וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשירים
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
נו, כפירה!!!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום moshav zekeinim, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
מסתמא קען מען דאס טרעפען אין די אלטע אשכולות, אבער סייענס איז נישט דער זעלבע זאך ווי אמת.
סייענס, עכ"פ כהיום, איז א מיטל, א וועג וויאזוי געוואויר צו ווערען זאכען. זי האט א סיסטעם וויאזוי זי דערגייט זאכען און יעדער זאך האט איהר וועגען וויאזוי זיי צו טרעפען. ס׳איז נישט דא קיין סייענטיפישע וועג נאכצוגייען געוויסע זאכען, און פון דעסטוועגען עגזיסטירען זיי, ווייל די אויגען האבען זיי געזען. סייענס האט קיינמאל נישט געזאלט זיין די תשובה צו יעדער שאלה, נאר אויף די פלעצער ווי זי קען טרעטען און אויפטרעטען.
דאס בעסטע וואס סייענס האט פאר דער אפשטאם פון לעבען איז עוואלושען. פארשטייט זיך, ווייל גאט קען מען נישט סייענטיפיש אויפווייזען. דאס מיינט נישט אז ער עגזיסטירט נישט, און ממילא קען זיין אז עוואלושען איז נאנסענס און ס׳איז דא א בעסערע תירוץ צו אלס. נאר דער וואס קען גארנישט אננעמען וואס שטימט נישט מיט דער סייענטיפיק מעטאד פון ערפינדונגען, האט נישט קיין וועג צו דערגייען גאט*. דאס איז גארנישט זיין מעלה, נאר א חסרון. איינער פון די שליסלעך צו חכמה און אמת האט ער ארויסגעווארפען.
* דער וואס מאכט זיך כאילו ער איז אזוי, מאכט זיך פאר אן אפיקורס אויך. און ער איז טאקע א באמאכטע.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
די שטארקע נקודה וואס כ'האב געוואלט מחזק זיין פאר פרייוויליג און ליטוואק, איז דער חילוק פון זעהן מיליאנען אטאמס און די טעאריע פון עוואלוציע אזוי ווי שבת אחים מיינט אז ער פארשטייט עס. די מיליאנען אטאמס, און אויך באקטעריע און וויירוסעס קענמען זעהן מיט א מיקראסקאופ. אפילו מ'קען זיי נישט זעהן מיט א (נאקעט) מענטשליך אויג. משא"כ די טעאריע פון עוואלוציע אזוי ווי דארווין האט געלערנט איז א פעלערהאפטיגע טעאריע. ער האט עפעס געזעהן. און עפעס אבזערווירט שינויי הטבעים אין פארשידענע חיות ועופות אין משך פון יארן. וואס איז א נאטורליכער פראצעס, און א המשך פון מעשה בראשית און בריאת העולם. אבער ער איז דאך אין די זעלבע צייט אויך געווען אן אפיקורס. האט ער אריינגלערנט א פאלשן, נארישן פשט אין די גאנצע בריאה. און מענטשן וועלכע האלטן זיך פאר סייענטיסטן און אויפגעקלערטע שעמען זיך נישט נאכצובאמבלען זיינע שטותים והבלים וועלכע ער האט אויפגעבויעט גג על גג. אנשטאטס צו באטראכטן די גאנצע וואונדערליכע בריאה אלס מעשי ה'. און אפילו א סאך נארמאלע גויים וועלכע זענען רעליגיעז, גלייבן אויכעט אין די טעאריע פון בריאת העולם דורכ'ן באשעפער...!
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
שבת אחים האט געשריבן:אויף דעם דארף מען נישט קיין באווייז, בעיני ראיתי. און טויזענטער אנדערע האבן געזעהן וואס לעבן נאך היינט, משא״כ א געשעהניש פון אפאר טויזענט יאהר צוריק, ופשוט הוא.
אין אנדערע ווערטער, אין דריי טויזענט יאר פון איצטער וועט עס נישט זיין א פאקט מער.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
קל וחומר האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:אויף דעם דארף מען נישט קיין באווייז, בעיני ראיתי. און טויזענטער אנדערע האבן געזעהן וואס לעבן נאך היינט, משא״כ א געשעהניש פון אפאר טויזענט יאהר צוריק, ופשוט הוא.
אין אנדערע ווערטער, אין דריי טויזענט יאר פון איצטער וועט עס נישט זיין א פאקט מער.
קען זיין אז יא און קען זיין אז נישט. די פשוטסע חילוק צווישן די צוויי ערשיינונגען איז אז מ׳רעדט דא פון צוויי אנדערע ערא׳ס, און די חילוקים זענען ממש הימל און ערד, אין דריי טויזענט יאהר ארום אז א מענטש וועט וועלן וויסן אויב 9/11 איז א ווירקליך געשעהן קען ער שטודירן מיליאנען ארטיקלעך פון צייטנונגען אויף הונדרעטער שפראכן, camera footage פון אלע ענגעלס, הונדרעטער טויזענטער ארטיקלעך און אפיציעלע גאוורמענט דאקיומענטס פון די גאנצע וועלט, וועט דער יעניגער נישט האבן קיין שום סיבה אויף די וועלט נישט צו גלייבן אין דעם, ווייל סאיז נישט עפעס א מעשה וואס איז קעגן סייענס און נאטור, אז טעראריסיטשע היידעזשעקערס וועלן איבערנעמען א פליגער און הרגנן די פילאטס און אריינפליען מיט אנגעפילטע טאנק גאזאלין וועט עס אראפטראסקענען.
משא״כ דריי טויזענט יאהר צוריק איז געוועהן גאנץ אנדערע צייטן, מ׳האט נאכנישט געלעבט אין אזא סיסטעם ווי יעדער קען ליינען און שרייבן סאיז נאכנישט געוועהן קיין מידיעא און קיין פרעס, אויב יא האט עס נאר איינס פון צעהן טויזנט מענטשען געקענט ליינען, די דעמאלסטיגע גאווערמענטס האט נישט רעקארדידט די מעשה מיט יציאת מצרים און קריעת ים סוף די איינציגסטע מקור ווי עס איז רעקארדירט איז די תורה, סאיז נישט געווארן דאקיומענטירט די זעלבע מעשה ביי די דעמאלסטיגע עגיפטער, סאיז נישטא קיין איין צייטונג, קליפ, דאקיומענט, א ביין וואס איז געבליבן אין מדבר צווישן מצרים און ארץ ישראל ווי די אידן האבן געוואנדערט פאר פערציג יאהר אנגעלאדענט מיט חמורים און קיען, און רוב פון זיי לויט די תורה זענען אויסגעשטארבן אין מדבר. ווי אויך די פשוטע חילוק איז אז מ׳קען גלייבן אז אפאר ציווילדוועטע אראבער האבן געגאנגבט א ערפלאן און אראפגעטראסקעט אפאר וואלקן קראצער, סאיז נישט קעגן שכל אנושי, ווידער די אותות און מופתים וואס איז רעקארדירט אין די תורה איז נגד השכל האנושי וואס דארף מעהר עווידענס ווי א ניין עלעווען.
בקיצור קיין שום פארגלייך.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
נישט אז ס׳מאכט א נ"מ, אבער יציאת מצרים איז געשילדערט אין מערערער ערטער ווי דער תורה, אבער נאר דער תורה גיבט עס איבער מיט א דגש אויפ׳ן עיקר און טפל. ס׳מאכט נישט אויס לגבי אמונה, און קיינער זאל נישט בויען זיין אמונה אויף עפעס אזוי לעכערליך ווי היסטארישע ׳אויפווייזונגען׳, אבער פאקט בלייבט פאקט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
חוץ מזה קיין שום רעליגע איז נישט געבעיסט אויף די מעשה פון ניין עלעווען, דערווייל, ווידער אויף די מעשה וואס די תורה פארציילט האט זיך געבויט אפאר מעידזשאר רעליגעס און איז מחייב מענטשען צוטוהן געוויסע זאכן און לעבן א געוויסע לייף סטייל, אז דער מענטש אין דריי טויזענט יאהר ארום וועט דוקא נישט גלייבן אין 9/11 וועט גארנישט געשעהן, משא״כ ווען מ׳זאגט אז מ׳מוז לעבן א געוויסע לעבן ווייל ״מתן תורה״ און ״יציאת מצרים״ איז ווירקלעך געשעהן דארף עס מעהר באווייזן, ווען איך זאל היינט אויסגעפונען אז נאפאליען איז א אויסגעטראכטע מעשה טוישט עס נישט מיין לייף סטייל, איך וועל אפשר זיין שאקירט פאר צוויי מינוט אבער גלייך נאכדעם וועל איך פארגעסן דערפון און ווייטער אנגיין מיט מיין לעבן ווייל סאיז נישט מעלה אדער מוריד, משא״כ ווען א מענטש נעמט אן א געוויסע רעליגע און א לייף-סטייל און לעבט זיין גאנץ לעבן מיט דעם און אטעמט נאר דאס, און לערנט אויס זיינע קינדער און אייניקלעך זאלן לעבן אויף די זעלבע וועג געבעיסט אויף א מעשה פון די דריי טויזנט וואס האט נישט קיין שום עווידענס און סייענטיפשע מעריט- אט פאר אזא זאך וואלט זיך פארלאנגט מעהר עווידענס אז איך זאל טוישן מיין גאנצע לייף סטייל.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נישט אז ס׳מאכט א נ"מ, אבער יציאת מצרים איז געשילדערט אין מערערער ערטער ווי דער תורה, אבער נאר דער תורה גיבט עס איבער מיט א דגש אויפ׳ן עיקר און טפל. ס׳מאכט נישט אויס לגבי אמונה, און קיינער זאל נישט בויען זיין אמונה אויף עפעס אזוי לעכערליך ווי היסטארישע ׳אויפווייזונגען׳, אבער פאקט בלייבט פאקט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ווי עס איז געשילדערט? ספר הברית?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
איך געדענק נישט פונקט, אבער איך גלייב נישט אז ס׳איז צו שווער צו טרעפען. מיר אינטרעסירט עס ווייניג, ווייל היסטאריא איז ביי מיר נערישקייטען. מבשרי אחזה, ווען א צייטונג באשרייבט עפעס וואס איז נעכטען געשען און איך ווייס דער אמת. פון טויזענט יאר צוריק ווייסען זיי בעסער?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1764
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 07, 2015 2:14 pm
- האט שוין געלייקט: 929 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1485 מאל
דער חילוק צווישן מיין כפירה און שבת,נס איז אזויווי דער חילוק צווישן די סאטמארער אנטי ציונות און די אגודיסטישע, די סאטמארער לייגן צו א ימח שמו צום סוף און די אגודיסטן ע"פ רוב נישט.
אם בתירוץ אחד מתורצות שתיים או שלוש קושיות, קרוב לומר שהתירוץ אמיתי. וככל שיגדל מספר הקושיות המתורצות באותו תירוץ, כך מתחזקת ההנחה שהתירוץ אמיתי.
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
(תורת-מנחם עמ' 154 שיחת כ' מנחם-אב תש"י).
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2056
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג דעצעמבער 04, 2015 3:42 am
- האט שוין געלייקט: 2815 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2784 מאל
Re: וואסי לצטנס געשען מ'די אטד אז ס'שפראצן באזיי אזויפיל עשי
שבת אחים האט געשריבן:חוץ מזה קיין שום רעליגע איז נישט געבעיסט אויף די מעשה פון ניין עלעווען, דערווייל, ווידער אויף די מעשה וואס די תורה פארציילט האט זיך געבויט אפאר מעידזשאר רעליגעס און איז מחייב מענטשען צוטוהן געוויסע זאכן און לעבן א געוויסע לייף סטייל, אז דער מענטש אין דריי טויזענט יאהר ארום וועט דוקא נישט גלייבן אין 9/11 וועט גארנישט געשעהן, משא״כ ווען מ׳זאגט אז מ׳מוז לעבן א געוויסע לעבן ווייל ״מתן תורה״ און ״יציאת מצרים״ איז ווירקלעך געשעהן דארף עס מעהר באווייזן, ווען איך זאל היינט אויסגעפונען אז נאפאליען איז א אויסגעטראכטע מעשה טוישט עס נישט מיין לייף סטייל, איך וועל אפשר זיין שאקירט פאר צוויי מינוט אבער גלייך נאכדעם וועל איך פארגעסן דערפון און ווייטער אנגיין מיט מיין לעבן ווייל סאיז נישט מעלה אדער מוריד, משא״כ ווען א מענטש נעמט אן א געוויסע רעליגע און א לייף-סטייל און לעבט זיין גאנץ לעבן מיט דעם און אטעמט נאר דאס, און לערנט אויס זיינע קינדער און אייניקלעך זאלן לעבן אויף די זעלבע וועג געבעיסט אויף א מעשה פון די דריי טויזנט וואס האט נישט קיין שום עווידענס און סייענטיפשע מעריט- אט פאר אזא זאך וואלט זיך פארלאנגט מעהר עווידענס אז איך זאל טוישן מיין גאנצע לייף סטייל.
חכם איינער, דער תירוץ ליגט אין דיין שאלה!
טאקע וויבאלד מענטשן זיכן נישט ארויפצולייגן אויף זיך און די קינדער פליכטן סתם אזוי ובפרט א פאלק וואס איז באקאנט אלס אויבער-חכמים ועם קשי עורף וועלן זיך נישט לאזן פארקויפן לאקשן, דאס טאקע איז א סיבה לכנות הדברים.
איך זעה אז דו פראבירסט צו גיין שאפינג פאר תירוצים פארוואס דו זאלסט האבן א היתר נישט צו 'מוזן' גלייבן, כ'וויל דיר נישט קיין סאך שטערן דערמיט ווייל אפשר בעלמא דקשוט וועסטו האבן א שטיקל לימוד זכות אז דו האסט טאקע נישט געהאט קיין שום אויפווייז המתקבל על לבך צו מסכים זיין אויף אזא 'שווערע' לייף סטייל.
אבער איין נקודה וויל איך יא מאכן. די תורה זאגט עדות אז זי איז געגעבן געווארן פאר גאנץ כלל ישראל צוזאמען און גאנץ כלל ישראל (דריי מיליאן נפשות) האט געהערט גאט'ס רייד ביים בארג סיני. אזוי אויך אלע מופתים ביי פרעה און ביי קריאת ים סוף זאגט די תורה פאר די וואס האבן איר באקומען, אז איר זעלבסט האט דאס אלעס מיטגעהאלטן. יעצט זיי מיר ביטע מסביר וויזוי דאס קען זיין פאלש און עכ"ז זאל זיך פארקויפן אזא תורה פאר אזויפיל מענטשן!?!
כ'גיב דיר א וואך צייט צו טראכטן.
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
הֵשִׁיב לָהּ יֵשׁוּעַ: "הֲלֹא אָמַרְתִּי לָךְ שֶׁאִם תַּאֲמִינִי תִּרְאִי אֶת כְּבוֹד הָאֱלֹהִים." 41 הֵם הֵסִירוּ אֶת הָאֶבֶן וְיֵשׁוּעַ נָשָׂא אֶת עֵינָיו לַמָּרוֹם וְאָמַר: "אָבִי, אוֹדְךָ כִּי שְׁמַעְתַּנִי. 42 יָדַעְתִּי כִּי תָּמִיד שׁוֹמֵעַ אַתָּה אוֹתִי, וְרַק לְמַעַן הָעָם הָעוֹמֵד מִסָּבִיב אָמַרְתִּי זֹאת, שֶׁיַּאֲמִינוּ כִּי אַתָּה שְׁלַחְתַּנִי. 43 לְאַחַר שֶׁאָמַר אֶת הַדָּבָר הַזֶּה, קָרָא בְּקוֹל גָּדוֹל: "אֶלְעָזָר, צֵא הַחוּצָה!" 44 יָצָא הַמֵּת כְּשֶׁרַגְלָיו וְיָדָיו כְּרוּכוֹת בְּתַכְרִיכִים וּפָנָיו עֲטוּפוֹת בְּמִטְפַּחַת. אָמַר לָהֶם יֵשׁוּעַ: "הַתִּירוּ אוֹתוֹ וְהַנִּיחוּ לוֹ לָלֶכֶת." 45 רַבִּים מֵאֵלֶּה שֶׁבָּאוּ אֶל מִרְיָם הֶאֱמִינוּ בּוֹ כִּרְאוֹתָם אֶת אֲשֶׁר עָשָׂה. 46 אַךְ מִקְצָתָם הָלְכוּ אֶל הַפְּרוּשִׁים וְסִפְּרוּ לָהֶם מַה שֶּׁעָשָׂה יֵשׁוּעַ. 47 כִּנְּסוּ רָאשֵׁי הַכֹּהֲנִים וְהַפְּרוּשִׁים אֶת הַסַּנְהֶדְרִין. אָמְרוּ: "מַה נַּעֲשֶׂה? הֲרֵי הָאִישׁ הַזֶּה עוֹשֶׂה אוֹתוֹת רַבִּים! 48 אִם נַנִּיחַ לוֹ כָּךְ, הַכֹּל יַאֲמִינוּ בּוֹ וְהָרוֹמָאִים יָבוֹאוּ וְיַחֲרִיבוּ אֶת מְקוֹמֵנוּ וְאֶת אֻמָּתֵנוּ."
49
49
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
איך ווייס נישט צו דאס איז די ריכטיגע אשכול, אבער כהאב נישט געטראפן בעסערס
http://www.sunyrockland.edu/about/media ... cholarship
http://www.sunyrockland.edu/about/media ... cholarship
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 455
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 06, 2016 3:19 pm
- געפינט זיך: גיבראלטאר
- האט שוין געלייקט: 72 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 78 מאל
שבת אחים האט געשריבן:איך ווייס נישט צו דאס איז די ריכטיגע אשכול, אבער כהאב נישט געטראפן בעסערס
http://www.sunyrockland.edu/about/media ... cholarship
איך ווייס נישט צו דאס איז די ריכטיגע אשכול, אבער כהאב נישט געטראפן בעסערס
איך הער! נו נו..
- ברוך שפינוזה
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1132
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 23, 2017 12:38 pm
- געפינט זיך: אויפ'ן צווייטן שטאק
- האט שוין געלייקט: 1646 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2040 מאל
שבת אחים האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נישט אז ס׳מאכט א נ"מ, אבער יציאת מצרים איז געשילדערט אין מערערער ערטער ווי דער תורה, אבער נאר דער תורה גיבט עס איבער מיט א דגש אויפ׳ן עיקר און טפל. ס׳מאכט נישט אויס לגבי אמונה, און קיינער זאל נישט בויען זיין אמונה אויף עפעס אזוי לעכערליך ווי היסטארישע ׳אויפווייזונגען׳, אבער פאקט בלייבט פאקט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ווי עס איז געשילדערט? ספר הברית?
מעגליך אז ער מיינט די ipuwer papyrus.
פרעג נישט "וואס קען איך אויסלערנען די וועלט?", פרעג "וואס קען די וועלט מיך אויסלערנען?". - ברוך שפינוזה II