שבת אחים האט געשריבן:מיר האבן דא א ניק קורקלענד
א גרויסע חסיד פון די נייע פרעזידענט
ער טעהנט אז מיר האבן א פרעזידענט א גיטע
מיט א שטארקע רעכטע ריפובליקען שיטה
ווידער איך טענה אז סאיז נישט גיט
שטייפע קעפיטליזם איז שיט
סוכ״ס מאכן די ארימע די מערסטע מיט
אין די פארגאנגענהייט האט עס פארגאסן אסאך בלוט
מ׳דארף ממש זיין בלינד
און פארמאגן שכל פון א קליין קינד
נישט צוכאפן גיך און געשווינד
אז נישט העלפן די ארימע איז א געפערליכע זינד
מ׳דארף נישט פארדעם זיין קיין שלמה המלך
צו פארשטיין וואשינגטאנס הלך ילך
קאראפטירט פון קאפ ביז פוס
מאכן זיך פאר די וויילער זוס
די פאליטאושאנס האבן חתונה געהאט
מיט די סופער רייכע לייט
צי סאיז יא צי סאיז נישט יושר
חנפנ׳ן זיי זיך אלע צום עושר
לאזן זיך אינטער קויפן פון די לאיביסטן
און אויף זייערע קריטיקער שרייען זיי ״קאמיוניסטען״
די בעל הבתים און רייכע רופן אלע שאטס
און נעמען פאר זיך דעם גאנצען טאץ
קיינער זאל זיך נישט דערוואגן צו זאגן הגהות
ווען טראמפ איז בעלהאבאעס
ווייל די גאנצע מידעא איז דאך ״פעיק-ניוס״
זיי זענען דאך במילא די פארשטינקענע ליבעראל דזשאו׳ס
אזויווי דזארדש סאראוס מיט זיין לאנגע נאז
פאר מיר קוקט אויס ווי יעדע לאנד
וואלט געדארפט געבן פאר ארימע בירגער א האנט
די רעגירונג מוז טאקע נישט דעם ארימאן אויסהאלטן
אבער פון הונגעריגע קינדער טאר מען זיך נישט אויסבאהאלטן
נישט אלעס דארף גיין פאר די איין פראצענט
און רוב געלטער זאל אנקומען נאר צו ממש אפאר הענט
ווען מרעדט צו זיי איז ממש ווי רעדן צו די ווענט
קיינמאל קיין העכערונג אין געהאלט געבן
אפילו מקען נישט פון די נישטיגע אכט דאללער א שעה לעבן
זיי ווילן בשום אופן קוקן אויף די אנדערע סאושליסט לענדער
און מאכן צו די אויערן צו סענעטאר סענדער
פארלאנגען פון די ארימע פול סאררענדאר
אזויוווי די אמאליגע פריצים מיט די ארענדאר
המשך יבא
גרין מיינט גערעכט. רויט מיינט נישט.