סאיז א מוראדיגע פראבלעם פאר די ספעציפישע ארגעמיונט צו ווייזן אז איך בין גערעכט, ווייל רוב פון די היינטיגע נארמאלע געלונגע אטד״ס ווילן נישט זיין אין די ׳ספאט-לייט׳, זיי ווילן טאקע נישט זיין פרום אבער אין די זעלבע צייט ווילן זיי נישט דירעקט וויי טוהן זייערע פאמילעס, זייערע עלטערן, זייערע אייגענע קינדער. ווען פוטסטעפס לייגט א קליפ פון אטדס וואס זינגן זיך אינטער חזנות בשעת זיי לייגן צאם זייערע אינטערהויזן ריפלעקט עס נישט די אמתע בילד פון די היינטיגע אטד״ס ווארים רוב אטדס וואס האבן מצליח געוועהן ווילן נישט זיין אויף קיין שום קליפס, ופשוט הוא.
ווי שטאלץ איך האלט מיך אז איך בין גערעכט מיט מיינע מיינונגען, וואלט איך קיינמאל אין מיין לעבן געשריבן ערגעץ מיין עכטע נאמען, פשוט נישט וויי צוטוהן מיינע עלטערן, איך רעד יעדן צווייטען טאג מיט מיינע עלטערן, איך האב שטארקע קשר מיט מיין גאנצע משפחה, איך האב זיי ליעב אהבת נפש פארוואס זאל איך בדוקא זיי פארשעמען??? איך גיי ארויף צו מיין מאמע אינדערהיים מיט די פולסטע דרך ארץ, כ׳רעד נישט קיין ווארט וואס זיי ווילן נישט הערן, אדרבה איך מאך ברכות, זאג ברוך השם, דער אייבישטער וועט העלפן, וכודומה, בד״וו איך בין א אינגערמאן א בעל פרנסה, איך וואוין נישט אין קיין בעיסמענט
איך פארמאג אפאר מיליאן דאללער אין פראפעטי אין ניו יארק סיטי, איך בין א שותף אין א גרויסע אי קאמערס ביזנעס וואס מאכט מיליאנען אין סעילס במשך די יאהר, איך האב אסאך נאנטע חברים וואס גלייכן צו פארברענגן מיט מיר, איך בין ארומגעפארן אין כמעט די גאנצע וועלט מיט קבוצות פון אטדס, געשלאפן אין די בעסטע האטלעס, געפארן פירסט קלעס, און צומאל מיט פריוואטע זשעטס. מיין גאנצע משפחה איז נאנט מיט מיר, מיינע קינדער האבן מיך ליעב אהבת נפש און זיי קומען צן מיר דריי מאל א וואך, מיין עלצטע זוהן וואס איז זיבעצן וואוינט ביי מיר און איז אינטער מיין רשות, און ארבעט פאר מיין קאמפני. איך האב די וואך געקויפט א נייע עס יו ווי וואס קאסט נייציג אלפים (אן די לייטס און סיערינס
) איך האב שטייצעך מיין פעקל שוועריקייטן פונקט ווי יעדער, אבער איך לאך פון ענק אלע ווען איר זאגט אז אלע אטדס זענען לוזערס...
איך זוך מיך נישט אויפצוטהן אבער דאס איז די מציאות, און למען הארגיומענט וועל איך נוצן מיך אליינס פאר א משל!
איך וואלט קיינמאל אין מיין לעבן געוואלט צוריקדרייען די זייגער!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius