בקשה פון תושבי מאנסי
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 43
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יאנואר 28, 2016 12:38 pm
- האט שוין געלייקט: 49 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 81 מאל
בקשה פון תושבי מאנסי
ראטעוועט! פארמיידט א חילול השם איום ונורא!
ווי באקאנט פירן די אנטיסעמיטן א קאמפּיין אויפצוקלערן די מינאריטעטן געמיינדעס אז מיר חרדי'שע אידן זענען ראסיסטן. זיי פּרובירן אויפצוהעצן די לאטינא און שווארצע געמיינדעס אז מיר חרדים גנב'ען פון זיי, רויבן פון זיי, און דערנידערן זיי. אזעלכע העצערייען האבן שוין געקאסט אידישע קרבנות אין די פארגאנגענהייט (איין משל, די קראון הייטס ראיאטן אין 1991.)
דער צורר היהודים עד דעי אין ראקלענד קאונטי פירט שוין יארן א מערכה אפצופארבן די חרדי'שע אידן ווי ראסיסטן וועלכע גנב'ען געלט פון די שווארצע און היספּאנישע אין די לאקאלע גאווערמענטס און סקול באורד. בלויז פאראיאר פורים האט ער געמאכט א גאנצע איבערקערעניש נאכדעם וואס קינדער האבן אויפגעהאנגען אן עפידזשי פון א שווארצן פיגור, אז די חרדי'שע אידן האבן דערמיט געמיינט צו וויי טאן די שווארצע קאמיוניטי און ס'האט געקאסט טעג פון שווערע עסקנות ארבעט און ריזיגע סכומים געלט צו בארואיגן די געמיטער פון די שווארצע קאמיוניטי.
ליידער שטעלט זיך ארויס אז געוויסע מענטשן ביי אונז זענען מורא'דיג לייכטזיניג און אומוויסנד. אין די לעצטע פאר טעג האבן די עסקנים פון השומרים געדינגען שווארצע גוים און זיי אנגעטאן העמדער מיט ראסיסטישע שפאטישע ווערטער וועלכע חוזק'ן אפּ פון סמארטפאון באניצערס און פארגלייכן זיי צו דעם גוי וועלכער טראגט דעם העמד (נעמליך, א שווארצער וואס איז מכלומר'שט א שרעקליכער לוזער, ווייל ער האט נישט קיין פּרנסה און ווייב און קינדער. איראניש האט איינער פון די גוים געזאגט אז ער ארבעט שווער צו שפּייזן זיינע זעקס קינדער, און ווי ס'שטעלט זיך ארויס האבן די עסקנים געארבעט שווער אים צו איבערצייגן אז סמארטפאונס זענען נישט גוט, אבער האבן אים נישט אויסגעזאגט וואספארא שונד-העמד זיי צווינגען אים צו טראגן.)
ס'פעלט נאר אויס אז איין מענטש זאל טרענסלעיטן פאר די שווארצע וואס ס'שטייט אויף די העמדער, אדער גאר גיין צו די אלע אנטיסעמיטישע גרופּעס וואס פירן מערכות מיט אונז און ס'וועט אנקומען צו די מידיע און מאכן א שרעקליכן חילול השם. ס'וועט פראוון די באשולדיגונגען אז מיר זענען אומסענסיטיווע קאלטבלוטיגע מענטשן וואס מיינען נאר זיך.
דערפאר בעט מען אז ווער ס'קען זאל אנרופן הרב שלאמיאק, און אים בעטן מיט גוטן און מיט בייזן אז ער זאל זען אז די געפערליכע זאך זאל זאפארט אפּגעשטעלט ווערן, פאר ס'ברענגט ביטערע קאנסעקווענצן.
(שוין אפּגערעדט פון דעם אז ס'לערנט אויס די יונגווארג גרויליגע מדות. ס'איז א בושה און א חרפּה אז גלות-אידן זאלן זיך אזוי אויפפירן. מיר זענען אין אמעריקע אלס געסט, און מיר דארפן אויסלערנען אונזערע קינדער צו זיין רעספּעקטפול צו פרעמדע מענטשן)
*COPY PASTE*

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
רבותיי: ס'איז שוין די העכסטע צייט אז ס'זאלל זיך טרעפן א נחשון בו עמינדב. און א פינחס בן אלעזר, וועלכע זאללן ארויסגיין און באקעמפן די עקל'דיגע ערשיינונג פון די לעצטע 2 יאר, וואס רופט זיך ..."השומרים"... א געדאנק וועלכעס איז געבוירן געווארן ביי א באנדע ליידיגייערס, וועלכע ליגן נישט אין לערנען תורה. און גייען נישט ארבעטן פאר פרנסה. (דער גוטער פעטער שטעלט שוין צו. און די רביצ'ן גייט דאך ארבעטן אין סקול.) ממילא גייט דער קאפ אויף אלערליי שטותים והבלים. האבן זיי אויסגעטראכט א וועג וויאזוי צו צוהעלפן פאר'ן באשעפער, כביכול, צו פיהרן די וועלט. די פראבלעם איז אבער אז זיי זענען א באנדע עמי הארצים/הארצות. זיי גייען נישט על פי התורה. פארקערט. זיי גייען אקעיגן די תורה. לויט זייער פארקרומטע שיטה מעג א קינד זיין חוצפה'דיג צו זיין אייגענעם טאטן און צו א פרעמדן אויב ער זעהט ביי יענעם אן אזוי גערופענעם ..."סמארט-פאון"...!
דאס דערמאנט די צווישן אונז פונ'ם עלטער'ן דור פון די ..."שפיגל-ברעכערס"...איך בין דאמאלס געווען א יונגל. אבער איך געדענק גוט די דראמא וואס האט זיך אפגעשפיעלט. ווען עטליכע קנאים. פייער'דיגע אידן (איינעם, א הויפט שפילער אין די מעשה איז טאקע געווען א פייער'דיגער איד. ער האט געדאוונט מיט קולי קולות). אבער זיי האבן געוואלט זיין קלוגער און פרומער פונ'ם רבי'ן. האבן זיי געשטורעמט. הייתכן אז ביים רבי אין שטוב זאלל זיין שפיגלען. וואס די רביצן האט אוועקגעשטעללט אונטן, ביים אריינגאנג. זענען זיי געגאנגען און זיי האבן עס צובראכן. די רביצן האט זיך זייער שטארק געבייזערט. און די רבי האט געהייסן אז זיי מוזן באצאללן דעם שאדן און מפייס זיין די רביצן...! אבער היינט איז ליידער נישט דא א גדול בישראל וואס זאלל זיי אפשטעללן.
אשר על כן דארף דער עולם אננעמען א מערכה זיי אפצושטעללן אין זייערע מעשים תעתועים. אזוי ווי דער יונגערמאן וואס האט צושטערט זייער פראפאגאנדע געשטעל...!

- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
Re: בקשה פון תושבי מאנסי
אגב אורחא, וואס האט דאס מיט מאנסי? די שווארצע איז געווען אין לונדון דאכצעך.
- שטאפענע קאפעליטש
- ידיד השטיבל
- הודעות: 254
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 11:45 pm
- האט שוין געלייקט: 141 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 500 מאל
Re: בקשה פון תושבי מאנסי
.נעגעל וואסער האט געשריבן:אגב אורחא, וואס האט דאס מיט מאנסי? די שווארצע איז געווען אין לונדון דאכצעך.
זעהט אויס ביסט זיך טועה,
קען צופעליג זיין אז די לאנדענע שווארצע איז גאר א ברודער מיט מאנסיע
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: בקשה פון תושבי מאנסי
נעגעל וואסער האט געשריבן:אגב אורחא, וואס האט דאס מיט מאנסי? די שווארצע איז געווען אין לונדון דאכצעך.
דו מיינסט אז מאנסי איז א שטאט? ס׳איז א טראכטסגאנג, א מהלך החיים, אדער בעסער געזאגט, א מחלה.
פרעג ר׳ משה ביק
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 720
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1480 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 646 מאל
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
די ארטיקל ערשיינט אין אייוועלט און ווינדער איבער ווינדער אז די צענזור ערלויבט עס
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1408488#p1408488
www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1408488#p1408488
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נעגעל וואסער האט געשריבן:אגב אורחא, וואס האט דאס מיט מאנסי? די שווארצע איז געווען אין לונדון דאכצעך.
דו מיינסט אז מאנסי איז א שטאט? ס׳איז א טראכטסגאנג, א מהלך החיים, אדער בעסער געזאגט, א מחלה.
פרעג ר׳ משה ביק
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט: דו מיינסט זיכער הרב ר' משה ביק'ס זון, הרב יהושע העשיל (מיט'ן פלעשיל) ביק. וועלכער איז א מייסטער היפאקריט. און א צודרייטער, פוסטער יונג. וועלכער טרייט זיך צו חנפנ'ען צו סאטמאר. לעומת זיין טאטע ז"ל וועלכער איז געווען זייער א נארמאלער מענטש. א גרויסער בעל הוראה. און אן ענוותן ושפל ברך. ער האט געקענט רעדן צו א יונגערמאן פון עטליכע צוואנציג יאר אויפ'ן זעלבן לעוועל און מיט די זעלבע רעספעקט וויאזוי ער האט גערעדט צו די עלטערע רבנים. און זיין אפאזיציע צום עירוב (בימים ההם.) איז געווען בטוב טעם ודעת. איך אליינס קען עטליכע מעשיות וואס איך האב פערזענליך בייגעוואוינט/עקספיריענס'ד ביי איהם. וואס איך וועל אפשר ביי א געלעגנהייט אי"ה באשרייבן מער באריכות, ואכמ"ל...!
לעומת דער זונד'ל. הרב י"ה. כ'רעד שוין נישט ביי דעם היינטיגן עירוב. וואס ס'איז דא עטליכע מעשיות וויאזוי ער האט זיך אויפגעפיהרט העכסט נאריש. און זיין גאנצער מהלך איז פונקט די פארקערטע פון זיין טאטע. איך פערזענליך ווייס פון א פאשלא פון זיין השגחה וואס איך האב אליינס צו געזעהן. די גמ' זאגט דאך אז אין הקב"ה מביא תקלה ע"י צדיקים...ניטאמאל האט ער געוואוסט וואספארא מכשול ס'איז געשעהן אונטער זיין השגחה, וד"ל...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: בקשה פון תושבי מאנסי
די מעשה גייט אזוי.
הרב משה ביק זצ"ל איז געווען רב המכשיר אין דעא פוילישער מצה בעקעריי. איינער האט איהם אמאל געדרייט א קאפ מיט שאלות און חומרות און משוגעת׳ן. ווען זיין נערווען האבען געפלאצט, האט ער א פרעג געטוהן "איהר זענט אפשר פון מאנסי?", וש"י.