המחלוקת בהלכה

מחשבה, השקפה ועיון
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

המחלוקת בהלכה

שליחה דורך Chasidishmashpia »

מעודי איז מיר שווער געווען דאס ענין ווי איז שייך מחלוקת אין הלכה? בעיקר בימי התנאים ואמוראים ווייל תורה שבעל פה איז דאך אויך מסיני איז ווי איז שייך א מחלוקת ??
קען זיין אז דאס ענין ווערט דורכגעטון בארוכה דאהי אין שטיבל, איך האב נאר געוואלט מודיע זיין משום אל תמנע טוב וכו' אז אינה לידי א ספר ושמו "המחלוקת בהלכה" וואס איז שיין מצטט אסאך מקורות וענינים בנידון זה.
ווי אויך ברענגט ער שו"ת מן השמים בענין מחלוקת רש"י ור"ת לגבי תפילין און מן השמים ענטפערט מען אז כביכול פייט זיך מיט פמליא של מעלה איבער דעם.
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

Chasidishmashpia האט געשריבן:מעודי איז מיר שווער געווען דאס ענין ווי איז שייך מחלוקת אין הלכה? בעיקר בימי התנאים ואמוראים ווייל תורה שבעל פה איז דאך אויך מסיני איז ווי איז שייך א מחלוקת ??
קען זיין אז דאס ענין ווערט דורכגעטון בארוכה דאהי אין שטיבל, איך האב נאר געוואלט מודיע זיין משום אל תמנע טוב וכו' אז אינה לידי א ספר ושמו "המחלוקת בהלכה" וואס איז שיין מצטט אסאך מקורות וענינים בנידון זה.
ווי אויך ברענגט ער שו"ת מן השמים בענין מחלוקת רש"י ור"ת לגבי תפילין און מן השמים ענטפערט מען אז כביכול פייט זיך מיט פמליא של מעלה איבער דעם.

מיינסט דאס ?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

און, וואס איז די תירוץ?

אויב איז אלעס מקובל ווי אזוי קען זיין א מחלוקת?

און נאכמער, דע ראיה פין כוזרי אז תורה מסיני איז אמת ווייל מען קען נישט אויפמאכן אז עפעס איז געשעהן בפני קהל ועדה, וויאזוי איז דא שיטות בנוגע די עשרת הדברות, למשל וואס דער אויבערשטער האט געזאגט און וואס משה האט געזאגט?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
חכם-לב
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 90
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 23, 2016 6:45 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 201 מאל

Re: המחלוקת בהלכה

שליחה דורך חכם-לב »

Chasidishmashpia האט געשריבן:מעודי איז מיר שווער געווען דאס ענין ווי איז שייך מחלוקת אין הלכה? בעיקר בימי התנאים ואמוראים ווייל תורה שבעל פה איז דאך אויך מסיני איז ווי איז שייך א מחלוקת ??
קען זיין אז דאס ענין ווערט דורכגעטון בארוכה דאהי אין שטיבל, איך האב נאר געוואלט מודיע זיין משום אל תמנע טוב וכו' אז אינה לידי א ספר ושמו "המחלוקת בהלכה" וואס איז שיין מצטט אסאך מקורות וענינים בנידון זה.
ווי אויך ברענגט ער שו"ת מן השמים בענין מחלוקת רש"י ור"ת לגבי תפילין און מן השמים ענטפערט מען אז כביכול פייט זיך מיט פמליא של מעלה איבער דעם.

עי' ריטב''א עירובין י''ג בענין ב''ש וב''ה ותמצא נחת. ס'איז דא אסאך צו רעדן און שרייבן דערויף... תורה לא בשמים הוא. תן לחכם ויחכם עוד.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

די גמרא מס' תמורה דף ט"ז זאגט: אמר רב יהודה אמר שמואל שלשת אלפים הלכות נשתכחו בימי אבלו של משה. לפי"ז פאנגט זיך די גאנצע קשיא נישט אן.
אויך וויל איך צוצייכענען די גמרא סנהדרין פ"ח:
תניא, אמר רבי יוסי: מתחילה לא היו מרבין מחלוקת בישראל. אלא: בית דין של שבעים ואחד יושבין בלשכת הגזית, ושני בתי דינין של עשרים ושלושה, אחד יושב על פתח הר הבית ואחד יושב על פתח העזרה, ושאר בתי דינין של עשרים ושלושה יושבין בכל עיירות ישראל.
הוצרך הדבר לשאול - שואלין מבית דין שבעירן, אם שמעו - אמרו להן, ואם לאו - באין לזה שסמוך לעירן. אם שמעו - אמרו להם, ואס לאו
- באין לזה שעל פתח הר הבית. אם שמעו - אמרו להם, ואם לאו - באין לזה שעל פתח העזרה. ואומר: כך דרשתי וכך דרשו חברי, כך למדתי וכך למדו חברי. אם שמעו - אמרו להם, ואם לאו - אלו ואלו באין ללשכת הגזית, ששם יושבין מתמיד של שחר עד תמיד של בין הערבים, ובשבתות ובימים טובים יושבין בחיל. נשאלה שאלה בפניהם, אם שמעו - אמרו להם, ואם לאו - עומדין למניין. רבו המטמאים - טמאו, רבו המטהרין - טהרו.
משרבו תלמידי שמאי והלל שלא שימשו כל צרכן - רבו מחלוקות בישראל, ונעשית תורה כשתי תורות.
באניצער אוואטאר
איש חזון
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 528
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2015 2:02 pm
האט שוין געלייקט: 612 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 388 מאל

שליחה דורך איש חזון »

אפשר קען צוניץ קומען קובץ המצו''ב (בלשון עברי) פון החכם המופלא הרב ענבל, בעמח''ס תורה שבעל פה, וואו ער אדרעסירט מיט א געוואלדיגע קלארקייט דעם שאלה וויאזוי קען זיין מחלוקת'ן אין דעם געטליכע תורה, (געשריבן געווארן פאר ''ערכים'').
וקרב פזורינו מבין הגויים
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

יעקב מענטש האט געשריבן:
Chasidishmashpia האט געשריבן:מעודי איז מיר שווער געווען דאס ענין ווי איז שייך מחלוקת אין הלכה? בעיקר בימי התנאים ואמוראים ווייל תורה שבעל פה איז דאך אויך מסיני איז ווי איז שייך א מחלוקת ??
קען זיין אז דאס ענין ווערט דורכגעטון בארוכה דאהי אין שטיבל, איך האב נאר געוואלט מודיע זיין משום אל תמנע טוב וכו' אז אינה לידי א ספר ושמו "המחלוקת בהלכה" וואס איז שיין מצטט אסאך מקורות וענינים בנידון זה.
ווי אויך ברענגט ער שו"ת מן השמים בענין מחלוקת רש"י ור"ת לגבי תפילין און מן השמים ענטפערט מען אז כביכול פייט זיך מיט פמליא של מעלה איבער דעם.

מיינסט דאס ?

ניין
דער מחבר הייסט שי ווזנר
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דער ענין צוטיילט זיך אויף צוויי,

נייער שאלות וואס די תורה זאגט אז די בית דין הגדול זאל דן זיין, נישט אלעס שטייט בפירוש.

אבער עס איז דא מחלוקת'ן אין זאכען וואס זענען נישט פארשטענדליך, ווי צ.ב.ש. וואס האט מען געטוהן ביז דעמאלס. ד.ה. ביז די מחלוקת רש"י און ר"ת, נישט רש"י ר"ת זעלבסט, ווייל זיי זענען נישט די ערשטע וואס קריגען אין דעם.

און די פשוטע מערסטע אמת'ע תירוץ אויף דעם איז, אז ביז דעמאלס איז נישט געוועהן קיין כלל, און ס'איז געוועהן אזוי און אזוי.

היינט צ.ב.ש. איז דא חילוקי דעות בנוגע שניידן די בארד, די חסידים שניידן נישט, און די ליטווישע שניידן יא. און אמאהל? איז געוועהן איבעראל אזוי און אזוי.

ווייל אזוי איז יעדעס מחלוקת, אמאהל איז געוועהן ביידע מהלכים, און איין פלג האט גענומען א זייט און די אנדערע פלג די אנדערע זייט.

והוא הדין תפילין, והוא הדין יעדעס מחלוקת אין עיקרי דינים וואס מען האט געמוזט האבען געטוהן ווי איין זייט פאר די מחלוקת ווערט געברענגט.

די זאך ווערט נאר אביסל מער קאמפליצירט, ווען מען גייט צוריק צו די זמן בית שני, ווען למשל עס איז געוועהן א מחלוקת צדוקים און פרושים בנוגע די זמן פין שבועות, הייסט עס אז ביז די מחלוקת האט אויסגעבראכן האט מען נישט געמאכט שבועות?

און צו זאגען אז ביז אהין האט מען געציילט ספירה אמאהל אזוי און אמאהל אזוי איז אויך נישט מסתבר, הגם מען קען זאגען אז פארשידענע רבנים האבען זיך געקריגט אין דעם פריער, נאר זייער מחלוקת איז בטל געווארן אין דער פרושים צדוקים מחלוקת.

בקיצור דער יסוד הדבר איז, אז ווען עס איז דא א מחלוקת איז די זאך נישט אויסגעשלאסן פין פריער לכאן או לכאן, און ממילא איז געוועהן אקעי צו טוהן ווי איינער פין די שפעטערע שיטות.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

און ווי אזוי איז מען מסביר א מחלוקת אין מציאות? למשל ווען איז געווען מתן תורה?? אדער ווען האבן די יודען געזאגט נעשה ונשמע?
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

פונקט אזויווי מען קען זיין מחולק צו דער בעל שם טוב איז נסתלק געווארן די ערשטע טאג שבועות אדער דער צווייטער.

דאס איז נישט א מחלוקת אין מציאות, דאס איז א מחלוקת אין היסטאריע.

א משל אויף מחלוקת אין מציאות בימינו, וואלט געווען, װען איז צאת הכוכבים, וואס לויט אלע שיטות איז נאכט ווען די שטערן קומען ארויס, און עם כל זה איז דאס א שקר גס, ווייל דער אנהייב פין דער נאכט האט נישט מיט דער שטערן, עס האט מיט וועלכע חסידות די באלאנגסט. אבער עם כל זה וועט יעדער דעפענדען זיין שיטה מיט טענה'ן, אז דעמאלס, פונקט דעמאלס ווען דער לוח פין זיין קהילה שרייבט פאר צאת הכוכבים, דעמאלס אקוראט קומען די שטערן ארויס.

און דער אמת אז דער מחלוקת פין ווען עס ווערט נאכט האט זיך אנגעהויבן מיט דער חילוק המקומות, ואכהמ"ל.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

מחלוקת אין היסטאריע איז נישט מחלוקת אין מציאות?? ס'איז א מחלוקת אין מציאות וואס די היסטאריע איז געווען....
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

נעוואדע, אלעס איז א מחלוקת אין מציאות.
הללו מטמאין הללו מטהרין איז אויך א מציאות.

א מחלוקת במציאות וואס איז מעורר תמהון, איז א מחלוקת וואס איז יעצט, טאג אדער נאכט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: המחלוקת בהלכה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עי׳ משל"מ פ"ז מהל׳ שכירות הל"ב ובהגהות רעק"א שם, ועי׳ קונה"ס כלל א׳ אות ב׳ מש"כ עליו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

אישתישבי האט געשריבן:און, וואס איז די תירוץ?

אויב איז אלעס מקובל ווי אזוי קען זיין א מחלוקת?

און נאכמער, דע ראיה פין כוזרי אז תורה מסיני איז אמת ווייל מען קען נישט אויפמאכן אז עפעס איז געשעהן בפני קהל ועדה, וויאזוי איז דא שיטות בנוגע די עשרת הדברות, למשל וואס דער אויבערשטער האט געזאגט און וואס משה האט געזאגט?

ברוך שכיוונתי
Chasidishmashpia
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 263
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 16, 2013 2:49 am
האט שוין געלייקט: 97 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 188 מאל

שליחה דורך Chasidishmashpia »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:עי׳ משל"מ פ"ז מהל׳ שכירות הל"ב ובהגהות רעק"א שם, ועי׳ קונה"ס כלל א׳ אות ב׳ מש"כ עליו

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אין הספרים תח"י כעת
אולי יכול כבודו לפרט מש"כ שם?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: המחלוקת בהלכה

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מ׳רעדט וועגען דער ספק פון תפוס לשון ראשון, צו ס׳איז א ספיקא דדינא צו א ספק אין מציאות.

אויפ׳ן אינטרנט וועסטו לייכט טרעפען די ספרים

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ארי נוהם
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 478
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 27, 2016 3:13 am
האט שוין געלייקט: 1139 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1918 מאל

שליחה דורך ארי נוהם »

Chasidishmashpia האט געשריבן:מעודי איז מיר שווער געווען דאס ענין ווי איז שייך מחלוקת אין הלכה? בעיקר בימי התנאים ואמוראים ווייל תורה שבעל פה איז דאך אויך מסיני איז ווי איז שייך א מחלוקת ??
קען זיין אז דאס ענין ווערט דורכגעטון בארוכה דאהי אין שטיבל, איך האב נאר געוואלט מודיע זיין משום אל תמנע טוב וכו' אז אינה לידי א ספר ושמו "המחלוקת בהלכה" וואס איז שיין מצטט אסאך מקורות וענינים בנידון זה.
ווי אויך ברענגט ער שו"ת מן השמים בענין מחלוקת רש"י ור"ת לגבי תפילין און מן השמים ענטפערט מען אז כביכול פייט זיך מיט פמליא של מעלה איבער דעם.

דער רמב"ם שרייבט דאך קלאר בהקדמה לפיהמ"ש, אז יעדע סארט מחלקות איז א תוצאה פון שפעטערע דורות, ולא כך קיבלו מסיני.
אין ארי נוהם מתוך קופה של תבן, אלא מתוך קופה של בשר (ברכות לב.) ובימינו אין ארי נוהם אלא מתוך קופה של תבן (ארי נוהם)
פארשפארט