שמחה ביי דיפאלט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שמחה ביי דיפאלט

שליחה דורך ונבנתה העיר »

נישט לאנג צוריק האב איך געהערט א ווארט בשם דעם גור'ן רבי'ן ז"ל, דער אמרי אמת, ער האט געפרעגט איינעם אז מען וועט דיר געבן א מיליאן דאלער אז דו זאלסט איין טאג נישט לייגן תפילין, וואלסטו עס אנגענומען? זאגט יענער: אודאי נישט, אויב אזוי, זאגט איהם דער רבי, וואלסטו זיך יעדן טאג געדארפט פרייען מיט די תפילין ווי מיט א מיליאן דאלער...

די ערשטע מינוט האב איך געשמייכלט, הנאה געהאט, עס איז א שיינער פוליש'ער חשבון, אבער ווי כ'האב אנגעהויבן אריינטראכטן אין דעם האט עס מיר אנגעהויבן קריכן אין קאפ: וואס איז טאקע פשט? איך גלייב אז אני הקטן וואלט אויך נישט מסכים געווען נישט צו לייגן תפילין פאר א מיליאן דאלער, אבער צו זאגן אז איך פריי זיך דערצו ווי צו דעם סכום הנ"ל ווייס איך שוין נישט.

[דר"א דערמאן איך זיך, לעצטענס איז א יונגערמאן אריין צום וויזניצ'ער רבי פון מאנסי און האט איהם פארציילט אז נישט לאנג צוריק האט ער אהין ארויסגעמופט מיט גרויסע שוועריקייטן, די ווייב האט נישט געוואלט, די פרנסה האט געמאכט פראבלעמען וכו', אבער יעצט אז ער איז דא וואלט ער שוין פאר כל הון דעלמא נישט צוריקגעמופט, זאגט איהם דער רבי: הער צו, איך האב אהער געמופט יאהרן צוריק מיט מסירות נפש, אבער צו זאגן אז פאר כל הון דעלמא וואלט איך נישט צוריקגעגאנגען? כל הון דעלמא איז שוין א פרייז...]

עכ"פ, די ערשטע תירוץ וואס איז מיר אריין אין קאפ איז לכאורה א פשוט'ע, איך בין פשוט צוגעוואוינט צו די תפילין ממילא שפיר איך נישט די שמחה וואס זי דארף ברענגן עפ"י חשבון, נו, טראכט איך צו מיר, און אויב כ'וועל ח"ו נישט האבן קיין תפילין פאר 20 יאהר, וועל איך דען יא שפירן אזא שמחה דערנאך? או לאידך גיסא, דער וואס איז א מיליאנער שוין לאנגע יאהרן נעמט שוין טאקע נישט ארויס קיין שמחה דערפון?

ביז איך האב זיך געכאפט אז באמת האבן מיר - מענטשן - פארקרומט די גאנצע מעשה, מיר האבן מהפך געווען די קערה על פיה.

מיר זענען געוואוינט אז שמחה איז א ביי-פראדוקט פון גוטע זאכן אין לעבן, דאס הייסט אזוי: גוטע זאכן זענען 'גוט', און מיר לויפן זיי נאך פארדעם – ווייל זיי זענען גוט, עס איז גוט צו האבן אסאך געלט, עס איז גוט צו זיין געזונט, עס איז גוט צו זיין א וואויל'ער איד און עס איז גוט צו האבן שלום בית, מיר האבן מיליאנען עקסטערע זאכן אויף אונזער טו-דו ליסט אין לעבן ווייל יעדער פון זיי איז א גוטע זאך כשלעצמו, יעצט, דאס וואס זיי ברענגן שמחה, דאס איז שוין א תוצאה: אז עס גייט דיר גוט אין לעבן און זי איז פול מיט גוטע זאכן ביסטו בשמחה, דאס איז אזא סארט סימפטאם און א באונעס גוטע פילינג פון די אלע גוטע זאכן וואס א געוויסע צאהל מוצלחים דערגרייכן אין לעבן.

די מעשה איז אבער פונקט פארקערט, פארוואס איז א שיינע קאר גוט? פארוואס איז א שיינע הויז גוט? פארוואס איז זיין סאשעלי אקסעפטעד גוט? פארוואס איז האבן א גוטן קאפ גוט? די תירוץ אויף די אלע זאכן איז איינע: ווייל זיי ברענגן דיר שמחה, ווער זאגט אז האבן א הויז איז בעסער ווי זיין האומלעס? נאר וועגן דעם, ווייל האבן א הויז איז באקוועם, און באקוועם מאכט דיך בשמחה, איהר כאפט? די אלע זאכן מאכן אייך נישט בשמחה ווייל זיי זענען גוט, פונקט קאפויער, זיי זענען גוט ווייל זיי מאכן אייך בשמחה.

מאי בינייהו? איינע פון די עיקר חילוקים צווישן די צוויי קוק-ווינקל'ן איז וועלכע איז די דיפאלט, לויט די ערשטע וועג ווי מיר האבן קאנדישענד אונזער קאפ איז די דיפאלט העדר השמחה, אויף שמחה דארף מען א תירוץ, עפעס א קיק אין לייף, א נייע הויז, א נייע קאר, געוואונען די לאטערי, פארן אויף וואקאציע, אבער סתם בשמחה, וואס עפעס?

אבער לויט'ן אמת איז פארקערט, די דיפאלט איז שמחה, פארוואס? זייער פשוט, דאס לעבן אליין דאס איז די עצם מהות פון שמחה, און איינמאהל מען כאפט זיך אז קיין שום זאך אויף דער וועלט איז נישט קיין תכלית פאר זיך, אלעס איז נאר אן אמצעי אויף שמחה, נאר מיר קרומע מענטשן האבן גענומען די אלע זאכן און געמאכט דערפון א דראג צו באקומען א קיק אין לעבן, יעדע כך וכך זמן דארפן מיר א שטויס פרייליך צו ווערן פאר אפאר מינוט, מען כאפט אן אייזקריעם פון פריזער וכו', אבער אז מען כאפט זיך אז די אלע זאכן זענען נישט 'גוט' מצד עצמם, און נאר ווייל מיר כאפן זיך אהן אין זיי דאס מאכט אז מיר זאלן זיי דארפן האבן אויף צו האבן אונזער נאטירליכע שמחה, איז לאז זיך אפ פונעם קשר וואס דו האסט געמאכט צווישן די אלע זאכן און שמחה וועסטו עס נישט דארפן, פונקט ווי דו פארשטייסט אז מענטשן צוויי טויזנט יאהר צוריק זענען געווען פונקט אזוי פרייליך ווי מיר זענען אפילו עס האט זיי געפעהלט אלע תענוגים וואס מיר האבן, פארוואס? ווייל די דיפאלט איז שמחה, די עצם מציאות החיים איז שמחה און זי דארף נישט א קיק פון עפעס א דראג יעדע שטיק צייט.

לאמיך מיטיילן מיט אייך א קוואוט פון Steve Maraboli:

Happiness is a state of mind, a choice, a way of living; it is not something to be achieved, it is something to be experienced.

טייערע ווערטער.

אין ברסלב איז דא א מושג פון 'מילי דשטותא', מען מאכט זיך נאריש און מען לאזט ארויס מאדנע קולות כדי זיך משמח צו זיין, ווען א פרעמדער באטראכט עס זעהט ער אין דעם, וועל... ברסלב, עס איז אין איינקלאנג מיט זייער דגוש אויף תמימות, נישט מאכן צופיהל חשבונות, 'פראסטיק' ווי רבי נחמן האט עס גערופן, א פרעמדער וועט עס אבער שווער דערליידן, ער קוקט עס אהן ווי א קינדערישער פאפעריי, ער האט נישט קיין געלט, קיין נחת, קיין געזונט, און ער איז כלומר'שט פרייליך, פארוואס? ווייל ער לאזט ארויס מאדנע קולות?

דער אמת איז אבער נישט אזוי, עס איז נישט כאילו עס זענען דא אמת'ע זאכן אין דער וועלט און זיי מאכן באמת פרייליך, ווי געלט און נחת, און דערנאך איז דא דער ברסלב'ער וואס שפילט כאילו א טריק אויף זיין קינדערישן מוח און כאפט זיך אריין פון אן אונטער-טיר'ל ווי כאילו ער איז פרייליך פון שטותים, דאס וואלט אמת געווען ווען עס זענען דא אמת'ע מציאות'ן אויף דער וועלט וואס זענען גוט צו האבן, און ווייל זיי זענען באמת גוט צו האבן מצד עצמם מאכן זיי אויך פרייליך, אבער אזוי ווי תכלית הכל איז שמחה און אלעס איז נאר אמצעיים, איז נישט דא קיין דרך המלך פאר 'נארמאלע' מענטשן און אונטער-טיר'ן פאר משוגעים, שמחה איז שמחה – קיין קאונטערפיט שמחה איז גארנישט פארהאן, ווי אזוי נאר דו ביסט פטור געווארן פון די דברים המעכבים את השמחה ביסטו ביים תכלית, געוויסע דורך מילי דשטותא, און געוויסע – ליידער – דורך כסדר'דיגע דראג קיק'ס, אך און וויי ווען די דראג'ס לויפן אויס.

אלזא, טייערע פריינט, הייבט אהן צו לעבן לשם לעבן, עסט אויף יעדע מינוט דערפון, נעמט אייך גארנישט צום הארצן, אייערע אחריות'ן פיהרט אויס ווי ווייט איהר קענט וכמאמר all we can do is all we can do, און דאס איבריגע לעבט ווייל איהר לעבט, נישט ווייל דאס לעבן איז איז א גוטע בעקראונד סטארי צו געשמאקע געשעהנישן וואס קומען און גייען מזמן לזמן.

לעבט עז איף יור לייף דיפענדעט אן איט... לעבן אליין איז דער קיק, ווי מען זאגט ביי אונז: Tell me quick, ain't that a kick in the head...

קאמפליצירט אייך נישט דאס לעבן וועט איהר האבן שמחה אין דיפאלט, האלוקים עשה את האדם ישר והמה ביקשו חשבונות רבים.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
כוכב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2594
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש דעצעמבער 07, 2013 6:35 pm
האט שוין געלייקט: 4455 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6836 מאל

שליחה דורך כוכב »

נאכנישט דורכגעליינט דעם לאנגען אשכול אבער לפום רהיטא האב איך קיינמאל נישט פארשטאנען דאס ווארט, שמחה קומט פון התפעלות, געווין יעדן טאג א לאטערי און די שמחה וועט פונקט אזוי אויסוועפן.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

געוואלדיגע מורא'דיגע מאמר. :like
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

אז מ'רעדט שוין, מענטשען פרעגן וויאזוי קען מען מחנך זיין קינדער צו לעבן פריילעך. קינדער זענען אלעמאל ביזי אין זייער קליין וועלטעל, זיי ווילן און דארפן יעדע 5 מינוט, און אויף דעם בויען זיי זייער שמחה און סוקסעס.

די תירוץ איז, אז ס'איז טאקע נישט גרינג ווייל קינדער גלייכן זיך כסדר צו צו יענעם. יענער אהער יענער אהין, ממילא זענען זיי נאר בשמחה אויב זיי האבן וואס יענער האט. אבער אויב עלטערן זענען באמת בשמחה מיט זייער שטאנד און לעבן און כאפן זיך נישט ארויס בין השורות, קנאה און חמדה, וואס ממילא לעבן די עלטערן צופרידן, פשוט ווייל ביי דיפאלט איז מען פריילעך, כאפן עס די קינדער אויף, און עס רייבט זיך אפ און זיי. זיי ווערן נישט אויס קינדער, אבער ווען זיי ווערן עלטער און זייער שכל איז ערוואקסען ווערט עס א חלק פון זייער לעבן און וועלט בליק.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
איחוד פעלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2933
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 20, 2012 6:00 pm
האט שוין געלייקט: 513 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1430 מאל

שליחה דורך איחוד פעלד »

[דר"א דערמאן איך זיך, לעצטענס איז א יונגערמאן אריין צום וויזניצ'ער רבי פון מאנסי און האט איהם פארציילט אז נישט לאנג צוריק האט ער אהין ארויסגעמופט מיט גרויסע שוועריקייטן, די ווייב האט נישט געוואלט, די פרנסה האט געמאכט פראבלעמען וכו', אבער יעצט אז ער איז דא וואלט ער שוין פאר כל הון דעלמא נישט צוריקגעמופט, זאגט איהם דער רבי: הער צו, איך האב אהער געמופט יאהרן צוריק מיט מסירות נפש, אבער צו זאגן אז פאר כל הון דעלמא וואלט איך נישט צוריקגעגאנגען? כל הון דעלמא איז שוין א פרייז...]


א הערה אויף דיין דרך אגב, כ'האב הנאה צו זעהן אז דער קאפ פין דעם רבי'ן שפילט נאך, און פארשטייט נאך וואס דאס מיינט כל הון דעלמא............


לגבי דיין עיקר מאמר, די הייבסט אהן מיט א מעשה פין גור, וואס ברענגט ארויס אז יעדעס מאל מען לייגט תפילין פארלירט מען נישט מיליאן דאלאר, און די ברענגסט ארויס אז אלעס דארף ברענגען שמחה, ווייל שמחה איז וואס מען קלערט זיך אהן זאל ברענגען שמחה. עפעס אזוי.

דאס איז זיכער אז אפילו פאר דעם ברסלב'ער וואס מאכט די מילי דשטותא צו ברענגען שמחה, וועט דיר מודה זיין אז דאס איז א בדיעבד, לכתחילה וואלט ער געוואלט האבען שמחה דורך מילי דחכמה.

דער חשבון אבער איז לדעתי אז עס איז מקרב די שמחה פין מקיים זיין מצות תפילין צו פארדינען מיליאן דאלאר, דער סוף חשבון דארף זיין אז מאדאך פין פארדינען מיליאן דאלאר איז מען בשמחה, כל שכן דורך מקיים זיין מצות תפילין וואס דער שכר איז פי כמה פין מיליאן דאלאר. נאר דער מענטש וואס פארשטייט נאר דער שמחה פין מיליאן דאלאר, ער קען מאכען א חשבון פין נישט פארלירען מיליאן דאלאר.
א משוגענער באלאנגט אין משוגעים הויז, און א מאלעסטער באלאנגט אין תפיסה!!
אדם המוכה מחבירו יכול לילך לקבול לפני עכו"ם אע"פ דגורם למכה היזק גדול (רמ"א סי' שפ"ח ס"ז), מותר לקצץ ידיו על ידי גוי (ש"ך ס"ק מ"ה).
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

Satisfaction with a purchase could also come down to mindset. When participants in one study thought of material purchases, such as a music CD, as an experience (many hours of enjoyable listening), they were more satisfied than those who viewed the purchase as just a material item.
http://www.livescience.com/6158-study-h ... stuff.html
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

אן אינטערעסאנטער שיעור איבער שמחה פון פראפעסאר פאול בלום אין יעיל יוניווערסעטי - הייבט זיך אהן ביי 11:20.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=7dep9KPWp3g[/youtube]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

משנכנס אדר מרבין בשמחה.

דא האט איר 10 סימנים וואס צייגט אויב איר זענט בשמחה אדער נישט

http://www.huffpost.com/us/entry/10-tro ... 44006.html?
וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שכויעח שמעקעדיג, אבער איך האב פאר דיר איין איינציגער סימן: דיין אוועטער... טויש עס שנעל! אבער זאפארט!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

@ריכטיג תרתי משמע! ממך ילמדו וכן יעשו לדורות.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
פידלער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 442
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 29, 2013 12:55 am
האט שוין געלייקט: 372 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 656 מאל

שליחה דורך פידלער »

רויטע וואנצעס האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין, מענטשען פרעגן וויאזוי קען מען מחנך זיין קינדער צו לעבן פריילעך. קינדער זענען אלעמאל ביזי אין זייער קליין וועלטעל, זיי ווילן און דארפן יעדע 5 מינוט, און אויף דעם בויען זיי זייער שמחה און סוקסעס.

די תירוץ איז, אז ס'איז טאקע נישט גרינג ווייל קינדער גלייכן זיך כסדר צו צו יענעם. יענער אהער יענער אהין, ממילא זענען זיי נאר בשמחה אויב זיי האבן וואס יענער האט. אבער אויב עלטערן זענען באמת בשמחה מיט זייער שטאנד און לעבן און כאפן זיך נישט ארויס בין השורות, קנאה און חמדה, וואס ממילא לעבן די עלטערן צופרידן, פשוט ווייל ביי דיפאלט איז מען פריילעך, כאפן עס די קינדער אויף, און עס רייבט זיך אפ און זיי. זיי ווערן נישט אויס קינדער, אבער ווען זיי ווערן עלטער און זייער שכל איז ערוואקסען ווערט עס א חלק פון זייער לעבן און וועלט בליק.


Someone once told me, "All pain comes from comparison." I've realized over time how true that is. Not only comparison with others, but also comparison within oneself -- the reality of my situation compared to what I expect should be my situation.
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: שמחה ביי דיפאלט

שליחה דורך טמיר »

אויפגעברענגט א שיינע מאמר פון ונבנתה
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
פארשפארט