איינער פון די צייטונגען פון סוכות האט געהאט א מעשה, געווידמעט פאר פרויען, וואס איך וויל אויסרעדען.
מיין ווייב האט עס מיר געוויזען פרעגענדיג צו זי דארף חושש זיין דערפאר. א פרוי האט יעדער שבת ביי טאג נאכ'ן סעודה געוואשט די עס צייג און טעלער'ס וכדו'. זי איז א בעלעבוסטע וואס ס'איז איהר שווער געווען צו זען א גאנצע שבת נאכמיטאג איהר קאך פול מיט שמוציגע זאכען.
איהר דריטע טאכטער איז געגאנגען אין היי סקול און דארט געהערט פון דער פוסק אז 'מ'דארף גרויס יראת שמים צו קענען וואשען דישעס שבת נאכ'ן סעודה, זיכער צו זיין אז מ'טוט עס נאר לצורך שבת און נישט כדי צו האבען א לייכטערע מוצאי שבת'. די מאמע איז געווארען נערוועז. אפשר איז דאס איהר כוונה. למעשה האט זי הנאה אז מצ"ש דארף זי ווייניג וואשען, זי האט דאך דער בענעפיט דערפון. און איהר טאכטער האט איהר געגרידזשעט אויף די נערווען, און זי איז נישט געווען גענוג זיכער מיט זיך איהר צו קענען אוועק שטופען.
צום סוף איז אנגעקומען איהר מאן, וואס איז א גרויסע מדקדק בהלכה, זי קען ניטאמאל ציילען וויפיהל גלעזער ער נוצט צו מאכען א גלאז טיי אום שבת, און ער האט געזאגט קלאר און דייטליך אז זי מעג וואשען שבת נאכמיטאג. זי לאזט קיינמאל נישט קיין דישעס אין סינק, און שבת איז נישט אנדעריש.
________________________
די מעשה אליינס איז פרויעריש, אבער וואס איז די חוצפה פון דער טיטשער צו רב וואס לערנט זיי הלכות? ער לערנט זיי אויס נערווען? דאס איז אויך הלכה? אז מ'זאל האבען נערווען אויף וואס מ'טוט וואס איז די אמת'ער כוונה?
מיין פרוי האט מיר געפרעגט דערוועגן. זי פלעגט נישט וואשען שבת נאכמיטאג, אבער נאכ'ן זע'ען אז מוריטשקעס קומען זיך דרייען אין קאך ביי שמוציגע דישעס האט זי אנגעהויבען וואשען די דישעס כדי נישט צו האבען מוריטשקעס ביי זיך אין קאך אום שבת. יעצט דארף זי האבען נערווען צו זי טוט ריכטיג. איך האב איהר געפרעגט "איידער ס'איז געווען מורישטקעס האסטו געוואשען שבת?" "ניין". ט'פארוואס וואשסטו אויב אזוי? נאר לכבוד שבת, ממילא וואשט'ס געזונטעהייט!
דאס אויסמישען נערווען מיט מצוות און חומרות מיט אידישקייט איז אן עוולה, און צו קינדער איז עס א דאפעלטע עוולה. און דאס אז צייטונגען שרייעבן אזעלכע מעשה'ס כאילו ס'איז נארמאל (דער אויספיהר דארט איז אז זי האט נאר געוואשען די דישעס וואס זי דארף לכבוד שבת און נישט די אנדערע, און מ'האט זיך אן עצה געגעבען. הייסט'ס זי האט נאכגעגעבען די נערוו), און די פרוי וואס הארכט אזעלכע פסקים כאילו זי האט גובר געווען אויף איהר יצה"ר שלעפט אראפ די רמה פון די גאנצע פאלק.
דער חזו"א, ווען איינער מיט נערווען פלעגט קומען צו איהם, האט אלס געזאגט אז די עצה איז גארנישט נאכצוגעבען, נישט גורס זיין. טאמער מ'לאזט דער מענטש אויסרעדען זיין נערווען און מ'נעמט עס ערנסט, ווערט עס נאר ערגער. דאס דארף מען זאגען פאר א טאכטער וואס קומט אהיים מיט אזעלכע 'פסקים' שונים ומשונים.
חינוך צו נערווען אין הלכה
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
חינוך צו נערווען אין הלכה
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 424
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
- האט שוין געלייקט: 407 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל
וואס קען מען טוהן אז דו בחורים לערנען נישט מוזן די מיידליך לערנען און ווער זאל זיי לערנען אויס נישט די טיטשער, אזוי איז געווען אלעמאל על כל פנים דא אין אמעקירא ווען מען האט אויפגעהערט לערנען און עס האט זיך געמאכט א הלכות שבת אדער בשר וחלב שאלה האט מען געשיקט פרעג מאמי'ן
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: חינוך צו נערווען אין הלכה
זאלען זיי לערנען הלכה, אפילו חומרות, אבער וואס האט נערווען מיט לערנען?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך זיץ יעצט אין ביהמ"ד און איך הער אונטער ווי איינער פרעגט איינרע פון די היינטיגע מו"צ'ן ווען ער האט א ספק וויפיהל געלט ער האט געבארגט און ער וויל צוריקצאלען די גאנצע ספק, נאר ער האט א חשש רבית, גיבט ער די איבעריגע געלט אלס א מתנה. זאגט איהם יענער "דו האסט געזאגט די ווארט 'מתנה' און דאס טוט קאלייע מאכען, וויי צו צאלען עקסטער מקיים צו זיין די פריעת בע"ח איז נישט קיין רבית, נאר די מתנה איז יא א רבית, ממילא זאלסטו צוריק צאלען אין צוויי געלעגענהייטען, קודם די וודאי געלט און נאכדעם די מתנה געלט, און אזוי איז נישט קיין איסור".
דער מו"צ האט פשוט ארויפגעלייגט חומרל'עך און נערווען אויף דער אומשולדיגע איד וואס האט איהם געפרעגט. ניין, דער שואל איז נישט געווען קיין ישיבה בחור וואס זוכט חומרות, ס'איז געווען אן אונגארישער איד אין די מיטל זעכציג יארען, וואס האט גע'ארבעט א גאנץ לעבען און זוכט נישט קיין איבעריגע צרות, נאר ער וויל אפצאלען ערליכעהייט א חוב.
דער מו"צ האט פשוט ארויפגעלייגט חומרל'עך און נערווען אויף דער אומשולדיגע איד וואס האט איהם געפרעגט. ניין, דער שואל איז נישט געווען קיין ישיבה בחור וואס זוכט חומרות, ס'איז געווען אן אונגארישער איד אין די מיטל זעכציג יארען, וואס האט גע'ארבעט א גאנץ לעבען און זוכט נישט קיין איבעריגע צרות, נאר ער וויל אפצאלען ערליכעהייט א חוב.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא