דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פארוואס איז דער גאנצע סאטמארער רב אריין נאר אין די פאר צודרייטע וואס האבען איהם נישט געקענט, און דער וויזניצער רבי טראגט נישט קיין אחריות פאר די מאסען פויערען וואס פאררופען זיך על שם וויזניץ?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


ווער האט אים נישט געקענט? אלע קנאים האבן אים געקענט, און געלויפן צו אים, פארוואס מיינסטו איז דער עקסטרימיסט ר׳ מאטעלע געווארן זיין חסיד? זיין טאטע און זיין זיידע, זיינע פעטערס זענען געוועהן אגדיסטן, און ער איז געווארן א סאטמורי, ווען די וואלסט וועין געקענט גוט ר׳ מאטעלע וואלסטו זייער גיט פארשטאנען מיין סטעיטמענט, ווער האט אנגעפאנגען מיט די פראטעסטן אין מאנהעטן יהודי לא ציוני וואס די משה בער בעק׳ס פון די וועלט האלט נאך אן ביזן היינטיגען טאג? ווער האט אויסגעלערנט די מענטשען זיך אויפצופירן ווי חיות צו אנדערע מענשטענס מיינונגען אין אידישקייט? ווער האט חרוב געמאכט קלויזנבורגע שול אין וויליאמסבורג? ווער האט געטיילט פעטש? ווער האט גערופן די פייערלעשער ביי שאלישידיעס אויף יעדע רבי וואס האט נישט געדינט סאטמאר אין וויליאמסבורג??? הא??? זאג? דער יואלי ציממערמאן מיט זיינע חברים אין וועמענס ספרים קאכן זיי זיך? אין ויואל משה אדער אינעם אהבת ישראל? וועמעס חסידים פארופן זיי זיך?.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

חוץ מזה שעם דיך אין דיין פנים אריין צוזאגן אויף א עדה אידן ווי וויזניצער חסידים מארמארישע פויערן, סאיז פונקט ווי דו זאלסט זאגן אז דער חבדסקער איז געוועהן די רבי פון אלע פרייע טעקסי דרייווערס אין ישראל ווייל זיי האבן א בילד פון אים, די חבדסקר האט געהאט חסידים וואס זענען געוועהן ריזיגע תלמידי חכמים און ווי אויך האט ער געהאט טויזענטער מעריצים פון אלע אנדערע קרייזן, די זעלבע איז געוועהן מיטן אהבת ישראל, דו הייבסט בכלל נישט אן צו פארשטיין וואס וויזניץ אינדערהיים איז געוועהן, וויזניץ אינדערהיים און היינטיגע וויזניץ איז צווייי אנדערע זאכן. דער אהבת ישראל האט געהאט טויזענטער חסידים בני עלי׳ פון הרב וויזל דער טערניווער רב זצ״ל וואס טויזענטער אידן אינדערהיים האבן געהאלטן פאר א פועל ישיעות, הרה״ח הצדיק ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל (וואס וואלט פארדינט א אשכול דא אין שטיבל) הרה״ח ר׳ יצחק דוד פוקס זצ״ל מיין זיידע הרה״ח ר׳ אברהם פוקס ז״ל, הרה״ח ר׳ יחיאל שטיינמעץ ז״ל, הרה״ח ר׳ משה ראזענפעלד זצ״ל (ר׳ משה טעטשער- א שם דבר אין גאנץ מארמערוש, בוקעווינא) הרה״ח ר׳ חיים סענדער ניימאן ז״ל און הרה״ח ר׳ יודל עביר ראזענבערג זצ״ל. זיינע שפעטערדיגע חסידים וואס א טייל לעבן נאך היינט און קאכן זיך אין אים, איז קודם כל הרה״ח ר׳ אליעזר דוד פרידמאן, רב בעלז הישן, (וואלט אויך פארדינט א באזונדערע אשכול) הרה״ח ר׳ מנחם מונדערער זצ״ל מקאסוב-ירושלים, (האט א אשכול דא דאכצעך), הרב שנעבאלג זצ״ל די טאטע פונעם טשערנאוויצער, באלחובער רב, הרה״צ ר׳ דוד לייב שווארץ זצ״ל פון בני ברק (פארצייטישע איד וואס פלעגט גיין נאך געלט-האט דאכצעך דא א אשכול), הרה״צ ר׳ משה אליעזר פראמאוויטש זצ״ל אב״ד צייסלהיים, געוועהן א רבי אינדערהיים מיט חסידים, נאך די מלחמה געוואוינט אין וויליאמסבורג (פארדינט אויך א אשכול דא, כהאב אים גיט געקענט), די איד׳ס ווארימע דאווענן און קריאת שמע ליינען ביי שחרית האט אויסגעקוקט ווי ער גייט אויס פאר מתיקות, כהאב נאך אזאנס נישט געזעהן. אט די אויבנדערמאנטע אידן זענען אלע געוועהן אמתע געהויבנע אידן תלמידי חכמים, וואס דאס ריפלעיקט וויזניץ,
ווי אויך אז דער אהבת ישראל האט עקסעפטעט און מקרב געוועהן א יעדע איד אפילו די גרעסטע פויערן. אבער ארום דער אהבת ישראל האבן זיך געדרייט גאר חשובע געהויבנע אידן, די ליסט goes on and on.

וויזניץ האט ארויסגעגבען די שענסטע פירות, און האבן זיך נישט וואס צו שעמען פאר דיינע פארביסנע ליטפאקס.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

@שבת די נטו"ק זענען א חבורה פאר זיך וואס האבן נישט מיט סאטמאר קיין שייכות
נארוואס יעצט האט סאטמאר שוין צום ווילפסטע מאל געטיילט שטיצע פאר די מוסדות וואס נעמען נישט פינעם שלטון המדינה, די נטו"ק זענען ארויס דערקעגן זייער שטארק, עס זענען 2 באזינדערע פראקציעס
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אויך דער טשימפא רב ז"ל בעל ה... (כ'געדענק נישט די נאמען פון זיין ספר) איז געווען א וויזניצער חסיד. ער פלעגט גיין אין גאס פארטראכט אין לערנען, און נישט איינמאל האט ער 'פארגעסן' ווי ער וואוינט.

ס'איז געווען דאהי נאך רבנים וויזניצער חסידים, (כמו ר' ישראל אברהם שטיין, ועוד).
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

פאר ווער ס׳וויל וויסן אביסל מעהר וועגן דעם ״אהבת ישראל״, און וואס די גדולי ישראל האבן געזאגט אויף אים, זאל ליינען די ספר פון ר׳ נתן אלי ראטה ״קדוש ישראל״

http://download.hebrewbooks.org/downloa ... ?req=35548
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

בן אדם האט געשריבן:אויך דער טשימפא רב ז"ל בעל ה... (כ'געדענק נישט די נאמען פון זיין ספר) איז געווען א וויזניצער חסיד. ער פלעגט גיין אין גאס פארטראכט אין לערנען, און נישט איינמאל האט ער 'פארגעסן' ווי ער וואוינט.

תפארת אדם.
Under influence
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

סמבטיון האט געשריבן:דע האלבע כולל להוראה פון מראה יחזקאל האט זיך אויסגעליידיגט דאנערשטיק אינדעפרי, פון צווישן די רבנים וואס זענען ארויס זענען ר' משה שטעסיל דיין בעלזא 36 ר' חיים יהושע וועטענשטיין דיין בעלזא 15/43 ר' חיים בצלאל וועבער מגי"ש בישיבה ר' סענדער רעכניצער מו"צ אין בעלזא ר' דוד פרענקעל מו"צ אין בעלזא און נאך אנדערע , די קינדער פון באבא קארלסבורג האבן זיך געבעטן זיי זאלן בלייבן זיי האבן געטאנעהט אז זייער טאטע איז נישט געווען אפילו דאהי און סענישט בהסכמתו , למעשה האבן בערך א מנין פון די חשובסטע אין די כולל פארמאכט די גמרות אין ארויס פון דארט.

די מיינסט אוודאי די "צווייטע האלב" כולל, ווייל די ערשטע האלב איז שוין ארויס ביים טיילונג לבית ראטה/רוטה.
ליידער ליידער, וועט הגאון רבי יחזקאל ראטה - וואס זיין אמת'ע גרויסקייט וועט נאך איין טאג ארויסשיינען, און מ'וועט וויינען "וואו זענען אונז געווען?"- ענדיגען זיין מלוכה מיט גרויס בזיונות. ממש א ווייטאג, ספר תורה שרוי בצער - און ר' יצחק שטיין וועט נישט האבן וואס איבערצונעמען.
Under influence
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

די ערשטע חסידישע גיטע ישיבה בארה"ק האבן די ויזניצע געהאט
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

שבת אחים האט געשריבן:חוץ מזה שעם דיך אין דיין פנים אריין צוזאגן אויף א עדה אידן ווי וויזניצער חסידים מארמארישע פויערן, סאיז פונקט ווי דו זאלסט זאגן אז דער חבדסקער איז געוועהן די רבי פון אלע פרייע טעקסי דרייווערס אין ישראל ווייל זיי האבן א בילד פון אים, די חבדסקר האט געהאט חסידים וואס זענען געוועהן ריזיגע תלמידי חכמים און ווי אויך האט ער געהאט טויזענטער מעריצים פון אלע אנדערע קרייזן, די זעלבע איז געוועהן מיטן אהבת ישראל, דו הייבסט בכלל נישט אן צו פארשטיין וואס וויזניץ אינדערהיים איז געוועהן, וויזניץ אינדערהיים און היינטיגע וויזניץ איז צווייי אנדערע זאכן. דער אהבת ישראל האט געהאט טויזענטער חסידים בני עלי׳ פון הרב וויזל דער טערניווער רב זצ״ל וואס טויזענטער אידן אינדערהיים האבן געהאלטן פאר א פועל ישיעות, הרה״ח הצדיק ר׳ מרדכי חנא פוקס זצ״ל (וואס וואלט פארדינט א אשכול דא אין שטיבל) הרה״ח ר׳ יצחק דוד פוקס זצ״ל מיין זיידע הרה״ח ר׳ אברהם פוקס ז״ל, הרה״ח ר׳ יחיאל שטיינמעץ ז״ל, הרה״ח ר׳ משה ראזענפעלד זצ״ל (ר׳ משה טעטשער- א שם דבר אין גאנץ מארמערוש, בוקעווינא) הרה״ח ר׳ חיים סענדער ניימאן ז״ל און הרה״ח ר׳ יודל עביר ראזענבערג זצ״ל. זיינע שפעטערדיגע חסידים וואס א טייל לעבן נאך היינט און קאכן זיך אין אים, איז קודם כל הרה״ח ר׳ אליעזר דוד פרידמאן, רב בעלז הישן, (וואלט אויך פארדינט א באזונדערע אשכול) הרה״ח ר׳ מנחם מונדערער זצ״ל מקאסוב-ירושלים, (האט א אשכול דא דאכצעך), הרב שנעבאלג זצ״ל די טאטע פונעם טשערנאוויצער, באלחובער רב, הרה״צ ר׳ דוד לייב שווארץ זצ״ל פון בני ברק (פארצייטישע איד וואס פלעגט גיין נאך געלט-האט דאכצעך דא א אשכול), הרה״צ ר׳ משה אליעזר פראמאוויטש זצ״ל אב״ד צייסלהיים, געוועהן א רבי אינדערהיים מיט חסידים, נאך די מלחמה געוואוינט אין וויליאמסבורג (פארדינט אויך א אשכול דא, כהאב אים גיט געקענט), די איד׳ס ווארימע דאווענן און קריאת שמע ליינען ביי שחרית האט אויסגעקוקט ווי ער גייט אויס פאר מתיקות, כהאב נאך אזאנס נישט געזעהן. אט די אויבנדערמאנטע אידן זענען אלע געוועהן אמתע געהויבנע אידן תלמידי חכמים, וואס דאס ריפלעיקט וויזניץ,
ווי אויך אז דער אהבת ישראל האט עקסעפטעט און מקריב געוועהן א יעדע איד אפילו די גרעסטע פויערן. אבער ארום דער אהבת ישראל האבן זיך געדרייט גאר חשובע געהויבנע אידן, די ליסט goes on and on.

וויזניץ האט ארויסגעגבען די שענסטע פירות, און האבן זיך נישט וואס צו שעמען פאר דיינע פארביסנע ליטפאקס.


זיי נישט בייז, אבער א שיינע טייל פון דיין ליסטע האבן נישט געקענט קיין צורת אות.... ווארימע דאווענען יא, אבער א שטיקל האיש מקדש, אדער אפילו ערבי פסחים? זערא.
Under influence
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שבת, די ברענגסט שטארק ארויס די ווילדע שטיק וואס די סאטמערע טעראריסטן האבן אפגעטון קעגן די אלע וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן אבער כמדומה לי אז די וויזניצע זענען בכלל נישט אינטערשטעלונג. קוק וואס זיי האבן געמאכט פון זייער סרולטשע, אויסגעפייניגט און געטרינקן בלוט.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

[tag]שמעון וואלף[/tag], ביסט גערעכט אז מ׳האט געפייניקט ר׳ ישראלטשע, אבער נישט אין די צייטן פונעם אהבת ישראל, כבין טאקע בכלל נישט קיין חסיד פון ר׳ משהלע, ביי מיינע רביס ווי ר׳ חיים מאירל און ביי ר׳ ישראלטשע וואלט קיינמאל אזא זאך פאסירט.

[tag]קאווע טרינקער[/tag], איך האב זיי נישט פארהערט, דו אויך נישט, איך גלייב שווער אז פון די ליסט איז געוועהן ממש עמי הארצים, נישט געקענט קיין צורת אות? אויב יא שיק מיר אין אישי וועם דו מיינסט, סקען גאנץ מעגליך זיין אז דו ביסט גערעכט אז א חלק פון די ליסט זענען נישט געוועהן קיין גרויסע תלמידי חכמים, ס'מאכט מיר גאנץ ווייניג אויס ווייל ס׳פרעגט נישט אפ וואס איך פראביר ארויס צוברענגען אז וויזניצע חסידים זענען נישט געוועהן קיין פויערן, ווער פון די ליסט איז געוועהן א פויער?, זיי זענען געוועהן דורכגעווייקטע חסידישע אידן וואס האבן געלעבט אין העכערס, חסידישע אידן תלמידי בעש״ט האבן געדינט דעם אייבערשטען אויף זייער אייגענע וועג און סהאט נישט נאר געהאט צוטוהן מיט לימוד התורה. דרך אגב דער אהבת ישראל׳ס עלצטע זוהן הרה״צ ר׳ מנחם מענדל ווישעווער זצ״ל איז גראדע געוועהן א תלמיד חכם עצום, מ׳האט אים גערופן די ספרים שאפע, ער איז אויך געוועהן א מוראדיגע בעל כשרון און א געוואלדיגע בעל דרשן וואס האט צוגעצויגן און באצויבערט די צוהערער, ער האט אויך אויפגעשטעלט א גרויסע ישיבה און אסאך תלמידי חכמים און מרביצי תורה האבן געלערנט אין זיין ישיבה, ר׳ יואליש האט אים גאר שטארק מחשיב געוועהן און זיך גערעכענט מיט אים, איינמאל ביי א אסיפת הרבנים אינדערהיים האט סאטמארער רב געהאלטן אנדערש ווי אים מיט א געוויסע זאך און ער האט צוריקגעצויגן לכבדו.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

גראף האט געשריבן:@שבת אחים סתם א זייטיגע פראגע. וואס מיינט הייליגע רבי? דו גלייבסט אז ער'ז געווען הייליג דעמאלסט איז דאך יא דא א באשעפער? און אויב נישט פארוואס שרייבסטו הייליג? אדער האט הייליג מיט רעליגיע גארנישט איינגעלייגט.
נ.ב איך גלייבט אויך אז ער איז געווען א צדיק וקדוש.


א הייליגע מענטש מיינט איינער וואס ליגט נישט אין קיין גשמיות און אין קיין תאוות, א מענטש וואס איז ריין, אמתדיג, לעבט און שטרעבט אין העכערס, נישט ווי סתם א בהמה וואס פרעסט און פאפט און איז נאר פארנומען מיט זיינע פערזענליכע באדערפענישן, ס׳מוז נישט דוקא האבן צוטוהן מיט א רעלגיע, אבער אזא מושג ווי הייליג, זיך אויסארבעטן די מידות און לעבן אין העכערס איז פארהאנען.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

שבת, ביסט אזוי ווילד געווארען ביים זע׳ען דער משל, ביז דער נמשל האסטו נישט געכאפט. אויף דיין רבי זעסטו נאר גוטס, און די שוואכע חלקים פון די חסידות פארקוקסט דו, אז דער רבי איז פאר זיי נישט פאראנטווארטליך. (די משלים וואס איך האב געברענגט זענען דייקא פונדערהיים, נישט פון א"י) אבער סאטמאר ביסטו נישט גרייט אזוי צו טראכטען. קודם זאגסטו נטו"ק, און פון דארט געשפרינגען אויף קלויזענבורג. זאג איך דיר אז סאטמאר רב טראגט אחריות פאר נטו"ק פונקט ווי דער אהבת ישראל אויף יענע פויער אין בוקעווינע. און וויזניץ אונטער דער אהבת ישראל איז גארנישט אונטערשטעליג געווען אין מחלקת, עי׳ ערך נאסויד׳ער רב אדער סיגעט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שבת, ביסט אזוי ווילד געווארען ביים זע׳ען דער משל, ביז דער נמשל האסטו נישט געכאפט. אויף דיין רבי זעסטו נאר גוטס, און די שוואכע חלקים פון די חסידות פארקוקסט דו, אז דער רבי איז פאר זיי נישט פאראנטווארטליך. (די משלים וואס איך האב געברענגט זענען דייקא פונדערהיים, נישט פון א"י) אבער סאטמאר ביסטו נישט גרייט אזוי צו טראכטען. קודם זאגסטו נטו"ק, און פון דארט געשפרינגען אויף קלויזענבורג. זאג איך דיר אז סאטמאר רב טראגט אחריות פאר נטו"ק פונקט ווי דער אהבת ישראל אויף יענע פויער אין בוקעווינע. און וויזניץ אונטער דער אהבת ישראל איז גארנישט אונטערשטעליג געווען אין מחלקת, עי׳ ערך נאסויד׳ער רב אדער סיגעט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk


איך וואונדער מיך וויאזוי דו לערנסט אפ א שטיקל גמרא, ווייל לויט דיין שרייבן דא ביסטו נישט capable of critical thinking. ביי דיר צוויי פלאוס צוויי איקוואלס קמח ישן...

דער סאטמארער רב איז דער וואס האט אנגעהויבן די רעיון פון ארויסגיין פראטעסטן אויף די גאסן פון מאנהעטן, ער איז געוועהן א פרעדיגער קעגן ציונית און געהעצט קעגן זיי, ממילא איז ער ריספאונסיבאל פאר די דור וואס ער האט מחנך געוועהן, משא״כ דער אהבת ישראל האט נישט געפרעדיגט קיין פויערשאפט, ער האט זיי נאר מקרב געוועהן פונקט ווי די חבדסקר האט מקרב געוועהן אלע מיני אידן, ע״כ איז ער נישט ריספאונסיבאל פאר די פויער אין באקיווינע, פארקערט ער האט זיי געהאלטן ביי אידישקייט אויב עפעס.

וואס איז געוועהן די מחלוקות מיט סיגעט און מיטן נאסוידעד רב, וואס פארא שייכות האט עס געהאט מיטן אהבת ישראל?, אדרבה פארצייל די מעשה וועט יעדער זעהן ווי לעכעריג סאיז, און וויאזוי קענסטו עס בכלל פארגלייכן צו די צייטן פון ר׳ משהלע ווען מ׳האט געצאפט ר׳ ישראל׳טשע מיט זיינע קינדער די בלוט על לא דבר?.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דאס האט גארנישט מיט צימערמאן און נישט מיט נטו"ק. יא, ער איז פאראנטווארטליך אויף דער איד און דער היינטיגע מחלוקת אין סאטמאר. אבער שבת האט געוואלט מאכען ר' משה בער אלס זיינס א תלמיד, וואס ער איז קלאר נישט געווען, און ער האט נאך געקעמפט די סארט חברה וואס האבען נישט די לאסט פון א קהלה אויף זיי
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

תורה ומדע האט געשריבן:דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.

שוין צום צווייטע מאל וואס דו שיסט פאקטן אן קיין פראוו. ביטע ווייז איבער די פאקטן.
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

עמעזאן האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.

שוין צום צווייטע מאל וואס דו שיסט פאקטן אן קיין פראוו. ביטע ווייז איבער די פאקטן.

דברים ידועים לכל.
מהר"א מבעלזא האט געדינט די עגל, דער בעלער רב האט געהייסען מ,זאל עם קומען מפייס זיין כידוע. חוזק מבעל אגר"מ, לובאוויטש, קלויזענבורג, וכל אחד שלא הלך בדרכו זרקו מוויליאמסבורג. ואכן כמעט כולם ברחו משם.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קיינמאל געהערט אז סאטמר רב זאל זאגן אז בעלזא רב דינט די עגל.
נאר וואס דען דו מיינסט א וודאי די באקאנטע דרשה אין אר''י ווי ער האט ארויסגעברענגט אז עס איז נישט א פלא אז א צדיק אמת זאל פארכאפט ווערן און טון א עוולה ווי מען זעהט אז אהרן הכהן האט אנגעפירט די עגל. זהו, שלעכט געזאגט? סאטמר רב האט געהאלטן אז בחירות איז א עוולה און כאטש מען זעהט גרויסע מענטשען זענען עס מתיר איז נישט קיין ראי'.

נאר אזעלעכע שונאים שלעכטע מענטשען ווי דיר האבן זיך ארויפגעכאפט אז סאטמר רב האט געמיינט אהרן אהרן לגזי''ש הגם די מכוון איז די זעלבע אבער דאס ברענגט שוין מער בייז בלוט אין די צייט וואס סאטמר רב פלעגט בכלל נישט זיין די סטייל פון זאגן פורים תורות.

וועגען בעלזא רב'ס בקישת מחילה איז לכאורה נישט ידוע לכל איך האב קיינמאל געהערט דערפון, און בכלל ווי קומט עס אריין דא?

דברי בזיון אויף ר' משה פיינשטיין? קיינמאל געהערט דערפון. נאר געוויסע פסקים פון עם וואס איז לדעתו געווען א חורבן איז ער ארויסגעקומען מיט א שארפקייט. ער מעג נישט?

ליובאוויטש אויך קיינמאל געהערט.
קלויזנבורג נישט אריינצוגיין אין זיין גדלות ווס. סאטמר רב. אויך קיינמאל געהערט סאטמר רב חוזק מאכן פון עם. פארקערט גראדע יא... ובגדול..

וועם האט מען געווארפן פון וויליאמסבורג? ר' פישעלע וואוינט נאך היינט אין וויליאמסבורג. די באיאן קלויז איז זייער באקוועם אין וויליאמסבורג פול מיט סאטמערע אידן און מען פארטראגט זיך שיין, עס איז אפילו היינט דא א עירוב אין שטאט.
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

עמעזאן , דו קומסט מיר פאר ווי איינער וואס לייקענט די שואה.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וחוזרין חלילה. מ'האט די אלע טעמעס ברייט אויסגעשמועסט עטליכע מאל אין שטיבעל דא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

סאטמאר רב האט אסאך געלערנט וועגן די יסוד פון גיטע מדות צו די תלמידים, עי' בדבריו הק'
אויכעט האט מען קיינמאל נישט פארהוילען פון די תלמידים די הייליגע דיבורים מצדיקים הקודמים,
כגון
בעיקבתא דמשיחא אז רק היראים אשר יהיה להם אומץ דקדושה לא ישאו פני גדול,
ולא יגורו מפני איש אלא יעמדו בתוקף עוז על אמונתם עד ביאת הגואל

הבעל
שם טוב עבר פעם ליד אילן עמוס עלים ונענה: פאר משיח'ן וועלן זיין פאלשע רבי'ס אזויפיל וויפל בלעטלאך סאיז דא אויפן בוים


אומרים
בשם (הבעל שם טוב זי"ע) שאמר שקודם ביאת המשיח יהיה רבנים ואדמורי"ם שיהיו רשעים גמורים, ועל התמימים שלא יכרכו אחריהם חס ושלום, התפלל דוד המלך עליו השלום שומר נפשות חסידיו מיד רשעים יצילם
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דריי דיר נישט אויס. ווער איז דער פאלשע רבי בחיי הסאטמאר רב? בעלז, קאלאראש\סקווער, וויזניץ, גער, באבוב, סקאליא?

און וויאזוי זאגסטו מיט די אנדערע זייט צונג (ליין: ניק) אז מ׳האט נישט בארעדט אנדערע רבי׳ס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט