וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשירים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשירים

שליחה דורך moshav zekeinim »

עס איז נישט קיין סוד מער, אז צווישן די געמיינדע וואס האבן פארלאזט דאס חרדיש לעבן, די וועמען מען רופט בשם א.ט.ד. האט זיך אין די לעצטע יאר צוויי אנגעהויבן באמערקן א שטארקער אויפשטייג אין הצלחה ווי קיינמאל בעפאר, פון א געמיינדע וואס ביז עטליכע יאר צוריק האבן אירע מענטשן קוים געקענט צובינדן די שיך אליינס, וואו כמעט אלע זענען געווען לא יצלח'ס און עניים מרודים, איז עס ווי איבערנאכט געווארן א געמיינדע פון א ריזיגער צאל מוצלחים, א פאקט וואס הייבט שטוינענדע ברעמען ביי אלע וואס האלטן מיט די פראסעס פון די נאנט. סוחרים מיט גרויסע געלטער האבן אנגעהויבן ארויסצשפראצן איינס נאכן אנדערן, גאר חשובע פאזיציעס ווי דאקטוירים און פראפיסארן ווערן פארנומען דורך אטד אידן.

נישט נאר אין עניני ממונות זעהט זיך א דראסטישער טויש, נאר אויך בעניני רוח, פון א געמיינדע וואס האט אמאל אנטהאלטן גאסן יונגען, אויסגעלאשענע זאמביס, און נידעריגע נארקאטיקער, איז פלוצלינג ארויסגעוואקסן א געזעלשאפט פון קעפ שטיק, מלומדים, חברה וואס ווייקן זיך בין כותלי הגימנאזיאום און טונקען זייערע קעפ אין ספרי מדע.

פון א געמיינדע וואס איז באשטאנען פון הארטנקיגע עגאיסטישע יונגען, איז געווארן א געמיינדע מיט אנשים טובי לב, בעלי טובות, ובעלי סבר פנים יפות.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
ליפא
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2159
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
האט שוין געלייקט: 2314 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל

שליחה דורך ליפא »

"רשע וטוב לו"
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
באניצער אוואטאר
יהודי פשוט
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 703
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 30, 2014 9:00 pm
האט שוין געלייקט: 435 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 489 מאל

Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי

שליחה דורך יהודי פשוט »

בלא בלא בלא בלא בלא בלא
איך בין א נער און איך גלייב!!!
אהבת ישראל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:07 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך אהבת ישראל »

ליפא האט געשריבן:"רשע וטוב לו"

זארג דיך נישט סאיז נישט קיין רשע וטוב לו אויך נישט
דער פותח האשכול האט אראפגעלייגט א פאלטשע הנחה אויף הוילע לופט ,רובא דרובא פון דע חברה זענען ניטאמאל רשעים ,רוב זענען נעבעך פארוואגאלטע נשמות ,תינוקות שנשבו
אין מעסיווע לאזערעס ,פארמאגען נעבעך גורנישט .אין דע פאר פון וועמען מען קען זאגען אז יא, זענען פאר דע כפירה פרשה שוין געווען גרויסע גבירים אין קיינער וויסט נישט וויאזוי עס גייט זיך ענדיגען מיט זיי,
נסתרים דרכי השם ,השי"ת זאל רחמנות האבען אויף זיי ,זיי שפילען מיט פייער ,,,,,
אהבת ישראל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:07 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך אהבת ישראל »

איך האב יעצט אביסעל געליינט תגובות פונעם פותח פון דעם אשכול אין אנדערע אשכולות אויף קאווע שטיבל, אין איך זע אז מען רעדט פון א ניק וואס איז אליין א גרויסער שונא דת ..ער שרייבט אז ער איז א דתי אבער א שונא חרדים,
בקיצור איינער פון דע אט"ד לאזערעס ,ער פראבירט אונז איינרעדן אז עס גייט אים גוט........ חחחחחחחח

עס לוינט זיך אלץ בעסער צי זיין א חרדי ,עס איז דא מער חרדים וואס באדען זיך אין געלט ווי דע אט"ד לאזערס... חרדים האבען געלט און דארפען נישט שוויצען פאר א דעגרי צי מאכען 300 טויזענט דולר א יאר
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

מושב, איך דארף נישט מער ווי א לינק פון 5 מוצלחים, ודי בזה. לאמיר זען א סוקסעספול פראפייל, אדרבה ואדרבה. בלאו הכי שוא ידברו.
אהבת ישראל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 240
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:07 pm
האט שוין געלייקט: 14 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך אהבת ישראל »

פרייוויליג האט געשריבן:מושב, איך דארף נישט מער ווי א לינק פון 5 מוצלחים, ודי בזה. לאמיר זען א סוקסעספול פראפייל, אדרבה ואדרבה. בלאו הכי שוא ידברו.

מושב שרייבט אז עס איז דא א ריזיגע געמיינדע מוצלחים פון זיי , 5 מענטשען פון א רוזיגע געמיינדע איז א נישטיגע נומבער עני וועי
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי

שליחה דורך החוקר »

איך וויל וויסן וואס איז די ר"ת פון גמאז"ב אדער בזאמ"ג, @מושב קענסט ארויס העלפן, אדער עס איז טיפע סודות התורה?
אייז קריעם
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 323
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 13, 2016 12:47 pm
האט שוין געלייקט: 136 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 248 מאל

שליחה דורך אייז קריעם »

אפשר קען איינער פון זיי דיך הייערן?

וואלט באמת געווען א גלייכע זאך מחמת כמה סיבות.
One who does not see G-d everywhere does not see him anywhere
  –The Rebbe of Kotzk
נאך א מיינונג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 14, 2014 9:30 am
האט שוין געלייקט: 12 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

שליחה דורך נאך א מיינונג »

ער איז שוין דא! שקר און שקר משתמשים בערבוביא!

ווער זענען די געלונגענע? ברגר איז אזוי געלונגען אז ער ענטפערט מעדיצינישע שאלות אויף ק"ש. דבורה פעלדמאן שרייבט ביכער ווי מ׳נעמט איהר בילד ווי אדם הראשון נאכ׳ן חטא. דער געלונגענער לוזער טוורסקי קוועטשט און קרעכצט אויף פעיסבוק אז זיין לעבען זייגט, שלום דין האט נאכאלס נישט געטראפען קיין דזשאב וואס נעמט נישט אריין זיין וויכטיגע ארבעט פון קלאפען סקווער.

ווער נאך? אה! מושב זקנים אליינס. ער האט שוין צושמעטער דער חרדישקייט ביז קיין טלית בארטעל איז נישט צום טרעפען אין גאנץ ב.פ.. אלע רביס האבען אויפגעגעבען זייער אמט און זיי זוכען ארבעט אין פאבריקען און עסקנים אין אנטוורפן ווייקען זיך שוין נישט אין מקוה. מיט אזא געלונגענקייט, ווער דארף זייגען?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פרייוויליג האט געשריבן:מושב, איך דארף נישט מער ווי א לינק פון 5 מוצלחים, ודי בזה. לאמיר זען א סוקסעספול פראפייל, אדרבה ואדרבה. בלאו הכי שוא ידברו.


איך האב מיין אייגענע פראספעקטיוו אין די נושא, כוועל אפשר שפעטער שרייבן, כרגע יאג איך מיך.

כהאב זייער נישט ליעב צורעדן אויף א פובליק פורם וועגן פריוואטע מענטשען, אבער מר פרייוויליג, סאיז דא אסאך אסאך אסאך מעהר ווי פינף אטד״ס וואס האבן מצליח געוועהן. אויב האלטסו באמת אז נישט- אולי וועל איך דיר שיקן א ליסט אין אישי פון עטליסט פופציג וואס איך בין זייער נאנט, סאיז זייער נעריש צוזאגן אנדערש... האלטס טאקע סאיז נישטא קיין פינף מענטשען פון איבער צוויי טויזנט אטדס וואס זענען מצליח, ק׳מאן?..
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

@שבת מושב רעדט פון עשירים נישט סתם מוצלחים, אזעלעכע וואס מאכן די העדליינס אין די ריעל דיעל וכדו'
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

א חידוש, איינער ג׳רעבעצט ארויס א ג׳מיש פון אותיות וואס זייער שייכות מיט די אינהאלט פון די מ׳נטשליכע פ׳רשטאנד איז נאך ווייניגער ווי די מ׳נקיס, און עס ב׳קומט נאך תגובות.

# נפלאות המין האנושי
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

כאכאכא, האבן זיך די רויבער צולאכט.
א אפגעפליקטע פאלק ווי זיי נישט פארהאן אין אמעריקא (אפשר אין מידל איסט)
כהאב פונקט א נאנטע קרוב א או טי די, ער פונקט מער פון די געריבענע, ממילא האלט איך אביסעל מיט פונעם נאנט.
רוב לעבן אונעם בעיסמענט פונעם עפארטמענט בילדינג אין שלאפט ביז זייגער טויזענט אין קויפט מעגדאנעלט פאר א שענערע night out
מיין קרוב שיקט מיר כסדר בילדער פון מעמדים ווי ער טרעפט זיך מיט די חברה, אלץ נייגריגער שטודיר איך די בילדער, אלץ מיטן צוריסענע קאוטש, אדער אפגעפליקטע נידריגע דעכער מעמדים, אלץ איז דא צו עסען פאפקארן מיט ביער, אין רוב עולם זעהט אויס ווי זיי פאסן אויפ צופיקן מיינע פלעשלעך פונעם ריסייקעל.
ווידער די בילדער איך שיק עיהם, ווי איך הענג ארויס מיט חברים איז עס אלץ א שיינע אפיס, אדער א טייערע רעסטוראנט אין די עולם שאשקעט טייערע וויינען,

יעצט מיין קרוב איז נישט פון די נידריגע עלעמענט ביי זיי, ער איז מער א אויפרייסענדיגע, אבער פאר סאם ריזן האבן זיינע חברין אויפן בילדער די אלטע אייפאון מיטן קרעק אויפן סקרין אין כאפן סעלפיס אין קארס פון יאר 2005 מיט סחורענע סיעטס,

פליז האק נישט קיין טשייניק, פאר יעדער או טי די וואס דעקט זיין חודש (1000 רענט, 500 עסען 500 דראגס)
איז דא 150 חסידישע אינגערלייט וואס האבן וואלקען קראצעס אין מאנהעטטען אן א מארגידז....

יעצט כגיי נישט קאפ אין וואנט, ס׳ווייסט יעדער פון עיר איינער אדער צוויי וואס זענען פיין מצליח, אבער רוב עולם?? תם קעפ, נישט געהאלטן ביים לערנען געווען די נעבעך אין קלאס פון נורסערי ביז ער האט מחליט געווען אז ער גייט צו פיקסן זיי טאטע די גרוש אין גייט גיין, מער ווי פאקן באקסיס קען ער סיי ווי נישט, אבער מוצלח??? זאג נאך א דזאוק
קומזיץ
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 290
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
האט שוין געלייקט: 523 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל

שליחה דורך קומזיץ »

ליידער האט זיך לעצטענס געמאכט אפאר אזעלכע פעלער , סקען זיין אז ביז דעמאלטס האט מען נישט די קוראזש אבער מ'הייבט אן צו מאכן א פאר דולר איז וישמן ישורון ויבעט..
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

שטאפענע, ווייל דו האסט א קרוב א לא יצלח מיינט נאך גארנישט, איך האב אפאר קרובים פרומע חסידשע אידן און זיי האבן נישט קיין טאפ ווי אריינצופישן און מוטשענען זיך צוטהן שידוכים מיט די קינדער, און האבן נישט קיין פרוטה צו זייער נשמה, דעס מיינט אז אלע פרומע אידן האבן נישט קיין פרוטה צו זייער נאמען??? דעס אז דייין קרוב גייט נישט גוט געט דיר נישט קיין רעכט צורעדן זאכן וואס איז לא דובים ולא יער. דו קומסט מיר פאר ווי א מענטש וואס האט קיינמאל נישט געזעהן קיין אידן בעפאר אין זיין לעבן, און פונקט איינמאל אין זיין לעבן האט ער געדארפט זיין אין וויליאמסבורג, האט ער אנגעפרעגט איינעם ווער זענען די מענטשען מיט די לאנגע בערד און היטן און רעקלעך, האט מען אים גענטפערט דאס זענען אידן, שפעטער ווען ער האט געטראפן א דאקטער אין מאנהעטן וואס האט אים געזאגט אז ער איז א איד האט ער געזאגט ס׳קען נישט זיין ווייל דו גייסט נישט אנגעטוהן מיט קיין הוט און רעקל און דו האסט נישט קיין לאנגע בארד, זאגט אים די אידישע דאקטער רוב אידן גייען נישט אזוי אנגעטוהן , זאגט דער שאינו יודע לשאול, פארצייל מיר נישט קיין מעשיות איך בין געוועהן אין וויליאמסבורג און בפירוש געזעהן אז ״אלע אידן״ גייען אנגעטוהן מיט הוטן און רעקלעך...

זייט וויסן איך קען נישט קיין איין אטד וואס וואוינט אין א בעיסמענט! אף אחד! איך קען הונדרטער פון זיי. קיינער פון זייערע הייזער שטינקען נישט פון קיין ביר וכודומה!

איך פלאן אפשר בקרוב צושרייבן א ארטיקל וועגן די נושא און וועגן 5 אטד״ס וואס האבן געטוישט די וועלט אויף אייביג! אריינגערכענט שטאפענע׳ס מעדיציען קאבינאט... צום ביישפיל רחל פרענקל (ראזלין פרענקלין) פון לאנדאן וואס איז געוועהן איינע פון די פיר סייענטיסטן וואס זענען אויפגעקומען מיט די ען עי, און אן איר מאדל פון ׳דאבל-הילעקס׳ וואלט מען עד היום אפשר נישט געקענט לייענען און פארשטיין די ען עי וואס האט געטוישט די מעדיצינישע וועלט אויף אייביג!

מקוה וואסער זאלסטו נישט מאלן אויף מיין פיקל! שטותים מיט לאקשן זאלסטו פארקויפן אויף אייוועלט!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שטאפענע קאפעליטש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 254
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל

שליחה דורך שטאפענע קאפעליטש »

שבת'ל כ'בין זיך מתווכח מיט דיר, איך האלט אז רוב אט"ד זענען צווייטע קלאס מענטשן, מער פון די נידריגע עלעמענט,

איך קען דיר אנווייזן אין מיין קלאס פון חדר איז דא צוויי אט"ד, ביידע געהאט פאטעיטא קעפ, ביידע צוריסענע שטיבער און ביידע געווען די נרדפים פון קלאס.

ווען זיי בלייבן ווען דא זענען זיי די רעדזשיסטער פון א גראסערי, מילד גערעדט. יעצט אז זיי האבן ביי די 16 מחליט געווען אז זיי גייען פארלאזן, זיי זענען געגאנגען זוכן א בעסערע צוקונפט ווייס איך ערשט-האנטיג אז איינער ארבייט אין א קליידער געשעפט און דער צווייטער טוישט דזשאבס ווי איך זאקן. מ'רעדט דא פון צוויי רענדעם מענטשן.

שבת'ל ס'איז שוין געווארן איבערגעקייעט אויפ'ן שטיבל 101 מאל לכה"פ, אבער רוב או.טי.די. זענען געגאנגען ווייל זיי האט די סיסטעם ארויסגעשפיגען, נישט ח"ו במזיד נאר באונס, איינער ווייל זיין טאטע איז פארריקט אויף תולה ארץ, און א צווייטער ווייל ער האט געוואלט מ'זאל איהם מאלעסטען, און א דריטער ווייל ער האט געוויסט אז ער האט דא נישט קיין טשאנסן וגו'.

פאקט איז, א נארמאלע מענטש מיט א נארמאלע משפחה מיט א נארמאלע surrounding איז נישט קיין או.טי.די.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

סאיז דא וואס קומען פון צובראכענע שטיבער, און סאיז דא פון נארמאלע שטיבער. סאיז יש ויש. דו האסט א עקסעל-שיט פון אלע אטד״ס און אין וועלכע קלעיס זיי גייען אריין? וואס האקסטו אין קאפ אריין??? וויפל אטדס קענסטו בכלל? צוויי נעבעכדיגע טונע-בייגלס פון דיין קלאס???

איך קען דריי אטד״ס פון ברוקלין וואס האבן געקויפט פאריגע חודש א בילדונג אין מאנהעטן פאר קרוב צו הונדרעט מילאן דאללער בשותפות, די דריי זענען אלע איבער די פופציג יאר אלט און זיי אלע דריי האבן איבערגעלאזט די סיסטעם פאר צוואנציג יאהר צוריק, היימישע חסידישע דריי אטד״ס, אלע פון זיי האבן אפאר חתונה געהאטע קינדער, זיי וואוינען אין פאלאצן אין פלעטבוש און אין מארין פארק, זיי לעבן א חיים טובים, זיי זענען נאך עני טיים אזוי גליקלעך און צופרידן ווי רוב חרדישע אידן, זיי האלטן אויס זייערע קינדער, זיי לעבן זיך אין גיטן מיט זייערע פאמילעס, און ס׳פעלט זיי גארנישט, דעס איז נאר איין קליינע משל פון איין קליקע פון דריי אטדס העכער פופציג וואס טרעפן זיך יעדע וויקענד און האלטן אן קשר איינעם מיטן צווייטן און טוהן ביזנעס איינער מיטן צווייטן און פארן צוזאמען אויף וואקציע, איינע פון זיי פארמאגט א אי קאמערס ביזנעס וואס האט אזא 900 ארבעטארער, ער האט אליינס אויפגעשטעלט די ביזנעס, ער האט אין סטאק 70,000 אייטעמס! סאיז דא פונקט אזויפיל רחמנותליך אין דיין קרעמעל ווי אין מיין קרעמל! שנייד די קרעפלעך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

שליחה דורך החוקר »

@שבת, כדי צו קענען דעבאטירן וואס דו זאגטס דארף מען עטאבלירן (ווי די היינטיגע פארריקטע צייטונגען שרייבן, aka אוועקשטעלן), קאמאן גראונד. ווער איז אן או טי די, סיי ווער עס לאזט אפ "זיין" חסידות, אדער דארף מען אוועק ווארפן חסידות בכלליות, אדער איז מען נישט יוצא אלע שיטות למהדרין ביז מען ווערט א פורק עול אינגאנצן. והשנית ווי לאנג גייט שוין אן די פענאמענאן פון או טי די, זייט די צדוקים, הערשט פון די משכילים אנגעהויבן, אדער נאר לעצטענס.

פון דיין דוגמא אלס א געלונגענע או טי די איז משמע, אז א פרוי וואס לעבט שוין נישט באלד 60 יאר, איז נישט געקומען פון א גאר פרומע שטוב, אויב שותו"מ בכלל, איז אויפגעוואקסן אין א שטוב וואס שטודירן איז געווען א לכתחילה און לכאורה געשטיצט פון די עלטערן, איז אין דיינע אויגן נאך אלס אן אט"ד.

איך מיין אז רוב עולם ווען מען באציעט זיך צו אן אוי טי די, מיינט מען די לעצטיגע באמעס וואס זענען יורד צו פריקת עול. קען זיין איך האב א טעות, אדרבה זאל דער עולם קודם קלאר מאכן ווער די טעסט סאבדזשעקט איז, נאכדעם קען מען דן זיין צו זיי זענען מצליח צו נישט, פארדעם, רעדסטו פון פאר די מלחמה, און אנדערע פון סענדז סטריט, און א דריטער פון טרופ.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

החוקר ראזלינד פרענקלין איז אויפגעוואקסן אין אמתע פרומע חרדישע שטוב, איר טאטע האט בשום אופן נישט געוואלט זי זאל גיין שטודירן, און מיט-דעם-אלעם האט זי נישט צוגעהערט אין געגעאנגען שטודירן, סאיז דא בריווען ווי זי טעהנט זיך מיט איר טאטע וועגן אידישקייט און אמונה און שמירת שבת.

די אטדס פון מיין משל זענען אלע נישט קיין שומרי שבת.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

החוקר האט געשריבן:@שבת, כדי צו קענען דעבאטירן וואס דו זאגטס דארף מען עטאבלירן (ווי די היינטיגע פארריקטע צייטונגען שרייבן, aka אוועקשטעלן), קאמאן גראונד. ווער איז אן או טי די, סיי ווער עס לאזט אפ "זיין" חסידות, אדער דארף מען אוועק ווארפן חסידות בכלליות, אדער איז מען נישט יוצא אלע שיטות למהדרין ביז מען ווערט א פורק עול אינגאנצן. והשנית ווי לאנג גייט שוין אן די פענאמענאן פון או טי די, זייט די צדוקים, הערשט פון די משכילים אנגעהויבן, אדער נאר לעצטענס.

פון דיין דוגמא אלס א געלונגענע או טי די איז משמע, אז א פרוי וואס לעבט שוין נישט באלד 60 יאר, איז נישט געקומען פון א גאר פרומע שטוב, אויב שותו"מ בכלל, איז אויפגעוואקסן אין א שטוב וואס שטודירן איז געווען א לכתחילה און לכאורה געשטיצט פון די עלטערן, איז אין דיינע אויגן נאך אלס אן אט"ד.

איך מיין אז רוב עולם ווען מען באציעט זיך צו אן אוי טי די, מיינט מען די לעצטיגע באמעס וואס זענען יורד צו פריקת עול. קען זיין איך האב א טעות, אדרבה זאל דער עולם קודם קלאר מאכן ווער די טעסט סאבדזשעקט איז, נאכדעם קען מען דן זיין צו זיי זענען מצליח צו נישט, פארדעם, רעדסטו פון פאר די מלחמה, און אנדערע פון סענדז סטריט, און א דריטער פון טרופ.
א באם איז דאס וואס שבת רופט אן א טונא בייגל. אבער אן אטד מיינט געווענדליך איינער וואס איז אויפגעוואקסן אינם סיסטעם פון חדר סקול און טאטאל פארלאזט דעם דרך. היינט וועט א באם געווענדליך פארבלייבן אינעם סיסטעם. ארויס גיין אינגאנצן גייען די קעפ שטיק.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

החוקר, איך בין דא אפצופרעגן די איידיע אז אויב מפארט אפ און מ׳גייט אוועק פון די אויסגעטרעטענע וועג קען מען נישט מצליח זיין אדער וואס. זייט סאיז דא אפגעפארנע זענען דא וואס האבן יא מצליח און געוועהן און סאיז דא וואס האבן נישט, אסאך האבן יא, פון די נאובעל פרייז געווינער׳ס אייזיק באשעוויס זינגער און אלי וויזל ביז דזעשקי מעסאן און עלען דערשאוויץ.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: וואסי לצטנס ג'שען מ'די אטד אז'ס שפראצן ב'זיי אזויפיל עשי

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א מחלוקת צווישען שבת אחים און מושב זקנים. דער צווייטער זאגט אז דאס איז אן ערשיינונג פון די לעצטע צוויי דריי יאר, און די ערשטע זאגט אז ס׳איז שוין א פאר הונדרעט יאר.

דער וואס זיין קאפ קען צושטעלען א יונג מיידעל צו אינגעל וואס וויל גייען שטודירען מיט א יונגערמאן וואס לאזט אפ זיין משפחה צו וואוינען אין א בעיסמעמט ערגעץ, מיט א האפענונג אז א גוטע דיל קומט באלד, איז א מקוה וואסער מאלער.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט