קודם, כ'פלעג קיינמאל נישט גיין צו ביליגע סטארס ווי KRM אדער 1 סטאפ אא''וו צו שפארען די 10-20 פראצענט, אין כ'פלעג קיינמאל נישט רופן מיין גראסערי זאל מיך דעליווערן קלייניקייטן אדער טוהן איינס פין די אביוזעריין וואס ק''ט בארירט,
קאווע טרינקער האט געשריבן:[justify]אבער ווען די גאנצע ציל איז בפירוש צו האקן אנדערע גראסערי,[/justify]
די ערשטע מאל ווי איך זעה זיי זאלען האבען א ציהל צו האקען די קליינע גראסעריס, כ'מיין אז ס'איז בלבול פין די וואס ווילן אים זעהן פארמאכט
קאווע טרינקער האט געשריבן:[justify]ווי כלומר'ש גראסערי'ס זענען טיייער[/justify]
הלוואי נאר א 'כלומרש'ט', פרייזן ריקען זיך ארויף אויף אזא מאסשטאבען פארנעם אז כ'האב אלס ארויסגעקוקט אויף טאג ווען איינער וועט קומען אין מאכען אז מיין גראסערי זאל טראכטען 2 מאל פאר ער ריקט ארויף די פרייז ווען די סיבה איז נאר אז ער וועט סייווי קויפן ביי מיר ווייל מיין קאמפעטישאן איז גענוג ווייט
קאווע טרינקער האט געשריבן:[justify]פארדינט מען למעשה אפאר טוללער פון קויפן "אסאך פאר ביליג" vs.. "גענוג פאר נארמאלע פרייז",[/justify]
פארואס דארף מען קויפן 'אסאך' כ'גיי מיט מייין געווענליכע גראסערי ארדער, נישטו קיין סיבה פארוואס כ'דארף קויפן אסאך, ווען די פרייז זענען נישט קיין וויקלי ספעשילס אין כ'קען עס בעז''ה האבען נעקסטע וואך אויך
קאווע טרינקער האט געשריבן:[justify]די גרויסע בינגאו האבן גע'עפענט עשירים וואס דארפן "נאך" געלט. [אומ]מענטשן וואס האבן שוין אנדערע געשעפטען.[/justify]
אלע מאי ער וויל האקען זיין אייגענע גראסערי? (ווי ער מאכט 100 פראצענט ריווח אן קיין שותפים?),??
קאווע טרינקער האט געשריבן:[justify]פארגין דיין היימישע גראסערי זיין ערליך פארדינטע געלט[/justify]
יעצט רעדסטו ווערטער, אבער דארפסט פארשטיין איך זאג די זעלבע אויף מיר, איך דארף טוהן וואס איז גיט פאר מיר, פינקט ווי מיין גראסערי טוט וואס איז גיט פאר אים, אין קויפט נאר פין דיסטריביוטערס וואס איז גיט פאר אים, פאר מיין בערזל איז געווינטשן צו האבען א געשעפט וואס זיין POWER איז אז באקומט ביליג ווען ער ריקט סחורה, אבער אויב איינער האט יא הנאה געהאט פין זיין גראסערי פין אויפשרייבן, דעליווערן קליינקייטן, אין די אנדערע סערוויסעס אין אביוזרייען אין זיין סטאר האט נישט געזיכט ווי צו העכערן פרייזן ווען ער קען נאר, וואלט מעגליך יא געווען א שיינע זאך אז ער לויפט נישט אוועק אין אזא פאל,