סמבטיון האט געשריבן:עמעזאן , דו קומסט מיר פאר ווי איינער וואס לייקענט די שואה.
דהיינו? פרעג אפ מיין לעצטע תגובה.
פארגעס נישט דא רעדט מען פון די רבי און נישט פון די חסידים
תורה ומדע האט געשריבן:דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ווער איז דער פאלשע רבי בחיי הסאטמאר רב? בעלז, קאלאראש\סקווער, וויזניץ, גער, באבוב, סקאליא?
מ׳האט נישט בארעדט אנדערע רבי׳ס?
בֶּן-אָדָם, הִנָּבֵא עַל-רוֹעֵי יִשְׂרָאֵל; הִנָּבֵא וְאָמַרְתָּ אֲלֵיהֶם לָרֹעִים... הוֹי רֹעֵי-יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר הָיוּ רֹעִים אוֹתָם--הֲלוֹא הַצֹּאן, יִרְעוּ הָרֹעִים. ג אֶת-הַחֵלֶב תֹּאכֵלוּ וְאֶת-הַצֶּמֶר תִּלְבָּשׁוּ, הַבְּרִיאָה תִּזְבָּחוּ; הַצֹּאן, לֹא תִרְעוּ. ד אֶת-הַנַּחְלוֹת לֹא חִזַּקְתֶּם וְאֶת-הַחוֹלָה לֹא-רִפֵּאתֶם, וְלַנִּשְׁבֶּרֶת לֹא חֲבַשְׁתֶּם, וְאֶת-הַנִּדַּחַת לֹא הֲשֵׁבֹתֶם, וְאֶת-הָאֹבֶדֶת לֹא בִקַּשְׁתֶּם; וּבְחָזְקָה רְדִיתֶם אֹתָם, וּבְפָרֶךְ. ה וַתְּפוּצֶינָה, מִבְּלִי רֹעֶה; וַתִּהְיֶינָה לְאָכְלָה לְכָל-חַיַּת הַשָּׂדֶה, וַתְּפוּצֶינָה
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס ווילסטו פון דער נביא? פון דער בעש"ט? זיי זאגען אז פאלשע מנהיגים\רבי׳ס וועלען זיין. וואס איז דער פראקטישע נ"מ? ווען מ׳זעט א רבי\מנהיג איז עס מעגליך ער איז פאלש.
וועלכע רבי איז פאלש? נישט גערער רבי׳ן
atalk
מנוחה ושלוה האט געשריבן:הרב ש ש טעלר פון חסידי מהרא ט"ב וואס רעדט געווענליך אינעם אפיציעלן נאמען פון די קהילה האט אין א דרשה אויך געזאגט בערך די נוסח וואס מהריי גענויגטע רבנים האבן בכתב פארשריבן
ער האט זיך געאייסערט צו די רבי פון בעלזא קהילה אדער צווינגסטו אינז צו שלום, אדער לעב גיט מיט די ראש ממשלת מדנ'י
שבת אחים האט געשריבן:[tag]שמעון וואלף[/tag], ביסט גערעכט אז מ׳האט געפייניקט ר׳ ישראלטשע, אבער נישט אין די צייטן פונעם אהבת ישראל, כבין טאקע בכלל נישט קיין חסיד פון ר׳ משהלע, ביי מיינע רביס ווי ר׳ חיים מאירל און ביי ר׳ ישראלטשע וואלט קיינמאל אזא זאך פאסירט.
[tag]קאווע טרינקער[/tag], איך האב זיי נישט פארהערט, דו אויך נישט, איך גלייב שווער אז פון די ליסט איז געוועהן ממש עמי הארצים, נישט געקענט קיין צורת אות? אויב יא שיק מיר אין אישי וועם דו מיינסט, סקען גאנץ מעגליך זיין אז דו ביסט גערעכט אז א חלק פון די ליסט זענען נישט געוועהן קיין גרויסע תלמידי חכמים, ס'מאכט מיר גאנץ ווייניג אויס ווייל ס׳פרעגט נישט אפ וואס איך פראביר ארויס צוברענגען אז וויזניצע חסידים זענען נישט געוועהן קיין פויערן, ווער פון די ליסט איז געוועהן א פויער?, זיי זענען געוועהן דורכגעווייקטע חסידישע אידן וואס האבן געלעבט אין העכערס, חסידישע אידן תלמידי בעש״ט האבן געדינט דעם אייבערשטען אויף זייער אייגענע וועג און סהאט נישט נאר געהאט צוטוהן מיט לימוד התורה. דרך אגב דער אהבת ישראל׳ס עלצטע זוהן הרה״צ ר׳ מנחם מענדל ווישעווער זצ״ל איז גראדע געוועהן א תלמיד חכם עצום, מ׳האט אים גערופן די ספרים שאפע, ער איז אויך געוועהן א מוראדיגע בעל כשרון און א געוואלדיגע בעל דרשן וואס האט צוגעצויגן און באצויבערט די צוהערער, ער האט אויך אויפגעשטעלט א גרויסע ישיבה און אסאך תלמידי חכמים און מרביצי תורה האבן געלערנט אין זיין ישיבה, ר׳ יואליש האט אים גאר שטארק מחשיב געוועהן און זיך גערעכענט מיט אים, איינמאל ביי א אסיפת הרבנים אינדערהיים האט סאטמארער רב געהאלטן אנדערש ווי אים מיט א געוויסע זאך און ער האט צוריקגעצויגן לכבדו.
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דריי דיר נישט אויס. ווער איז דער פאלשע רבי בחיי הסאטמאר רב? בעלז, קאלאראש\סקווער, וויזניץ, גער, באבוב, סקאליא?
און וויאזוי זאגסטו מיט די אנדערע זייט צונג (ליין: ניק) אז מ׳האט נישט בארעדט אנדערע רבי׳ס?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
פון וועמען די ווילסט מען זאל רעדן, זאג אז ס'מיינט יענעם,ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער זאגט אז ס׳איז היינט נישט אזוי? פון וועמען רעדט מען
ווילסט מיר יעצט זיכן מיינע זינד אקעי איך שטעל דיר צו א לאנגע ליסטע,ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
דער אומאפהענגיגע ארגאן דיינער האט גערעדט און מזלזל געווען
שבת אחים האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.
ביסט זיכער וואס דו שרייבסט דא? איך מיין אז אט די איין נקודה, דיין פראספעקטיוו אויפן מנחת אלעזר קומט פון א בייעסט בעלזע Point Of View. דער מנח״א האט יא געהאט א עולם, לכאורה אסאך א גרעסערע עולם ווי ר׳ יואליש אין שטאט סאטמאר, ער איז נישט געוועהן אראפגעקוקט, זיינע ספרים און חידושים זענען מעיד אז ער איז געוועהן א גרויסע מענטש, מונקאטש איז געוועהן א גרויסע חסידות אינדערהיים.
שמעון וואלף האט געשריבן:שבת אחים האט געשריבן:תורה ומדע האט געשריבן:דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.
ביסט זיכער וואס דו שרייבסט דא? איך מיין אז אט די איין נקודה, דיין פראספעקטיוו אויפן מנחת אלעזר קומט פון א בייעסט בעלזע Point Of View. דער מנח״א האט יא געהאט א עולם, לכאורה אסאך א גרעסערע עולם ווי ר׳ יואליש אין שטאט סאטמאר, ער איז נישט געוועהן אראפגעקוקט, זיינע ספרים און חידושים זענען מעיד אז ער איז געוועהן א גרויסע מענטש, מונקאטש איז געוועהן א גרויסע חסידות אינדערהיים.
די חוצפה וואס סאטמאר האט איז משרשו פון בעלז וואס כידוע האט סאטמאר רב זיך געהאלטן אלץ תלמוד פון בעלזע רב, מהרי"ד, און אסאך בעלזע חסידים זענען טאקע אנגעקומען קיין סאטמאר. און בעלז איז געווען די מענטעלעטי אז אונזער רבי איז העכער ווי אלע אנדערע און פון דארט נעמט זיך די מושג פון "כבוד בית בעלז" כאילו די נאמען "בעלז" טראגט מיט זיך עפעס העכערס. צוליב דעם האט מען גערודפ'ט אלע וואס האבן זיך נישט מבטל געווען פאר בעלז ווי למשל סאטמאר רב מיט 'עד הנה' אדער סקווירא רבי וועגן די זאגן. ס'איז באקאנט וואס מ'פלעגט זאגן אז אין בעלז האט מען נישט געקענט טרעפן א גמרא פון די מסכת ווי דף היומי האט געהאלטן.
די היינטיגע בעלזע רב האט עס געטוישט בפרט נאך די מערכה וואס סאטמאר האט געפירט קעגן אים און ער האט זיך געשפירט געקלאפט האט ער דיסיידעט צו שפילן נייס גיי און ס'איז אים געלונגן, צעביסלעך פארגעסט מען ווער ס'איז וואס.
און אגב, דאס וואס תורה ומדע שרייבט וועגן די מנחת אלעזר איז סתם בעלזע שקרנות. איך האב געקענט אסאך תלמידים פון מנח"א און פייערדיגע מונקאטשע חסידים און קיינמאל געהערט רעדן א שלעכט ווארט אויף בעלזע רב