berlbalaguleh האט געשריבן:דעת תורה האט געשריבן:וואס איז שייך צו טענה'ן דיסקרימינעישאן? דאס איז דאך אלעס מן השמים. א איד א מאמין ווייסט אז עס פאלט אראפ א בלעטל פון א בוים איז עס בהשגחה פרטית (צוצודעקן די ווערימ'ל, ווי די מעשה'לע גייט) און אוודאי אזא וויכטיגע אנטוויקלונג אין די וועלט'ס היסטאריע, וואס ווי חז"ל לערנען אונז די גאנצע 4 ביליאן יאר בעפאר איז נאר געווען צוצוקומען צו דעם מאמענט אז די האמא סעפיענס זאלן ווערן מענטשן / אידן און מקבל זיין די תורה, ואם לאו איז דער אייבישטער מחזיר העולם לביג בענג.
ר' דעת תורה: איך שעם מיך זייער שטארק אז איהר זענט אזא תמים. און איהר מיינט טאקע אז איך האלט אזוי ווי די גרויסע חכמים וואס אונז האבן דא פריער אויסגערעכנט. איך האב נאר געפרעגט לשיטתם. פון די גרויסע טיפשים. פארוואס א טייל פון די מאנקי'ס האבן זיך אויסגעמענטשלט און א טייל זענען נאך געבליבן מאנקיס עד היום הזה.
ס'מאכט דאך נישט קיין סענס. ס'איז דאך א סאך גרינגער און לאגישער צו זאגן אז ס'דא א בורא עולם. און ער האט באשאפן מאנקיס. און ער האט אויך באשאפן מענטשן. אעפ"כ. מיט דעם אלעם גלייב איך אז ערגעץ האבן זיך א טייל מאנקיס פון דזשאנגל אויסגעמישט מיט די מענטשן. נאר ב"ה זיי וואוינען נישט אין די איצטיגע באוואוינטע אידישע געגנטן...!
און ווער זאגט אז סייענס דארף מאכן סענס??? זייער אסאך זאכן, אפשר אפילו רוב זאכן וואס אונז אבזערווירן איז אקעגן אונזער שכל counterintuitive, מיט דעם אלעמען איז עס א פאקט! אויב סאיז א פאקט מוז מען עס אננעמען אפילו סאיז נישט וואס אונז האבן זיך געראכטן.
איך באצי מיך נישט אפילו צו דעס אז מענטשען האבן יא עוועלוואט און מאנקיס נישט, ווייל דעס איז נישט פון די זאכן אין סייענס וואס איז קעגן דעם שכל, דעס קען מען זייער גרינג ענטפערן, ווייל מיט איין קלייניקייט קען טוישן די גאנצע בילד, צום ביישפיל אז מענטשען האבן דעמעסטיקטעט פייער און די אנדערע מאונקיס נישט, אבער אפילו לאמיר זאגן דו וואלסט וועין געוועהן גערעכט אז סאיז קעגן די שכל, די מציאות האט גארנישט מיט אונזער שכל און וויאזוי מיר קוקן אן זאכן, פארדעם טאקע זענען אזויפיל מענטשען רעליגעיז ווייל רעליגיע געט דיר א באנאוולאנט גאט וואס זיצט אויף א קעניגליכע שטול און מ׳קען רעדן און דאווענען צו אים, משא״כ סייענס ארבעט מיט פאקטן, נומבערס און אבזערוואציעס נישט מיט אונזער אינערליכע פילינגס און פערזענליכע נגיעות.
זאג ר׳ בערל, איר ווייסט ווי גרויס א אטאם איז???
סייענטיסטן זאגן אז אויף א שפיץ פון א נידל קען מען ארויפלייגן מעהר ווי א מיליאן אטאמאס!!! א מיליאן! און אין יעדע פון די אטאמס איז נאך דא דריי חלקים פלאוס ליידיג פלאץ, מאך א מינוט צו די אויגן און טראכט צו ס׳מאכט סענס פאר אונז??? אבסולטלי נישט! איז עס אמת? אבסולאטלי יא.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius