געווענליך אין א פאליטישע קאמפיין, איז זייער שווער צו דעבאטירן און אויסשמועסן מיט אן אמתדיגקייט וואס מען האלט באמת.
1) ווייל יעדע ליין, יעדע תשובה פאר א רעפארטער איז דיזיינט צו געפעלן אדער נישט אויפרעגן די אדער יענע גרופע וויילער, און די וועג וויאזוי מ'געווינט אויפן פאליטישען שלאכטפעלד איז נישט מיט אידעאלאגיע, נאר מיט געלונגענע וואן-ליינערס, וואס מ'האפט אז ס'זאל בלייבן אריינגעקריצט אין זכרון ביז צום שטום בודקע.
2) די חברה האלטן נישט באמת ביים ארויפשאצן די ארבל און זיך שלאגן פאר א געוויסע שיטה, נאר איינמאל זיי געווינען איז דער איינציגער מאן דאמר ביים אונטערשרייבן געזעצן, די פינאנצירער פון די קאמפיינס. לאבאיסטן, יוניאנס, און אלע אנדערע פריוואטע אינטערעסען, און דער עולם גולם לאזט מען הענגן.
זינט 2010 איז אנטשטאנען א שטארקע טויש אין דעם הינזיכט, ס'האבן אנגעהויבן ארויסצושפראצן אידעאליסטישע פאליטישאנס אויף ביידע זייטן פון די אייל, אזא מענטש ווי קרוז וואס א קורצע צען יאר צוריק וואלט נישט געהאט קיין שום שאנס מצליח צו זיין אין פאליטיק, איז היינט א סופערסטאר ביי די קאנסערוואטיוון. און אזא מענטש ווי בערני וואס מ'האט באטראכט ווי אן אלטער חסר דעה מיט עקסטרעמע לינקע אנשויאונגען האט מצליח געווען אונטערצוהאקן דעם עטאבלירטן קלינטאן מאשין.
סי ען ען, האט געהאט א דעבאטע פון די צוויי סענאטארן איבער דעם עתיד פון אבאמאקעיר, ס'איז העכסט אינטערסאנט, און אינפארמאטיוו. הגם די פאליטישע לענגוויטש איז מערקבאר, קיינער פראבירט נישט צו זאגן דעם גאנצן אמת אויס מורא אז די מידיא וועט זיך ארויפכאפן דערויף און ביי זייערע נעקסטע קאמפיין וועלן זיי זיך מוזן פארענטפערן, אבער ס'איז נאך אלץ זייער קלאר, ווי ס'איז בולט די חילוקים אין די פארשלאגן לויט די קעגענזייטיגע אידעאלאגיעס וואס די צוויי טראגן.
https://www.youtube.com/watch?v=Rvy1iDKRk74
קרוז ווס. סאנדערס
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
יעקב מענטש האט געשריבן:און אזא מענטש ווי בערני וואס מ'האט באטראכט ווי אן אלטער חסר דעה מיט עקסטרעמע לינקע אנשויאונגען
https://www.youtube.com/watch?v=Rvy1iDKRk74

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
הייסט עס אז בערני קוקט יערער אן ווי א חסר דעה! משא״כ דיין דאנאלד טראמפ, שרה פעילן, קריס קריסטי, טעד קרוז, בען קארסן, מארקא רוביא, ראנד פאועל, זיי זענען די נארמאלע מענטשען.
גראדע פאר ווער ס׳וויל הערן דעם אמת, בערני סענדארס איז כרגע די מערסטע פאפיולער סענעטאר אין וואשינגטאן. די איינציגסטע סענעטאר וואס לאט זיך נישט אינטערקויפן ביי ״ספעישאל אינטערעס״ און ביי ״לאביסטן״! ביי די לעצטע עלקשאונס איז ער דער איינציגסטער קאנדידאט פון ביידע זייטן וואס האט באקומען ווארימע שטיצע פון די אנדערע זייט! אסאך מעסיגע ריפובליקאנער א שטייגער ווי דזשאן מעקעין און נאך האבן אפען געלויבט בערני פאר זיין איידיעס און אוטענטישקייט.
רעכען מיך אויס דריי זאכן מיט וואס בערני איז מעהר עקסטרים ליבעראל ווי רוב געלונגע מערב אייראפישע לענדער, אין קאנאדא און אין רוב נארמאלע וועלט ווערט בערני פארעכענט פאר א מעסיגער.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1034
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 06, 2014 4:10 am
- געפינט זיך: אויפן גיט אין דער אלטע הײם
- האט שוין געלייקט: 714 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 512 מאל
Re: קרוז ווס. סאנדערס
זעהנידיג די קעפל האב איך געמיינט אז עס איז וועגן קרויז ווס. סאנדערס היטן. [emoji57]
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1127
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
- האט שוין געלייקט: 876 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל
שבת.
בערני רעדט ווי אן אמאליגער סאציאליסט.
איין דוגמא וואס קומט מיר אויפן געדאנק. בשעת זיי דעבאטירן דעם פראבלעם פון הויכע דראג פרייזן, -א פעלד ווי ביידע זענען מער ווייניגער אין אגריעמענט- זעט מען נאכאלץ קלאר אן א חילוק פון די צוויי, בשעת קרוז פרובירט צו ברעכן דעם מאנאפאל וואס די גאווערמענט האט געשאפן (דורך נישט לאזן אריינברענגן, צו דורך נישט עפראווען נייע מעדיצין), רעדט בערני פון דעם סי אי או'ס פעיטשעק, ווי כאילו ווען די שטאט זאל ווען רעגולירן וויפיל די חברה באקומען אין געהאלט, גייען די פרייזן אויטאמאטיש טראסקענען. עפעס וואס ער אליין פארשטייט אז ס'איז נישט אמת (כ'האף אזוי), אבער נוצט דאס נאך אלץ אויפצורייצן דעם עולם קעגן רייכע יחידים.