אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
חכימא
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 75
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 02, 2015 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 56 מאל

שליחה דורך חכימא »

אחד העם האט געשריבן:[tag]ליטוואק פון בודאפעסט[/tag], און די וועלט האט געשוויגען, פון אלי וויזעל ז"ל.
א דאנק.

איך קען דאס שאפן און פארמאט פון א 'אודיו-בוק'.

אויב זענט איר אינטרעסירט, לאזט מיר וויסן
ודי לחכימא ברמיזא
באניצער אוואטאר
אחד העם
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 697
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 22, 2013 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 594 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 796 מאל

שליחה דורך אחד העם »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב לעצטענס געטראפען א בוך 'יודישע נשמות' פיהר בענדער, פון איינער שמואל הורביץ, וואס איז אן אוצר פון אלטע מעשה'ס, געקליבען פון פנקסי הקהלות פון פארשידענע שטעט, אויף באוואוסטע און אומבאוואוסטע פארשוינען פון אונזער פארגאנגענהייט.
ס'איז אבער א שטיקעל ארבעט פאר מיר זיי אוריפצולייגען, איז טאמער ס'איז דא א פארלאנג, וועל איך עס טוהן. ביזדערווייל האבען קיין סאך פון די ביכער וואס איך לייג ארויף נישט פארקויפט, נאר מיין פארדינס איז געווען אז איך האב איינג פאר מיר. טאמער דער עולם וויל די ביכער, $15 א שטיק ($60 פאר אלע פיהר בענדער), ביטע זיך איינמעלדען.


האסט כאטש א שטיקל מפתח, פוו נעמען אדער שטעט, וכולי?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ער האט אן אריכות אויף טשארטקאוו, הן דער שטאט הן ר׳ הערשעלע טשארטקאווער און אויך שפעטערע דורות.
איך וועל קוקען אויף מער
מיר האט אויסגעקוקט אלס א ליקוט פון טשיקאווע מעשה׳ס פון פנקסי קהלות און מימרות מיט עפיזאדען פון עמך אידען. ס׳איז א פשוט׳ער אידיש, נישט דער סאפיסטיקירטע שפראך פון אש מיט גראדה

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אין איינער פון די בענדער, רעדט ער פון ליטא און א מושב זקנים וואס ער האט דארט באזוכט. ער שרייבט דארט מעשה'ס פון מרדכי ירא שמים, א סטאלער וואס איז שוין 115 יאר אלט, מיט יהודית'ל 'א פערכשופ'טע שענהייט פון אשמינע'. איך זעי דארט א געשיכטע 'צווישען בלינדע מוזיקאנטען'. ווייטער זעי איך א באריכט אויף הרב גרשון תנחום דער מינסקער רב, וואס האט געדינט מיט הונדרעט פופציג יאר צוריק. דוכט זיך הרב נתן קמנצקי רעדט פון איהם אויך.
אין חלק ג' רעדט ער פון ווארשא און איהר 'אנטיקען'. ער האט א פרק 'דער נדר פון א קאצקער חסיד' און ' ווי אזוי ברוך דער טרעגער איז קאליע געווארען'. אנדערע פוילישע שטעטד וואס זענען געשילדערט זענען דער פוילישען ירושלים – לובלין און ביאלא, וואס ער רופט עס 'שלום אש'ס שטעטדעל'.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב ארויפגעלייגט צוויי בענדער פון א בוך אויף עברית\לשה"ק, אבער מסתמא אינטרעסאנט פאר די עולם דא. דאס איז חסידים ומתנגדים פון ווילנסקי.
דא האט איהר חלק א'
דא האט איהר חלק ב'

פאר די וואס האבען נישט געהערט פון די ספר, איז עס א ליקוט פון אלע כרוזים, חרמים און קונטרסים וואס זענען ארויס וועגען דער מחלוקת חסידים ומתנגדים, כולל דער קונטרס זמיר עריצים וחרבות צורים און נאך. דאס איז דער ערשטע מקור פאר יעדער איינער וואס וויל עפעס וויסען פון יענער תקופה אין היסטאריא.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב ארויפגעלייגט צוויי בענדער פון א בוך אויף עברית\לשה"ק, אבער מסתמא אינטרעסאנט פאר די עולם דא. דאס איז חסידים ומתנגדים פון ווילנסקי.
דא האט איהר חלק א'
דא האט איהר חלק ב'

פאר די וואס האבען נישט געהערט פון די ספר, איז עס א ליקוט פון אלע כרוזים, חרמים און קונטרסים וואס זענען ארויס וועגען דער מחלוקת חסידים ומתנגדים, כולל דער קונטרס זמיר עריצים וחרבות צורים און נאך. דאס איז דער ערשטע מקור פאר יעדער איינער וואס וויל עפעס וויסען פון יענער תקופה אין היסטאריא.


איך האב עס שוין עטליכע מאל געקוקט
עס ברענגט א קלארקייט ווי ווייט מען האט בלינדערהייט געהעצט קעגן ערליכע אידן אהן וויסן באמת ווער זיי זענען.

מען ברענגט סיפורים וויאזוי מיט 220 יאר צוריק פורים האט מען מעביר געווען די איד וואס האט געליינט די מגילה, פארן נחשד ווערן אינען הארבן זינד פון באלאנגען צו חסידים
עס קוקט אויס ווי די טעראר וואס גייט אן אין א"י קעגן די אנהענגער פינעם פלג.
באניצער אוואטאר
געוואלדיג
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3930
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:15 pm
געפינט זיך: באתרא דנשקי שמיא וארעא להדדי
האט שוין געלייקט: 6582 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4455 מאל

שליחה דורך געוואלדיג »

אדער די טעראר קעגן די ערליכע אינגעלייט וואס זענען אין מיליטער.
עס נעמט א מאנקי בערך 3 שעה צו טרענירן א מענטש אים צו געבן באנאנעס יעדע פאר מינוט...

-יין שרף-
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

געוואלדיג האט געשריבן:אדער די טעראר קעגן די ערליכע אינגעלייט וואס זענען אין מיליטער.

??
ווייסעך נישט וואס די מיינסט

אויב מיינסטו די קאמפעין חרדקי"ם, איז עס בכלל נישט די סטיל
קוק קודם אין יענעם בוך און דערנאך רעד ווייטער.


עס איז דער זעלבער סארט נוסח וויאזוי מען טרייט צו מרחק זיין די חסידי הרב אויערבאך, מען מאכט זיי פאר א כת, און מען נעמט צו חזנות, און קריאה שטעלעס, עס איז אינטערסאנט צו זעהן ווי עס לויפט אין די דזשינס.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ביטע פארשמירען ערגעץ אנדערש.

דער בוך איז א היסטארישע זאך, א לימוד וויאזוי גדולי ישראל האבען אנגעקוקט די נייע כת, און וויאזוי קהלות האבען עס באקעמפט. איך האב עס געזען יארען צוריק, און ערשט יעצט באקומען דער פי.די.ף.. ס׳איז וויכטיג צו וויסען און צוטיילען צווישען די גדולים, די רבנים און די קהלה בא׳אמטע וואס האבען געשריבען און געטוהן אין דעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

ווי איז דער פידיעף?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פון משכילים ביסטו אנגעקומען צו מסיתים?!

alk


פארוואס איז עס 2 זאכן
זיי האבן גערעדט צו אנדערע איבערצולאזן די דרך ד'
איש את רעהו
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2184
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 9:21 am
האט שוין געלייקט: 129 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 451 מאל

שליחה דורך איש את רעהו »

דער חלק פינעם בוך איז יא אינטערסאנט, ווי דער וואס האט געהאלפן משפיע זיין אויפן גר"א צו פארברענען ספרי חסידים גיבט אריין מלשינות אויף מיין הייליגע רבי די אדמו"ר הזקן מליבאוויטש נ"ע
מלשינות על התניא.jpg
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב לעצטענס גע'ענדיגט ליינען א בוך און איך קען עס נישט גענוג אויסרימען. דאס איז שלשה עולמות פון א איד 'חיים המבורגר' פון ירושלים. ער איז א געבוירענער ירושלימ'ער, פון אן אונגארישער אפשטאם, און ער שרייבט אין א לייכטער לשון הקודש, נישט עברית, און ער גיבט א בילד פון ירושלים פון אמאל.

דער בוך איז געשריבען געווארען צווישען תרח"צ און תש"ח, און דער מחבר דזשאלעוועט אונז נישט קיין פרטים און פרטים אויף סיי וועמען ער האט צו רעדען.

דער ערשטע דריטעל איז אביסל לאנגווייליג, ווי ער באשרייבט זיין זיידע'ס לעבען אין אונגארען און זיין רייזע קיין א"י. דער צווייטע דריטעל איז זיין אייגענע לעבען, ווי ער רעדט אויף יעדעם און אלס. ער באשרייבט דער תורת חסד פון לובלין פון א פערזענליכע שטאנדפונקט, ווי מ'האט פראבירט אונטערצורייצען א מחלוקת צווישען איהם און ר' שמואל סאלאנט, און ווי ער האט זיך נישט געלאזט. ער האט אסאך צו זאגען אויף די ווייב פון דער תורת חסד ועוד. ער האט מעשה'ס און מימרות פון ר' שמואל סאלאנט, און א קליין ביסל אויף הרב יהושע לייב אויך (און זיין ווייב).

שפעטער האט ער א בילד פון ירושלים און איהר כאראקטערען, מיט זייער מאדנע אויפפיהרונגען און הנהגות. ער באשרייבט וויאזוי מ'האט געלעבט דער טעגליכע לעבען אין ירושלים דעמאלס, ווי מ'האט געקאכט און געבאקען, וויאזוי מ'האט געקויפט סחורה און נאך פרטים. ער האט א רשימה פון פארשוינען וועמען ער רעדט אויס זייער ארנטליכקייט אדער אומארנטליכקייט, זייער פיקאנטע מימרות און וויצען, און אלס ארום די שטאט.

דאס טוט געבען א בילד וואס פארא ירושלים האט אמת'דיג עגזיסטירט (נישט דער פארדרייטע פון מענדעל גרליץ וואס שלעפט היסטאריא און פאקטען פאר זיין אייגענע צוועקען), מיט א פארשידענהייט פון מענטשען און מיינונגען. ער האט א שטיקל היסטוריה פון דער אונגארישער כולל און איהר עניינים, וואס איז וויכטיג אלס דער יסוד פון דער מחלוקת צווישען הרב זוננפלד און הרב קוק. עיי"ש ותמצא נחת.

דאס איז די מערסטע אינטרעסאנטע בוך וואס איך האב לעצטענס געליינט. שרעקטס ענק נישט פון דער לשוה"ק, ס'איז זייער א לייכטער שפראך וואס יעדער קען פארשטייען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב יעצט ארויפגעלייגט דער בארימטע 'פון וואלאזין ביז ירושלים' פון פרופ' הרב מאיר בר אילן, בן זקונים פון דער נצי"ב. איך ווייס נישט צו ס'איז דא נאך צו פיהל ביכער וואס זענען געשריבען געווארען דורך מענטשען אזוי נאנט צום צענטער פון פאסירונגען אין יוראפ אין יענער צייטען. ער באשרייבט זיין טאטע, וואלאזין, איהר פארמאכונג, זיין ברודער ר' חיים ברלין, הרב יצחק יעקב ריינעס, ציוניזם, דער גרינדונג פון דער אגודה, און נאך פיהל זאכען וואס מיר הערען נאר פון איין שטאנדפונקט.
דאס איז דער אריגינעלער ווערזיע אויף אידיש. איך הער אז ס'איז דא פארטייטשט אויף לשה"ק אויך.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
נאטירליך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 163
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 05, 2015 9:04 pm
האט שוין געלייקט: 649 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 118 מאל

שליחה דורך נאטירליך »

לינק ביטע
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

רבותי, איך זוך א פי.די.ף. פון די בוך, אין אידיש וואלט געווען בעסער ווי אויף ענגליש.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רבותי, איך זוך א פי.די.ף. פון די בוך, אין אידיש וואלט געווען בעסער ווי אויף ענגליש.


https://www.yiddishbookcenter.org/colle ... fun-a-lebn
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:רבותי, איך זוך א פי.די.ף. פון די בוך, אין אידיש וואלט געווען בעסער ווי אויף ענגליש.


https://www.yiddishbookcenter.org/colle ... fun-a-lebn
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

א גרויסע ייש"כ. וויאזוי האסטו עס געטראפען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
גוטע פינטעלך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 137
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 11:53 pm
האט שוין געלייקט: 73 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 122 מאל

שליחה דורך גוטע פינטעלך »

ווען מ'זוכט א אידישע בוך, איז די ערשטע פלאץ ביי די אידישע בוך סענטער, זיי האבן געסקענט רוב אידישע ביכלעך. כ'האב געזוכט אויף יענע זייטל דורך די נאמען פונעם מחבר, און היידא, דער בוך איז דא...
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: אידיש ביכער צו דרוקן און קויפן

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך ווייס פון יענער סייט, אבער די נעמען זענען גענצליך אנדערש

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז שוין א יאר זייט איך האב דא געשריבען אין די אשכול, און איך האב פאר ענק נייעס.

דער קאמפאני ווי איך האב געלייגט די אלע ביכער, פארמאכט זיך באלד. דאס הייסט אז זיי פארקויפען אלס צו א צווייטע קאמפאני, און מ'וועט נאך קענען קויפען אויף עמעזאן די אלע ביכער וואס מ'האט ארויף געלייגט, אבער נאר אין געוויסע שפראכען וואס קינדל קען פארנעמען. אידיש און לשוה"ק זענען נישט אין די רשימה. אלזא, יעדער וואס וויל עפעס פון דא קויפען, זאל עס טון וואס שנעלער, ווייל עס וועט באלד נישט זיין. עס איז דא אנדערע קאמאפניס וואס טון די זעלבע זאך, און איך וועל דאס דארט קענען טון, אבער אריבער פירען די אלטע וועל איך לכאורה נישט טון, נאר טאמער איך האב עפעס א באזונדערע סבה.

איך האב אליינס געוואלט אריין כאפען א פאר ביכער, האב איך זיי לעצטענס ארויף געלייגט.

א. מיינע זכרונות פון גרשום באדער, צו קויפען דא.
דער בוך איז זייער זייער אינטרעסאנט, יעדער פעידזש האט עפעס א פערל. ער באשרייבט קראקא אונטער הרב שמעון סופר זצ"ל, און גאליציא באופן כללי. למשל, ער דערציילט וויאזוי די מחלוקת סאנז סאדיגער האט זיך אויסגעשפילט צווישען מענטשען, נישט מיט א שיטה, נאר פראקטיש וויאזוי מ'האט זיך געפירט דעמאלס. זיין פעטער, א סאנזער חסיד, האט באקומען א זעץ פון א סאדיגערער פון וואס ער איז געשטארבען שפעטער. ער האט אינטרעסאנטע מנהגים פון קראקא, אינטרעסאנטע מענטשען פון דעמאלס און מימרות פון הרב שמעון סופר, מיט וועמען ער האט געהאט א נאנטקייט. איך מיין ער איז נישט געבליבען פרום צום סוף, אבער זיין שרייב ארבעט איז נישט פריי, ווי ווייט איך האב געליינט.

ב. עולמו של אבא פון הרב פנחס מילר, צו קויפען דא.
דאס איז העכסט באקאנט ביים עולם, און מסתמא האט יעדער ליינער דאס שוין דורכגעליינט. מ"מ איז עס נישט צום קויפען אין געשעפטען, און כמה מרגניתא טבר משתכחא שם. איך ווייס נישט וועגען די צענזורשאפט, צו דער גירסא איז פאר'ן צענזורירען צו נאך דעם. דער וואס קען מיר איבערגעבען סימנים, וועט מיר ארויס העלפען אין דעם.

ג. כתבי ב. קאוונער, צו קויפען דא.
ער איז געווען א שרייבער אין די פארווערטס, און ער מאכט שטארק לאכען. זיין סאטירישען שארפען בליק אויף די מענטשהייט, איז צום באשטוינען. איך האב דא דריי ביכער אינאיינעם, משה קאפויער, לאכט אידען לאכט, און זאלען אידן לאכען.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
פארשפארט