דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

סמבטיון האט געשריבן:עמעזאן , דו קומסט מיר פאר ווי איינער וואס לייקענט די שואה.

דהיינו? פרעג אפ מיין לעצטע תגובה.
פארגעס נישט דא רעדט מען פון די רבי און נישט פון די חסידים
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווי איז די מקור אז דער בעל שם טוב עס געזאגט?
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

בן אדם האט געשריבן:ווי איז די מקור אז דער בעל שם טוב עס געזאגט?


עיין שם
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

תורה ומדע האט געשריבן:דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.


ביסט זיכער וואס דו שרייבסט דא? איך מיין אז אט די איין נקודה, דיין פראספעקטיוו אויפן מנחת אלעזר קומט פון א בייעסט בעלזע Point Of View. דער מנח״א האט יא געהאט א עולם, לכאורה אסאך א גרעסערע עולם ווי ר׳ יואליש אין שטאט סאטמאר, ער איז נישט געוועהן אראפגעקוקט, זיינע ספרים און חידושים זענען מעיד אז ער איז געוועהן א גרויסע מענטש, מונקאטש איז געוועהן א גרויסע חסידות אינדערהיים.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
ווער איז דער פאלשע רבי בחיי הסאטמאר רב? בעלז, קאלאראש\סקווער, וויזניץ, גער, באבוב, סקאליא?



מ׳האט נישט בארעדט אנדערע רבי׳ס?


מען האט געלערנט מידות טובות עי' בדיבוריו להתלמידים

און נישט מורא געהאט איבערצוזאגן די מימרות, אז ווי די שוואמען וועלן מענטשן שאינן ראויין לרבנות זיך זעצן אויף אידישע קינדער כמב' ביחזקאל ל"ד
בֶּן-אָדָם, הִנָּבֵא עַל-רוֹעֵי יִשְׂרָאֵל; הִנָּבֵא וְאָמַרְתָּ אֲלֵיהֶם לָרֹעִים... הוֹי רֹעֵי-יִשְׂרָאֵל אֲשֶׁר הָיוּ רֹעִים אוֹתָם--הֲלוֹא הַצֹּאן, יִרְעוּ הָרֹעִים. ג אֶת-הַחֵלֶב תֹּאכֵלוּ וְאֶת-הַצֶּמֶר תִּלְבָּשׁוּ, הַבְּרִיאָה תִּזְבָּחוּ; הַצֹּאן, לֹא תִרְעוּ. ד אֶת-הַנַּחְלוֹת לֹא חִזַּקְתֶּם וְאֶת-הַחוֹלָה לֹא-רִפֵּאתֶם, וְלַנִּשְׁבֶּרֶת לֹא חֲבַשְׁתֶּם, וְאֶת-הַנִּדַּחַת לֹא הֲשֵׁבֹתֶם, וְאֶת-הָאֹבֶדֶת לֹא בִקַּשְׁתֶּם; וּבְחָזְקָה רְדִיתֶם אֹתָם, וּבְפָרֶךְ. ה וַתְּפוּצֶינָה, מִבְּלִי רֹעֶה; וַתִּהְיֶינָה לְאָכְלָה לְכָל-חַיַּת הַשָּׂדֶה, וַתְּפוּצֶינָה

ווער עס האט מורא צו לערנען זיינע תלמידים די ריכטיגע דיבורים, ברויך מען חייש זיין צו ער איז נישט פון די דאזיגע, אויב פארכט מען זיך איבערצוגעבן אמת'ע רייד צו תלמידים, הייסט עס די ווילסט מסתיר זיין די אמת פינעם קינד/תלמיד כדי ער זאל נישט אויפקומען אויף דיינע שפורען.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

דו דרייסט זיך אויס. זאג א נאמען. נישט קיין קנאות. א נאמען.

(אגב, דער פסוק אין נביא שטייט אויף רועי ישראל, ניין? ומי לנו גדול פון דער דברי יואל זעלבסט?)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

איך דריי זיך נישט ארויס
די זעלבע נאמען וואס יחזקאל הנביא ניצט
"רועי ישראל" ,
מו"ר מ'סאקמיר האט נישט געזאגט בכלל קיינע נעמען
עס איז א 'חפצא' ניט גברא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

איש את רעהו האט געשריבן:
עס איז א 'חפצא' ניט גברא


ממתיק צו זיין להבנת ה'כרס
עס איז ניט א 'דין' אין 'גברא' צו מתעסק זיין אינעם עצם גברא
עס איז א 'דין' אין עקבתא דמשיחא, דער חפצא פון אחרית הימים איז מצמיח אזעלכע שוועמלעך, און מען דארפן וויסן די זמן אין וואס מיר לעבן.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

וואס ווילסטו פון דער נביא? פון דער בעש"ט? זיי זאגען אז פאלשע מנהיגים\רבי׳ס וועלען זיין. וואס איז דער פראקטישע נ"מ? ווען מ׳זעט א רבי\מנהיג איז עס מעגליך ער איז פאלש. וועלכע רבי איז פאלש? נישט גערער רבי׳ן, זאגסטו. אלזא, זיין מיינונג אויף בחירות איז שוין אן אוחסכעהאלטענע. איז וואס ווילסטו יעצט? אחוץ אז דו ווילסט מיר זאגען אז גערער רבי איז א פאלשע רבי.


נארמאלע מענטעשן האט מען מחנך געווען אז א חילוקי דעות מיינט נישט אז יענער איז א פאלשע מנהיג, און דער פסוק אין נביא פעלט נישט אויס לגבי א מחלוקת. די פאלשע מנהיגים זענען די וואס בצע כסף און מאכט זענען נר לרגלם, וואס פארדרייען הלכות און השקפות, נישט ווייל זיי האלטען אזוי, נאר ווייל דער ׳זאך׳ פאדערט עס. די חברה באקען חומרות און קולות נאר צוליעב אייגענע מאכט, און זיי שלעפען אריין אנדערע יחידים אין זייערע פרטישע אינטערעסען, לויפען ארום צווינגען חתימות פון אידען פון לונדון אנטווערפען נ.י. און בני ברק, ווייל אין ירושלים קענען צוויי יונגען נישט אויסקומען. די זענען די רועי ישראל, נישט ערליכע אידען וואס זע׳ען איין וואס דער תורה פאדערט אין די צייט, לויט זייער פארשטאנד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס ווילסטו פון דער נביא? פון דער בעש"ט? זיי זאגען אז פאלשע מנהיגים\רבי׳ס וועלען זיין. וואס איז דער פראקטישע נ"מ? ווען מ׳זעט א רבי\מנהיג איז עס מעגליך ער איז פאלש.

וועלכע רבי איז פאלש? נישט גערער רבי׳ן

atalk


וואס איז אהער נוגע צו גערער רבי איז פאלש אדער נישט
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

איר כאפט עס אן נישט געזונט

מען האט מיט תלמידים געלערנט אז אין פסוק שטייט והי' אם שמוע תשמעו וגו' און קומט דיר איינער פארדרייען א קאפ אז יענער כגובה ארזים וכו' זאגט דיר אז היינט איז די זאך נישט פונקט אזוי,
כאפט נישט קיין התפעלות, בזמנינו איז דאס דער געוויקס, שוואמען מיט גרויסע וואנצעס וועלן האבן מאכט און דורש זיין נגד התורה און מען האט נישט וואס צו קריגן א מורך בלב.


ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס ווילסטו פון דער נביא? פון דער בעש"ט? זיי זאגען אז פאלשע מנהיגים\רבי׳ס וועלען זיין. וואס איז דער פראקטישע נ"מ? ווען מ׳זעט א רבי\מנהיג איז עס מעגליך ער איז פאלש.

וועלכע רבי איז פאלש? נישט גערער רבי׳ן

atalk


וואס איז אהער נוגע צו גערער רבי איז פאלש אדער נישט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: דער פרעמיער ביבי נתניהו באזיכט א חסידישע מנהיג

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ווער זאגט אז ס׳איז היינט נישט אזוי? פון וועמען רעדט מעןת
דער אומאפהענגיגע ארגאן דיינער האט גערעדט און מזלזל געווען אין דער גאון דער טשעבינער רב, צו הרב משולם ראטה ועוד. זיי האבען געזאגט אז והיה אם שמע גילט נישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
מנוחה ושלוה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 40
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 26, 2017 8:37 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל

שליחה דורך מנוחה ושלוה »

הרב ש ש טעלר פון חסידי מהרא ט"ב וואס רעדט געווענליך אינעם אפיציעלן נאמען פון די קהילה האט אין א דרשה אויך געזאגט בערך די נוסח וואס מהריי גענויגטע רבנים האבן בכתב פארשריבן
ער האט זיך געאייסערט צו די רבי פון בעלזא קהילה אדער צווינגסטו אינז צו שלום, אדער לעב גיט מיט די ראש ממשלת מדנ'י
איסר האטלקי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2265
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 23, 2016 2:00 am
געפינט זיך: צווישן קאסוב אין וויזניץ
האט שוין געלייקט: 955 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1361 מאל

שליחה דורך איסר האטלקי »

מנוחה ושלוה האט געשריבן:הרב ש ש טעלר פון חסידי מהרא ט"ב וואס רעדט געווענליך אינעם אפיציעלן נאמען פון די קהילה האט אין א דרשה אויך געזאגט בערך די נוסח וואס מהריי גענויגטע רבנים האבן בכתב פארשריבן
ער האט זיך געאייסערט צו די רבי פון בעלזא קהילה אדער צווינגסטו אינז צו שלום, אדער לעב גיט מיט די ראש ממשלת מדנ'י

און וואס האט דער בעלזער געענטפערט?
פון וועמען וויל ער מאכן דא ליצנות דער טעלער?....
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים האט געשריבן:[tag]שמעון וואלף[/tag], ביסט גערעכט אז מ׳האט געפייניקט ר׳ ישראלטשע, אבער נישט אין די צייטן פונעם אהבת ישראל, כבין טאקע בכלל נישט קיין חסיד פון ר׳ משהלע, ביי מיינע רביס ווי ר׳ חיים מאירל און ביי ר׳ ישראלטשע וואלט קיינמאל אזא זאך פאסירט.

[tag]קאווע טרינקער[/tag], איך האב זיי נישט פארהערט, דו אויך נישט, איך גלייב שווער אז פון די ליסט איז געוועהן ממש עמי הארצים, נישט געקענט קיין צורת אות? אויב יא שיק מיר אין אישי וועם דו מיינסט, סקען גאנץ מעגליך זיין אז דו ביסט גערעכט אז א חלק פון די ליסט זענען נישט געוועהן קיין גרויסע תלמידי חכמים, ס'מאכט מיר גאנץ ווייניג אויס ווייל ס׳פרעגט נישט אפ וואס איך פראביר ארויס צוברענגען אז וויזניצע חסידים זענען נישט געוועהן קיין פויערן, ווער פון די ליסט איז געוועהן א פויער?, זיי זענען געוועהן דורכגעווייקטע חסידישע אידן וואס האבן געלעבט אין העכערס, חסידישע אידן תלמידי בעש״ט האבן געדינט דעם אייבערשטען אויף זייער אייגענע וועג און סהאט נישט נאר געהאט צוטוהן מיט לימוד התורה. דרך אגב דער אהבת ישראל׳ס עלצטע זוהן הרה״צ ר׳ מנחם מענדל ווישעווער זצ״ל איז גראדע געוועהן א תלמיד חכם עצום, מ׳האט אים גערופן די ספרים שאפע, ער איז אויך געוועהן א מוראדיגע בעל כשרון און א געוואלדיגע בעל דרשן וואס האט צוגעצויגן און באצויבערט די צוהערער, ער האט אויך אויפגעשטעלט א גרויסע ישיבה און אסאך תלמידי חכמים און מרביצי תורה האבן געלערנט אין זיין ישיבה, ר׳ יואליש האט אים גאר שטארק מחשיב געוועהן און זיך גערעכענט מיט אים, איינמאל ביי א אסיפת הרבנים אינדערהיים האט סאטמארער רב געהאלטן אנדערש ווי אים מיט א געוויסע זאך און ער האט צוריקגעצויגן לכבדו.

שבת אחים: איכ'ל דיר זאגן וואס די פראבלעם איז. פארוואס די אדמורי"ם לבית וויזניץ זענען נישט געווען באוואוסט איבער די וועלט מיט זייער גדלות בתורה. ווייל די פראפאגאנדע מאשין האט נישט געארבעט אזוי ווי די סאטמאר'ע פרפאגאנדע מאשין. זיי האבן נישט געהאט קיין סענדער דער דייטש. און מנשה פיליפ און שמואל שלמה טעללער למיניהם...! נאר די סאטמאר'ע פראפאגאנדע מאשין ארבעט אזוי. אז איין חלק איז להגדיל ולהפריז ולהגזים את עצמם. אן די צווייטע חלק איז אראפ צו קלאפן און דערנידעריגן א צווייטן, וד"ל...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דריי דיר נישט אויס. ווער איז דער פאלשע רבי בחיי הסאטמאר רב? בעלז, קאלאראש\סקווער, וויזניץ, גער, באבוב, סקאליא?

און וויאזוי זאגסטו מיט די אנדערע זייט צונג (ליין: ניק) אז מ׳האט נישט בארעדט אנדערע רבי׳ס?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אויך א תגובה על דברי איש את רעהו...! ווער איז דער וואס איז מחליט וועלכע רבי איז אן אמת'ע און וועלכע רבי איז א פאלשע רבי וועם דער בעשטה"ק האט געמיינט...!
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ווער זאגט אז ס׳איז היינט נישט אזוי? פון וועמען רעדט מען


פון וועמען די ווילסט מען זאל רעדן, זאג אז ס'מיינט יענעם,
ווען די תורה זאגט זה אומר כולה שלי וזה אומר כולה שלי וועסטו פארברענגען צו עס מיינט נובהרדקע מוסרניקעס אדער עס מיינט יושבים אין א חצר הקודש, וואס טראכסטו אזוי גראד??


ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:


דער אומאפהענגיגע ארגאן דיינער האט גערעדט און מזלזל געווען
ווילסט מיר יעצט זיכן מיינע זינד אקעי איך שטעל דיר צו א לאנגע ליסטע,
וואס האט עס אהער,?

די פסוק, אז נדברו יראי ד' איש את רעהו.. איז עפעס א נידון ווער איש און ווער רעהו איז ?? זאג עס אויף וועם די ווילסט.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

שבת אחים האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.


ביסט זיכער וואס דו שרייבסט דא? איך מיין אז אט די איין נקודה, דיין פראספעקטיוו אויפן מנחת אלעזר קומט פון א בייעסט בעלזע Point Of View. דער מנח״א האט יא געהאט א עולם, לכאורה אסאך א גרעסערע עולם ווי ר׳ יואליש אין שטאט סאטמאר, ער איז נישט געוועהן אראפגעקוקט, זיינע ספרים און חידושים זענען מעיד אז ער איז געוועהן א גרויסע מענטש, מונקאטש איז געוועהן א גרויסע חסידות אינדערהיים.


די חוצפה וואס סאטמאר האט איז משרשו פון בעלז וואס כידוע האט סאטמאר רב זיך געהאלטן אלץ תלמוד פון בעלזע רב, מהרי"ד, און אסאך בעלזע חסידים זענען טאקע אנגעקומען קיין סאטמאר. און בעלז איז געווען די מענטעלעטי אז אונזער רבי איז העכער ווי אלע אנדערע און פון דארט נעמט זיך די מושג פון "כבוד בית בעלז" כאילו די נאמען "בעלז" טראגט מיט זיך עפעס העכערס. צוליב דעם האט מען גערודפ'ט אלע וואס האבן זיך נישט מבטל געווען פאר בעלז ווי למשל סאטמאר רב מיט 'עד הנה' אדער סקווירא רבי וועגן די זאגן. ס'איז באקאנט וואס מ'פלעגט זאגן אז אין בעלז האט מען נישט געקענט טרעפן א גמרא פון די מסכת ווי דף היומי האט געהאלטן.

די היינטיגע בעלזע רב האט עס געטוישט בפרט נאך די מערכה וואס סאטמאר האט געפירט קעגן אים און ער האט זיך געשפירט געקלאפט האט ער דיסיידעט צו שפילן נייס גיי און ס'איז אים געלונגן, צעביסלעך פארגעסט מען ווער ס'איז וואס.

און אגב, דאס וואס תורה ומדע שרייבט וועגן די מנחת אלעזר איז סתם בעלזע שקרנות. איך האב געקענט אסאך תלמידים פון מנח"א און פייערדיגע מונקאטשע חסידים און קיינמאל געהערט רעדן א שלעכט ווארט אויף בעלזע רב
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ר׳ יואליש האט טאקע די מערסטע געבאדערט אז די בעלזער רב ר׳ אהרן האט נישט אנגענומען זיין שיטה, ער האט זיך געהאלטן פאר א בעלזער חסיד, און טאקע פארדעם האט ער געזאגט אהרן מיטן עגל, סהאט אים ממש געקרענקט אז ער איז נישט אויף זיין זייט. בעלזא אינדערהיים האט אויסגעקוקוט ווי היינטיגע סאטמאר, וויזניץ אינדערהיים האט מעהר אויסגעקוקט ווי היינטיגע חב״ד לכאורה. די בעלזע זענען געוועהן די יושבים די פרומאקס און די קנאים, הגם די אויבערלענדער יעקערס זענען אויך געוועהן בעלזע חסידים פון זיי איז שוין יא געוועהן מאדערניזירטע אונגארישע אידן, אבער זיי זענען נישט געוועהן די אמתע ריפלעיקשאן פון אמאליגע בעזלזע חסידים, רוב היינטיגע (אמעריקאנע) בעלזע זענען טאקע אפשטאמיגע פון די אונגארישע בעלזע חסידים און נישט פון די ארגעניעלע גאליציאנע, כמעט אלע זייערע לעצטע נעמען זענען אונגארישע אויבערלענדישע פאפענע נעמען.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
התם ומתמם עם תמימים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 565
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 25, 2013 11:20 am
האט שוין געלייקט: 91 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 160 מאל

שליחה דורך התם ומתמם עם תמימים »

א גוט פורים!!!
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

שמעון וואלף האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
תורה ומדע האט געשריבן:דער סטמאר רב, דער דברי יואל , האט לעגיטימיזירט דער ענין פון חוצפה פאר גדולי ישראל בלי שום כיסוי נאר ווייל ער האלט אנדערש פון מיר. ביז צו זיין תקופה איז עס נאר געווען דער מונקאטשער רב וואס האט דאס געטוהן. אבער ער האט נישט געהאט קיין גרויסער עולם, און איז נישט געווען אהנגענומען ביים ציבור אלץ מעסיגער מענש אדער גדול. דער דברי יואל האט כובש געווען טויזענטער לבבות מיט זיין עבודה און חסד מצד אחד און מצד שני איינגעווארצעלט חוצפה, ווילדקייט, און ביטול צו יעדער וואס האט נישט געשטימפט מיט איהם.


ביסט זיכער וואס דו שרייבסט דא? איך מיין אז אט די איין נקודה, דיין פראספעקטיוו אויפן מנחת אלעזר קומט פון א בייעסט בעלזע Point Of View. דער מנח״א האט יא געהאט א עולם, לכאורה אסאך א גרעסערע עולם ווי ר׳ יואליש אין שטאט סאטמאר, ער איז נישט געוועהן אראפגעקוקט, זיינע ספרים און חידושים זענען מעיד אז ער איז געוועהן א גרויסע מענטש, מונקאטש איז געוועהן א גרויסע חסידות אינדערהיים.


די חוצפה וואס סאטמאר האט איז משרשו פון בעלז וואס כידוע האט סאטמאר רב זיך געהאלטן אלץ תלמוד פון בעלזע רב, מהרי"ד, און אסאך בעלזע חסידים זענען טאקע אנגעקומען קיין סאטמאר. און בעלז איז געווען די מענטעלעטי אז אונזער רבי איז העכער ווי אלע אנדערע און פון דארט נעמט זיך די מושג פון "כבוד בית בעלז" כאילו די נאמען "בעלז" טראגט מיט זיך עפעס העכערס. צוליב דעם האט מען גערודפ'ט אלע וואס האבן זיך נישט מבטל געווען פאר בעלז ווי למשל סאטמאר רב מיט 'עד הנה' אדער סקווירא רבי וועגן די זאגן. ס'איז באקאנט וואס מ'פלעגט זאגן אז אין בעלז האט מען נישט געקענט טרעפן א גמרא פון די מסכת ווי דף היומי האט געהאלטן.

די היינטיגע בעלזע רב האט עס געטוישט בפרט נאך די מערכה וואס סאטמאר האט געפירט קעגן אים און ער האט זיך געשפירט געקלאפט האט ער דיסיידעט צו שפילן נייס גיי און ס'איז אים געלונגן, צעביסלעך פארגעסט מען ווער ס'איז וואס.

און אגב, דאס וואס תורה ומדע שרייבט וועגן די מנחת אלעזר איז סתם בעלזע שקרנות. איך האב געקענט אסאך תלמידים פון מנח"א און פייערדיגע מונקאטשע חסידים און קיינמאל געהערט רעדן א שלעכט ווארט אויף בעלזע רב


וואס איך שרייב איז נאך אסאך אינדפענדענט ריסירטש, בכלל נישט פון בעלזער פראפאגאנדע. האמת אגיד, איך ליין דעם בעלען ארגאן "אור הצפון" פון צייט צו צייט. אבער זהו, איך האב פארשידענע מקורות'דיגע קוועלער צו וואס איך שרייב. דער מונקאטשער רב איז געווען מפורסם אין זיין אויסשפרעכען קעגען גדולים וואס האבען נישט מיט איהם מסכים געווען, ער האט נישט מורא געהאט צו שעלטען קללות נמרצות ברבים אזעלכע גדולים ווי דער ח"ח אין נאך אזעלכע ריזען וואס זייערע חטאים זענען געווען דאס גרינדונג פון... אגודת ישראל ל"ע....
מיטן מהרי"ד מבעלז, האב איך נאך נישט געטראפען א מהלך וויאזוי איהם צו פארענטפערען, אדרבה, אפשר קענט איהר זיך נאכפרעגען ביי די חסידים וואס דו דערמאנסט וואס איז געווען די סיבה וואס האט איהם אזוי געקרענגט דער בעלזער רב מיט זיין משפחה, פליטי חרב פון גאליציע, בלייבען ביי זיינע חסידים אין מונקאטש.
לענין בעלזא און מחלוקת בכלל. 99% פון די מערכות אין גאליציע זענען געווען קעגען משכילים און אפיקורסות. אפילו צאנז מיט רוזין איז אויך געווען א מחלוקת בעניני דיעות וכדו'. די בעלזער רביים, אפילו דער מהר"ש, זענען געווען די וואס האבען זיך געזארגט קעגען די משכילי לעמבערג כידוע. און האבען דעוועלאפט א שארפקייט וואס קומט מיט דעם אומוועלענדיג. די סייד עפעקטס פון דעם איז געווען עטליכע. קודם כל, זענען געווען אזעלכע חסידים וואס האבען נישט פארשטאנען ווי איין און ווי אויס האבען געטשעפעט רבנים איון רבייס סתם כידוע. שנית, זענען די בעלזער געווארען צו עקסטרעם אין דיעות און אין "נישט משנה זיין"..
מה עשה הקב"ה, דער מהר"א מיט זיין ברודער דער מהר"ם זצ"ל ירדו לסוף דעתו של אביהם הגדול, ויותר ממהר"י ט"ב כמש"נת למעלה. און זיי האבען מגלה געווען אז דער מהרי"ד וואלט אויך מסכים געווען צום גערער רבי מיטן ח"ח און אין אר"י צום חזו"א אין אלע גדולים ווען די אומשטענדען רופען דערצו. דער פראבלעם איז אז דער מהרי טב איז געבליבען אינדרויסען..
לייק איט אר נאט איז דער היינטיגע בעלזער רבי איז א פיקח און גאלדענער איד וואס ליבו כלב הארי אין די ענינים מיט דעם וואס ער לאזט זיך נישט פארפירען פונעם אמת.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די סבה פארוואס דו פארשטייסט נישט דער מונקאטשער מחלוקת אויף בעלז איז ווייל דו ווייסט נישט וואס רבנות מיינט. היינט נעמט מען עפעס און מ'רופט עס אן א רב און מ'מיינט אז אט דאס איז עס. אמאליגע רבנות, אפילו נאכ'ן טיילונג אין אונגארען, האט געהייסען א שררה אויפ'ן ציבור און ווען א מאכט ווי בעלז קומט אן אין שטאט, אן די מידנעסטע הו"א פון זיך צושטעלען צו די ארטיגע רבנות, איז עס געווען א פראבלעם פאר'ן מונקאטשער רב. אדרבא, דאס איז פיהל מער פארשטענדליך ווי דער מחלוקת אויף דער אגודה, וואס ער האט געשימפט אויף מענטשען וואס ער האט אין זיין לעבען נישט געהאט א השגה פון זייער גרויסקייט. קוק פון דרכי תשובה און משנה ברורה וועסטו זע'ען למי החותמת ולמי.... נאר די מחלוקת אויף בעלזא איז נישט געפיהרט געווארען ווי עס דארף צו זיין, גאר שוואכע קעפ און גרויסע בעלי מחלוקת האבען עס אנגעפיהרט, און מ'האט גענוצט די טיפישע מיטלען פון 'נע'אלאג', 'כבוד בית בעלזא' און אלע אומוויכטיגע נאנסענס, און דעריבער איז עס געבליבען א געמיינע מחלוקת עד היום הזה.

דאס וואס דו זאגסט אז די בעלזער ברידער האבען 'בעסער' יורד געווען לסוף דעת אביהם, איז סתם דיין השערה. פארוואס זאל איך עס גלויבען? איך בין נישט קיין בעלזער, גייט מיר ווייניג אן דער מיינונג פון יענעמ'ס א טאטע, אבער מהיכי תיתי אז אזוי וואלט ער געהייסען? ער וואלט געוויזען דרך ארץ פאר דער חזון איש? איך זעי נישט קיין שום סבה צו גלויבען אז יא. קוק וואס איז געשען ביים סאטמארער רב און חזו"א....
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
תורה ומדע
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 923
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 15, 2016 10:55 am
געפינט זיך: מידוועסט
האט שוין געלייקט: 483 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 667 מאל

שליחה דורך תורה ומדע »

פשוט, א ווארט אדער א מנהג פון טאטען איז געווען קודש קדשים ביים בעלזער רב. און ער האט זיך אויסגעדרוקט מיט די גרעסטע לשונות אויף זיין טאטע. ער וואלט קיינמאהל נישט געטוהן אנדערש אויב ער וואלט אפילו גיהאט א ספק דערין. ער האט דאס אליינס געזאגט צום שאץ'ער רב פון לאנדאן אין נאך אנדערע וואס האבען ריהם אפיהר געהאלטען איבער דעם ענין.
קבל את האמת ממי שאמרו (רמבם ה' קידוש החודש)
פארשפארט