טרויבן88 האט געשריבן:אבער ביסיידס דעט קומט לעצטענס פאר א נייע פראבלעם און פון איין זייט איז עס מוראדיגע פראבלעם, עס איז אין א געוויסע זין געלונגען פאר די טאליבאנער ארויסצונעמען די נארמאלע חלק פון אידן און זיי אויפרעגן, און די נארמאלע חלק פון פאלק שרייט קזק הנגזל רבותי עס קומט פאר א געפערליכע פראבלעם אז מען ברעינוואשט די קינדער ארויסצוקוקן אויף די וועלט מיט א בליק וואס איז נישט אמת, אבער פון די אנדערע זייט דארף מען אויפקומען מיט א קילערע און בייסיגערע מהלך, ווייל אז עס וועט פארן ווייטער אזוי וועט די טאליבאן בלייבן טיילן די קארטלעך וואס איז ווי פארשטענדליך נישט א נארמאלע זאך, און די קארטלעך איז אן אויפגעבלאזענע העצערישע וועג אפצימאלן א מציאות מיט שווארצע פארבן, וואס איז פאראן פלעין נישט אמת, אפילו עס האט א פונק פון אמת, אויפבלאזן אסאך הונדערט מאל מער איז די ריכטיגע אפטייטש פון א ליגנט, די שומרים אנפירער פירן א האס קאמפיין אויף א האסערישן אויפן וואס מיט די צייט וועט עס זיכער ברענגן געפערליכע חרבנות אבער סתם אראפרייסן די קארטלעך וועט נישט העלפן.
אפשר זאל מען דריקן היסטאריע קארטלעך מיט אמתדיגע פאקטן פון רבנים וויפיל זייער קאר קאסט א חודש, וויפיל זייער חודש'ליכע ביל איז, וויפיל זייער וואקעשאן קאסט וכו'... אין עס אויסטיילן פאר די קינדער... כ'מיין מ'זאל עס מאכן מיט די זעלבע גראפיקס וויאזוי מענטשן מוטשענען זיך מיט פרנסה און רבי'ס פרעסן און וואקעשינען...
ביסיידס וואס איך האלט אז ס'איז ווערט א שטויס... יעדער פון די קינדער וועלן עלטער ווערן און אראפקילן פון די טאליבאניזם פון וואס יעדע קינד ווערט אריינגעפרעגלט וועט די קארטלעך אויך מיטפליען...
און א מעסעדזש צי די טאליבאן, געדענקן זאלט איר א טרעינירן קינדער און בחורים צי זיין סאלדאטן פאר אן עקסטרעמיסטישע צוועק האט נישט פראדעצירט קיין גוטע רעזולטאטן, מיר אינטערסירט גאנץ ווייניג ענקער קינדערישע מערכה פאר מיינע קינדער וועט עס עניוועי נישט ארבייטן אין אונז זענען נישט אינטערעסירט אין די קאנטראל פון א קהילה אבער די קארטלעך וועט מאכן מער און מער מענטשן זאלן זיך אפשיידן פון אזאנע פארשוינען ווי ענק, די נעקסטע דור וועט האבן אזא עקל פארוואס זיי זענען געווארן אזוי אויפגעצויגן אז זיי וועלן נישט זיין אינטערעסירט אין וואס די רבנים וועלן האבן צי פארקויפן, אויב די דיוועליועשיאן פון די רבנים און הלכה'אישע אויטאריטעט איז נאך נישט גענוג נידריג...
שוין לאנג נישט געהערט אזאנע דברי הבל.