מעילה בהקדש - זיסע כאלאפשעס!!!

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

מעילה בהקדש - זיסע כאלאפשעס!!!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מורי ורבותי, א געפערליכע פרצה האט זיך גע'עפענט אין די מויערען פון די היימישע געסער פון די אידישע וועלט. רבים חללים הפילה, פיהל קערפערס זענען אריינגעפאלען אין דער גרוב פון שור ולא אדם. געמאלענע שטירען האט מען פארדרייט און פארוואנדעלט אויף א פרצה אין א קרויט, א צוקער פארסמ'טע שטיק בלאטע אנשטאט'ס א שטיק עבודת ה' פון פורים און שמחת תורה.

מ'נעמט אט דער שטיר, וואס האט גראז געגעסען און שמוציגע וואסער געטרונקען געמוטליכעהייט ביז צו זיין באשטימטע טאג, און ער האט א בעשוי מיט א שוחט וואס קיין מעסער האט זיין בארד נישט געזען און איין טאג אין פארפארעטע מקוה נישט געפעלט, וואס מ'איז נאכגעגאנגען זיין לעבען, זיין ווייב, זיין ווייב'ס האר, זיין ווייב'ס שטרימפ, זיין טאכטער'ס צעפ, זיין מאמע'ס האלדז, זיין גאטשעס, זיין צובינדען זיין שיך אין מקוה, זיין אויפבינדען זיין שיך אין מקוה, זיין אנטוהן די העמד אין מקוה, זיין אויסטוהן די העמד אין מקוה, זיין אומשמעקעדיגע אומזייף, זיין טלפון אין באזע, און זיין אנדערע טלפון אין באזע, זיין עלטער זיידע'ס קהלה שייכות, און די טיפקייט פון די טאשען אויף זיין זומער כאלאט, און אט דער אויסגעפארשענע פארשוין ווערט נישט מיד פון ווערען אויסגעפארשען, אדרבא ער פרייט זיך דערמיט און ער בויט אויף דעם זיין קינדער'ס צוקונפטיגע שידוכים. ער נעמט זיין מעסער און בדחילא ורחימא גיבט ער א שעכט אפ דעם שטיר אונזערע, און פערטיג. (כיסוי הדם טוט מען נישט היינטיגע צייטען, עכ"פ אויף שטירען. איך ווייס נישט פארוואס, מ'האט מיר נישט אויסגעלערנט. חומש רש"י איז דאך נישט אויף די רשימה אויף וואס מ'ווערט פארהערט אויף צו ווערען א שרייבער)

דערנאך האט מען גענומען דער שטיר אויף א שפאציר דורך די אלע שטרויכלונגען ביז ער קען אנקומען צום בעלעבאסטעס וואגאן אין קראם, און נאכ'ן ארויפשרייבען אויפ'ן ענדלאזער רשימה ביים גראסערי, קומט ער אן אין שטוב, גרייט אויף צו ווערען אריינגעשטאפט אין א שטיק קרויט און געקאכט לכבוד פורים.

קומט אן דער אפיקורס'טע, דער באנדיטע, דער טייוויל אליינס אין א פעשליכע פרויערישע געשטעל שטייט, און נעמט זיך מועל זיין בהקדש. תחת הזהב אביא נחושת, אנשטאט'ס זאלץ נעמט זי צוקער, אנשטאט'ס שארפע פעפער נעמט זי זיסער, זי לייגט אריין ראזשינקעס, לאדיך אפ מיט די ווערים, כדאי הוא הט"ז לסמוך עליו בשעת הדחק, אבער וואס איז מיט דער מעילה בהקדש וואס מ'טוט ווען מ'נעמט א הייליגע מאכל ווי געשטאפטע קרויט און מ'מאכט איהם זיס?!

די רשעי עם ישראל, די פושעי ישראל בגופן האבען זיך פארשפרייט אין די לענג און דער ברייט פון דער אינטרנט מפרסם זיין רעצעפטען פון זיסע א.ג. כאלאפשקעס, זיי זוכען אונטערצוברענגען די גאנצע געשמאק פון פורים, די גאנצע שווויצעדיגע עבודה פון שמחת תורה, די סאמע יסוד פון אונזער קולינארישע אידישקייט מיט זייער (אומשולדיגער?!) זאק ווייסע צוקער. ס'גייט דיר נישט העלפען ווען דו צאלסט פיהר מאל די פרייז פאר התאחדות צוקער, ברוינע צוקער איז אויך ניטאמאל א קנאפער ישועה.

לאזט ארויס די צוקער פון כאלאפטשקעס! זי האט א פנים פון א שומרים קארטעל אין קאוועשטיבעל, א גאפעל אין גער, א חזקה ביי תרי ותרי (למ"ד ספיקא דאורייתא), א ליטוואק אין אייוועלט, א כהן (אדער א מת) אין מתחם גולובנציץ, רעגען אין אריזאנא, א פסק דין אין באבוב(93), ווי סנעיק אויף א סמארטפאון, א פייער אום ל"ג בעומר (איידער מ'האט עס איינגעפיהרט), און א קאווע וואס פארפלעקט נישט די העמד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ליטוואק פון בודאפעסט, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

כהאב נישט ערווארטעט אז איר ״ליטוואק פון בודאפעסט״ זאל זיך אזוי אפרעדן אויף א ׳זיסע כאלאפטשעז׳ סאיז א דבר ידוע לכל אז די אונגארישע האבן ליעב געהאט צוקער, און די פולישע האבן מעהר ליעב געהאט שארף- געזאלצן און געפעפערט, איר זענט דאך די טיפיקל הייבריד פון א אונגארישער מיט א פוילישער ביינאנזאם וואלט איר דאך געדארפט האבן זיסע כאלאפטשעס אין פריזער פון יאהר צו יאהר פונקט ווי רבי מיט אנטונינס, ביז יעצט האבן מיר אלע געמיינט אז ווען דו וועקסט זיך אויף צופרי גלייך נאך מודה אני ליגט דארט א שיסל פון אכצען זיסע י״ב האלפיטשעס בא הכתוב לומר, נעה! ער האט עס בכלל נישט ליעב ווייל ס׳טעסט ווי א גר צדק אין באבוב, א ליטוואק אין א מקוה, קמח ישן אין אינדיעאזיע, א ליטוואק פון בודאפעסט אין צימעס, א לג בעומר שיסער אין אריזאנא, ווי א בלע״ז אין פאפא, ווי א סוכה אין יון, ועוד טעמים קמוסים, ומי יעמוד בסוד ליטוואקס.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מעילה בהקדש - זיסע כאלאפשעס!!!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

די איינציגסטע טעם וואס איך האב בירושה פון מין איין אונגארישע עלטע באבע איז סליוואוויץ. דאס גלייך איך. אחוץ דעם איז יעדער אונגארישע זיסקייט פיגול הוא לא ירצה.
די איינציגסטע זיסע זאך וואס איך גלייך איז פרוכט, פרישע פרוכט. אחוץ דעם איז צוקער פאר אלע גויישע חתונות

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

ביסט דאך דעמאלטס ״א שארפער אינגערמאן״, ווי האט יענער גערופן דעם באטעל ״דזשעק דעניעלס״? א שארפער איד...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: דזשאסט פאור דהע רעקארד. זיסע כאלאפטשעס איז א גאליציאנער זאך. מיין מאמע און מיין ווייב זענען אונגארישע. און זיי מאכן נישט קיין זיסע האלאפטשעס. ביי זיי איז עס בבל יראה ובל ימצא...די רביצין אין מיין ביהמ"ד וואו איך דאוון (און שמועס) מאכט יא זיסע האלאפטצעס פאר שמחת תורה. אוואו דאס איז וועל איך נישט זאגן מחשש (או חשיש) גילוי...! :lol:
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: מעילה בהקדש - זיסע כאלאפשעס!!!

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

מספק גייט מען מערצעשעם אין קיין שום ביהמ"ד אין ב.פ.\ווסמב"ג אום שמח"ת, נישט אריינצופאלען אין דער פרצה.

שמעתי ממו"ר מוואודרידזש עטליכע מאל "תורה האט נישט קיין מאפעס". זיסע כאלאפטשעס זענען געפערליך, אפגעזען פון ווי מ׳שטאמט. (דער צווייטע זאץ האב איך צוגעלייגט, כתלמיד המחכים את רבותיו. דער סב"ק זז"ג רעדט נישט פון עסען און עסט נישט קיין שטירען)

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

צוקער אין טשולענט איז אויך דא וואס לייגן אריין.

ווי אויך צוקער אין די אייער מיט ציבעלע.

רבש"ע ראטעווע אונז און לייז אונז אויס ווילאנג מיר זענען נאך אידען.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

גראדע, די אונגארישער עסן געזאלצענע פיש, בעת וואס די פוילישע גלייכן זעהר זיסע פיש...
פארשפארט