דרשות ואגדות חז"ל

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:
יא, ביים קריג זענען געווען אידישע פאליציאנטען רוצחים. ווער זענען זיי געווען? די א.ט.ד. פון פאר'ן קריג, וואס קיינער האט זיי נישט אנגעקוקט און זיי האבען מחליט געווען אז מ'האט זיי בא'גנב'ט און באקריוודעט. ווען זייער שאנס איז געקומען, זענען זיי די ערגסטע לעקערס געווען, גע'גנב'ט און גע'הרג'ט און גע'חנפ'ט די דייטשע רוצחים. און זייער סוף איז געווען.......

כווייס נישט צו ממעג אזוי רעדן אבער אויב האט מען למעשה ביידע געהרגעט, לכהפ האבן די ערשטע כאטש געזעהן א נקמה אין די וועמען זיי האבן פאררעכנט אין האבן זיי באגנבט און באקריוודעט. סווייטאגליך צו טראכטן אזוי אבער סדערמאנט מיך די מעשה פון די רועה חזירים אוואו די שאלה איז אייביג וואס האט דער רועה חזירים שוין געטוהן ער זאל זיך פארדינען צו ווערן א ראש? וויאזוי קומט עס טאקע יושר זאל ערלויבן ער זאל שפעטער אזא שלעכטס אנטוהן? מיר זענען דאך אזא אויסגעארבעט הייליג פאלק און דער שלאק איז סתם א רועה חזירים? אולי איז א רועה חזירים נישט א פשוטע פאסטן? אדער אפשר לערנט חזרים פאסטוכעריי עפעס וואס איז קריטיש מיר זאלן נישט פארפעלן אויב זאלן מיר דארפן קאמפיטן מיט רועה חזירים?
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

די דייטשען האבן געגעסן ״רויע חזירים״ וואס זיי האבן געקויפט פון א פאסטוך פון שטאל?, איך מיין איך דארף איבערליינען די צווייטע וועלטס קריג היסטאריע, דער עולם פארציילט דא שיינע מעשיות וואס כהאב קיינמאל נישט געהערט. :lol:

רועה חזירים? :ugeek:
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

שבת אחים האט געשריבן:אה,
האסט געטראפן נאך א אינצידענט אין די לעצטע זיבעציג יאהר? מורא׳דיג!-ס׳מוז טאקע זיין אז אלע גוים האבן פיינט אידן ווייל אין קראונהייטס פאר צוואנציג יאהר צוריק האט מען זיך געשלאגן, און איינער האט געזאגט מ׳זאל הארגענען אלע אידן? פארדעם לערנט מען אויס אין אונזער חדרים/סקולס, אז אלע גוים זענען רשעים און מ׳דארף זיי אלע הארגענען, וכודומה!?.


לערן אביסל... היסטאריע אביסל! וועסטו זעהן אז אידן האבן קיינמאל נישט פיינט געהאט קיין גוים עס איז נישט דא קיין שום מצוה אדער ענין פיינט צו האבן א גוי,אודאי זייערע וועגן איז פאר'מואס'ט, פשוט מ'זאל זיך נישט לערנען פון זיי, אבער זיי אליין איז נישט דא קיין ענין פיינט צו האבן און דאס וואס מיר זאגן: "א כפרה" "אלע גוים" דאס איז וואס אונז האמיר זיך געלערנט אויף די אייגענע בארד
הלוואי זאל אונזער אמעריקאנער גלות זיין א אפווענד אויף מיין ארטיקל, דערווייל זעהט עס נישט אויס, אודאי מע'הרג'עט נאכנישט אבער די שנאה איז ממש אט אט דארט.

און גוים ווייטער, וואס אידן זאלן נאר האבן געטון האט מען פון זיי אלעמאל געריסן שטיקער.
זענען זיי געווען רייך, האט מען זיי גע'הרג'עט: זענען רייך פון אונזער געלט
זענען זיי געווען ארום, האט מען זיי גע'הרג'עט: די ארומקייט קומט וועגען אידן
זענען זיי געווען ערליך, האט מען זיי גע'הרג'עט: פארוואס קענט איר זיך נישט צופאסן צום מנהג המקום
זענען זיי געווארן פריי, האט מען זיי גע'הרג'עט: דער טמא'נער איד זאל בעסער שטיין ווייט פון אונז

איז געווען אלטע צייטן, האט מען גע'הרג'עט: ווייל די גוים זענען געווען פאנאטיש, גלויביג
איז געווארן נייע צייטן, האט מען גע'הרג'עט: סתם ווייל ער א איד איז שמוציג

איז דאס הרג'ע געצייג געווען שווערד, האט מען זיי געהרג'עט מיט שווערד
איז די הרג'ע געצייג געווארן רעוואלווערס, האט מען זיי מיט דעם דערהרג'עט
איז גאז אריינגעקומען אין סטייל, איז דאס געווארן די פארטילינונגס מיטל

קיין שום וועג, קיין שום זאך, קיין שום לאנד טויש האט נישט געהאלפן פאר'ן איד ער זאל לעבן במנוחה

אדרבה ווילסט מיר ברענגען פעלקער וואס זענען נישט פארעכענט צווישן "אלע גוים"... איך לויף שוין אהין, אבער איך מיין אז מיר קומען שוין פון דארט...

אז דו האסט פיינט אידן, איך באשולדיג דיך נישט, קען זיין די האסט געליטן פון אידן, אבער דאס מאכט נישט די גוים פאר קיין צדיקים
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום מיש-נייעס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
מיש-נייעס
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 424
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2016 7:07 pm
האט שוין געלייקט: 407 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 213 מאל

שליחה דורך מיש-נייעס »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב יעצט גע'ענדיגט ליינען די בוך וואס איך האב ארויפגעלייגט אויף עמעזאן.
דער שרייבער איז נישט געווען קיין פרומער איד, נאר ער איז אויפגעוואקסען אין א פרומע שטוב. מ'זעט די אפשיי וואס מ'האט דעמאלס געהאט פון א מסור און א משומד. אפילו א משכיל וואס איז נישט געבליבען פרום האט אנגעקוקט א מוסר ווי אזא מין מורד און אומגעטרייע מענטש, נישט קין געליטענע, נישט קיין 'זעלבסט - באשיצער', נאר א געמיינע יונג, וואס איז גרייט צו שטעכען די אייגענע ברידער און שוועסטער.

אבער דער נקודה וויל איך ארויס ברענגען. די בגידה פון די מוסרים און מומרים איז אלס געווען אנגעקוקט אלס א מענטשליכע שלעכטס, און דאס האט לאו דוקא געהאט צוטוהן מיט חרדישקייט צו חסידישקייט.


יא דאס איז די חילוק פון די היינטיגע או טי די'ס זיי מיינען אז זיי האבן נישט יוצא געווען ווילאנג זיי האבן נישט פארראטן זייער אייגענע ברודער
ענדערש פון מישן נייעס, מיש א משניות, זאג א פרק נאך א פרק, איי דו פארשטייסט נישט, און צו נייעס פארשטייטו יא...?
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

טאמבל סאס האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דאס צושטעל איז מורא'דיג. א מענטש ווערט צוקריגט מיט א צווייטן, איינער דערגייט דעם צווייטן די יארן און זיי האבן אן א שיעור טענות אויף די אנדערע. קיינער געטרויעט נישט דעם צווייטען און קיינער וויל זיך נישט משדך זיין מיט'ן צווייטען. טאמער איינער ווערט אפגעשטעמפעלט אלס א מסור און דער צווייטער הרג'עט איהם, ווי געפערליך ס'איז, איז גאר א צושטעל צו דער וואס זיין בוזעם חבר שטעכט איהם צוויי מאל אין הארץ, זיכער צו מאכען אז יענער איז טויט??!!!

יא, ביים קריג זענען געווען אידישע פאליציאנטען רוצחים. ווער זענען זיי געווען? די א.ט.ד. פון פאר'ן קריג, וואס קיינער האט זיי נישט אנגעקוקט און זיי האבען מחליט געווען אז מ'האט זיי בא'גנב'ט און באקריוודעט. ווען זייער שאנס איז געקומען, זענען זיי די ערגסטע לעקערס געווען, גע'גנב'ט און גע'הרג'ט און גע'חנפ'ט די דייטשע רוצחים. און זייער סוף איז געווען.......

Any sources available please?


http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 333_14.pdf
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: דרשות ואגדות חז"ל

שליחה דורך טמיר »

נישט דוקא וועגן אגדה, אבער כהאב נישט געטראפן קיין בעסערע אשכול פאר דעם.
זייער אסאך איז די גמרא (אקעי, תלמוד, פאר די אויפגעקלערטע) פארנומען מיט די ווינטן. יעדע זייט האט זיך זיין סארט ווינט. מעריב ווינט איז א שטארקער, דער איז הייס, יענער איז קאלט און דער פערטער איז דוקא רואיג. תוספות איז ווייטער פארנומען מיט סתירות.

יעצט מיין שאלה איז אויב איז דא עני סייענטיפישע בעקינג צי דעם? ווייל צי מיר זעהט אויס אז פון אלע זייטן קענען קומען די זעלבע ווינטן. אפשר איז עס דוקא אין א"י, למשל אז די מעריב ווינט קומט פון ים, ממילא איז עס שטערקער. (אויב אזוי וואלט מען אפשר געקענט פארענטפערן תוספות קשיות, הא לן והא להו) די צפון ווינט איז הייס, אפשר ווייל עס קומט פון מדבר?

בקיצור, עס איז אן ענין וואס ווערט דערמאנט אסאך אין ש"ס, און יעדעס מאל פיל איך ווי איך לערן עפעס אן אומפארשטענדליכע אגדתא
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טמיר: איך בין אויך נישט קיין גרויסער סייענטיסט. (ניטאמאל א קליינער.) אבער ווען איך הער אויס די וועטער רעפארטס און דער מיטיאראלאדזשיסט איז מסביר, אז ס'גייט קומען א ...":נארט'איסט'ער"...א צפון-מזרח'דיגער ווינט. מיינט דאס א גרויסער שטורם. און ווען ער זאגט אז ס'גייט זיין א ..."סאוטהער'ן" ווינט. א ווינט פון דרום זייט.מיינט דאס א רואיגער, ווארעמער ווינט...!און איך בין זיכער אז דער אדער די מעטעאראלאגיסט'קע האט נישט געלערנט קיין גמרא...!

סאו. עפעס האבן אונזערע חז"ל געוואוסט. ס'איז דא אן אינטרעסאנט ספר פון מונקאטשער רב זצ"ל. דער ספר הייסט דברי תורה. דארט ווייזט ער אויף אז א סאך פון די היינטיגע סייענטיפישע ערפינדונגען זענען שוין געווען באוואוסט בימי חז"ל. און די גמרא ברענגט אראפ א טייל פון זיי. א פאר , ברמיזה. און א פאר אנדערע גאנץ בפירוש.

נאר דאס אלעס וועט נישט זייין גענוג גוט פאר די היימישע אויפגעקלערטע. ושמותם ידועים. ואין צריך לפורטם. ווייל זיי זענען עפ"י רוב פסעוודא-אינטעלעקטואלן. און זיין האבן אויך א קאמפלעקס. אז אלעס וואס די חז"ל האבן געזאגט איז אלד פעשיאנ'ד און אומוויכטיג...!
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

Re: דרשות ואגדות חז"ל

שליחה דורך טמיר »

איך וואלט געזאגט אז ווען די רעפארטער זאגט די דירעקציע איז עס פשוט לשם דירעקציע. דאס איז אויסער די שנעלקייט וואס ווערט עקסטער געמאלדן
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טמיר: אנטשולדיגט. אבער דער נאמען פונ'ם ווינט, נישט נאר די דירעקציע ליגט אין דעם וועטער רעפארט. וואס דארפסטו מער...? דער לעצטער שטורם וואס האט געטראפן די גאנצע ניו יארק-ניו דזשערזי געגנט איז פאראויסגעזאגט געווארן דורך די וועטער רעפארטערס אלס ..."נארטה-איסט'ער"...אזוי איז א יעדער גרויסער רעגן אדער שניי שטורעם...! פארוואס זאגן זיי קיינמאל נישט אז דער שטורם ווינט גייט קומען פון די דרום/סאוטהערן זייט...?!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

דרשות ואגדות חז"ל

שליחה דורך מי אני »

אפאר הערות אויף די אשכול:

1). מ׳קען אפשר אריינלערנען אין ווי אזוי דער נרבוני איז מפרש דעם מו״נ וואס @מוח שליט האט אראפגעברענגט בנוגע אגדות [ח״ג פמ״ג] אז דאס גייט אין איינקלאנג מיט די געדאנק פון ווי אזוי דער רמב״ם לייגט אראפ אין ח״ב ווי אזוי נבואה גייט צו, אין א צווייפאכיגן אופן - הן מכח די תורה/כתב [הנדרש] והן מכח דעם דורש.

דהיינו, אז וויבאלד נבואה גייט דורך דעם כח המדמה דורכ׳ן [צורה/מושכל פון] מלאך, איז קען מען זאגן אל תקרי וכו׳, ווייל מעיקרא איז דאך די נפש פונ׳ם נביא מבוהל ווען ער באקומט די נבואה (חוץ ביי נבואת משרע״ה). ווי אויך דער דורש וואס נוצט מליצת השיר קומט דאס אויך פון זיין כח המדמה וואס איז קען זיין בעצם פונ׳ם זעלבן שורש ווי די נבואה מעיקרא (ועיין בח״ב פמ״ה אודות מדריגות בנביאה ע״ש). דאס (ווי אזוי איך פארשטיי) זאגט ער איז געווען די טעות פון ר״ע וואס האט גע׳דרש׳נט אל תקרי כוכב אלא כוזבא. דהיינו, ער איז נישט געגאנגען מיט מליצת השיר; ער האט נישט געהאט איינע פון די מדריגות אין נבואה ביי דעם. דאס פארענטפערט איינע פון @נולד מאוחר׳ס און @לעיקוואד׳ס קשיות, און די סברא ווערט דערמאנט דורך @מוח שליט (p. 7).

(איך ווייס און איך בין מודה אז איך קוועטש דאס אריין גאנץ שטארק אינ׳ם נרבוני׳ס ווערטער/כוונה. מ׳קען אפשר זאגן אז ער מיינט אז די כח המדמה איז נאר לגבי דעם נביא׳ס ווערטער און אז די טעות פון ר״ע איז אז ער האט נישט גענוצט מליצת השיר מכח א בייעס וכדומה. אבער דאס ברענגט ארויף צוויי קשיות. איינס, אז נבואתו של משה, וממילא התורה, איז נישט צוגעגאנגען דורכ׳ן כח המדמה, ע״ש בסוף הפרק הנ״ל ובעוד מקומות. צוויי, מ׳קען לכאורה טענה׳ן עפעס עכ״פ ענליך צו בייעס ביי יעדע אזא סארט דרש, בפרט אויב וואס מ׳וויל ארויס דרש׳נען איז שרוי במחלוקת.)

2). הרב דר. נארמאן סאלאמאן, אין זיין פאפיר פאר א שטיקל פארמולאציע פון די כללים עפ״י לאגיק פון דרושי חז״ל (הגם ער רעדט בפירוש נאר לגבי די הלכה׳דיגע דרשות לעומת די דרשות אין אגדה), לייגט אראפ אז זיי האבן אנגענומען אלס איינע פון די אקסיאמען אז עס איז נישטא קיין שום איבעריגע [רעדאנדענט] אות אדער ניואנס אין די תורה. ווי אויך זאגט ער טאקע דאס וואס @מוח שליט ערווענט אז א גרויסע חלק פון די דרשות ארבעטן אויף א יסוד פון (כעין מאטעמאטישע) ביידזשעקשין; כעין גז״ש (ל״ד אין ״ווערטער״).

ער האט אויך אן ארטיקל בנוגע דאס וואס איז ערווענט געווארן כלפי די מאראלישקייט פון חוקי התורה.

3). לגבי די י״ג מדות צו זיי זענען מקובל אדער מ׳קען זיי דרש׳נען על דעת עצמו איז דא די באקאנטע מחלוקת רש״י ותוס׳ אין סוכה לא. רש״י האלט אז נאר ק״ו קען מען דרש׳נען אליין אין תוס׳ האלט אז אלעס קען מען דרש׳נען אליין און נאר א גז״ש דארף זיין מקובל ע״ש.

‏4). און אז מ׳רעדט שוין און מ׳האט דערמאנט די געדאנק אז ספר איוב משל היא, איז באקאנט אז לעיל שם בפכ״ב איז נעמט דער רמב״ם (ווי נישט) אן אז ס׳איז יא א משל. און אפשר גייט דאס טאקע אביסל צוזאמען מיט זיין באמערקונג איבער דעם ענין פון מליצת השיר בתנ״ך.

5). בנוגע די שמועס פון די סאביעקטיווע הנחות קדומות וואס א מענטש האט, טוהט דר. וויליאם בייערס (א מאטעמאטיקער), אין זיין בוך The Blind Spot, ארומרעדן דערפון פון א פילאזאפישע פערספעקטיוו אז דאס איז פועל אפילו אויף די אביעקטיווע לאגישע סייענסעס וכו׳ און טוהט בכלל שאפן די uncertainty אינהערענט אין זיי.

6). בנוגע דאס וואס רש״י זאגט אז מ׳מוז גלייבן אין תחיית המתים מן התורה, זאגט דער תפארת ישראל אין זיין דרוש אור החיים (אות ג) אז, ווי ערווענט, (און אויב נעמט מען נישט אן ווי די באר שבע) האט דאס רש״י מדייק געווען פון די לשון המשנה ״מן התורה״. אבער ער זאגט דארט אז ס׳איז נישט קיין ראיה, ווייל ס׳קען מיינען צו שולל זיין פון די וואס וועלן זאגן אז פון די תורה איז משמע להיפך דערפון. ער גייט ווייטער און פארענטפערט אז אפשר מיינט דאס רש״י צו זאגן. דהיינו, אז ״כל אשר עינים לו״ קען זעהן אז די פסוקים וואס די גמרא ברענגט זענען אסמכתות. אבער לעומת זה זענען דא פסוקים וואס זייער פשט איז יא משמע דערצו [אני אמות ואחיה, יחיו מתיך ונבלתי יקומון, וכו׳], איז טאמער איז מען זיך מתעקש צו מוציא זיין די פסוקים מפשטן לפי מושכל ראשון כדי נישט צו גלייבן אין תחיית המתים דעמאלטס נקרא כופר, ע״ש.

(@מח שליט׳ס אינטערפערטעישן פון תחיית במתים אלס אחדות קען אנרירן אויף דר. פרענק טיפלער׳ס אמעגא פונקט בענין תחיית המתים.)

7). לגבי דעם ווי אזוי מ׳קען זיך ״מאכן״ גלייבן. viewtopic.php?p=440707#p440707

8). בנוגע די דרשות חז״ל אויף איסור בשר בחלב איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען אז דער רמב״ם (מו״נ ח״ג פמ״ח) מאכט אליינס אויך עפעס א שטיקל דרש פון די סמוכין פון דעם צו מצות עלייה לרגל אז די טעם דערפון איז אפשר ווייל די עוע״ז פלעגן אזוי טוהן ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

דרשות ואגדות חז"ל

שליחה דורך מי אני »

9). בנוגע בן סורר ומורה איז אינטרעסאנט דאס וואס דעניס פרעיגער לערענט ארויס דערפון דא (ביי 16:00) אז וואס די תורה האט געוואלט טוהן איז אוועקנעמען די מעגליכקייט פון עלטערן צו שטראפן זייער קינד אויף אזא אופן און דאס איבערגעבן נאר צו א בי״ד, עפעס וואס איז געווען געניאל אין יענע צייט. (אפאלאגעטיש אבער אינטרעסאנט.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

דרשות ואגדות חז"ל

שליחה דורך מי אני »

10).
IMG_6616.jpg

IMG_6617.jpg

בנוגע דאס וואס מ׳האט ערווענט לגבי די פאעטישקייט הכתובים, וואס אין דעם קען אריינגיין הכתובים שאין להם הכרע (יומא נב. ‏ועיין ג״כ בגיטין יב. ובסנהדרין צ:). ווי אויך ווי אזוי חכמים (עכ״פ פון יון) האבן געשריבן חכמה בכלליות אין יענע צייטן, ועיין בשו״ת ריב״ש סימן מה.

פון דא, ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

דרשות ואגדות חז"ל

שליחה דורך מי אני »

לגבי דעם אז די נאראטיוו פּרויז פון די תורה איז פּאעטיש זאגט דער כוזרי (מאמר ב אות סח) (בנוגע מעלת לשון לשה״ק):
הֲרָאִיתָ סִפּוּר הַתּוֹרָה, הַמִּשְׁכָּן וְהָאֵפוֹד וְהַחֹשֶׁן וְזוּלָתָם כְּשֶׁהֻצְרְכוּ אֶל שֵׁמוֹת נָכְרִיוֹת, הֵיאַךְ מָצְאוּ אוֹתָם עַד תֻּמָּם, וְכַמָּה נָאֶה סֵדֶר הַסִּפּוּר הַהוּא [עמפאסיס מיינע], וְכֵן שְׁמוֹת הָעַמִּים וּמִינֵי הָעוֹפוֹת וְהָאֲבָנִים, וּזְמִירוֹת דָּוִד, וְהִתְרַעֵם אִיּוֹב וְהִתְוַכְּחוֹ עִם רֵעָיו, וְתוֹכְחוֹת יְשַׁעְיָה וּנֶחָמוּתָיו, וְזוּלָתָם.

ועיין בענין האשכול להלן שם במאמר ג (אות סח-עג).
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים האט געשריבן:בן אדם אפשר איז זייער לענלארד א היימישע איד :P

אינטערסאנט די שווארצע ווען זיי קומען קיין ווילאמסבורג טעהנן אסאך פון זיי די זעלבע וואס דו טעהנסט אויף זיי, דאכצעך זיי זענען דא געוועהן פאר דיינע אונגארישע עלטערן (יא כהאב געקענט דיינע עלטערן, כווייס פונקטליך ווער זיי זענען געוועהן און אפילו פון וועלכע שטאט דיין מאמע איז געקומען), ענק זענען דא קוים זיבעציג יאהר, דו שווארצע זענען שוין דא הונדרעטער יאהרן,

דרך אגב איך גלייב נישט קיין ווארט אז דו ביסט באפאלן געווארן דורך שווארצע, לויט דיין שרייבן ביסטו סתם א וויסטע ראסיסט, מדארף נישט זיין קיין גרויסער חכם צוכאפן אז דו רעדסט ריין פון ראסיסיזם וואס טיעף איינגעווארצלט געווארן אין דיר פון אלץ קליין קינד דורך די חינוך וואס דו האסט באקומען, און ליידער אפילו נאכן אזויפיל ליינען ביסטו געבליבן א ראסיסט...

שבת אחים: איך האב א וואונדערבארן פארשלאג פאר דיר און די אלע נאכנישט אויסגעניכטערטע , גוטהארציגע סאציאל ליבעראלן. כאפ א שפאציר אום 2 אזייגער נאכמיטאג אין סיי וועלכע גאס אין בעד-סטיי אדער הארלעם. איינס פון ..."זייערע" געגנטן. און געוועזענע ..."אונזער"... געגנט. און ווען דו באגעגנסט א גרופ פון די חשוב'ע, אונטערדרוקטע און דיסקרימינירטע, באקריוודעטע יוגנטליכע אפריקאנער אמעריקאנער. זאלסטו כאפן א שמועס מיט זיי. און זיי לאזן וויסן אז דו ביסט אנ'אנדער מין יוד. דו האסט זיי ליעב אהבת הנפש. די איינציגע פראבלעם איז אויב זיי וועללן דיך לאזן קומען צום ווארט. פאר זיי נעמען ארויס זייערע מעסערס, גאנס און סקרו דרייווערס. און זיי זאגן. בלשונם הטהור..."קילל דהאט עפפען דזשו"...!

ביטע געב אונז א באריכט וויאזוי די באגעגעניש איז צוגעגאנגען...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

לידיעת המקשים: מיין פריער'דיגע תגובה איז אויך איינס פון די דרשות ואגדות חז"ל. ווער ס'ווילל קען נאכקוקן אין מס' פסחים דף קט"ז ביים מאמר..."שלושה דברים ציווה חם לבניו. און דעם פי' רש"י...! אונד הער שבת אחים. די חכמי התלמוד (אויסער וואס זיי האבן נישט געקענט קיין סייענס און מעדיצין און געאגראפיע. זיי האבן אבער יא געקענט גוט ספעללן. אידיש און ענגליש. די וועלכע האבן געוואוינט אין אמעריקע.) זענען זיי אויך געווען ראסיסטן...! עפ"ל, און ארענדזש...!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

Re: דרשות ואגדות חז"ל

שליחה דורך מי אני »

אזוי ווי מ׳האט אסאך דערמאנט דא דער כוזרי איז ראוי לציין אז ער דערמאנט (מאמר ג אות לה) טאקע [tag]קאווע טרינקער[/tag]׳ס סברא אז בשעת מען האט געגעבן די תורה האבן די אידן דעמאלטס פארשטאנען בפשטות די דרשות חז״ל וואס קומען מיט מיט זיי ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מי אני: און ווייל דער כוזרי זאגט עס מוז איך נאכנישט אננעמען אז ס'איז טאקע אזוי געווען. הגם דער כוזרי איז געבויעט אויף לאגיק. און פראוון דערגיין דעם אמת. אבער אמאל מעג ער אויך זאגן א שיינעם דרש...!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מוח שליט האט געשריבן:די ווייסט וויפיל מענטשען עס קריגן זיך פשט אין א שטיקל שייקספיר?
אמאל געליינט אז א פראפעסאר האט געגעבן א טעסט אז מען האט געדארפט מסביר זיין א שטיקל פאעטרי. א סטודענט וואס האט באקומען אן X אויף זיין הסבר האט זיך נישט געפוילט אין געשריבן א בריוו צום פייטן בכבודו ובעצמו [משמע אז מען לערנט אין קאלעדזש לעבעדיגע פייטנים'ס ווערק]. דער פייטן האט געגעבן גערעכט פארן סטודענט. דער פראפעסאר האט זיך נישט גערירט. טענעהדיג אז קען זיין דער פייטן האט טאקע געוואלט זאגען דאס. אבער מיין הבנה איז אז די משמעות איז אנדערש.
נו, שוין איינמאל א מחלוקה אין הלכות פאעטרי.
כהמעשה הידוע "איי ר' משה, ניט אזעי לערענט מען אפעט א רמב"ם"

פארשטייטסעך ס'איז נישט קיין נפק"מ די אמיתות הסיפור. דאס איז סתם צו ווייזען אז מען פארהערט אויף ביאורים אין פאעטרי אין מען קריגט זיך אין פשט.

8326B4DF-133D-48AD-A31F-C6A64106980C.jpeg

אין די פּראטאגאראס. (וואס קען אליין גערעכענט ווערן ווי א פאעטישע ווערק...)

***
Robert Alter.png

דר. ראבערט אלטער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

מי אני האט געשריבן:
מוח שליט האט געשריבן:די ווייסט וויפיל מענטשען עס קריגן זיך פשט אין א שטיקל שייקספיר?
אמאל געליינט אז א פראפעסאר האט געגעבן א טעסט אז מען האט געדארפט מסביר זיין א שטיקל פאעטרי. א סטודענט וואס האט באקומען אן X אויף זיין הסבר האט זיך נישט געפוילט אין געשריבן א בריוו צום פייטן בכבודו ובעצמו [משמע אז מען לערנט אין קאלעדזש לעבעדיגע פייטנים'ס ווערק]. דער פייטן האט געגעבן גערעכט פארן סטודענט. דער פראפעסאר האט זיך נישט גערירט. טענעהדיג אז קען זיין דער פייטן האט טאקע געוואלט זאגען דאס. אבער מיין הבנה איז אז די משמעות איז אנדערש.
נו, שוין איינמאל א מחלוקה אין הלכות פאעטרי.
כהמעשה הידוע "איי ר' משה, ניט אזעי לערענט מען אפעט א רמב"ם"





סאיז דא א בית יוסף אין חושן משפט איך געדענק נישט יעצט אויף די רגע ווי, ער שרייבט דארט בנוגע א סתירת הרמב"ם פון פירוש המשניות, שרייבט ער אין הכי נמי אז ער האט נאכדעם צירוק געצויגן פון דאס וואס ער פסקנט דארט, אבער איינמאל ער האט אזוי געפסקנט איז אזוי די הלכה, און אפילו נאכדעם שרייבט ער אנדערש, טוישט זיך נישט די הלכה.
כך מונח בזכרוני.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

גבור חיל האט געשריבן:סאיז דא א בית יוסף אין חושן משפט איך געדענק נישט יעצט אויף די רגע ווי, ער שרייבט דארט בנוגע א סתירת הרמב"ם פון פירוש המשניות, שרייבט ער אין הכי נמי אז ער האט נאכדעם צירוק געצויגן פון דאס וואס ער פסקנט דארט, אבער איינמאל ער האט אזוי געפסקנט איז אזוי די הלכה, און אפילו נאכדעם שרייבט ער אנדערש, טוישט זיך נישט די הלכה.
כך מונח בזכרוני.

מ'קען דן זיין צו דער בית יוסף איז גערעכט צו נישט, איין זאך איז אבער זיכער, ווען ער זאל דאס זאגן פאר'ן רמב"ם זעלבסט וואלט ער איהם ארפאגעלאזט אפאר געזונטע פעטש.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
גבור חיל האט געשריבן:סאיז דא א בית יוסף אין חושן משפט איך געדענק נישט יעצט אויף די רגע ווי, ער שרייבט דארט בנוגע א סתירת הרמב"ם פון פירוש המשניות, שרייבט ער אין הכי נמי אז ער האט נאכדעם צירוק געצויגן פון דאס וואס ער פסקנט דארט, אבער איינמאל ער האט אזוי געפסקנט איז אזוי די הלכה, און אפילו נאכדעם שרייבט ער אנדערש, טוישט זיך נישט די הלכה.
כך מונח בזכרוני.

מ'קען דן זיין צו דער בית יוסף איז גערעכט צו נישט, איין זאך איז אבער זיכער, ווען ער זאל דאס זאגן פאר'ן רמב"ם זעלבסט וואלט ער איהם ארפאגעלאזט אפאר געזונטע פעטש.


עס ווענד זיך וואס די מדובר איז. אויב איז עס אן ענין וואס עס איז נישט דא קיין בפירושע ראיות, נאר תלוי בשיקול הדעת; דאן פארוואס זאל דער רמב''ם'ס שיקול הדעת פון שפעטער זיין מער ווי זיין פריערדיגע שיקול הדעת?

(און דאכט זיך אז מזאגט די זעלבע נאך אויפן חזון איש, אז ער האט נישט געווילט אויסמעקן זיינע מסקנות פון סוגיות וואס ער האט אמאל געשריבן, כאטש יעצט איז אים אויסגעקומען אן אנדערע מסקנה, זאגנדיג אז ביידע האט דאך דער חזון איש געשריבן, איז וואס איז די חזון איש מער ווי דיע?...).
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

כרם זית האט געשריבן:עס ווענד זיך וואס די מדובר איז. אויב איז עס אן ענין וואס עס איז נישט דא קיין בפירושע ראיות, נאר תלוי בשיקול הדעת; דאן פארוואס זאל דער רמב''ם'ס שיקול הדעת פון שפעטער זיין מער ווי זיין פריערדיגע שיקול הדעת?

ווייל ער ווייסט יעצט מער פון פריער. (אזא בחינה ווי הלכתא כבתראי)
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

דאס איז א טענה ווען עס איז תליה בסברא, נישט ווען עס איז א שיקול הדעת.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
פארשפארט