moshav zekeinim האט געשריבן:שיין פארטייטשט, כמעט אזויווי תרגום יהואש.
אינטרעסאנט אז דיין פארטייטשונג מאכן די פראזן קלינגען נאך מער פאעטיש, ווי עס וואלט געווען א הויפן לשונות של קינה איבער זיין שלעכטער גורל, אן קיין באזונדער באדייט אין יעדער שירה.
איך מיין אבער אז די שירות קומען זאגן עפעס מער ווי לתפארת המליצה, ער וויל אנדייטן עפעס.
איך האב נאר פארטייטשט ע"פ פשט. אבער מ'קען אוודאי אויסטייטשן א הימלישע טעקסט בדרך פרד"ס.
למעשה זע איך נישט סתם א הויפן פון קינות. ער איז זיך מתמודד מיט פארשידענע טענות פארוואס ער זאל זיך צוריקהאלטן און ער איז עס דוחה.
די ערשטע טענה איז וואו אנטלויפסטו, דו ווייסט וואס ווארט דיך אפ? און די תשובה, אז קיין בעסערע עתיד האט ער מילא נישט.
די אנדערע טענה, וואו קענסטו עס טון צו די משפחה? און די ענטפער, זײ זענען שוין ממילא חרוב.
און צום סוף, פארוואס וויי טון די חברים? והתשובה, שאדרבא זאל עס זײ וויי טון, דאס איז א סיבה אויף יא.
און וואס האט איר דא אלץ געזען? אדרבא, ס'מיר תמיד א פארגעניגן צו דיסקוסירן פאעזיע.
דברי אדוננו המלך בעיני, נגידים ומעולים ונכבדים... אבל לא אשבח אותם שהם אמת! - הרמב״ן ליעקב הראשון.