כ'דערמאן זיך ווען כ'האב די גמרא אין שבועות געלערענט איז מיר שווער געווארן די פסוק הנותן שלג כצמר, הלמאי די משנה זאגט בפירוש אז די ווייסע קאלירן פון שלג און צמר זענען דוקא נישט אייניג. דאס אז ס'איז פאעטיש גערעדט איז נישט געווען געניג גיט א הסבר פאר א אינגע בחור. ביז כ'האב געטראפן (כ'קען נישט געדענקן ווי) אז דער משורר אין תהילים איז נישט מדמה די קאליר פון שלג צו צמר נאר די פונקציע פון צמר און שלג. פונקט ווי צמר האלט דעם מענטש'ס גוף ווארעם אזוי אויך שניי, אין א ווינדערליכע פונקציע אין די בריאה, האלט די ערד און אירע פלאנצונגן און ווארצלען דערינטער ווארעם פון די פראסטן העכער די דניי. שניי דינט ווי א וואלענע דאכענע פאר די ערד. זינט דאן האב איך אזוי אינזין געהאט טעגליך ביים דאווענען, און אזוי אנגעהאלטן טעגליך די סייענטיפישע הארמאניע צווישן דוד המלך אין תהילים און זיין אייניקעל רבי יהודה הנשיא אין די משנה.
אייגענטליך, כ'זעה יעצט אז תוספות פרעגט די פשט און פסוק און ענטפערט פשוט פשט אז ס'איז פאעטיש, אורחיה דקרא למיתלי שאינו מצוי במצוי. וועל איך דארפן טרעפן פון ווי די אנדערע פשט קומט.
[tag]וואלווי[/tag] כ'האב ערשט דעם שבת דורכגעלערנט דעם תשובה, איך בין מקנא דיין טעלענט, זעה עפעס צו טוהן דערמיט, אז נישט וועט עס באגראבן ווערן מיט דיר אין קבר, מאך זיכער אז שו"ת זאב יטרף זאל אנטהאלטן כאטש צעהן חלקים
אזוי ווי א געוויסער חשוב'ער ספר פון א חשוב'ן מחבר פון די לעצטערע דור וועלכע האט עטליכע צוואנציג בענדער וואו ער מאלט וואסער. ער זאגט און זאגט און זאגט גארנישט...!
איך מיין נישט ח"ו צו זאגן אז דער עכטער שו"ת זאב יטרף וועט זיין אויף די זעלבע דרגא. איך בין זיכער אז ס'וועט אנטהאלטן זייער אינטרעסאנטע שאלות. און מער אינטרעסאנטע תשובות איבער מאדנע זאכן וועלכע געשעען אין טאג טעגליכן לעבן פון אן ערליכן איד. למשל די אלעמען באקאנטע שאלה וואס א אידענע איז געקומען פרעגן פון ירושלימ'ער רב הרב שמואל סאלאנט זצ"ל. איבער א טשיקן לעבער וואס איז געליגן אויפ'ן פענסטער און א קאץ איז געקומען און עס אויפגעגעסן. וויאזוי איז דער דין. מעג מען עסן די טשיקן אדער נישט...! אויך וועט דארט זיין א שאלה (ביי הילכות שבת) איבער א טראפ מילעך וואס איז אריינגעפאללן אין א טעלער טשאלנט. אויב מ'מעג עס ווייטער עסן אדער מ'דארף עס אויסגוסן. און אויב דער פרינץ פון די סנאו-ווייט מעשה האט געמעגט אויפוועקן סנאו-ווייט פון איהר שלאף. און אויב גאלדי-לאקס האט נישט עובר געווען אויף גניבה ווען זי האט אויפגעגעסן די סעודה פון די 3 בערעלעך...!
אונז ווארטן שוין בכליון עניים ווען די שו"ת ספר וועט ארויסקומען. איך האלט אז דער מחבר קען שוין גיין קאלעקטן געלט אויף דעם חשבון אזוי ווי די פרע-נומעראנטן פון אמאל...! איך וועל זיין בלי"נ דער ערשטער צו שרייבן א טשעק. (צו ס'וועט נישט צוריקקומען. דאס קען איך שוין נישט גאראנטירן. אבער שרייבן קען איך... )
שלום און בערל, ס'איז ענק נישט אנגעפאלען אז אפשר בין איך גאר א דיין וואס גייט מיט שמונה בגדים און טראגט א לעפטאפ אונ'ם טלית בייטל וואס האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע באוויסטע תשובות ספרים און געט זיך אויס אויף קאווע שטיבל?
האפנטליך ווי לאנג די וועקער וועט אנהאלטן פעסט וועט שו"ת זאב יטרף זיין א געטרייער מיטגליג
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
וואלווי: למען האמת. איך האב זייער שטארק ליעב צו בלעטערן אין שו"ת ספרים. ספעציעל פון די היינטייגע מחברים. שליט"א וז"ל. איבער א סאך פון די שאלות. און נאכמער, פון די תשובות קענמען זיך קוילערן פאר געלעכטער. איך ווייס אז ווען איך בין א דיין אדער רב און איך באקום א בריעף מיט א קאמישן תוכן אין די שאלה. וואלט איך מיך געקוילערט פאר געלעכטער אז די טינט וואלט זיך אויסגעגאסן אויפ'ן פאפיר. און ס'וואלט געווען אויס שאלה און תשובה...!...
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: למען האמת. איך האב זייער שטארק ליעב צו בלעטערן אין שו"ת ספרים. ספעציעל פון די היינטייגע מחברים. שליט"א וז"ל. איבער א סאך פון די שאלות. און נאכמער, פון די תשובות קענמען זיך קוילערן פאר געלעכטער. איך ווייס אז ווען איך בין א דיין אדער רב און איך באקום א בריעף מיט א קאמישן תוכן אין די שאלה. וואלט איך מיך געקוילערט פאר געלעכטער אז די טינט וואלט זיך אויסגעגאסן אויפ'ן פאפיר. און ס'וואלט געווען אויס שאלה און תשובה...!...
וואס מיינט וז״ל? בערעלע
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...
berlbalaguleh האט געשריבן:וואלווי: למען האמת. איך האב זייער שטארק ליעב צו בלעטערן אין שו"ת ספרים. ספעציעל פון די היינטייגע מחברים. שליט"א וז"ל. איבער א סאך פון די שאלות. און נאכמער, פון די תשובות קענמען זיך קוילערן פאר געלעכטער. איך ווייס אז ווען איך בין א דיין אדער רב און איך באקום א בריעף מיט א קאמישן תוכן אין די שאלה. וואלט איך מיך געקוילערט פאר געלעכטער אז די טינט וואלט זיך אויסגעגאסן אויפ'ן פאפיר. און ס'וואלט געווען אויס שאלה און תשובה...!...
וואס מיינט וז״ל? בערעלע
פון בערעלע'ס בלעטערען און קוילערען ביי די מחברים ז"ל אין לך שפתיו דוברות בקבר גדול מזו ווי די ערדציטערנישט וואס קומט דארט פאר אין בית עלמין ווען בערעל האט א שלאף לויזע נאכט
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -