שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער #5)
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
וויזשניץ הייסט שוין לאנג דאקעגען.
בערעל טויבער האט עפעס אנדעריש אחוץ שומרים קארטלעך? ווען מ׳רופט איהם צו רעדען, האט מען א הו"א אז ס׳איז געווען פאר עפעס אנדעריש?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
בערעל טויבער האט עפעס אנדעריש אחוץ שומרים קארטלעך? ווען מ׳רופט איהם צו רעדען, האט מען א הו"א אז ס׳איז געווען פאר עפעס אנדעריש?
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
ווער איז גרייט באמת צו לייגען שומרים קארטלעך אין דער ערד?
לאמיר דריקען אייגענע שומרים קארטלעך און אויסטיילן בחינם, אזוי וועלען זיך אויסמישן אונזערע מיט זייערע מיט מיקסד מעססעדעזעס.
די נייע שומרים קארטלעך זאלען ענטהאלטן ליצנות פין רבי'ס און יוקאנס, ארויסברענגען די פויערישקייט פין האבען א יוקאן צו א לעקסאס, ווי אויך אפחוזק'ן פין מענטשן וואס פילען פאר וויכטיג צו עסען זופ און זילבערנע טעלערס.
ווי אויך קען עס אנטהאלטן בילדער פין חסידישע אידען מיט שטיוול וואס צינדען אונטער הייזער, און רויטע בערד בחורים וואס ווארפען ארויס אידען פין בעסמעדרעש.
דעמאלס, וועלען רבי'ס זיך צוזאמען נעמען און מאכען א איסור גורף אויף אלע שומרים קארטלעך, וישתקע הדבר.

א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 13
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:08 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל
מיינע קינדער זענען ווילד איבערן נייע פלעשעל קארטליך. כהאב געדארפט זיך שטיפן מיט הונדערטע קינדער אין פארקאש טליתים געשעפט צו באקומען אפאר קארטליך פאר מיינע זוהן.
ב״ה איך הער מאחורי הפרגוד אז דאס האט שטארק איבער גענומען די שומרים קארטליך,
אבער כהאב נאך אלץ געהאלטן אז מדארף דריקען אפאר קארטליך די זעלבע אויס קוק ווי שומרים אין אנשטאט שטיין אז סמארטפון איז נחשים ועקרבים זאל שטיין אז ענעל **** טוט שטארק וויי, אדער אז 69 איז א פיינע position וכו׳ אין אפאר שעה איז נישטא קיין קארטעל אין טריי סטעיט עריע

- ידיד השטיבל
- הודעות: 332
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג פעברואר 08, 2016 9:34 pm
- האט שוין געלייקט: 212 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 376 מאל
פורים קאסטיום
צדיק'ל וואס ווילסטו זיך פארשטעלן דאס יאר האט די מאמע געפרעגט איהר זיבן יעריגע, מאמי רופט ער זיך אן "איך וויל מיך פארשטעלן ווי א שומרים מעמבער".
אמאל האט א שומרים מעמבער געמיינט מ'טוט זיך אן א שומרים דשעקעט מיט א גרויסע רעדיא און מ'איז א שומרים מעמבער אבער יעצט האט א שומרים מעמבער אן אנדערע באדייט, מ'טוט זיך אן א שומרים לאגא קרוין מיט א אנצוג פון גארבעטש טראק בילדער און מ'איז א פארטיגע שומרים מעמבער......

- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- ונבנתה העיר
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3795
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
- האט שוין געלייקט: 6591 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן
אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
ק/פ
*די חורבן פון די "מחוצפים קארד'ס"*
"שמואלי, טאטי איז א קוה. אזוי שטייט אויף די שומרים קארד וואס איך האב היינט באקומען".
דאס איז אן אמת'ער שמועס וואס איז ליידער פארגעקומען צווישן צוויי ברודערס.
*שומו שמים!*
עס איז א בפירוש'ער הלכה גע'פסק'ענט אז *'אפילו אביו רשע ובעל עבירות, מכבדו ומתיירא ממנו'* אויך ווערט גע'פסק'ענט *'ראה לאביו שעובר על דברי תורה, לא יאמר לו עברת על דברי תורה'.*
און דא זענען געקומען צו גיין א באנדע ראצערס, יונגאטשן, ליידאקעס, און טוישן ארום דעם סדר פון אידישקייט...
פון היינט און ווייטער וועלן קינדער מחנך זיין זייערע עלטערן...
פון היינט און ווייטער וועלן קינדער מחליט זיין צו זייערע עלטערן דארפן באמת האבן זייערע סמארטפאון'ס פאר ביזנעס אדער עסקנות...
פון היינט און ווייטער וועלן קינדער זיין די מבינים צו זייערע עלטערן זענען ערליך צו נישט...
און אויב די טאטע וועט זאגן א ווארט מוסר פארן קינד, דארף ער שוין נישט אויסהערן, ווייל די טאטע איז א אקס, א קוה, א מאנסטער, א שוטה, א רשע, א חוטא ומחטיא...
ומה יעשה הבן ולא יחטא, אז דער זינלאזיגער מטורף וואס האט ערפינדן די *"מחוצפים קארדס"* האט אליין מעיד געווען אויף זייער טאטע אז ער איז א כופר בעיקר.
*די אלע וואס האבן א חלק אין מפיץ זיין די "מחוצפים קארדס" זענען עתיד ליתן את הדין אויף יעדע איינציגער מאל וואס א קינד איז זיך מתחצף צו זיין אייגענעם טאטן, אדער צו סיי וועלכע אנדערע ערוואקסענע מענטש!*
עס איז נישט די דזשאב פון קיין קינדער צו זיין די מבינים אויף ערוואקסענע, אדער זייערע מחנכים!

טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
ס'דא וואס זאגן אז טאקע די 'מחוצפים קארטלעך' מאכן אסאך א גרעסערע חורבן פאר אונזער אידישקייט ווי די גאנצע אינטערנעט! כ'האב געהערט מענטשן ניצן אזא לשון ווי ''אדאנק די קארטלעך וועלן אונזערע קינדער זיך אראפנעמען די בארד און פיאות".
ועל כולם איז נאך קיין איין אזויגערופענע 'מעסיגע רב' ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט אן פאליטישע קארעקט'נעס עס צו פארדאמען!
פארשטייט זיך אז ווען נישט די אינטערנעט וואלט נישט געווען קיין שומרים קארטלעך און ממילא וואלטן אונז נישט געהאט די אלע פראבלעמען ויה''ר שחפץ השם בידינו יצליח אז די אינטערנעט גזירה זאל אוועקפאלן און נאכדעם וועט מען נישט דארפן צוקומען צו אזעלכע נידעריקע שלעגערייען מיטן בעל דבר..
ועל כולם איז נאך קיין איין אזויגערופענע 'מעסיגע רב' ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט אן פאליטישע קארעקט'נעס עס צו פארדאמען!
פארשטייט זיך אז ווען נישט די אינטערנעט וואלט נישט געווען קיין שומרים קארטלעך און ממילא וואלטן אונז נישט געהאט די אלע פראבלעמען ויה''ר שחפץ השם בידינו יצליח אז די אינטערנעט גזירה זאל אוועקפאלן און נאכדעם וועט מען נישט דארפן צוקומען צו אזעלכע נידעריקע שלעגערייען מיטן בעל דבר..
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
קורקלענד: עד שאתה מתפלל אז די אינטערנעט זאלל אונטערגיין, זיי מתפלל אז מ'זאלל באקומען שכל און וויסן וויאזוי צו ניצן די אינטערנעט מיט א גוטן פילטער. און אויסנוצן עס נאר פאר גוטע זאכן.
ס'איז פונקט אזוי ווי ביי די אמיש'ע באפעלקערונג איז פארהאן א פארבאט אויף עלעקטריק און טעלעפאן. געבן זיך א סאך פון זיי אן עצה. זיי לייגן די טעלעפאן אין א בודקע לעבן די שטוב. און דאמאלס איז עס מותר. אויך לגבי נישט קיין עלעקטרישע באלייכטונג אין זייערע הייזער. דאס איז שקר מוחלט. ווען דער פאטאגראפיסט איז געקומען מאכן די פיקטשערס האבן זיי אויסגעלאשן די לייטס און געזיצן אין די טונקל. נאר בייי א נאפט לעמפל. אבער מ'קען זעהן אויף די בילדער, די סוויטשעס און לייטס. און ווען די פיקטשער-מאכערס גייען אוועק צינדן זיי אן און ניצן די לייטס ...!

- מאנשי שלומינו
- הודעות: 143
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 19, 2016 8:54 am
- האט שוין געלייקט: 115 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
איך האב גערעדט מיט א מנהל פון א גרויסע חדר ער זאגט מיך אז ער איז מוראדיג קעגן די קארטלעך אבער ..... ער קען נישט זיין דו איינציגסטע:
סוף פון די שמועס זאגט ער מיך א פוינט איך האלט אז ער איז אביסל גרעכט {טאמער מען טראכט אביסל אריין}
אז וואס ער האלט אז עס דארף אויפטוהן די קארטלעך. אז מען קומט אריין א יונגרמן און ביהמ"ד מיט א סמרטפון און מיטן א גוטן א גוטע קופקע נעמט ער עס ארויס און הייבט אן לאכן פון עפעס א גוטע וויץ וואס דארפן אלע מענטשן טראכטן
סוף כל סוף דארף מען וויסן אז "מען מעג עס האבן" אבער אבער מען טאהר עס בפירוש נישט ארויס נעעמען און ביהמ"ד {אפילו און די היים לעבן די קינדער}

ליפא מאכט לאכט פון א יעדער
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 143
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 19, 2016 8:54 am
- האט שוין געלייקט: 115 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל
אדנירם האט געשריבן:[center]שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך[/center]
[left]פון: שטילע אינגערמאן[/left]
מיין טייער לעכטיג קינד, תנחום'ל שיחי'.
א ביטערע טראגעדיע איז געקומען אויף אונז, אידן חיות רעות טוען אלע מיטלען אוועקצוכאפן אונזערע קינדער פון אונזערע הענט, זיי ווילן אויסלערנען אונזערע קינדער שלעכטע מידות, אפצו'חוזק'ן פון די עשרת הדברות, אין אפשפעטן פון די עלטערן.
אונזער פליכט איז אויסצולערנען אונזערע צאן קדשים דרך ארץ, מדות טובות, תורה, עבודה, וגמ״ח.
אבער ס׳דרייען זיך ארום נישט געזונטע מענטשן, און קומען דורך אלע מיני מיטלען און לערנען אויס פאר אונזערע קינדער דייקא שלעכטע און ווילדע מדות.
למשל: אז דיין טאטע איז נישט דיין עכטע טאטע, אדער דיין טאטע איז באמת א בהמה, אדער באמת איז דיין טאטע א שוואכע מענטש, ער קען זיך נישט אנהאלטן די תאוות ח״ו א.א.וו.
[center]
[/center]
[center]***[/center]
אבער תנחום טייערע, וויסן זאלסטו דעם אמת, דיין טאטע איז אן ערליכער יונגערמאן, ער טוט וואס דער אויבערשטער הייסט, און טוט וואס חסיד'ישע ספרים הייסן.
דו זעסט יעדן אינדערפרי, ווען דו שטייסט אויף 7 אזייגער, אז טאטי איז שוין נישטא, דאס איז ווייל טאטי האט א חברותא פארטאגס.
נאכדעם גייט טאטי דאווענען פון אדון עולם ביז אדון עולם ערליך, אן ארויסקוקן פון סידור.
נאכדעם גייט טאטי אין די ארבעט, און זיצט אויף א געפילטערטע קאמפיוטער, און ארבעט שווער כדי צו קענען צאלן דיין שכר לימוד, און דיר צו קויפן עסן און קליידער.
טאטי גייט אוועק פון די ארבעט זייער מיד, אבער ערשט מאכט טאטי א סטאפ אין ביהמ״ד צו דאווענען מנחה.
טאטי קומט אהיים שוואך, אבער טאטע האט כח צו לערנען מיט דיר דיין חומש און משניות.
בעפאר דו גייסט שלאפן זעסטו אייביג אז טאטי גייט אוועק, דו ווייסט ווי איך גיי? כ'גיי נאכאמאל אין שול לערנען.
[center]***[/center]
תנחום טייערע, זיידי האט מיר נישט געדארפט זאגן דאס אלס. ווייל ווען טאטי איז געווען א יונגל, האט זיידי נאר דעדארפט אנזאגן וועגן שלעכטע חברים, אדער גוים, אדער strangers.
אבער תנחום׳ל, היינט איז אנדערש. ב״ה מ'וואוינט נישט צווישן גוים, ב״ה שלעכטע מענטשן טראכטן שוין צוויי מאל בעפאר'ן צוקומען צו דיר מיט שמוציגע מחשבות, אבער היינט איז דא א נייע מכה, היינט קענען זיך דרייען מענטשן מיט ברייטע הוטן און בעקיטשעס אין די וואכן, און פון זיי דארף מען מער מורא האבן ווי פון דאס טויט.
זיי ווילן דיר זאגן אז טאטי איז ח״ו נישט ערליך, ווייל טאטי דארף ארבעטן.
אבער דו פארשטייסט אז טאטי מוז ארבעטן כדי אהיימצוברענגען פרנסה, דו פארשטייסט אז טאטי דארף צאלן רענט און שכר לימוד יעדע חודש, אמת?
טאטי קען נישט זיצן א גאנצע טאג אין ביהמ״ד, און פירן קופקעס אין מאכן ליצנות פון מענטשן, און מאכן געלט דערפון, ווייל טאטע איז נישט אויף פעי-ראלל אזויווי אנדערע.
[center]***[/center]
אה תנחום, געדענקסט נאך ווען ביסט געווען ביים ציין דאקטער, און דעמאלס האב איך דיר גענומען צו דאווענען אין שוהל 12 אזייגער?
געדענקסט אז כ'האב דיר דעמאלטס געזאגט, אז איך האב נאכנישט געדאווענט אזוי שפעט פאר צען יאר?
געדענקסט אז דארט איז געווען א פאני מענטש? יעדער האט געלאכט ווען ער האט געזאגט אז אלע טאטעס זענען מחללי שבת?
די סארט מענטשן דארף מען נאר גריסן, און ח״ו זיך נישט אפשטעלן.
ער זעט טאקע אויס ענליך צום רב, אבער דו ביסט א קלוג יונגל, לאז דיך נישט נארן פון זיין לבוש, טאמער וועסטו גוט קוקן וועסטו תיכף זעהן א חילוק צווישן אים מיטן דיין שליט"א, אפילו ביידע גייען מיט א בעקיטשע.
געדענקסט אז כ'האב דיר אמאל געזאגט, אז דער דיין איז אן איידעלער איד וואס דאוונט יעדן טאג מיט א מנין קבוע, ער קומט אריין אין ביהמ״ד מיט אן איידלקייט, ער האט זיך זיין מקום קבוע, ער רעדט נישט קיין עקסטערע ווערטער, ער איז אן ערענסטער מענטש, און ער שרייט נישט אין אזא הייליג פלאץ ווי א ביהמ״ד.
אבער די אנדערע סארט מענטשן קומען אלס זייער שפעט אין ביהמ״ד, זיי קומען אריין מיט א צולאזטקייט, אנגעטון שמוציג, לאכן זייער נישט איידל, שרייען אינמיטן דאוונען, ווארפן ארום נארישע קונטרסים מיט סי.די.'ס, און זענען זיך מתחצף צו עלטערע מענטשן.
[center]***[/center]
תנחום, קוק פונדערווייטענס, וועסט זיכער תיכף זען א גרויסע חילוק צווישן זיי, אבער מ׳דארף פארט זייער אכטונג געבן: נישט בעטן צו קראסן די גאס, נישט פרעגן וויפיל אזייגער ס'איז, און טאמער וויל ער געבן א קענדי אדער א ביזנעס קארטל זאלסטו עס ח״ו נישט נעמען.
טאמער ווילסטו שטארק שפילן קארטלעך קענסטו שפילן "ברכות" קארטלעך, דאס וועט דיר אויסלערנען וואספארא פירות זענען פון די שבעת המינים, וואס איז א 'העץ', אין וואס איז א 'האדמה'. אדער קענסטו שפילן די "כיבוד אב" קארטלעך, ווי וויכטיג ס'איז צו פאלגן א טאטע. אזוי וועסטו ארויסקומען מיט עפעס ווערטפול פון די שפיל.
די היינטיגע קארטלעך, סיי די שומרים קארטלעך וואס לערנט חוצפה, אין סיי די מעמבער קארטלעך וואס לערנט נארישקייטן, איז נישט צוגעפאסט פאר אזא איידעלע יונגל ווי דיר, און ס'איז נישט צוגעפאסט פאר אונזער משפחה.
[center] [/center]
פאר דיר פאסט צו וויסן, אז כיבוד אב איז פון די עשרת הדברות וואס איז געזאגט געווארן ביים בארג סיני, און חוזק צו מאכן פון א טאטע ווייל ער ארבעט שווער, איז נישט איידל.
תנחום געדענק: קיינער האט דיר נישט ליב ווי דיין טאטע, און קיינער מיינט נישט דיין טובה אזויווי דיין טאטע!
[left]החותם בדמעות שליש וברגשי אהבה,
דער וואס זארגט זיך עכט פאר דיין צוקונפט,
דיין ליבליכע טאטע[/left]
א קאפי וואס א איינער האט מיך געשיקט נאכדעם וואס ער געליינט די גאנצע דרשה דא
"""איך נעם נישט אן קיין איין ווארט פון דעם, דאס אלעס וואס די קינדער (אויב עס איז אמת) זאגען אויף זייערע עלטערן, רוב פון די וואס האבן די סמארטפאונס זאגען אסאך ערגערס אויף די רבנים, און אויב זיי מעגען זיך חוצפענען צו די רבנים האב איך נישט קיין טראפ רחמנות אויף זיי, ווייל זייערע קינדער וועלן ממילא וואקסן מחוצפים"""
ליפא מאכט לאכט פון א יעדער
-
- חבר ותיק
- הודעות: 2184
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
- האט שוין געלייקט: 129 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מישו מאד מעניין - זאג דיין חבר אז ער זאל ביטע ארויסקומען זאגען פון וואנעט נעמט ער זיינע נומערן אז "רוב" פון די וואס האבן סמארטפאונס רעדן אויף רבנים? און נאך א זאך, כבד את אביך איז א מצוה אין תורה, צו מ'פארשטייט יא צו נישט. מסית זיין קינדער אויסצורייסען א מצוה אין תורה איז אן עוולה, אפגעזען וויאזוי די קינד וועט מעגליך אויפוואקסן.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 290
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 18, 2016 9:17 pm
- האט שוין געלייקט: 523 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 344 מאל
בדידי הוה עובדא טאקע היינט , איינע פון די עוולות וואס די שומרים ווען טוט, איז זיי שפילען ניגונים וואס רייצט אן קינדער צו טוען ווילדע שריט , ווי למשל תשועתם ..לנצח -כאפט די סעלפון און געב עס א צוקראך , איך ארבעט און א מוסד און איך הער ווי א קליינע יונגל זינגט זיך אינטער די גראם מיט גרויס אייפער , פרעג איך עם מ'מעג צוברעכן איינעם זאך?? ענטפערט ער יא!! די שומרים ווען זאגט אפילו אז מ'מעג און ער גייט צוברעכן מיין סמארטפון , פרעג איך עם דיין טאטע האט א סמארטפון זאגט ער ניין אבער מיין מאמע האט און ווען איך קום אהיים גיי איך עס צוברעכן , פרעג איך וועם דארף מען מער פאלגן דיין טאטע מאמע אדער אפאר נארישע מענטשן וואס זינגען פון א ווען? און די ווייסט אז דיין טאטע מאמע האבן דיך אזוי ליב און זיי ווייסן אוודאי וואס איז גיט ,
אבער ער בלייבט ביי זיינס "די שומרים ווען זאגט אז מ'מעג", ע"כ המעשה,
ס'איז נישט קיין גוזמאות עס נעמט אוויר די גאנצע רעספעקט פון עלטערן און מאכט זיי פאר חיות וואס זענען גרייט צו מזיק זיין ..
אבער ער בלייבט ביי זיינס "די שומרים ווען זאגט אז מ'מעג", ע"כ המעשה,
ס'איז נישט קיין גוזמאות עס נעמט אוויר די גאנצע רעספעקט פון עלטערן און מאכט זיי פאר חיות וואס זענען גרייט צו מזיק זיין ..
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
Re: שומר שפשע בשמירתו – די טריפה'נע 'שומרים' קארטלעך (וועקער
קורקלענד האט געשריבן:ס'דא וואס זאגן אז טאקע די 'מחוצפים קארטלעך' מאכן אסאך א גרעסערע חורבן פאר אונזער אידישקייט ווי די גאנצע אינטערנעט! כ'האב געהערט מענטשן ניצן אזא לשון ווי ''אדאנק די קארטלעך וועלן אונזערע קינדער זיך אראפנעמען די בארד און פיאות".
ועל כולם איז נאך קיין איין אזויגערופענע 'מעסיגע רב' ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט אן פאליטישע קארעקט'נעס עס צו פארדאמען!
פארשטייט זיך אז ווען נישט די אינטערנעט וואלט נישט געווען קיין שומרים קארטלעך און ממילא וואלטן אונז נישט געהאט די אלע פראבלעמען ויה''ר שחפץ השם בידינו יצליח אז די אינטערנעט גזירה זאל אוועקפאלן און נאכדעם וועט מען נישט דארפן צוקומען צו אזעלכע נידעריקע שלעגערייען מיטן בעל דבר..
שוין לאנג נישט געהערט אזאנע דברי הבל.
אבער ביסיידס דעט קומט לעצטענס פאר א נייע פראבלעם און פון איין זייט איז עס מוראדיגע פראבלעם, עס איז אין א געוויסע זין געלונגען פאר די טאליבאנער ארויסצונעמען די נארמאלע חלק פון אידן און זיי אויפרעגן, און די נארמאלע חלק פון פאלק שרייט קזק הנגזל רבותי עס קומט פאר א געפערליכע פראבלעם אז מען ברעינוואשט די קינדער ארויסצוקוקן אויף די וועלט מיט א בליק וואס איז נישט אמת, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען אויפקומען מיט א קילערע און בייסיגערע מהלך, ווייל אז עס וועט פארן ווייטער אזוי וועט די טאליבאן בלייבן טיילן די קארטלעך וואס איז ווי פארשטענדליך נישט א נארמאלע זאך, און די קארטלעך איז אן אויפגעבלאזענע העצערישע וועג אפצימאלן א מציאות מיט שווארצע פארבן, וואס איז פאראן פלעין נישט אמת, אפילו עס האט א פונק פון אמת, אויפבלאזן אסאך הונדערט מאל מער איז די ריכטיגע אפטייטש פון א ליגנט, די שומרים אנפירער פירן א האס קאמפיין אויף א האסערישן אויפן וואס מיט די צייט וועט עס זיכער ברענגן געפערליכע חרבנות אבער סתם אראפרייסן די קארטלעך וועט נישט העלפן.
אפשר זאל מען דריקן היסטאריע קארטלעך מיט אמתדיגע פאקטן פון רבנים וויפיל זייער קאר קאסט א חודש, וויפיל זייער חודש'ליכע ביל איז, וויפיל זייער וואקעשאן קאסט וכו'... אין עס אויסטיילן פאר די קינדער... כ'מיין מ'זאל עס מאכן מיט די זעלבע גראפיקס וויאזוי מענטשן מוטשענען זיך מיט פרנסה און רבי'ס פרעסן און וואקעשינען...
ביסיידס וואס איך האלט אז ס'איז ווערט א שטויס... יעדער פון די קינדער וועלן עלטער ווערן און אראפקילן פון די טאליבאניזם פון וואס יעדע קינד ווערט אריינגעפרעגלט וועט די קארטלעך אויך מיטפליען...
און א מעסעדזש צי די טאליבאן, געדענקן זאלט איר א טרעינירן קינדער און בחורים צי זיין סאלדאטן פאר אן עקסטרעמיסטישע צוועק האט נישט פראדעצירט קיין גוטע רעזולטאטן, מיר אינטערסירט גאנץ ווייניג ענקער קינדערישע מערכה פאר מיינע קינדער וועט עס עניוועי נישט ארבייטן אין אונז זענען נישט אינטערעסירט אין די קאנטראל פון א קהילה אבער די קארטלעך וועט מאכן מער און מער מענטשן זאלן זיך אפשיידן פון אזאנע פארשוינען ווי ענק, די נעקסטע דור וועט האבן אזא עקל פארוואס זיי זענען געווארן אזוי אויפגעצויגן אז זיי וועלן נישט זיין אינטערעסירט אין וואס די רבנים וועלן האבן צי פארקויפן, אויב די דיוועליועשיאן פון די רבנים און הלכה'אישע אויטאריטעט איז נאך נישט גענוג נידריג...
לעב אין לאז לעבן.
- ליפא
- חבר ותיק
- הודעות: 2159
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 23, 2015 4:09 am
- האט שוין געלייקט: 2314 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1740 מאל
קומזיץ האט געשריבן:בדידי הוה עובדא טאקע היינט , איינע פון די עוולות וואס די שומרים ווען טוט, איז זיי שפילען ניגונים וואס רייצט אן קינדער צו טוען ווילדע שריט , ווי למשל תשועתם ..לנצח -כאפט די סעלפון און געב עס א צוקראך , איך ארבעט און א מוסד און איך הער ווי א קליינע יונגל זינגט זיך אינטער די גראם מיט גרויס אייפער , פרעג איך עם מ'מעג צוברעכן איינעם זאך?? ענטפערט ער יא!! די שומרים ווען זאגט אפילו אז מ'מעג און ער גייט צוברעכן מיין סמארטפון , פרעג איך עם דיין טאטע האט א סמארטפון זאגט ער ניין אבער מיין מאמע האט און ווען איך קום אהיים גיי איך עס צוברעכן , פרעג איך וועם דארף מען מער פאלגן דיין טאטע מאמע אדער אפאר נארישע מענטשן וואס זינגען פון א ווען? און די ווייסט אז דיין טאטע מאמע האבן דיך אזוי ליב און זיי ווייסן אוודאי וואס איז גיט ,
אבער ער בלייבט ביי זיינס "די שומרים ווען זאגט אז מ'מעג", ע"כ המעשה,
ס'איז נישט קיין גוזמאות עס נעמט אוויר די גאנצע רעספעקט פון עלטערן און מאכט זיי פאר חיות וואס זענען גרייט צו מזיק זיין ..
פארוואס נעמען זיך נישט צוזאם אפאר מענטשן און מאכן אן אנדערן ווען מיט עפעס א פארקערטע מעסעדזש?
טראמפ 2020! טראמפ 2024! טראמפ 2028!