אישתישבי האט געשריבן:דעת תורה.
די רעגירונג איז נישטא צו געבען די ארימע געלט פין די רייכע, דאס רופט זיך גניבה, די רעגירונג איז דא צו פראטעסטירן יעדעם אהן אויסנאם זיינע רעכטען צו טוהן ביזנעס און לעבען.
ווי צ.ב.ש. פראטעקטען פרייע ביזנעס און קאמפעטישן, צ.ב.ש. אז בינגא זאל קענען פארקויפן אהן דעם וואס א כאטקע סיחון עמון ומואב גראסערי געשעפטן זאלען זיך צוזאמען נעמען און טוהן בלעקמעילען א מענטש וואס וויל פארקויפן פאר ביליגער.
דעפיין די 'רעגירונג'.
עס איז פארהאנען אלע סארטן רעגירונגען, מאנארכיע'ס דיקטאטארן טעאקראטיע און דעמאקראטיע. קאמוניזם און קאפיטאליזם.
די בעיסיק צילן פון זיי אלע איז צו צושטעלן סעיפטי און ארדער, שאלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו. דאס טוען מער ווייניגער אלע סארטן רעגירונגען. דאס האבן רעגירונגען צוגעשטעלט פאר 5,000 יאר צוריק אויך. מ'דארף נישט האבן קיין ענלייטענמענט פאר דעם.
וואס דו שטעלסט פאר איז די פיסקעל קאנסערוואטיווע צוגאנג, צו לאזן מענטשן הענגען און נישט קעיר נעמען פון די אייגענע באפעלקערונג, ווער עס איז מצליח זאל לעבן ווי א גביר, און ווער עס מאכט עס נישט זאל ל"ע אויסגיין פאר הונגער.
אבער אפילו לויט די - בעיני, הארצלאזע, סדום'ע - צוגאנג, איז דאך אויך פשוט אז מ'טאר נישט לאזן די רייכע באקריוודען די ארימע פון וואס עס קומט זיי ביושר. געזונטע לופט, וואסער, א פלאנעט וואס זאל נישט זיין אין סכנה פון אונטערגאנג.
די זעלבע אינעם פינאנציעלן סעקטאר, ווען א קראך זאל ווען נאר מאכן פראבלעמען פאר די באטרעפנדע וואס האבן גע'געמבלט, גלייב מיר קיינער וועט עס נישט באוויינען. מען עסט וואס מען קאכט זיך אפ. די מעשה איז אבער - צוליב די וועג וויאזוי די עקאנאמיע ארבעט - אז אפאר יחידים'ס אומפאראנטווארטליכע שריט קען גורם זיין א בכיה לדורות פארן גאנצן לאנד, איז דאך פשוט אז די פונקציע פון די רעגירונג איז צו פארזיכערן די סעיפטי פון זייערע איינוואוינער, פיינענשעל פונקט ווי פיזיקעל. פונקט ווי דו פארלאנגסט די גאווערמענט זאל צוריק האלטן בלו קאלער קריים, איז די זעלבע מיט ווייט קאלער קריים און ווייט קאלער סכנות. פונקט ווי דו וואלסט ערווארטעט דער שיפ'ס קאפיטאן זאל נישט צולאזן א יחיד זאל זיך בויערן א לאך אין זיין ווינקל.
בלייבט נאר איבער די דורות אלטע שאלה, צי מ'זאל צונעמען אביסעלע ביליאנען פון א גרויסן ביליאנער (וואס בלייבט מיט סאך מער) כדי צו שפייזן א האלבע שטאט זאל נישט אויסגיין פאר הונגער. דאס איז א לעגיטימער דיון וואס איז שוין טויזנטער קולמוסים נשתברו עליו. און דו קענסט האלטן וויאזוי דו ווילסט. אבער אנדערע זאכן זענען בכלל נישט אופען פאר דיבעיט. עס איז פשוט די רייכע וואס פרובירן צו בא'גנב'ענען די ארימע. ווייט קאלער בולי'ס.
האזהרה שהזהרנו מלהיות חפשיים במחשבותינו, עד שנאמין דעות המנגדות לדעות שהביאה התורה, אלא נגביל את מחשבתנו ונעשה לה סייג שתעמוד אצלו - והן מצוות התורה ואזהרותיה.
והוא אמרו יתעלה: "ולא תתורו אחרי לבבכם"... זו מינות. (ספר המצוות להרמב"ם ל"ת מ"ז)