טראמפ רופט אן טורקס א ליגנער

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

שליחה דורך קומזיץ »

די שאלה פאר זיך איז זייער גיט , נאר פון די וועג וויאזוי ער פרעגט קען זיך הערן(פאר אימפאלסיו סעלפ סענטערד מענטשן) ווי א טענה אויפן פרעזידענט און די אדמיניסטרציה הלמאי מ'האט נאך גארנישט געטוהן וועגן דעם אין דעס וואלט ער געקענט פרעגן אביסל בעסער
און די חנופה אנהייב איז אויך נישט געוועהן אויפן פלאטץ , טראמפ שטאלטצירט זיך נישט אז זיין איידעם איז א יוד ער וואלט געדארפט עפעס זאגן וואס טראמפ האט געטוהן... ווייל דאס וואס ער וויל הערן אז "ער" טוט און איז א סוקסעס , נישט א אידילאגישע מעלה אז ער האט א איידעם א יוד
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

שליחה דורך קומזיץ »

[[/quote]
כוכב האט געשריבן:שלום שטיסל איז פון די געשמאקסטע שרייבערס קאווע שטיבל האט אמאל געהאט.

כוכב פלעגט דא אמאל הערליך שיין שרייבן :oops:
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

איך פארשטיי אינגאנצן נישט די דיסקוסיע דא צו טורקס האט יא געקענט אדער נישט געקענט פרעגן בעסער/אנדערש, זוי ווי זוי האט טראמפ געטוהן א משוגענע זאך און א עוולה מיט די וועג וויאזוי ער האט גערעדט, אפילו נאכן פארענטפערן דעם פרעזידענט דורך טורקס גיבט דאס ׳אפשר׳ צן פארשטיין פארוואס דער פרעזידענט האט אזוי געעקט, אבער בארעכטיגן די התנהגות קען טורקס אויך נישט.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

שליחה דורך קומזיץ »

אמת טראמפ האט זיכער געטוהן א עוולה , אבער טורקס האט דא נישט פראבירט צו זיין אויפן לינקן זייט פונים פרעזידענט, פארקערט גאר ער האט פראבירט צו זיין נייס און ערגעץ איז עס געווארן אנגעזעטץ איז מען דן ווי האט ער זיך פארגרייזט
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: טראמפ רופט אן טורקס א ליגנער

שליחה דורך החוקר »

איר זאלט מיר אלע מוחל זיין, אבער די אלע דא און אויף א"וו וואס זענען פארנעמען מיט זעלבסט-באשולדיגונג, אז טורקס וואלט געקענט דאס פרעגן און יענץ פרעגן, אזוי פרעגן אזי פרעגן, און אז טורקס איז שילדיג אין טראמפ'ס רעאקציע, ליידן פון זעלבסט זיכערהייט, זיי האבן מורא וויאזוי גייט מיר יעצט די גוי אנקוקן? בין איך גענוג סאפיסטיקירט אין זיינע אויגן, גענוג פראפעשאנאל?

ברודער טייערע, טורקס האט זיך געלערנט דזשורנאליזם און ער טוט עס לענגער פון דיר, גלייב איך אז ער קען בעסער זיין פעלד. נאכמער איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז קיינער פון די אלע פראפעסיאנאלע דזשורנאליסטן צו וועמענס פיס קנעכל טורקס קומט נישט צו, האבן נישט אויפגעמערקט אז די שאלה איז פראבלעמאטיש. זיי אלע האלטן אז דער פרעזידענט איז נישט געווען אין פלאץ, יא אפילו פאקס ניוז.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ט'בין איך דער איינציגסטע געטרייע קאווע טרינקער וואס גייט נישט זוכען אויף אייוועלט וואס מ׳קען טרעפען אין קאווע שטיבעל? מ'איז דאך פון דארט אנטלאפען פאר א סבה!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

טראמפ האט נישט אויסגעהערט. טורקס האט געכאפט א פארציע. אבער דער טורקס האט עס פיין טאלערירט. בעת אלעס רידערט זיך ארום עם, קומט ער ארויף אויף פאקס צו זאגן אז ער ראנט ווי א 'פיין טאנד מאשין' און ס'האט גארנישט פאסירט. ביני לביני האט ער אריין געכאפט נאך פינף טויזנט נאכפאלגער אויף טוויטטער.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

יא יא. טורקס האט זיכער נישט דערלייגט דערפון.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

שליחה דורך החוקר »

דאס איז זיכער אז עמי גייט פארקויפן נאך אפאר קאפיעס, דר'עולם העט זיין נייגעריגקייט וואס זיי גייען שרייבן בנוגע די גאנצע סומאטאכע.
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אבטולמוס האט געשריבן:און אגב, אז מ'רעדט פון טורקס דארף מען באוואונדערן ווי א חסידישער יונגערמאן וועלכער האט א טאלאנט פאר שרייבן און זשורנאליזם האט באוויזן אנצוקומען צו א שיינער זשורנאליסטישער קאריערע טראץ דעם פעלערהאפטיגן עדיוקעישאן וואס מיר באקומען. פון דעם זעט מען אז עדיוקעישאן איז נישט אזוי וויכטיג, און יעדער קען אנקומען.

אופס...

טורקס איז אויפגעוואקסן אין לאס אנזשעלעס וואו ער האט באקומען א גוטן סעקולערן עדיוקעישאן. אינטערעסאנטע צופאל, נישט אזוי?

איך קען א שיינע פאר פיש זאפט טינקערס וואס רעדן עשר מונים אזא גוטע ענגליש ווי דער קעקעצדיגע ענגליש פון טורקס (איך רעד פון זיין רעדן נישט זיין שרייבן), סיי ביי די באקאנט שאלה און סיי ביי די מידיע אינטרעויו רעדט ער אויף א לעוועל פון א 7-8 יעריגער וכדברי פליקער וליפא, אבער פאר די ק''ש אנטיסעמיטן איז עס פונקט גענוג.

שעים אן יו ראובן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איבער שבת האב איך אביסל געטראכט.
פארוואס איז טראמפ אזוי אפגעפרעגט ביי מיר? אחוץ זיין אלע מעלות טובות, דער עיקר איז אז ער פיהרט א ריזיגע אפאראט וואס הייסט אמעריקא און נישט נאר אז ער ווייסט נישט בחייכון וביומיכון, ס׳גייט איהם ניטאמאל אן צו וויסען. דאס נישט פארשטייען האקעלקייט, פרטים און פרטי פרטים, דאס איז די סכנה.

הרב טורקס איז דער זעלבע זאך. ער האט געהאט א געלעגענהייט צו רעדען מיט גאר א מעכטיגע מענטש, א מענטש וואס האט בכח צו העלפן און שעדיגען אלע אידען. ביי וועמען האסטו געפרעגט איידער עפענען דיין מויל? ט׳ווייסטו אז דא איז נישט קיין וויץ, דאס איז אן ערנסטע מעשה. דער גאנצע ענין זעט מיר אויס א לייכטזיניגקייט צו וויכטיגע זאכען.
יא, טראמפ האט זיך באנערישט און דיר באקריוועדעט, אבער ער איז דער פריץ נישט דיר, און דער קומעדיגער מאל זאלסטו איבערטראכטען און איבערפרעגן ביי א קלוגע איד וויאזוי איהם צו באהאנדלען, און צו דט זאלסט איהם בכלל באהאנדלען. דו ביסט נישט קיין יחיד דא, דו פארטרעטסט א ציבור און אזוי האסטו אליינס אויסגערופען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3204
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2629 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

@ליטוואק וועם וואלסטו באטראכט אלס א קלוגער איד מיט וועם ער האט זיך געזאלט אדורך רעדן?
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

CNN interview with Turx

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

[justify]טורקס איז א קלוג אינגעל, ער האט גוט געפרעגט, אבער טראמפ'ס מויל מיטן מוח זענען אין א כסדר'דיגער ברידער קרוג. ער לאזט פאלן ווערטער ווי סאלדאטן אויף א שלאכט פעלד, און לאזט זיי איבער האלב באוויסטלאז, ווען ער כאפט א פרישע ווארט און שיסט אים זאפארט אויפן פלאץ. דער מענטש האב באקומען א קללה פון ג-ט אז ווען ער עפענט זיך דאס פיסק, זעט אויס ווי א דיבוק רעדט.

בנוגע זיין RUNNING WAR מיט די מידיא, און די א.ג. FAKE NEWS סטיגמע וואס ער פראקלימירט כסדר, האב איך צוגעפאסט דעם באוויסטן משל וואס קינד און קייט ווייסן:

געווען אמאל א שטיין האקער וואס האט זיך געחלומ'ט א חלום, והנה, ער באטראכט זיך און זעט ווי ער איז אן אפגריסענעם שטיין האקער, הלואי וואלט איך געווען א קעניג ווי יעדער אפלעדירט מיך און סאלודירט מיך. און דער שטיין האקער טרעפט זיך זיצן אינעם קארעטע, מיט משרתים און באדינער ארום אים, ווען פלוצלינג הייבט די זין אן צו שיינען, יעדער מאכט זיך צו די אויגן, און מ'קען נישט קוקן, אפפס עס איז דא עפעס שטערקער פונעם קעניג, און דער שטיין האקער ווערט א זין, ער נעמט זיך שיינען, און מיט א קענטיגע הנאה זעט ער ווי מענטשן קענען זיך קוים עפענען די אויגן. פלוצלינג קומט צו גיין א וואלקן און שטיפט אים אוועק, און דער שטיין האקער ווערט א וואלקן, דערנאך קומט א רעגן און שטיפט אוועק דעם וואלקן, און דער שטיין האקער טרעפט זיך באנעצן מענטשן ווי מענטשן האלטן שורעמעס, און ער לאכט זיך אונטער ווי מאכטפול ער איז, וועט מיטאמאל קומט א ווינט און בלאזט אים אוועק, און ער נעמט זיך בלאזן מענטשן, אלעס פליט, קארס, באסעס, העלצער, אבער איין שטיין רירט זיך נישט. און ער ווערט א שטיין, פלוצלינג כאפט ער א מאכטפולער זעץ, און וועקט זיך אויף און טרעפט זיך צו זיין דעם מאכטפולסטע "שטיין האקער" אויף דער וועלט..

טראמפ סטעיק, טראמפ וויין, טראמפ האטעל, טראמפ שיך, טראמפ הויזן, נאכאלס נישט צופרידן עס איז דא מער מאכטפולע מענטשן ווי אים... דער פרעזידענט!.. דער מאכטפולסטע מענטש אין דער וועלט. און ער ווערט פרעזידענט... באאאאם דער 'ריכטער' איז מער מאכטפול פון אים... זיין בויך הייבט אים אן וויי צו טאן, הלואי איך קען ווען די געזעצן, עס לוינט זיך ענדערש צו זיין א ריכטער. און פלוצלינג, א נעכטיגער טאג, דער מידיא איז אסאך מער מאכטפול ווי יעדעם אויף דער וועלט. זיי קענען אויפהייבן און אומברענגן מענטשן ווי גארנישט. הלואי איך בין א רעפארטער.. אלזא לאמיר האבן א מלחמה מיט זיי, צו ווייזן אז א פרעזידענט איז מער מאכטפול פון זיי (וויאזוי האט אונזערע שטיין האקער, כמיין פרעזידענט געזאגט לעצטער וואך ביים פרעסע קאנפרעץ? אז ער וואלט געווען א גאר גוטע רעפארטער..)[/justify]
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

Brian Lehrer

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

Brian Lehrer אינטערוויו מיט יצחק פראנקפורטער.

http://www.wnyc.org/story/problem-askin ... tisemitism
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רויטע וואנצעס: אבער דער פאקט איז אז אנטי-סעמיטיזם האט אייביג עקזיסטירט. ס'איז נישט קיין נייע זאך. און די מידיא בלאזט עס אויף צו מאכן עס אויסזעהן מער און ערגער ווי ס'איז. דאס איז א חלק פון זייער אגענדא. ס'איז פעיק ניוז. זיי נעמען א געוויסע ערשיינונג וועלכע איז נישט ניי און בלאזן עס אויף ארויס פון א יעדן פראפארץ. מיט די מטרה פון קלאפן דעם נייעם פרעזידענט. איך האלט אז ער האט געהאט א יעדע רעכט זיך אויפצורעגן אויף דעם רעפארטער, ווייל דאס איז זייער א סענסיטיווע פראגע צו איהם.

נאך מער. דער פאקט איז אז די אויסדרוקן פון שנאה און פיינטליכע אקציעס אקעיגן אידן קומט פון די לינקע. פון די קאאליציע פון הילערי'ס אנהענגערס. און רוב טעראריזם אין אמעריקע אקעיגן אידן און אקעיגן אנדערע אמעריקאנער איז פאקטיש געקומען פון יענעם לאגער. איך גיי נישט זאגן אז דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא אדער הילערי קלינטאן זענען אנטיסעמיטן. אבער א גרויס חלק. אפשר רוב פון זייערע אנהענגערס האבן פיינטליכע געפיהלן צו אידן. אפשר איז עס פארקליידעט אין אנטי-ציוניזם, וועלכע איז היינט זייער שטארק אין סטייל ביי יענע חלק פון די גוי'אישע באפעלקערונג.

איך האב געזעהן ערגעץ א קליפ ווי די לגב"ט קאמיוני פון מדינת ישראל, וועלכע זענען ליידער זייער שטארק דארטן, האבן געוואלט האבן א מיטינג מיט די לגב"ט מעמבערס פון די יוראפיען יוניאן. און זיי האבן זיך געוואלט טרעפן מיט זיי. אבער די אייראפעישע גויים (פון די זעלבע מין. לכאורה גערודפ'טע מענטשן) האבן זיי פארטריבן פון דארט מיט די גרעסטע בזיונות. כמעט מיט פיזישע אנגריפן...! דאס איז טאקע נאך א פשט אין פסוק וואס שטייט ביי פרעה פארוואס די מכת בכורות איז געקומען אויף די מצריים..."מבכור השבי, עד בכור השפחה"...
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

אן עי סייט נאוט, פון ווי נעמט יעדער אז טורקס האט באקומען א ״גיטע עדזשיוקעישאן"???, ווייל ער קומט פון לאס אנג׳לס און דארט האט מען נישט געווארפן קיין עפעל אויף די טיטשערס מיינט עס אז...???? אז מ׳קען אביסל בעסער ענגליש ווי א טיפּיקל עוורידזש חסיד מיינט עס שוין אז מ׳האט באקומען א גוטן סעקולארן עדיוקעישאן???.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פעטער בערל. כ׳גלייב אז איר פארשטייט אז מען ברענגט נישט קיין ראי׳ פון איין יו־טוב קליפּ און נישט פון צוויי קליפס, און נישט פון צעהן, און אויך נישט פון הונדרעט. נישט אזוי מעסט מען אנטיסעמיטיזים! מען מעסט נישט קיין זאכן דורך אנליין קליפס בכלל!.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מיין טייערער נעפיו: אבער ווען איך זעה אנטיסעמיטיזם אויף א יעדן לעוול. אפילו דארט וואו איך האב עס נישט דערווארט דארף איך נישט קיין בעסערע ראיה פון דעם.

הוא אשר דיברתי. די מענטשן מיט פאררוקטע, פארקרומטע און פארדרייטע איידיעס אויף ביידע זייטן פון ספעקטרום זעען באשיינפערליך (אזוי ווי מיין רבי אין חדר פלעגט זיך אויסדרוקן.) אז נישט דאס וואס זייער אגענדא שרייבט פאר טרייבט דאס אנטיסעמיטיזם און שנאת ישראל. סיי די מעמבערס פון נטרונא, וועלכע וויללן איינרעדן פאר זיך אליינס, אדער פאר זייערע שטיצערס ( ווייל פאר'ן נארמאלן עולם קענען זיי שוין נישט איינרעדן) אז אויב מ'וועט פאלגן און נאכגיין זייער אגענדא וועט זיך אויפהערן דאס אנטיסעמיטיזם. און סיי די געיס און לעסביענס און טרענסדזשענדערס וכל אשר ישרצו בהם, וועלכע האלטן אין איין שרייען אז דאס יושר און צדק שטייט איין ביי זיי. און די גאנצע וועלט (וועלכע איז נאך פארבליבן נארמאל) רודפ'ט זיי. זענען נאכאלץ אידן ווען ס'קומט צו אנטיסעמיטיזם. זייער אייגענע מין פון מכלומרש'ט גערודפ'טע ברואים שטויסן זיי אויך אוועק ווייל זיי זענען אידן...!
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ט׳בין איך דער איינציגסטע געטרייע קאווע טרינקער וואס גייט נישט זוכען אויף אייוועלט וואס מ׳קען טרעפען אחן קאוועשטיבעל? מ׳איז דאך פון דארט אנטלאפען פארא סבה!



אריין אין "בין איך דער איינציגסטער" אשכול.

נ.ב. ביסט נישט דער איינציגסטער
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

החוקר האט געשריבן:איר זאלט מיר אלע מוחל זיין, אבער די אלע דא און אויף א"וו וואס זענען פארנעמען מיט זעלבסט-באשולדיגונג, אז טורקס וואלט געקענט דאס פרעגן און יענץ פרעגן, אזוי פרעגן אזי פרעגן, און אז טורקס איז שילדיג אין טראמפ'ס רעאקציע, ליידן פון זעלבסט זיכערהייט, זיי האבן מורא וויאזוי גייט מיר יעצט די גוי אנקוקן? בין איך גענוג סאפיסטיקירט אין זיינע אויגן, גענוג פראפעשאנאל?

ברודער טייערע, טורקס האט זיך געלערנט דזשורנאליזם און ער טוט עס לענגער פון דיר, גלייב איך אז ער קען בעסער זיין פעלד. נאכמער איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז קיינער פון די אלע פראפעסיאנאלע דזשורנאליסטן צו וועמענס פיס קנעכל טורקס קומט נישט צו, האבן נישט אויפגעמערקט אז די שאלה איז פראבלעמאטיש. זיי אלע האלטן אז דער פרעזידענט איז נישט געווען אין פלאץ, יא אפילו פאקס ניוז.

יא: אבער דער סאבדזשעקט איז זייער סענסיטיוו פאר דאנאלד טראמפ. ערשטנס, ווייל ס'איז נישט אמת. ס'איז איבערגעטריבן און אויפגעבלאזן דורך די מידיא. פעיק ניוז...! אלס טייל פון די אגענדא אקעיגן איהם. און ער איז שוין מיעד פון זיך אייביג פארענטפערן אז ער האט מיט די אנטיסעמיטן וועלכע האבן אייביג עקזיסטירט אין אמעריקע גארנישט קיין דירעקטע אדער אומדירעקטע שייכות...! ווען ער וואלט אמת'דיג געהאט אנטיסעמיטישע איידיעס, וואלט ער גענוצט איינס פון די טויזנטער פאבריצירטע ליגנטס וואס די עכטע אנטיסעמיטן האבן אויסגעטראכט אויף אידן. לאמיר זיין רעאליסטיש. די טעראריסטישע און אנטיסעמיטישע אקציעס קומען אלע, אן אויסנאם פונ די לינקע לאגער. פון הילערי קלינטאנ'ס און באראק אבאמא'ס חסידים...!
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

שליחה דורך החוקר »

בערעלינו: עס קוקט אויס ווי דו האסט צוגעלייגט אזויפיל קאפ צו טורקס' פראגע ווי טראמפ. טורקס האט נישט פראבירט צו פארשלאגן אז טראמפ טוט אנצונדען די אנטיסעמיטיזם, אדער אז ער איז שילדיג אין סיי וואסערע וועג. ער האט סך הכל געוואלט וויסן וואס די אדמיניסטראציע/רעגירונג פלאנט צו טוען דערוועגן, דאס אלעס.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

berlbalaguleh האט געשריבן:
החוקר האט געשריבן:איר זאלט מיר אלע מוחל זיין, אבער די אלע דא און אויף א"וו וואס זענען פארנעמען מיט זעלבסט-באשולדיגונג, אז טורקס וואלט געקענט דאס פרעגן און יענץ פרעגן, אזוי פרעגן אזי פרעגן, און אז טורקס איז שילדיג אין טראמפ'ס רעאקציע, ליידן פון זעלבסט זיכערהייט, זיי האבן מורא וויאזוי גייט מיר יעצט די גוי אנקוקן? בין איך גענוג סאפיסטיקירט אין זיינע אויגן, גענוג פראפעשאנאל?

ברודער טייערע, טורקס האט זיך געלערנט דזשורנאליזם און ער טוט עס לענגער פון דיר, גלייב איך אז ער קען בעסער זיין פעלד. נאכמער איז אינטערעסאנט אנצומערקן, אז קיינער פון די אלע פראפעסיאנאלע דזשורנאליסטן צו וועמענס פיס קנעכל טורקס קומט נישט צו, האבן נישט אויפגעמערקט אז די שאלה איז פראבלעמאטיש. זיי אלע האלטן אז דער פרעזידענט איז נישט געווען אין פלאץ, יא אפילו פאקס ניוז.

יא: אבער דער סאבדזשעקט איז זייער סענסיטיוו פאר דאנאלד טראמפ. ערשטנס, ווייל ס'איז נישט אמת. ס'איז איבערגעטריבן און אויפגעבלאזן דורך די מידיא. פעיק ניוז...! אלס טייל פון די אגענדא אקעיגן איהם. און ער איז שוין מיעד פון זיך אייביג פארענטפערן אז ער האט מיט די אנטיסעמיטן וועלכע האבן אייביג עקזיסטירט אין אמעריקע גארנישט קיין דירעקטע אדער אומדירעקטע שייכות...! ווען ער וואלט אמת'דיג געהאט אנטיסעמיטישע איידיעס, וואלט ער גענוצט איינס פון די טויזנטער פאבריצירטע ליגנטס וואס די עכטע אנטיסעמיטן האבן אויסגעטראכט אויף אידן. לאמיר זיין רעאליסטיש. די טעראריסטישע און אנטיסעמיטישע אקציעס קומען אלע, אן אויסנאם פונ די לינקע לאגער. פון הילערי קלינטאנ'ס און באראק אבאמא'ס חסידים...!


איך קען ממש נישט גלייבן אז א אינטעליגענטע ניק ווי אייך זאל שרייבן אזעליכע שטותים און הבלים! לאמיר אנפאנגן מיט דעם, די לינקע לאגער זענען אנטיסימיטן???. האסט אינגאנצן פארגעסן אז רוב אידן אין אמעריקע וואוטן דעמעקראט! רוב מיינט נייציג פראצענט! האלטס אז נייציג פראצענט אידן אין אמעריקע זענען אבליוויאס און ווייסן נישט וואס טוט זיך מיט זיך? זיי וואוטן קעגן זייערע אייגענע אינטערעסן???
פארוואס האבן אידן זייט זיי זענען אין אמעריקע אייביג געוואוט פאר דעמקראטן און נישט פאר ריפובליקאנער????

ס׳געפעלט מיר ווי דו ברענגסט עפעס א ראי׳ פון א ווידעא קליפ אויף יו-טוב, אבער האסט אינגאנצן פארגעסן אז די טרויער-בארימטע KKK מיט די ווייסע סופרעמיסטן און אנטיסימיטן ווי David Duke ימח שמו וזכרו האבן אלע קאמפיינט פאר דיין ״אוהב ישראל״ טראמפ! און ער האט עס אפילו נישט דינאונסט און זיך פובליקלי אפגעשאקעלט פון זיי, בקיצור די ״טשערי פיקסט״ וועלכע מעשיות צוגלייבן און וועלכע יו-טוב קליפס סארווירט דיין אגענדא, און דעס נעמסטו אן! סהאט גארנישט מיט פאקטן צוטוהן!

ווייל דו פאקט איז:

ווען נישט דעמקראטן וואלסטו נישט געקענט שפאצירן אויף די גאסן פון ניו יארק סיטי ראוהיגערהייט מיט שטריימל און בעקיטשע, די דעמקראטן און לינקע האבן זיך אייביג אנגענומען פאר א יעדעמס רעכטן צו פראקטצירן זייערע רעליגיע פרייערהייט, זיי האבן זיך אייביג אנגענומען פאר די ארימע, אימיגראנטן, באקריוויטע, דעמקראטן זענען ווייט נישט אנטעסימיטש געשטימט און פארדעם טאקע וואוטן ממש נייציג פראצענט פון אידן דעמקראט! Get your facts straight! און טוה דיך אויס דיין איוואנקע קושנער גלעזער...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
פארשפארט