ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ס׳פאסט טאקע אז דו זאלסט אנכאפען דער וויידעל און אפלאזען דער עיקר. וכמו שביארנו בשם הרמ"ש זצ"ל
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
די סיבה פארוואס איך ענטפער דיר נישט איז ווייל כהאב אפגמאכט אז כ׳טענה נישט מיט אזא איינער ווי דיר מעהר, נישט ווייל כהאב עפעס קעגן דיר פערזענליך ח״ו נאר כהאב געזעהן וויאזוי דיין פארדרייטע לאגיק ארבעט מעהר ווי איינמאל און ס׳פאסט מיר נישט צושטיין אין ווארט מיט דיר בכלל.
די לעצטע מאל ווען דו האסט געשריבן וועגן די אהבת ישראל און וויזניץ, איז עס צוגעגאנגען אזוי, אנגעהויבן האסטו אז די אהבת ישראל איז געוועהן פונקט אזא בעל מחלוקות ווי עני אנדערע רבי עיין ערך סיגוט, נאסוידער רב , ווען מ׳האט דיך געבעטן זאלסט זאגן די מעשה האסטו גארנישט גענטפערט, נאכדעם האסטו געשריבן אז ער איז ריספאונסעבאל פאר די פויערן אין בוקעווינע, נאכדעם האסטו געשריבן אז די אהבת ישראל׳ס חסידים זענען געוועהן פויערן.
איך וואלט אין מיין לעבן נישט גערעדט קיין פיפס אויפן חפץ חיים זצ״ל און אויך נישט אויפ׳ן חזון איש זצ״ל און די סטייפלער גאון זצ״ל, די סיבה:
1)איך האב זיי נישט געקענט בכלל
2)די מענטשען וואס האבן זיי יא געקענט-אלע מענטשען זאגן פה אחד אז זיי זענען געוועהן גרויסע מענטשען-ערליכע מענטשען.
לויט דיין שרייבן קען מען זעהן דו שיסט זאכן אין די וועלט אריין אין קיין טראפ בעיקינג, דו האסט נישט קיין מושג ווער דער ״אהבת ישראל״ איז געוועהן און גארנישט וועגן די אמאליגע מארמארישע אידענטום! זערו!!! און ווען מ׳קארנערט דיך שרייבסטו אז דו האסט קיינמאל נישט גערעדט אויף אים ווייל דו קענסט אים נישט
???? איז וואס שיסטו האלבע זאכן וואס דו האסט אמאל געהערט פאר דו האסט אן השגה וואס דו רעדסט בכלל??? ווייל ס׳פאסט דיר נישט אז סאיז געוועהן א חסידישע רבי אזא גדול בתורה ובחכמה וואס גאנץ מארמארוש און די גאנצע חרדישע אידנטום האט ער געשמט אלץ א ״מלאך אלקים״ ! נישט געוועהן א גדול אין זיין צייט וואס איז נישט ארויס פון התפעלות פאר אים, פון די אמרי יוסף מספינקא ביז ר׳ מאיר שפירא זצ״ל, פון די גאלאנטע רב זצ״ל ביז דער מנחת אלעזר זצ״ל וואס האט געזאגט אויף אים אז ער איז ״משיריי כנסת הגדולה פון תלמידי בעש״ט״ און אים אפאר מאל גערופן ״צדיק הדור״, ר׳ ישכר דוב מבעלזא זצ״ל, האמרי אמת מגור זצ״ל, ר׳ ברוך מגארליץ זצ״ל, ר׳ יהושע הארוויץ מדזיקוב זצ״ל, ר׳ יצחק אייזיק מספינקא בעל חקל יצחק זצ״ל, ר׳ יואל מסאטמאר זצ״ל, קאסאן׳ער רבי זצ״ל, באבובער רב זצ״ל, ר׳ יהושע גרינוואלד מחוסט זצ״ל, ר׳ יוסף צבי דשונסקי זצ״ל, ר׳ משה פאנעט מדעש זצ״ל האט געזאגט אז ״ער איז א לעבעדיגע ספר תורה״, ר׳ יחזקאל מראדאמסק בעל כנסת יחזקאל זצ״ל, ר׳ שלום מרדכי מברזאן זצ״ל , הרה״צ ר׳ אברהם יהושע העשל מקאפיטשניץ זצ״ל, ר׳ ישכר דוב אייכענשטיין מוועערצקי-זיטשוב זצ״ל, ר׳ אברהם שלום האלבערשטאם מסטרופקוב זצ״ל, ר׳ יהודא ראזנער מ׳סקאלהיד זצ״ל, ר׳ דוד שפערבער מבראשוב זצ״ל, ר׳ משה יחיאל בע״מ אש דת זצ״ל וואס האט געזאגט ער גלייבט באמונה שלימה אז ווען דער אהבת ישראל וואלט געלעבט אין די צייטן פון די סנהדרין וואלט ער אויך געוועהן פון די גדולי הדור! זיין תלמיד ר׳ אהרן ראטה משומרי אמונים זצ״ל, זיין אייניקל ר׳ יודלע זצ״ל וכו׳ וכו׳.
זאגן אויפן הייליגען ״אהבת ישראל״ אז ער איז א בעל מחלוקות איז פונקט ווי זאגן אויפן ״חפץ חיים״ אז ער איז געוועהן א בעל לשה״ר!!! גארנישט אנדערש!
די חוצפה פון דיר אנצורופן א גאנצע שבט אידן פון צענדליגער טויזענטער וויזניצער אידן איבער די גאנצע וועלט אלץ פויערן, און רעדן אויף זייער רבין וואס זיי האלטן אז ער איז געוועהן א ״קדוש וטהור״, ווי שעמסטו דיך נישט צו שרייבן אויף כמעט די איינציגסטע גרויסע רבי אין די לעצטע הונדרעט יאהר וואס איז נישט געוועהן פארמישט אין קיין שום מחלוקות אז ער איז געוועהן א בעל מחלוקות???
ניין! דו וועסט נישט פארדרייען היסטאריע!
שרייב א תגובה ווי דו בעטס איבער אלע וויזניצע חסידים פארן זיי רופן פויערן, סאיז דא צענדליגער טויזענטער ערליכע וואוילע וויזניצער-חסידים איבער דער גארער וועלט וואס דינען דעם אייבערשטען פונקט ווי דיר, גרויסע תורה-חסידישע צענטערן אין יעדע ווינקל ווי עס וואוינען נאר אידן טראגן דעם אהבת ישראל׳ס נאמען און גייען אין זיינע וועגן, האסט נישט קיין שום רעכט צורעדן אויף זיי סתם אזוי און זיי אנרופן פויערן מיט א לשון גנאי ווייל זיי זענען אביסל אנדערש ווי דיר! וואש אויס דיין מויל מיט זייף, און אפשר נאכדעם וועלן מיר ווייטער רעדן.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius