איך שפיר א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר פלעשל. נישט אז איך קען אים פערזענליך אדער איך ווייס וואס זיין נאמען דארף באדייטן, אבער איך געב אים קרעדיט ווייל עס קומט אים קרעדיט.
ר' פלעשל האט באוויזן היבש צו פארטרייבן די שומרים קארטלעך אנשיקעניש. מער איז עס נישט קיין האט אייטעם ביי די קינדער, פלעשל קארדס האט איבערגענומען.
מער פון דעם טרייסט מיך ר' פלעשל אז אפשר איז שומרים קארטלעך געווען א מום עובר, איך וויל מיך איינרעדן אז עס האט נישט געהאט קיין שום לאנגטערמיניגע אפפעקט אויף מיינע קינדער און עס האט נישט געהאט אויף זיי סיי וועלכע השפעה, סך הכל א קינדערישע סטיל, איין טאג יאו-יאו, מארגן לעיזער פוינטער, פון דארט צו קאגעלעך און צוריק צו יאו-יאו; גדולים קארטלעך, הצלה קארטלעך און אויבער חכם קארטלעך. שומרים קארטלעך מיינט גארנישט און פלעשל קארד מיינט גארנישט, פונקט ווי ביזנעס קארד מיינט גארנישט.
פון דער אנדערער זייט האב איך געוויסע פאראיבל אויף ר' פלעשל, ער טוט מיר איבערצייגן ווי אונזערע קינדער זענען הפקר, היינט איז עס שומרים קארטלעך דורך ווילדע אומציוויליזירטע נערים משועלים און מארגן איז עס ר' פלעשל צו אנאנסירן קאסעטעס און שיך סטארס. ווער עס וויל קען פארקויפן וואס אימער פאר אונזערע קינדער, ווילאנג ס'איז אין פארעם פון קארטלעך.
ר' פלעשל איז שוין אויך נישט קיין בן יחיד, יאסי פראמאוויטש איז נישט דער איינציגער קאסעטע פראדוצירער און דערפאר איז ער נישט דער איינציגער קארטלעך טיילער. "אידיש נחת" קארטלעך זענען נארוואס אנגעקומען אין די געשעפטן, צו פראקלאמירן יאסי גרינס אלבומס, צו אלעמענס צופרידנהייט. האט איר סיי וועלכע פראדוקט צו פארקויפן, פאלט נישט ארויס פון די לעצטע טרענד, מאכט קארטלעך פאר די קינדער, עס וועט אייך קיינער שטיין אין וועג -- פארגעסט נישט צו לייגן א לעילו נשמת פאר'ן רימניצער רבי'ן זי"ע.
א דין תורה מיט ר' פלעשל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1145
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
- האט שוין געלייקט: 5304 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל
Re: א דין תורה מיט ר' פלעשל
הערליכע שפראך.
אפשר ביזטו מסביר וואס איז מיט ר פלעשל, און וואס איז די ד"ת?
אפשר ביזטו מסביר וואס איז מיט ר פלעשל, און וואס איז די ד"ת?
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
ער איז דאך טויט משוגע! ער רופט זיך פלעשל? פעסעל וואלט געוועהן מעהר פאסיג פאר זיין צונאמען, ווען ער פרעגט מיך וועין. אין ישיבה האט ער זיך גערופן יפ״ה...
רבונו של עולם! ער איז א מלמד אין מאנסי? דו הארגסט מיך!
רבונו של עולם! ער איז א מלמד אין מאנסי? דו הארגסט מיך!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius