל מען אויך אויפהערן טוהן ריעל עסטעיט און פארקויפן אינשורענס ווייל מ'איז אין גלות, פארוואס דארף מען זיין אויף די ספאטלייט אז אידן קויפן ריעל עסטעיט אין בושוויק, סארא מין גערעדאכץ דאס, מ'נעמט דעם טורקס און מ'הייסט אים אויפגעבן זיין קאריערע ווייל מ'איז אין גלות, אפשר דארף מען אויפהערן בלאגן אויף אייוועלט ווייל מ'איז אין גלות, למה תתראו...
אנדערע באשולדיגן אז דער טורקס גייט מיט א צעשטרויבעלטע בארד אן א שניפצל און דאס פארשעמט ממש אלע אידן, דא קומט מיר ממש צום לאכן, ווייל די זעלבע האלטן אז משה דוד נידערמאן מיט זיין פעלטי שטאפן היט איז א גאונות פון א קידוש ה', משא"כ טורקס דארף גיין מיט מעיקאפ און א שניפצל. דאס ווייזט אויך אז די מערסטע וואס ער ווייסט וועגן טורקס איז זיין קאפל און זיין בארד, זיין געשמאקע כאריזמאטישע שפראך און זיין קאריערע צו וואס ער איז אנגעקומען דאס איז מינדערווויכטיג פאר אים. וואס ס'פאלט אים נישט איין איז אז מ'קען נוצן די זעלבע שפראך פארקערט, אפשר איז א קידוש ה' אז א חסידישע איד איז אנגעקומען צו אזא קאריערע.
-----------
[tag]כוכב[/tag] טענקס פאר די קאמפלימענט...[/justify]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.