ארי אויסטערליץ טראגעדיע

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
פארשפארט
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

ישראל גלויבער האט געשריבן:לדעתי איז ער סתם פארווייטאגט, און אפאר דאלער צו א גוטע דזשאב, אפשר פשוט א גוט ווארט, וועט עהם מאכן זיך איבערבעטן מיטן באשעפער.


אפשר טרעפסטו עפעס אין דיין אמעיל וועגען די פרשה, איך מיין אז עס דארף עני מינוט אריינקומען א אימעיל צו דיר וועגען סקווירא, אבער די מלאך וואס שיקטיר עס איז א סקווער געשטימט סאוי ער שרייבט יא ר' אויף סקווירא רבי אדער סקווירא חסידים
ישראל! אנטויש אויז נישט, מיר ווארטן אויפן אימעיל...
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
ישראל גלויבער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 455
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
געפינט זיך: גיבראלטאר
האט שוין געלייקט: 72 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל

שליחה דורך ישראל גלויבער »

giushv222gmail.com
איך הער! נו נו..
זכרונו לברכה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 3
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 13, 2017 11:18 am
האט שוין באקומען לייקס: 20 מאל

א בריוו פון אהרן אויסטערליטץ

שליחה דורך זכרונו לברכה »

א גיטן חודש, דא רעדט צו אייך אהרן אויסטערליטץ.

עס האט מיר גענומען אסאך שוועריקייטען אהער צו קומען, אבער ענדליך בין איך דא.
אין מיין היכל האט מיר א פריש געשטארבערנער דערציילט אובער קאווע שטיבעל, אין אז איך ווער דארט צושמירט אויף קליין געלט. האב איך געארבעט אויף א ספעשל ערלויבעניש צו קענען אהער קומען מיט א בקשה און א תחינה מיר צוריה צו לאזן.

איך וועל רעדען אין לשון הקודש:

עֲנָפִים צָלְלוּ בְּאוֺר הַיֶרַח
מִבַּיִת וּמִבַּחוּץ גוּפִי קֶרַח
יָחִיד אֲנִי בְּמַחֲשַׁכֵּי יַעַר
אָחוּז שַׂרְעַפִּים בִּיְגוֹנֵי צַעַר

בְּיָדִי בּוֹעֵר כְּלִי הַזַיִן
וְרֹאשִׁי כִּמְעַט תִבְעַר לָאַיִן
חַיֵי חֶלְדִי הַבּוֹעַרִים מֵאָז
אַחַת וּלְתָּמִיד יִסְתַּיימוּ נוֹעָז

אֶקְרַב יָדִי לְקָדְקֹד גֵוִי
וְיָרֹה יִיָרֶה בֶּן לֵוִי
נָחוּשׁ אֲנִי בְּהַחְלָטָתִי לַעֲשוֹת
וּמָקוֹם לְחֲרָטָה אֵין לְנַסוֹת

גֵיהִנֹם מִתַּחַת פִּיהָ פּוֹעֶרֶת
וּמִדַת הַדִין מִלְמַעֲלָה סוֹעֶרֶת
יָדַעֲתִּי בְּכַף הַקֶלַע אֶנְעַר
וְהִשְׁלַמְתִּי מִכְּבָר גוֹרָלִי הַמַר

עַל מִשְׁפַּחְתִּי כָּעֵת לֹא אֶחְשׁוֹב
שְׁסוּעָה וּמְשִׁיסָה הִיא לָרוֹב
עַל יְדִידַי כָּעֵת לֹא אֶחְשׁוֹב
בְּהֶלֶם יוּכּוּ וּבְתִמְהוֹן לֵב-טוֹב

בְּסוֹד מְרֵעִים עָלַי יִתְלַחֲשׁוּ
וּמִגְדָלִים פּוֹרְחִים בַּרֶשֶׁת יְנַחֲשׁוּ
יָדוֹנוּ וְיִתְוַכְּחוּ בְּקַוֵי גַעַל
יַד מִי הָיְתָה בְּמַעַל

רוּחִי תִּסְתַּעֵר מִקִבְרִי בַּקִיר
וּמֵאֶבֶן-גוֹלֵל אֲחַקֶה עֵט לָשִׁיר
וְדַם נַפְשִׁי יִהְיֶה לִדְיוֹ
לָשׁוּב אוֹיְבַי דָבָר דַיוֹ

שָׁוְא לָכֶם מְאַחֲרֵי שֶׁבֶת
דוֹפְקֵי כַּפְתּוֹר בִּתְּקוּפַת טֵבֵת
הֲאֵין לָכֶם אֲרִי חַי כָּרָגִיל
חֲמַדְתֶּם כֶּלֶב מֵת לְדַבֵּר רָכִיל

חָנוּנִי חָנוּנִי אַחַי וִיְדִידִי
הֲנִיחוּנִי הֲנִיחוּנִי בַּקֶבֶר לְבַדִי
שָׁם אֶמְצָא נוֹחַ לְיַד הַקִיר
עַד שׁוּבִי אֲלֵיכֶם לְדַבֵּר בַּשִׁיר.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום זכרונו לברכה, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע

שליחה דורך מפוזרי »

איך ווייס נישט ווער איר זענט, אבער די פאעמע איז זיכער עפעס out of this world.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
קל וחומר
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2056
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
האט שוין געלייקט: 2815 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל

Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע

שליחה דורך קל וחומר »

אזא שטיקל פאעזיע פאסט פארן רמח"ל זעלבסט.
נאכנישט געזען אזא יצירה זינט די לעצטע יאר-הונדערט!

לפלאות הנחתני
ולהלם שמתני
גדול כשרון לראות
ועמקי רגש לחוות
עוד אבקש טרם גמרי
לבל יעדר אורך מלהאירי
יחוש מר בעטיו לזכנו
ויהיה אור עוטה בעדנו.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

איך וויל דא קלאר מאכן פאר ווער עס איז צומישט: "ארי אסטערליץ איז נישט אראפ געקומען פון יענער וועלט איבערגעבן די משא נביאה", עס איז ליבערש געשיקט געווארן ממעון קדשו והנשגב של מעריצי הצדיק מקאלאראזש שליט"א, מיט די טרויעריג בארימטער אגענדע צו דערשטיקן דעם "מי ידו במעל".

עס איז זייער א א טאלאנטפולער רעטארישער פיוט, עס וואלט געווען א ניצליכער תוכחה ווען עס וואלט זיך דא געהאנדלט פון פשוט'ע גאסיפ תאוות, דער פאקט ווייסטו אבער טייערער פייטן בעסער פון גוט, "עס איז אן ענין פון גערעכטיגקייט" און דו טוסט מיט פארצייטישע מוסר לשונות דורך פייטונישע טאלאנט מיניפולירן אן ערנסטער ארגומענט עס צו מאכן אויסקוקן ווי א פראסטער יצר הגאסיפ, און כאילו די גאנצע חנינה וואלט געווען אין די אינטערעס פון דעם בעל המעשה.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

זכרונו לברכה: יהא בואך לברכה. אזא פאוערפול מעסעדזש. און אזוי פליסיג. און די גראמען שטימען אויך. דו ביסט כאחד הגדולים דא אין קאווע שטיבל, ווען ס'קומט צו פאעזיע. כ'ווייס אז ס'מיינט אפשר נישט קיין סאך. אבער דאך. דער אייבישטער זאלל העלפן אז דו זאלסט אונז קענען מבשר זיין בשורות טובות און פרייליכע בשורות דורך דיין כח אין פאעטרי...!
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

קען מיר איינער טרענזעלעיטן אין מאמע לשון די צוויי פאלגענדע בתים פון ארי אסטערליץ?

גֵיהִנֹם מִתַּחַת פִּיהָ פּוֹעֶרֶת
וּמִדַת הַדִין מִלְמַעֲלָה סוֹעֶרֶת
יָדַעֲתִּי בְּכַף הַקֶלַע אֶנְעַר
וְהִשְׁלַמְתִּי מִכְּבָר גוֹרָלִי הַמַר

עַל מִשְׁפַּחְתִּי כָּעֵת לֹא אֶחְשׁוֹב
שְׁסוּעָה וּמְשִׁיסָה הִיא לָרוֹב
עַל יְדִידַי כָּעֵת לֹא אֶחְשׁוֹב
בְּהֶלֶם יוּכּוּ וּבְתִמְהוֹן לֵב-טוֹב
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מושב זקנים: אבער ווער האט גורם געווען אז די שותי שכר און יושבי קרנות זאללן לאזן זייער גאססיפ אין גאנג. אויב נישט דער העיליגער קאלאראשער צאדיק (מיט'ן ספאדיק)...?!
באניצער אוואטאר
קורקלענד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3203
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
האט שוין געלייקט: 2383 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל

שליחה דורך קורקלענד »

@זכרונו לברכה. זייער שיין. האסט א שטארקע כח. זאג נאר יעצט אז טראמפ איז פרעזידענט בין איך נייגעריג וואס וועט זיין. וואס זאגט מען אויף יענע וועלט? די מארקעטס גייען גיין העכער אדער ס'גייט קראכן?
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע

שליחה דורך מפוזרי »

moshav zekeinim האט געשריבן:קען מיר איינער טרענזעלעיטן אין מאמע לשון די צוויי פאלגענדע בתים פון ארי אסטערליץ?

גֵיהִנֹם מִתַּחַת פִּיהָ פּוֹעֶרֶת
וּמִדַת הַדִין מִלְמַעֲלָה סוֹעֶרֶת
יָדַעֲתִּי בְּכַף הַקֶלַע אֶנְעַר
וְהִשְׁלַמְתִּי מִכְּבָר גוֹרָלִי הַמַר

עַל מִשְׁפַּחְתִּי כָּעֵת לֹא אֶחְשׁוֹב
שְׁסוּעָה וּמְשִׁיסָה הִיא לָרוֹב
עַל יְדִידַי כָּעֵת לֹא אֶחְשׁוֹב
בְּהֶלֶם יוּכּוּ וּבְתִמְהוֹן לֵב-טוֹב

פון אונטן לויערט די גיהנם מיט א ברייט געעפענט מויל
און פון אויבן די מידת הדין בוזשעוועט
איך ווייס אז אין כף הקלע וועל איך טרייסלען
אבער איך האב שוין משלים געווען מיט מיין ביטערע גורל


פון מיין משפחה טו איך יעצט נישט טראכטן
זײ זענען שוין ממילא צעשפליטערט און צעטראטן
אויך פון די גוטע פריינט טו איך נישט מער קלערן
אז ס'וועט זײ שלאגן מיט שאק און פארטעמפטקייט - גוט, מעג עס אויך אזױ ווערן
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מפוזרי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

שיין פארטייטשט, כמעט אזויווי תרגום יהואש.
אינטרעסאנט אז דיין פארטייטשונג מאכן די פראזן קלינגען נאך מער פאעטיש, ווי עס וואלט געווען א הויפן לשונות של קינה איבער זיין שלעכטער גורל, אן קיין באזונדער באדייט אין יעדער שירה.

איך מיין אבער אז די שירות קומען זאגן עפעס מער ווי לתפארת המליצה, ער וויל אנדייטן עפעס.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מושב זקנים: דו האלטסט דאך אז לית דין ולית דיין. איז דאך דיר נישט קיין נפקא מינה וואס ארי אויסטערליץ זאגט. ר'איז געשטארבן. און געענדיגט. נגמר הסיפור. לשיטתך, ביסטו גערעכט. איך.. פארשטיי טאקע נישט פארוואס דו גייסט נישט ארויס און דו הייבסט אן האקן א לעבן. מיט'ן גאנצן לבוש. מיט די ווייסע זאקן. נאכל ונשתה כי למחר נמות. אזוי ווי דער איד דער מצבה קריצער האט געזאגט פאר דעם טישלער, דעם געווארענעם גבאי פונ'ם שטומען מנין, ווען ר'האט זיך געשלעפט מיט די שווערע פעק האלץ אויף זיינע פלייצעס. אזוי ווי ס'שטייט אין חומש...ויולד, וימות...געבוירן. געשטארבן... און פארטיג...נאר אינצווישן איז דא א ביסעלע משקה וואס מ'טרונקט. די אלע איבריגע זאכן זענען נישט אינטרעסאנט...!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

moshav zekeinim האט געשריבן:שיין פארטייטשט, כמעט אזויווי תרגום יהואש.
אינטרעסאנט אז דיין פארטייטשונג מאכן די פראזן קלינגען נאך מער פאעטיש, ווי עס וואלט געווען א הויפן לשונות של קינה איבער זיין שלעכטער גורל, אן קיין באזונדער באדייט אין יעדער שירה.

איך מיין אבער אז די שירות קומען זאגן עפעס מער ווי לתפארת המליצה, ער וויל אנדייטן עפעס.


אז ער האט זיך אליין דן געוועהן צו שטארק.

און ער ווייסט עס, און ער זעהט נישט קיין וועג ארויס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

בערל בעל עגלה, וואס קומסטו מיר מוסר'ן וועגן אמונה, אז דו קענסט קוקן אן קיין שום פראבלעם אויף די סעריע היהודים באים וואס אנטהאלט די גרעסטע מאס כפירה וואס שייך, אז אפילו א סך פרייע תלאביבית האבן גע'האלטן אז זיי ציען איבער דעם שטריקל, אז דו קענסט עס קוקן און נאך הנאה האבן דערפון, זיי מוחל שווייג.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

אישתישבי האט געשריבן:
moshav zekeinim האט געשריבן:שיין פארטייטשט, כמעט אזויווי תרגום יהואש.
אינטרעסאנט אז דיין פארטייטשונג מאכן די פראזן קלינגען נאך מער פאעטיש, ווי עס וואלט געווען א הויפן לשונות של קינה איבער זיין שלעכטער גורל, אן קיין באזונדער באדייט אין יעדער שירה.

איך מיין אבער אז די שירות קומען זאגן עפעס מער ווי לתפארת המליצה, ער וויל אנדייטן עפעס.


אז ער האט זיך אליין דן געוועהן צו שטארק.

און ער ווייסט עס, און ער זעהט נישט קיין וועג ארויס.


זיי זיך ביטע אביסל מער מסביר
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
מפוזרי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 889
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 20, 2015 9:01 am
האט שוין געלייקט: 1566 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 740 מאל

Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע

שליחה דורך מפוזרי »

moshav zekeinim האט געשריבן:שיין פארטייטשט, כמעט אזויווי תרגום יהואש.
אינטרעסאנט אז דיין פארטייטשונג מאכן די פראזן קלינגען נאך מער פאעטיש, ווי עס וואלט געווען א הויפן לשונות של קינה איבער זיין שלעכטער גורל, אן קיין באזונדער באדייט אין יעדער שירה.

איך מיין אבער אז די שירות קומען זאגן עפעס מער ווי לתפארת המליצה, ער וויל אנדייטן עפעס.


איך האב נאר פארטייטשט ע"פ פשט. אבער מ'קען אוודאי אויסטייטשן א הימלישע טעקסט בדרך פרד"ס.

למעשה זע איך נישט סתם א הויפן פון קינות. ער איז זיך מתמודד מיט פארשידענע טענות פארוואס ער זאל זיך צוריקהאלטן און ער איז עס דוחה.
די ערשטע טענה איז וואו אנטלויפסטו, דו ווייסט וואס ווארט דיך אפ? און די תשובה, אז קיין בעסערע עתיד האט ער מילא נישט.

די אנדערע טענה, וואו קענסטו עס טון צו די משפחה? און די ענטפער, זײ זענען שוין ממילא חרוב.

און צום סוף, פארוואס וויי טון די חברים? והתשובה, שאדרבא זאל עס זײ וויי טון, דאס איז א סיבה אויף יא.

און וואס האט איר דא אלץ געזען? אדרבא, ס'מיר תמיד א פארגעניגן צו דיסקוסירן פאעזיע.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

moshav zekeinim האט געשריבן:בערל בעל עגלה, וואס קומסטו מיר מוסר'ן וועגן אמונה, אז דו קענסט קוקן אן קיין שום פראבלעם אויף די סעריע היהודים באים וואס אנטהאלט די גרעסטע מאס כפירה וואס שייך, אז אפילו א סך פרייע תלאביבית האבן גע'האלטן אז זיי ציען איבער דעם שטריקל, אז דו קענסט עס קוקן און נאך הנאה האבן דערפון, זיי מוחל שווייג.

מושב זקנים: איך וויל נישט פארדרייען דעם שמועס. אבער היהודים באים, איז בכלל נישט קיין כפירה און אפיקורסות. ס'איז סך הכל א ביסל סאטירע און הומאר. זייער גוט געשפיעלט. יא. אפשר ציען זיי אמאל א ביסל איבער דאס שטריקל מיט אהערשטעללן אוויף א הומאריסטישן וועג זאכן וועלכע זענען פארהייליגט ביי אידן. אבער דאס מיינט נישט אז ס'איז אפיקורסות און כפירה. זיי מאכן פונקט אזוי חוזק פון די פארהייליגטע ציוניסטישע טראדיציעס און פערזענליכקייטן. פון די מייסדי המדינה. איך אפרישיעיט שטארק הומאר.

משא"כ. די מיינונגען וועלכע דו לאזט דא הערן זענען נישט געוואנדן אקעיגן די שטותים און טראדיציעס של הבל פון די היימישע קהילות. נאר זיי רירן אן די יסודי האמונה אין א נעגאטיוון וועג. אט דאס איז וואס גרעניצט זיך מיט כפירה און אפיקורסות. פונקט אזוי ווי א לץ הייסט נישט איינער וועלכער זאגט גלייכווערטלעך און דזשאוקס. נאר איינער וועלכע שפעט אפ פון אלעם וואס איז הייליג. ער גלייבט נישט אין גארנישט. ר'איז א ציניקער. קוק דעם פירש"י אויפ'ן פסוק...אברהם הוליד את יצחק...זאגט רש"י...לפי שהיו ליצני הדור אומרים...מאבימלך נתעברה שרה...מה עשה הקב"ה...?! צר קלסתר פניו של יצחק לזה של אברהם...!
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

מושב דו מוזט האבן אסאך גאטס, דו ווייסט דאך גאנץ גוט אז דער עולם ברעכט שוין פון דיר, און פון דיינע שני וחמישי העסליכע אשכולות, און דאך קומסט אריין יעדן טאג און לאזט הערן פון פריש דיינע דרעקלאזע מיינונגען,
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

moshav zekeinim האט געשריבן:בערל בעל עגלה, וואס קומסטו מיר מוסר'ן וועגן אמונה, אז דו קענסט

זיי מוחל שווייג.

וואס שייגעצטע אן א איד וואס וויל בלייבן מיט די אידשע אמונה
סטאפ צו פרעדיגן דיין בא'מושבטע אפיקורסות
moshav zekeinim
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1764
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 929 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל

שליחה דורך moshav zekeinim »

בעל עגלה, היהודים באים מאכט טאקע אויכעט חוזק פון די מדינה, אבער מאכן געפערליך חוזק פון די אמונה...

עס שפעט אפ פון מצוות מילה,...

עס שפעט פון משיח מיט זיין חמור,

עס מאכט חוזק פון גאט אליין..
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום געוואלדיג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
סיבה: הודאת בעל דין אז עס איז כפירה
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
יאפטשיק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 32
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 07, 2012 8:25 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 43 מאל

Re: ארי אויסטערליץ טראגעדיע

שליחה דורך יאפטשיק »

איך ווייס נישט אויב ס'האט אוועקגענומען די אמונה ביי אסאך מענטשן אבער אויפגערעגט אסאך האט עס זיכער און גלייכצייטיג אזעלכע ווי דיר געמאכט פיהלן גוט.. ללא תועלת.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

און ביי דעם עפיזאד וואו משה רבינו טרייט מסביר צו זיין די עשרת הדיברות. און די איזראעלי פרוי האלט אין איין פרעגן פראוואקאטיווע קשיות. און משה רבינו דערלאנגט איהר איבער'ן קאפ מיט די לוחות, נאכ'ן מסביר זיין איינמאל און נאכאמאל דעם טעם פון לא תרצח. איז דער מעסעדזש אז זיי מאכן חוזק פון די איזראעליס וואס פרעגן צופיהל קשיות אויף אלץ און אלעמען און דערקוטשען די יארן . און זיי וויללן אייביג זיין גערעכט...!

זיכער איז דאס נישט קיין געהויבענער שוי וועלכער פאסט צו פארשטעללן פאר קינדער. אבער א דערוואקסענער מענטש קען זעהן די איראניע און הומאר וואס ליגט אין די סיטואציע.

נישט דארט ליגט די אמונה אדער כפירה.נאר ווען איינער האקט טאג טעגליך די גרעסטע שטותים פון די טיפשים צווישן די גויים ווי דארווין, למשל מיט זיין טעאריע פון עוואלוציע. און פרעדיגט דאס טאג טעגליך. און אז מענטשן קומען פון מאנקיס. און אז די וועלט איז שוין ביליאנען יארן אלט. שטאטס אנצונעמען און פארשטיין וואס אפילו די קלוגע סייענטיסטן צווישן די גויים נעמען אן אז יש בעל לבירה. ס'איז דא א מנהיג העולם. דער באשעפער. און ער האט באשאפן אלע ברואים און פלאנצונגען אויף די וועלט און כביכול, ער קאנטראלירט די קלימאט אז מ'זאלל קענען וואוינען אויפ'ן כדור הארץ.אט די אמונה אדער כפירה אין בורא עולם און אין בריאת העולם. דאס איז די פרוף פון אמונה. זיכער. דארווין וסייעתו גלייבן נישט אין באשעפער. און אז א איד צו ער גייט יא, אדער נישט מיט ווייסע זאקן (אפילו מיט שווארצע) האלט זיך צו זיינע אפיקור'סישע שטותים. אט דאס הייסט כפירה. נישט א נארישער טעאטער שפיעל...!
פארשפארט